‫רעפּאָרטאַזשן
בײַ דער קאָנפֿערענץ "שפּראַכן בײַ ייִדן" (פֿון רעכטס): די פּראָפֿעסאָרן מרים אייזיקס, לויִס גלײַנערט און גענאַדי עסטרײַך

דעם 2טן און 3טן דעצעמבער איז פֿאָר­געקומען אין אוניווערסיטעט פֿון מערילענד אין קאָלעדזש-פּאַרק אַ קאָנ­פֿערענץ אויף דער טעמע "שפּראַכן בײַ ייִדן אין אַ גלאָ­באַליזירטער וועלט", אונטער דער פֿעיִקער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּראָפֿ׳ מרים אײַזיקס, די דאָרטיקע פּראָפֿעסאָרשע פֿון ייִדיש. אַזוי ווי אַני-הקטן בין געווען צווישן די רעדנערס, קען דער דאָזיקער באַריכט ניט זײַן גאַנץ אָביעקטיוו, אָבער ער מעג נאָך אַלץ עפּעס לאָזן פֿונעם טעם פֿון דער קאָנפֿערענץ, דעם מין פֿראַגעס וואָס מע האָט באַהאַנדלט, און די לעבעדיקע דיסקוסיעס, וואָס האָבן לאַנג געדויערט נאָך יעדער סעסיע.