געשיכטע
Samuel D. Kassow,
Who Will Write Our History?: Emanuel Ringelblum,
the Warsaw Ghetto,
and the Oyneg Shabes Archive.
Indiana University Press, 2007.
Samuel D. Kassow, Who Will Write Our History?: Emanuel Ringelblum, the Warsaw Ghetto, and the Oyneg Shabes Archive. Indiana University Press, 2007.

עמנואל רינגעלבלום איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי דער אָרגאַניזאַטאָר און אָנפֿירער פֿון "עונג שבת", דעם געהיימען אַרכיוו פֿון וואַרשעווער געטאָ. פֿאַרבאַהאַלטן אונטער די חורבֿות פֿונעם געטאָ, איז אַ גרויסער טייל פֿונעם דאָזיקן אַרכיוו געראַטעוועט געוואָרן נאָך דער מלחמה. רינגעלבלום אַליין האָט ניט דערלעבט ביז דער באַפֿרײַונג פֿון וואַרשע עטלעכע חדשים. "עונג שבת" איז געווען דער לעצטער העלדישער אויפֿטו פֿון דער קורצער, אָבער זייער אינטענסיווער תּקופֿה פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע בכלל און דער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט בפֿרט. די נײַע ייִדישע היסטאָריאָגראַפֿיע האָט זיך אָנגעהויבן מיט שמעון דובנאָווס אויפֿרוף צו זאַמלען היסטאָרישע גבֿית־עדות וועגן ייִדישן לעבן. "רינגעלבלום איז געגאַנגען אין דובנאָווס טריט, אָבער אין טראַגיש־אַנדערע אומשטענדן", שרײַבט פּראָפֿעסאָר שמואל קאַסאָוו צום שלוס פֿון זײַן פֿאָרשן רינגעלבלומס לעבן און שאַפֿונג.

קאַסאָוו באַווײַזט אין זײַן גרונטיקער פֿאָרשונג, אַז דער אויפֿטו פֿון רינגעלבלום און זײַנע חבֿרים איז געווען אַ פּועל־יוצא פֿון דער אוניקאַלער ייִדישער קולטור, וועלכע האָט זיך אויסגעפֿורעמט אין פּוילן צווישן די ביידע וועלט־מלחמות. דאָס איז געווען אַ לינקע, וועלטלעכע, און ייִדישיסטישע קול­טור, וואָס האָט געלייגט אַ ספּעציעלן טראָפּ אויף דער אַקטיווער ראָלע פֿון ייִדישן פֿאָלק אין געשיכטע און פּאָליטיק. גע­בוירן אין דער שטאָט בוטשאַטש, אין גאַלי­ציע, און אויפֿגעהאָדעוועט אין דער סבֿיבֿה פֿון לינקע פּועלי־ציוניסטן, האָט רינגעל­בלום קאָמבינירט זײַן געטרײַשאַפֿט צו דער לינקער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע פֿון "דאָ־און־דאָרטן" (גלות און ארץ־ישׂראל), מיט דער אַקטיווער געזעלשאַפֿטלעכער טע­טיקייט, און וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען פֿון דער פּויליש־ייִדישער געשיכטע. ווי עס האָט געשריבן זײַן קאָלעגע און פֿרײַנד רפֿאל מאַלער, "רינגעלבלום האָט אין זיך אײַנ­געזאַפּט די שטורעמדיקע סאָציאַלע און פּאָליטישע אידעען פֿון דער אויפֿגעיוירענער נאָך־מלחמה־תּקופֿה און איז געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿירער פֿון דעם יונגן דור פֿון דער ייִדישער אַרבעטערשאַפֿט און אינטעליגענץ אין פּוילן." די דאָזיקע פֿילזײַטיקע דערפֿאַרונג האָט אים צוגעגרייט, פּסיכאָלאָגיש, אידעאָלאָגיש און פּראָפֿעסיאָנעל, אויסצופֿירן זײַן טראַגישע שליחות׃ איבערלאָזן דער וועלט גבֿית־עדות פֿון דער אַכזריותדיקער רציחה אין וואַרשעווער געטאָ.

דער גרעסטער טייל פֿון קאַסאָווס בוך איז געווידמעט דער פּרטימדיקער אַנאַליטישער באַשרײַבונג פֿון רינגעלבלומס אַרבעט פֿון זאַמלען און אָפּהיטן די מאַטעריאַלן וועגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן אינעם געטאָ. רינגעלבלום האָט צוגעצויגן צו דער דאָזיקער אַרבעט מענטשן פֿון פֿאַרשידענע שיכטן אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, און דאָס האָט אים דערמעגלעכט צו פֿאַרפֿיקסירן פֿאַרשידענע צדדים פֿון דער ווירקלעכקייט. אָבער, קאַסאָוו באַטאָנט, "דער ׳עונג שבת׳ איז געווען ניט נאָר אַ געהיימער אַרכיוו, עס איז געווען אַן ענג באַהעפֿטיקטער קאָלעקטיוו פֿון חבֿרים". ער רעקאָנסטרויִרט דעם נעצווערק פֿון באַציִונגען צווישן יחידים און די מעטאָדיק פֿון זאַמלען און אָפּהיטן דאָקומענטן אין "עונג שבת". אַרום דער דאָזיקער טעטיקייט האָט זיך געשאַפֿן אַן "אַלטערנאַטיווע קהילה", וואָס האָט פֿאַראייניקט אַ גרויסע צאָל מענטשן. דער "עונג שבת" האָט צונויגעבראַכט רײַכע און אָרעמע, פֿרומע און וועלטלעכע, קאָמוניסטן און ציוניסטן.

קאַסאָווס בוך וועגן עמנואל רינגלבלום און "עונג שבת" האָט אַ סך מעלות; עס איז אַ גרינטלעך אויסגעפֿאָרשטע שטודיע, וואָס באַזירט זיך אויף אַ ריזיקן מאַסיוו פֿון פּובליקירטע און אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן אויף אַלע רעלעוואַנטע שפּראַכן. דאָס בוך איז קלאָר אָנגעשריבן און לאָגיש געבויט. דאָס איז אַן אָביעקטיוו, אָבער לײַדנשאַפֿטלעך ווערק פֿון אַ היסטאָריקער, וועלכער איז ממשיך די טראַדיציע פֿון די פּויליש־ייִדישע היסטאָריקער. די וויכטיקסטע דערגרייכונג פֿונעם בוך — און אויף דעם איז מרמז דער טיטל, "ווער וועט שרײַבן אונדזער געשיכטע?" — האָט צו טאָן מיט דעם קוק אויף דעם ענין חורבן ווי אַ היסטאָרישע פּראָבלעם.

די אַזוי גערופֿענע "חורבן־שטודיעס" האָבן זיך לעצנטס צעוואַקסן אין אַ ריזיקער אַקאַדעמישער דיסציפּלין מיט פֿאַרשידענע צווײַגן. איין צווײַג גיט זיך אָפּ מיט אויספֿאָרשן די טוער, דײַטשישע נאַציסטן און זייערע מיטהעלפֿער. אַן אַנדערער צווײַג פֿאַרנעמט זיך מיט כּלערליי "רעפּרעזענטאַציעס" און "אָפּשפּיגלונגען" פֿונעם חורבן; אַ צאָל דענקער באַטראַכטן דעם רעליגיעזן און פֿילאָסאָפֿישן "מהות" פֿון דער ייִדישער טראַגעדיע. דערבײַ באַקומען די אומגעקומענע ייִדן גופֿא ניט קיין סך אויפֿמערק, ווײַל ניט זעלטן האַלט מען זיי סתּם פֿאַרן קאָלעקטיוון "קרבן" אָן קיין יחידישע כאַראַקטער־שטריכן.

עס דאַכט זיך, אַז שמואל קאַסאָווס בוך דאַרף צווינגען צו באַטראַכטן פֿון דאָס נײַ דעם סאַמע באַגריף פֿון "חורבן־שטודיעס". דאָס בוך איז ניט נאָר אַ וואָגיקע היסטאָרישע פֿאָרשונג וועגן דעם וואַרשעווער געטאָ, נאָר אויך אַ וועגווײַזער פֿאַר ווײַטערדיקע היסטאָרישע אַרבעטן. דאָס איז אַ בוך וועגן דעם שליחות און אַחריות פֿון דער מלאכה צו זײַן אַ היסטאָריקער. קאַסאָוו, ניט נאָר רעקאָנסטרויִרט די טראַגישע ווירקלעכקייט פֿון וואַרשעווער געטאָ אין די קלענסטע פּרטים, מיט אַלע סתּירות און פּראָבלעמען; ער גיט אָפּ כּבֿוד דעם העלדישן אויפֿטו פֿון רינגעלבלום און זײַנע מיטאַרבעטער. קאַסאָווס וויכטיקסטע דערגרייכונג באַשטייט אין דעם, וואָס עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן, ממשיך צו זײַן די עצם־טראַדיציע פֿון ייִדישער היס­טאָרישער וויסנשאַפֿט, וואָס ציט זיך פֿון שמעון דובנאָוו ביז עמנואל רינגעלבלום. די דאָזיקע טראַדיציע באַטראַכט דעם גאַנג פֿון היסטאָרישע געשעענישן פֿון אינעווייניק, איז ניכטער און קריטיש אין אירע אָפּשאַצונגען, אָבער דערבײַ אויך לײַדנשאַפֿטלעך איּן איר באַציִונג צו דעם מאַטעריאַל. ווי אַ כראָ­ניקער און אַ היסטאָריקער פֿונעם חורבן, האָט רינגעלבלום געגלייבט, אַז "מען קאָן באַ­גרײַפֿן גענאָציד נאָר דורך פֿאַרשטיין און פֿאַר­גע­דענקען ווער און ווי אַזוי איז דער חורבן גע­מאַכט געוואָרן", שרײַבט שמואל קאַ­סאָוו צום שלוס פֿון זײַן מוסטערהאַפֿטיק בוך.