רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

טאָמער זוכט איר אַ גרינגן צושפּײַז צו באַגלייטן אַ פֿיש־מאכל, פּרוּווט אויס דעם ווײַטערדיקן רעצעפּט. ס׳דויערט ווייניק צײַט צוצוגרייטן, און איז גאַנץ געשמאַק.

איר קענט פֿאַרבײַטן דעם פֿרישן טימיאַן און ראָזמאַרין מיט די געטריקנטע בלעטער, אָבער אויב יאָ — ניצט בלויז 1/2 לעפֿעלע פֿון ביידע.

4 קליינטשיקע רויטע קאַרטאָפֿליעס
2 לעפֿל פּוטער
1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט
1 לעפֿעלע פֿרישע טימיאַן־בלעטער
1 לעפֿעלע פֿרישע ראָזמאַרין־בלעטער
2 קליינע זוקיניס
זאַלץ און פֿרישער שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
1/4 טעפּל צעריבענער פּאַרמעזשאַנער קעז

זידט אויף אַ טאָפּ וואַסער. גיט אַרײַן די קאַרטאָפֿליעס און קאָכט זיי ביז זיי ווערן ווייך, בערך 10־12 מינוט. זיפּט אָפּ דאָס וואַסער און לאָזט די קאַרטאָפֿליעס זיך אָפּקילן. שנײַדט יעדע פֿון זיי אויף דער העלפֿט.

הייצט אָן אַ פּאַטעלניע איבער אַ קליי­נעם פֿײַער. צעלאָזט אין איר די פּוטער. גיט אַרײַן דעם קנאָבל, טימיאַן און ראָזמאַרין, ביז די פּוטער צעלאָזט זיך.

צעשנײַדט די צוויי זוקיניס אין דער לענג, און דערנאָך אין דער ברייט, ביז עס באַקומט זיך אַכט שטיקער. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט די קאַרטאָפֿליעס און די זוקיניס. לייגט די גרינסן אַרײַן, מיטן פּנים אַראָפּ, אין דער צעלאָזטער פּוטער, און קאָכט זיי אַזוי בערך 12־15 מינוט, ביז זיי ווערן גאָלדן־ברוין.

הייצט אָן דעם בראָט־אויוון ("ברוי­לער"). באַדעקט אַ בלעך מיט זילבער־פּאַפּיר. לייגט די צוגעברוינטע שטיקלעך זוקיני און קאַרטאָפֿליעס אויפֿן בלעך, מיטן פּנים אַרויף. באַשפּרענקלט זיי מיטן פּאַרמעזשאַנער קעז, און שטעלט דעם בלעך אונטערן פֿײַער, ביז דער קעז ווערט גאָלדן־ברוין, אַרום 4 מינוט. לייגט זיי אַרײַן אין אַ גרויסן טעלער און דער­לאַנגט צום טיש.