דער מאַכט־פּאַראַד אין רוסלאַנד גייט אָן ווײַטער, נאָך איידער ס‘איז געקומען דער טאָג פֿון די וואַלן. ווי באַוווּסט, האָט דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, מיט צוויי וואָכן צוריק אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן "יורש" — דמיטרי מעדוועדיעוו; בײַ זײַן ערשטן אויפֿטריט האָט דער "גרינער" יורש באַלד אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿונעם פּרעמיער, מיט וועלכן ער וואָלט געוואָלט אַרבעטן — וולאַדימיר פּוטין. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, אויפֿן צוזאַמענפֿאָר פֿון דער גרעסטער פּאַרטיי "געאייניקטע רוסלאַנד" האָט איר פֿאָרזיצער, דער זעלבער פּוטין מסכּים געווען אָנצונעמען זײַן יורשס פֿאָרשלאָג, מיט אַ תּנאי, אויב יענער וועט אויסגעוויילט ווערן ווי אַ פּרעזידענט.
וואָס מיינט אַזאַ באַשלוס, וואָס האָט באַלד צוגעשאַרט "סחורה" דער שרײַבנדיקער און רעדנדיקער בראַנזשע פֿון דער מעדיאַ? צי מיינט עס טאַקע, אַז פּוטין וועט איבערגעבן די פֿולע מאַכט דעם נײַעם פּרעזידענט, און אַליין אויספֿירן די באַפֿעלן, וואָס יענער וועט אים הייסן? צי אפֿשר וועט ער, שטעלנדיק זיך בראָש דעם מיניסטעריום־קאַבינעט, אַריבערפּעקלען די גאַנצע מאַכט צו זיך אין קאַבינעט? עס איז דאָ נאָך איין וואַריאַנט: זיך טיילן מיט דער מאַכט. אָבער צווייקעפּיק קאָן אויסזען אין רוסלאַנד נאָר דער הערב — דער צווייקעפּיקער אָדלער — נאָר נישט די מאַכט, וואָס פּוטין און זײַן אַדמיניסטראַציע האָבן אין משך פֿון די לעצטע אַכט יאָר אויפֿגעשטעלט פֿון אונטן ביז אַרויף, ווי אַ פֿאַרשפּיצטע ווערטיקאַל־ליניע.
אַנדערש גערעדט, פּרעזידענט פּוטין האָט מיט דעם לעצטן טריק ווידער אָנגעגליט די פֿאַר־פּרעזידענטישע וואַלן־צײַט, דהײַנו: ער האָט געלאָזט אָפֿן פֿאַר זיך אַלע ברירות פֿאַר אַ נײַער איניציאַטיוו, און דערמיט געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז בײַ אַלע ברירות איז ער דער ערשטער און דער איינציקער, וואָס שטייט בײַם לאַנד־רודער פֿון דער פֿירערשאַפֿט.
וואָס זשע האָט אַזוינס אויפֿגעטאָן וולאַדימיר פּוטין, וואָס סײַ אויסער רוסלאַנד און סײַ אין רוסלאַנד גופֿא, וואָלט מען, פֿונדעסטוועגן, געוואָלט ער זאָל בלײַבן בײַ דער מאַכט.
ווי עס ווערט אָפּגעשאַצט, האָט פּוטין, נאָך יעלצינען, פֿאַרפֿעסטיקט דעם סטאַטוס פֿון רוסלאַנד ווי אַ גרויסע אינדוסטריעלע מלוכה, וואָס באַטייליקט זיך אינעם אויסאַרבעטן די גלאָבאַלע וועלט־כּללים פֿון עקזיסטענץ. הײַנט איז רוסלאַנד אַ גלײַכער מיטגליד אין G8 און אַ וויכטיקער מלוכה, וואָס מע מוז זיך מיט איר רעכענען. מיר זעען עס סײַ וואָס שייך דעם קריזיס אין מיטעלן מיזרח, סײַ אינעם וויכּוח אַרום דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם און לעצטנס, אויך אַרום דעם גורל פֿון קאָסאָוואָ.
פּוטין, ווי אַ פּרעזידענט, האָט אין זײַן אויסערלעכער און אינערלעכער פּאָליטיק אַ סך וואָס צוגעזאָגט. איצט איז געבליבן שטיין די פֿראַגע, ווי אַזוי צו פֿאַרווירקלעכן די צוזאָגענישן?
ס‘איז נישט קיין נײַעס, אַז ביז אַהער האָבן די שטעלע פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער פֿאַרנומען מיטלמעסיקע פֿונקציאָנערן. סײַ דער געוועזענער פּרעמיער פֿראַדקאָוו און סײַ דער איצטיקער פּרעמיער זובקאָוו האָבן ווייניק וואָס אַליין באַשלאָסן און אויפֿגעטאָן. דעריבער, ווערט באַטאָנט, איז הײַנט וויכטיק, ווער ס‘וועט נעמען אויף זיך דאָס אַחריות צו פֿאַרענטפֿערן די אומפֿאַרמײַדלעכע פּראָבלעמען אין דער רוסלענדישער עקאָנאָמיע און פּאָליטיק. ביז אַהער האָט פּוטין דער פּרעזידענט געקאָנט אין זײַנע "דורכפֿאַלן" באַשולדיקן דעם אָדער יענעם מיניסטער; צי וועט דער פּרעמיער פּוטין, וואָס איז געוווינט אַליין צו באַשליסן, ווער ס‘איז שולדיק, מסכּים זײַן צו ווערן אַזאַ קרבן אונטער דעם אויפֿזיכט פֿון פּרעזידענט מעדוועדיעוו?
די אָנערקענונג פֿון פּוטינס אויפֿטוען איז די טעג געקומען פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעסטיזשפֿולן זשורנאַל Time, וואָס רופֿט יעדעס סוף־יאָר אָן דעם "מענטש פֿון יאָר". אין זייער מאָטיוואַציע בײַם אויסקלײַבן "דעם מענטש", האָט די רעדאַקציע באַטאָנט, אַז פּוטין האָט אַרויסגעוויזן אַן אויסשליסלעכע מײַסטערשאַפֿט בײַם אָנפֿירן מיטן לאַנד, וואָס ווען ער האָט עס איבערגענומען, איז עס געווען אין אַ צושטאַנד פֿון כאַאָס. ער האָט עס געבראַכט צו אַ מצבֿ פֿון סטאַבילקייט. "פּוטין האָט מיט אײַנגעשפּאַרטקייט געפֿירט זײַן לאַנד צו די צילן, וואָס ער האָט זיך קלאָר פֿאָרגעשטעלט, און דערמיט אומגעקערט רוסלאַנד אויף דער וועלט־מאַפּע", — דערקלערט דער זשורנאַל.
צווישן די קאַנדידאַטן האָט די רעדאַקציע באַטראַכט אַזעלכע פּערזענלעכקייטן ווי אַל גאָר, דער געוועזענער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט, דער הײַיאָריקער נאָבעל־לאַורעאַט.