משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

תּמיד ווער איך דערשלאָגן אין דער צײַט פֿון יאָר. איך האָב דאָס געפֿיל, אַז איך האָב פֿאַר זיך געשטעלט, בײַם אָנהייב יאָר, אַ ציל צו בײַטן אַ סך אין מײַן לעבן — פֿאַרלירן וואָג, באַקומען אַ בעסערע אַרבעט, שאַפֿן נײַע חבֿרים — און צום סוף יאָר, זע איך, אַז איך בין דער זעלבער וואָס פֿריִער. פֿאַר וואָס קען איך נישט דערגרייכן מײַנע צילן?

נישט־דערגרייכער


טײַערער דערגרייכער,

קודם־כּל, וועל איך אײַך נישט אָנרופֿן אַ "נישט־דערגרייכער". אויפֿן אָרט פֿון דעם באַגריף, דאַרפֿט איר אָנהייבן מיט דער באַציִונג, אַז איר קענט, און וועט, דער­גרייכן.

איר האָט נישט דערגרייכט די בײַטן וואָס איר האָט געשטעלט פֿאַר זיך די לעצטע יאָרן, ווײַל די צילן האָט איר אַוועקגעשטעלט צו ברייט, צו אַלגעמיין, אָן קיין שום קאָנטראָל־פּונקטן. אַ יאָר איז צו לאַנג!

לאָמיר אַ קוק טאָן אויף די צילן וואָס איר האָט דערמאָנט: וואָג — מאַכט אַ רשימה פֿון אײַער וואָג הײַנט, און וויפֿל, רעאַליסטיש גערעדט, איר ווילט וועגן אין 3, 6, 9 און 12 חדשים אַרום. גרייט צו אַ וועכנטלעכן פּלאַן פֿון אַ דיעטע און גימנאַסטיק, וואָס וועט אײַך העלפֿן דערגרייכן דעם ערשטן קאָנטראָל־פּונקט.

טוט דאָס זעלבע מיט די אַנדערע צילן. די קליינע טריט וועלן אײַך פֿירן צום אַלגעמיינעם ציל. הייבט אָן דאָס יאָר מיט אַ שמייכל!


טײַערע חזנטע,

איך גיב אויס געלט גיכער ווי איך פֿאַרדין געלט. איך בין אַ לערערין און האָב הנאה פֿון מײַן אַרבעט. איך האָב גראַדויִרט פֿון קאַלעדזש מיט עטלעכע יאָר צוריק, און איך וווין דערווײַל מיט מײַנע טאַטע־מאַמע. קיין חשבנות צו צאָלן האָב איך באמת נישט, און אויב יאָ, צאָל איך זיי גלײַך. אַחוץ דעם, קויף איך זיך אײַן קליידער און שיך; איך עס געוויינטלעך אין רעסטאָראַנען, קויף מתּנות פֿאַר מײַנע חבֿרים און פֿרײַנד, און איידער וואָס און ווען, וואַרט איך אומגעדולדיק אויף דעם קומענדיקן טשעק פֿון דער אַרבעט.

איך האָב אָנגעהויבן זיך טרעפֿן מיט אַ בחור וואָס האַלט, אַז אַזוי ווי איך גיב אויס געלט, טויג נישט. ער איז גערעכט, אָבער ווי בײַט מען מײַן טבֿע?

אָן געלט


טײַערע "אָן געלט",

איר דאַרפֿט אויסאַרבעטן אַ בודזשעט פֿאַר זיך. אויב מעגלעך, מאַכט אַ באַשטעלונג מיט אַ פּראָפֿעסיאָנעלן פֿינאַנציעלן פּלאַנירער. באַשליסט, וויפֿל פֿון אײַערע שׂכירות איר קענט אויסגעבן אויף פֿאַרווײַלונג, קליידער, חודשלעכע חשבנות און אויף אַ שפּאָר־קאָנטע. איר וואָלט געדאַרפֿט דעפּאָנירן אַ ביסל געלט פֿון אײַער טשעק אויף דער קאָנטע לויט אַ דירעקטן אופֿן. אַזוי וועט איר רויִק וויסן, אַז עפּעס אַ סומע וועט בלײַבן. שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט עמעצן וואָס איר געטרויט, און לאָזט אים וויסן וועגן אײַער פּלאַן און גיט אים אָפּ אַ באַריכט רעגולער וועגן אײַער פּראָגרעס.

צום סוף, וויל איך צוגעבן, אַז איך האַלט, אַז ווען איר וואָלט געטראָגן אויף זיך מער אַחריותן ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ דערוואַקסענעם, וואָלט איר זיך אויפֿגעפֿירט מער דערוואַקסן אין דעם פּרט. איך לייג פֿאָר איר זאָלט אָנהייבן באַצאָלן דירה־געלט פֿאַר אַן אייגענער דירה, אָדער צו אײַערע טאַטע־מאַמע,. אויב איר באַצאָלט פֿאַר דעם, וועט איר ווערן מער אַחריותדיק בכלל.


טײַערע חזנטע,

איך בין נישט זיכער וואָס מע דאַרף זאָגן מײַנע קינדער ניטלצײַט. מיר פּראַווען חנוכּה, אָבער אונדזער יום־טובֿ קען זיך נישט פֿאַרגלײַכן מיט זייער חגא — מיט די ליכט, דעם ניטלבוים און "סאַנטאַ־קלאַוס". ווי אַזוי קען איך פֿאַרזיכערן, אַז מײַנע קינדער זאָלן זיך פֿילן בעסער אין דער צײַט פֿון יאָר?

אַ טאַטע


טײַערער טאַטע,

עס דאַרף נישט קומען צו דעם, איר זאָלט דאַרפֿן פֿאַרגלײַכן חנוכּה מיט ניטל. חנוכּה איז טאַקע אַ ספּעציעלער יום־טובֿ, אָבער ער איז נישט אַזוי וויכטיק אינעם ייִדישן לוח ווי ניטל איז וויכטיק אינעם קריסטלעכן קאַלענדאַר. ווי אַזוי פֿאַרזיכערט מען, אַז אײַערע קינדער זאָלן זײַן שטאָלצע ייִדן? דער ענטפֿער ליגט נישט אין דעם, ווי אַזוי מע פּראַוועט חנוכּה צוזאַמען ווי אַ משפּחה, נאָר ווי אַזוי מע פּראַוועט שבת צוזאַמען. אַ גוטן־שבת!

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024