- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טובֿיה טענענבוים איז אַ נאָמען אין דער וועלט פֿון עקספּערימענטאַלן און פּראָוואָקאַטיוון אַנגלאָ־ייִדישן טעאַטער סײַ אין ניו־יאָרק און סײַ אין אייראָפּע. זײַן פֿירמע הייסט "דהע דזשויִש טיִעיטער אָוו ניו־יאָרק", אָדער "טעאַטער־מאַניע". ער איז סײַ דער דראַמאַטורג און סײַ דער פּראָדוצענט פֿון זײַנע פֿילצאָליקע פּיעסעס. איך געדענק, מיט יאָרן צוריק, האָב איך געזען אַ פּיעסע וואָס טובֿיה האָט אָנגעשריבן און געשטעלט ערגעץ אין אַ טעאַטער אין ניו־יאָרק. געהייסן האָט יענע פֿאָרשטעלונג "On Wings of Eagles" (אויף פֿליגל פֿון אָדלערס). דער סוזשעט איז געווען ייִדן—אַראַבער; אַ ליבע צווישן צוויי יונגע מענטשן — אַ פּאַלעסטינער אַראַבקע און אַ ישׂראלדיקער סאָלדאַט. איך געדענק אויך, אַז ס׳איז געווען זייער אַ געלונגענע פֿאָרשטעלונג, און איך האָב אים און זײַן פּיעסע נישט בלויז שטאַרק געלויבט, נאָר פֿאָרויסגעזען פֿאַר אים אַ ווײַטן גאַנג אין דער דראַמאַטורגיע. זינט דעמאָלט איז צווישן אים און זײַן דראַמאַטישן טאַלאַנט עפּעס אַדורכגעלאָפֿן אַ שוואַרצע קאַץ, און טובֿיה האָט זיך אויסגעגליטשט אויפֿן דינעם אײַז פֿון שעפֿערישקייט און זיך פֿאַרקערעוועט אויף מאָדנע און קראָפּעווע־שטעכיקע וועגן. איך געדענק אויך, אַז טובֿיה האָט מיר דעמאָלט דערציילט, אַז ער קומט אַרויס פֿון ירושלים, פֿון זייער אַ פֿרומער היים, און ער האָט כּמעט ווי קיינמאָל נישט געזען דעם הימל, ווײַל דער רבי האָט געהייסן אַרומגיין מיט אַראָפּגעלאָזטע אויגן און נישט קומען פּנים־אל־פּנים מיט דער וועלט. נו, אַזוי ווי ער איז אַרויס פֿון זײַן "קליאַטקע" און אויפֿגעהויבן די אויגן, האָט ער נישט בלויז דערזען דעם הימל, נאָר דעם אַרום וואָס איז געווען פֿיל־פֿאַרביק, פֿאַרשיידנאַרטיק און פֿאַרשיידן־מיניק. האָט ער דערשפּירט אין זיך אַ כּוח־הדמיון, אַ שעפֿערישן גײַסט, און ער האָט זיך פֿון אים גענומען פֿירן און פֿאַרפֿירן. יעדע באַגעגעניש מיט אַכזריות, וואָס די וועלט שטעלט אונדז אַלע צו, טעגלעך; יעדער אָנטרעף אויף רשעות און אומיושר, וואָס מע באַגעגנט פֿון אייגענע אַחינו בני־ישׂראל, שוין אָפּגערעדט פֿון שׂונא־ישׂראל, וואָס פּאַשעט זיך אויף באַפֿרוכפּערטע אַנטיסעמיטישע פֿעלדער איבער דער וועלט און דער עיקר, אין אונדזערע אַמאָליקע היימישע, חרובֿע מקומות, ברויזט אויף טובֿיהס כּעס אויף אַזוי פֿיל, אַז אַלץ וואָס זײַן בינע גיט אײַך צו פֿאַרזוכן, פֿאָרמאָגט אַן אונטערשלאַק פֿון ירגזון און אַ היציקן טעמפּעראַמענט. טובֿיה אַליין שרײַבט אויפֿן לעצטן בלעטל פֿון זײַן פּראָגראַמקע אָט וואָס: "דער אַנגלאָ־ייִדישער טעאַטער פֿון ניו־יאָרק איז אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס ווידמעט זיך צום געדאַנק, אַז די הייליקסטע זאַך אין ייִדישקייט איז אַ דרך־ארץ פֿאַר אומענדלעכער גריבלעניש, זוכעניש און פֿאָרשונג. (...) דאָס איז צושטאַנד געקומען אין 1994 און איז הײַנט דער איינציקער ענגליש־שפּראַכיקער ייִדישער טעאַטער אין ניו־יאָרק." און דערמיט איז ער גערעכט, ווײַל אַ חוץ אים איז טאַקע נישטאָ קיין איין אַנגלאָ־ייִדישער טעאַטער אינעם ריזיקן ניו־יאָרק און איבערן לאַנד. טובֿיה שטעלט זײַנע פֿאָרשטעלונגען כּמעט איבער גאַנץ אייראָפּע און דער עיקר, אין דײַטשלאַנד, וווּ מען לויבט אים אין הימל אַרײַן. אַגבֿ, וועט אָט די פֿאָרשטעלונג ווערן געשטעלט אין פּוילן אויך, נישט געקוקט אויף די פּוילישע פּראָטעסטן. אין דער פּראָגראַמקע שרײַבט טובֿיה אַ בריוו צום לייענער. ער איז אים מודיע, אַז ער האָט פֿאַרבראַכט אַ היפּשע צײַט אין הײַנטיקן פּוילן; דאָ רעדט זיך וועגן אַן ערך פֿון אַ פֿיר יאָר. און ווײַטער ציטיר איך פֿון זײַן בריוו: "איך געפֿין זיך איצט אין פּוילן. איך פֿאָר אַרום פֿון שטאָט צו שטאָט אינעם לאַנד פֿון מײַנע נאָענטע קרובֿים, און יעדער טאָג ברענגט מער איבערראַשונגען און איבערלעבונגען. נאָך אַ מאָדנער באַגעגעניש אין אַ לובלינער מאָנאַסטיר, האָב איך זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ פּאַרשוין, וועלכער האָט נישט געקאָנט אײַנשלאָפֿן בײַ נאַכט צוליב דעם, וואָס ׳עס געפֿינען זיך צופֿיל ייִדן אויף דער וועלט׳, און זייערע שאָטנס יאָגן אים נאָך ביז שפּעט אין דער נאַכט. "בין איך אַוועק קיין ראַדזין, אַ שטאָט וווּ מײַנע אור־זיידעס און באָבעס האָבן אַמאָל געלעבט, און וווּ איינער פֿון מײַנע קרובֿים האָט אויפֿגעשטעלט אַ חסידישע דינאַסטיע, וואָס איז געווען באַקאַנט ווי ׳דער ראַדזינער הויף׳. נישטאָ מער קיין ייִדן אין ראַדזין הײַנט — אַ שטאָט, וואָס האָט אַמאָל געשמט מיט דער מערהייט ייִדן. בין איך אַוועק אויפֿן בית־עולם צו זען די קבֿרים, און אפֿשר טאַקע אַנטדעקן עפּעס וואָס איך האָב ביז אַהער נישט געוווּסט. האָב איך באַלד אויסגעפֿונען, אַז די דײַטשן האָבן דעם בית־עולם חרובֿ געמאַכט; אַלע מצבֿות זײַנען נעלם געוואָרן. די דײַטשן האָבן זיך גענייטיקט אין די שטיינער. און אויב דאָס איז נישט געווען גענוג, האָב איך אויסגעפֿונען, אַז די קברים זײַנען אויך נעלם געוואָרן. די פּוילישע רעגירונג האָט נאָך דער מלחמה, אין 1957, אויפֿגעשטעלט דאָ נײַע געבײַדעס גלײַך אויפֿן שטח פֿונעם ייִדישן בית־עלמין. מיט דער הילף פֿונעם קלויסטער־פֿאָטערל, האָב איך קוים מיט צרות אויסגעפֿונען וווּ די קבֿרים פֿון מײַנע נאָענטע האָבן זיך געפֿונען. "אַ פֿריילעכע פּאָליאַטשקע, וועלכע האָט געוווינט אינעם הויז איבער דעם קבֿר פֿון מײַן משפּחה, האָט אונדז אויפֿגענומען מיט גרויס פּאַראַד. זי הייסט באַשאַ, און זי איז גליקלעך וואָס זי וווינט דאָ. די טויטע ייִדן, זאָגט זי, האָבן איר געבראַכט אַ סך גליק. ׳איך בין אַ געבענטשטע פֿרוי׳, זאָגט זי מיט גרויס פֿאַרגעניגן. מיט יאָרן צוריק האָט זי איר גערטנדל פֿאַרוואַנדלט אין אַ גרינעם גן־עדן, וווּ עס וואַקסן בײַ איר זיסע עפּעלעך און אַלערליי גרינסן. ׳די טויטע קערפּערס פֿון די ייִדן׳ — קלערט זי מיר אויף די זאַך — ׳באַפֿרוכפּערן די ערד׳. איך בין שיִער נישט געפֿאַלן חלשות, נישט געגלייבט מײַנע אויערן און אויגן. (...) ׳ווילסט אפֿשר אַן עפּעלע?׳ — האָט זי מיך געפֿרעגט — ׳אַזעלכע עפּל קען מען נישט געפֿינען אין ערגעץ׳ — פֿאַרזיכערט זי מיר. האָב איך זי געפֿרעגט: ווי וואָלט געווען ווען טויטע קריסטן וואָלטן געלעגן אונטער איר הויז? מיטאַמאָל איז איר פֿרייד פֿאַרשוווּנדן, און זי האָט אויפֿגעהערט צו לאַכן. ׳דאָס וואָלט געווען שרעקלעך׳, האָט זי געענטפֿערט. האָב איך זי געפֿרעגט, וואָס איז דער אונטערשייד צווישן אַ ייִד און אַ קריסט? ׳קריסטן — ניין!׳, איז געווען איר ענטפֿער. "דער אַמאָליקער בירגערמײַסטער פֿון ראַדזין איז געקומען מיך באַגריסן. ׳ס׳איז נישט זייער שולד׳ — פֿאַרזיכערט ער מיר — ׳די קאָמוניסטן זײַנען שולדיק אין דעם, נישט די פּאָליאַקן׳. נאָכן בירגערמײַסטערס רייד, נעמט מיך דער קלויסטער־טאַטעלע אין אַ זײַט און בעט בײַ מיר מחילה. ער זאָגט מיר צו, אַז ער וועט זיך מאָדליען אין קלויסטער און בעטן גאָט ער זאָל אים העלפֿן ווײַזן זײַנע שאָף דעם ריכטיקן וועג. (...) איך פֿאָר צוריק קיין לאָדזש, מײַן באַליבטסטע שטאָט אין פּוילן. די אַנטיסעמיטישע ׳גראַפֿיטי׳ איז אויסגעשמירט איבער אַלע פּלויטן און ווענט אין לאָדזש. די פּאָר ייִדן, וואָס לעבן דאָרט, באַהאַלטן זיך אויס. "(...) מיט צוויי יאָר צוריק בין איך אַוועק קיין יוטאַ, דאָ, אין אַמעריקע. די מאָרמאָנען האָבן איינע פֿון די גרעסטע גענעעאָלאָגישע ׳דאַטאַבאַזעס׳ (דאָקומענטאַציעס) אין דער וועלט. געדענק איך, ווי איך האָב זיך אַוועקגעזעצט לעבן אַ קאָמפּיוטער אויסצוגעפֿינען וווּ אין דער וועלט איך געפֿין זיך. ס׳האָט נישט גענומען לאַנג און איך בין דערגאַנגען, אַז די מאָרמאָנען האָבן אָפּגעשמדט מײַן עלטער־זיידן. געוואַלד! די דאָליע פֿון די ייִדן; פֿרוכטבאַרע ייִדישע ערד אין פּוילן — און שמד אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן". אָנגעזאַפּט מיט דעם מאַטעריאַל האָט זיך טובֿיה אַוועקגעזעצט שרײַבן זײַן פּיעסע "דער לעצטער ייִד אין אייראָפּע". איר פֿאַרשטייט; זײַן גאַנצער גײַסט און פֿאַנטאַזיע האָט דאָך געמוזט זײַן איין שטיק גיהנום. דעריבער, ווען מען קוקט אויף די פֿאָטאָגראַפֿישע בילדער וואָס באַווײַזן זיך אויפֿן עקראַן אויף דער בינע, מיט די האַקנקרייצן און שענדלעכע אויפֿשריפֿטן קעגן ייִדן, אין אַ לאַנד וווּ עס לעבן שוין כּמעט נישט קיין ייִדן, נעמט אַרום אַ גרויל. די פֿאָרשטעלונג אַליין איז אויף אַזוי פֿיל געווען אומפֿאַרשטענדלעך פֿאַר מיר, אַז איך האָב זיך געהאַלטן אין איין שלאָגן מיט דער דעה בײַם נאָכשפּירן די אומפֿאַרשטענדלעכע סיפּור־המעשׂה. עפּעס מאָנטשעט זיך מיר אין קאָפּ די פּאָליאַטשקע זבראָדזשקאַ (מאַריטנאַ מאַנק), וואָס ציטערט פֿאַר איר פּאַפּאַ יאַצקאַ (סטיואַרט שנעק), טאָמער איז איר חתן גאָר אַ ייִד, און דער אַמעריקאַנער דזשאַן סמיט (מײַקל ראַכליס), וואָס קומט אַהער טרינקען וועט אַליין אויפֿדעקן די סודות און אויסזאָגן, אַז ער איז אַ ייִד. און אַזוי דרייט זיך די אַבסורדאַלע פּיעסע אַרום אַ יאַטקע מיט אַ נאַכט־לאָקאַל, אַן אויפֿנאַם־צימער און אַ ייִדישן בית־עולם אין לאָדזש, אַ טויטן־שטיבל און אַ שלאָפֿצימער מיט אַ קאָרידאָר אין אַ קירך. אפֿשר איז דאָס געווען נישט מער ווי אַ מין נאָכקרומעניש פֿון שעקספּירס "קאָמעדיע פֿון פֿעלערן"? — כ׳הייב נישט אָן צו וויסן. איין זאַך ווייס איך יאָ, אַז אין טובֿיהס קאָפּ קאָכט זיך אַ קעסל פֿון אַלערליי ייִדישע עוולות און וועלט־פֿאַרדאָרבעניש, פֿון ייִדישן וויי און פֿון אייגענעם איבערברוך קעגן זײַן אייגענער אַמאָליקער סבֿיבֿה, וואָס איז אים נישט ניחא, ווײַל זי איז אים נישט בײַגעשטאַנען ווען ס׳איז געקומען צום נסיון. אָט די גײַסטיקע איבערברוכן שטייען אים אין וועג פֿון שרײַבן זײַנע דראַמאַטישע ווערק סאָלידער. ווי האָט אַמאָל געזאָגט דער טשערנאָבילער רבי צו דער לודמירער מויד: "דער מענטש דאַרף וויסן וואָס איז כּעס, אָבער אויסמײַדן דעם כּעס. דער מענטש דאַרף וויסן וואָס איז גרויסקייט, אָבער קיין מאָל זיך נישט האַלטן גרויס. דער מענטש דאַרף וויסן וואָס איז שלעכטס, אָבער קיין מאָל נישט זײַן קיין רשע". דער סוד פֿון דער דראַמאַטורגיע ליגט ערגעץ טיף באַהאַלטן אין די שפּאַלטן פֿון אַ סך אמתן און אָן אַ שיעור איבערטראַכטענישן, צוטראַכטענישן, דערטראַכטענישן און אָפּשאַצונגען. איך זאָג נישט, אַז ס׳איז אַ גרינג שטיקל אַרבעט, נאָר מ׳מוז אויפֿפּאַסן נישט אַרײַנצופֿאַלן אינעם תּהום פֿון פֿינצטערניש, ווײַל מען קען אַליין ניכשל ווערן. "דער לעצטער ייִד אין אייראָפּע", מיטן אונטערטיטל — "אַ טראַגי־קאָמעדיע, וואָס האָט צו טאָן מיט ראַסיזם און זעלבסט־האַס" — שפּילט איצט אין ניו־יאָרק, אויף דער 72סטער גאַס, לעבן בראָדוויי. טעלעפֿאָן: 0050־494 (212). Ich shtim nisht ain mit der shraiberinSubmitted by leonlab on Mon, 2007-12-24 02:49.
Ich fir ois fun ir artikl az zi denkt az der dramaturg hot dargeshtelt Poilen in a "shlecht licht" vail er bashuldikt di poliaken zei zainen sonei isroel. Dos iz a tipishe idishe zorg: vos zei nisht ton zei zoln nisht "baleidiken" di goim. Ober vos er zogt iz doch emes. Ich zog a "yoisher koiach" tzu dem dramaturg un "brech a fus"(break a leg)! |