"שׂימחה אין אַ קרעטשמע", גראַווירונג, פּוילן, 19טן י"ה |
Ari Davidow |
דעם 9טן און 10טן דעצעמבער איז פֿאָרגעקומען אַ היסטאָרישע קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע — "וואָס איז אַ ייִדישער טאַנץ? וועלטלעך, געבאָרגט און איבערגעמאַכט" — אינעם "הילל"־בנין פֿונעם "ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט" אין מאַנהעטן. די קאָנפֿערענץ איז אַ טייל פֿון אַ גרעסערן פּראָיעקט, וואָס ווערט דורכגעפֿירט פֿונעם "צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ" (CTMD) אויסצופֿאָרשן און אויפֿצולעבן ייִדישע טענץ; דאָס הייסט, די טענץ פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.
ווי באַקאַנט איז די אַלטע ייִדישע חתונה־מוזיק — קלעזמער־מוזיק — דורכגעגאַנגען אַן אויפֿלעבונג אין די 1970ער יאָרן, און הונדערטער קאַפּעליעס זענען געשאַפֿן געוואָרן איבער דער גאַנצער וועלט. אָבער איין פּראָבלעם איז געבליבן — קלעזמער־מוזיק איז, אין תּוך, טאַנץ־מוזיק, אָבער די טענץ אַליין, וואָס האָבן באַדאַרפֿט באַלייטן די מוזיק האָט מען שוין פֿאַרגעסן — אַ "בייגעלע", אַ "האָפּקע", אַ "סעמעלע", למשל. האָט מען הײַנט די עבֿודה צו זאַמלען און פֿאַרשרײַבן אַלע ייִדישע טענץ, וואָס מע געדענקט נאָך פֿון אָמאָל און זיי ווײַטער לערנען צו די נײַע דורות.
אויף דער קאָנפֿערענץ זענען געקומען די אָנפֿירנדיקע פֿאָרשערס פֿון ייִדישע טענץ הײַנט. פּראָפֿ׳ זאבֿ פֿעלדמאַן, מער באַקאַנט ווי אַ מוזיקאָלאָג, אַ מבֿין פֿון טערקישער קולטור און צימבלער, האָט אין זײַנע יונגע־יאָרן זיך געלערנט ייִדישע טענץ אויף די שׂימחות פֿון זײַן טאַטנס באַסאַראַבער לאַנדסמאַנשאַפֿט אין ניו־יאָרק. דער מוזיקער, זינגער און מוזיק־פֿאָרשער מיישקע אַלפּערט האָט געזאַמלט מאַטעריאַלן איבערן לאַנד פֿונעם עלטערן דור, בפֿרט בײַ די נײַ־אָנגעקומענע רוסישע ייִדן אין די 1970ער — 1990ער יאָרן. די צוויי שכנים אויף דער וועסט־סײַד, פֿעלדמאַן און אַלפּערט, פֿון מאַנהעטן קענען אויך גוט די טענץ פֿון די שכנישע קולטורן (אוקראַיִנישע, פּוילישע, ציגײַנערישע און טערקישע) און ווײַזן אָן אין זייערע וואַרשטאַטן אויף די חילוקן צווישן זיי.
די נײַ־געשאַפֿענע גרופּע: "די ייִדישע טאַנץ־אַקציע־נעץ" |
Ari Davidow |
לי־עלען פֿרידלאַנד, אַ טאַנץ־פֿאָרשערין פֿון וואַשינגטאָן, איז אויפֿגעוואַקסן אין ניו־יאָרק מיט זיידע־באָבעס פֿון ווײַסרוסלאַנד, וועלכע האָבן איר איבערגעגעבן זייערע מוזיקאַלישע און טאַנץ־טראַדיציעס. איר געדרוקטע פֿאָרש־אַרבעט וועגן דעם "פֿריילעכס"־טאַנץ איז געווען פֿון די ערשטע אַרבעטן אויף דעם פֿעלד. עריק בענדיקס איז אַ לערער פֿון טענץ אין אייראָפּע און אַ געראָטענער כאָרעאָגראַף. דזשיל געלערמאַן, אַ טאַנצערין און פֿאָרשערין פֿון חסידישע פֿרויען־טענץ, האָט שוין יאָרן לאַנג רעקאָרדירט חסידישע חתונות און פֿאַרמאָגט אַ ים מאַטעריאַלן. פּנחס רושעפֿקסי, דער דירעקטאָר פֿונעם "צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ" און אויך אַ צימבלער, האָט אָרגאַניזירט די קאָנפֿערענץ. פֿון טאָראָנטאָ איז געקומען העלען ווינקלער, וואָס פֿירט אָן מיט אַ וויכטיקער וועבזײַט פֿון ייִדישע טענץ; פֿון שיקאַגאָ איז געקומען סטיווען ווײַנטרויב אַ באַליבטער טאַנץ־לערער. די פֿאָלקלאָריסטקע, פּראָפֿ׳ ברײַנדל קירשענבלאַט־גימבלעט, האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ.
ווי אַ ספּעציעלע מתּנה פֿאַר די געסט האָט זיך אויך באַטייליקט דער לעגענדאַרער טענצער און כאָרעאָגראַף פֿעליקס פֿיביך. ער האָט דערציילט ווי ער און אַנדערע כאָרעאָגראַפֿן, ווי זײַן פֿאַרשטאָרבענע פֿרוי, יהודית בערג, זענען אינעם פֿאַר־מלחמהדיקן פּוילן געגאַנגען צווישן דעם פֿאָלק צו פֿאַרשרײַבן די ייִדישע טענץ און באַוועגונגען. אַפֿילו הײַנט אַ 90־יאָריקער, האָט פֿיביך פֿאַרכּישופֿט דעם עולם מיט זײַן גראַציעזקייט און באַוועגלעכקייט.
צווישן די פֿראַגעס וואָס מע האָט אַרויסגעהויבן אויף דער קאָנפֿערענץ, זענען געווען די עיקרדיקע פּראָבלעמען: וואָס איז אַ ייִדישער טאַנץ? איין רעזולטאַט פֿון דער פֿריִערדיקער פֿאָרש־אַרבעט האָט באַוויזן, אַז די ייִדן האָבן ווייניק וואָס געשטעלט דעם טראָפּ אויף זייערע פֿיס, ווען זיי האָבן געטאַנצט, נאָר אויף די זשעסטן פֿון די הענט און דעם אייבערשטן טייל פֿון קערפּער. פֿעלדמאַן האָט פֿאָרגעשטעלט עטלעכע זשעסטן, וואָס ער האַלט פֿאַר עכט ייִדישלעכע, טייל מאָל, נישט אַנדערש ווי מע זעט זיי בײַ די אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישן טעאַטער.
זאבֿ פֿעלדמאַן טאַנצט מיט איוו יאַכנאָוויץ בײַם אָוונט־קאָנצערט |
Ari Davidow |
אין דער סעסיע וואָס איז באַשטאַנען פֿון אַן אַנאַליז פֿון ווידעאָ־רעקאָרדירונגען, האָט מען געזען אַמאָליקע פּורים־שׂימחות אינעם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער" אין די בראָנקס, וווּ, דער רעציטאַטאָר, צוניע רײַמער, האָט געטאַנצט אַ "בולגאַר" און אַ "וואָלעכל", די אַנדערע — אַ שער. אויף אַנדערע ווידעאָ־טאַשמעס האָט מען געזען ווי די פֿאָלקסזינגערין, בראָניע סאַקינאַ און דער פּײַקלער בען בייזלער, טאַנצן אויף פֿעסטיוואַלן.
מחוץ דעם אַקאַדעמישן טייל פֿון דער קאָנפֿערענץ בײַ טאָג, האָט מען געקענט זיך פֿאַרווײַלן אויף אַ טאַנץ־קאָנצערט אין אָוונט מיט אַ פֿײַנער קאַפּעליע און די בעסטע טאַנץ־מײַסטערס אין לאַנד. אין דער פֿרי, מאָנטיק, האָט די קאָנפֿערענץ זיך פֿאַרנומען מיט אַ מער אַקטיוויסטישער פֿראַגע — ווי פֿאַרהיט מען די ייִדישע טאַנץ־טראַדיציעס און ווי גיט מען זיי איבער? צו דעם ציל האָט די גרופּע אויף דער קאָנפֿערענץ געשאַפֿן "די ייִדישע טאַנץ־אַקציע־נעץ", אַ געזעלשאַפֿט פֿון מוזיקער, טענצער, עטנאָגראַפֿן און אַנדערע, וואָס זוכט אויס מאַטעריאַלן מכּוח ייִדישע טענץ. זיי בעטן בײַם ברייטערן עולם מיטצוטיילן, צי בײַ זיי אין דער משפּחה האָט זיך נישט פֿאַרהאַלטן אַן אַלטער פֿילם מיט ייִדישע חתונות, פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון טענץ אויף שׂימחות, באַשרײַבונגען אין טאָגביכער אָדער זכרונות.
אויב איר האָט צוטריט צו אַזוינע מאַטעריאַלן, שרײַבט צו העלען ווינקלער winklerh@hotmail.com אָדער צו פּינחס רושעפֿסקי prushefsky@ctmd.org.