פּאָליטיק

מיט איבער אַ חודש צוריק, דעם 29סטן נאָוועמבער, האָט ישׂראל געפֿײַערט 60 יאָר זינט די "יו־ען" האָט באַשלאָסן צו רעקאָמענדירן צו שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה אין ארץ־ישׂראל. איך פּערזענלעך בין אין יענעם טאָג געפֿאָרן מיט מײַן פֿרוי פֿרידע פֿון מינכן, די אַמעריקאַנער אָקופּאַציע־זאָנע אין דײַטשלאַנד, קיין בערגען־בעלזען, אין דער ענגלישער זאָנע; ווי אומלעגאַלע עמיגראַנטן זײַנען מיר געווען אויפֿן וועג קיין ארץ־ישׂראל.

פֿאַרן פֿאַרלאָזן מינכן, האָבן מיר געהערט אויפֿן ראַדיאָ די דעבאַטעס אין דער "יו־ען" וועגן דער רעקאָמענדאַציע צו צעטיילן ארץ־ישׂראל אויף צוויי מדינות: אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע. אין דער באַן האָבן מיר די גאַנצע נאַכט נישט געקאָנט צומאַכן אַן אויג, ווײַל עס האָט געקאָנט אַזוי טרעפֿן, אַז צוליב איין שטימע אָדער צוויי זאָל דער צעטיילונגס־פּלאַן דורכפֿאַלן. אָבער, אַז מיר זענען אויף מאָרגן מיטאָג־צײַט אָנגעקומען קיין בערגען־בעלזען, האָבן שוין געפֿלאַטערט אויף די ווענט פֿון ייִדישן פּליטים־לאַגער פּלאַקאַטן: "לעבן זאָל די ייִדישע מדינה!" "לעבן זאָל בן־גוריון!" און די שׂימחה איז געווען גרויס.

33 מדינות האָבן געשטימט פֿאַרן צעטיילונגס־פּלאַן, 13 האָבן געשטימט קעגן און 10 האָבן זיך אָפּגעהאַלטן. "היסטאָרישע גערעכטיקייט" — אַזוי האָט דוד בן־גוריון דעפֿינירט דעם "יו־ען"־באַשלוס, און אין ארץ־ישׂראל האָט מען די גאַנצע נאַכט געטאַנצט אין די גאַסן. אָבער זייער גיך איז די שׂימחה צעשטערט געוואָרן, ווען עס זענען אָנגערופֿן געוואָרן די ערשטע קרבנות פֿון דעם "יו־ען"־באַשלוס: זיבן ייִדן זענען דערמאָרדעט געוואָרן דורך די אַראַבער, וועלכע האָבן אָנגעהויבן אַ טעראָר־אָפּעראַציע, כּדי צו צעשטערן דעם צעטיילונגס־פּלאַן.

אין יאַנואַר 1948 האָבן זיך געמערט די קרבנות. די אַראַבער האָבן פּרובירט אַרײַנצודרינגען אין דער אַלטער שטאָט פֿון ירושלים און דערמאָרדעט דרײַ ייִדן. 35 ייִדישע סטודענטן זענען דערהרגעט געוואָרן אויפֿן וועג קיין ירושלים; דער בנין פֿון דער ייִדישער אַגענץ אין ירושלים איז אויפֿגעריסן געוואָרן און אַ קאַראַוואַן פֿון "הדסה"־שפּיטאָל אויפֿן הר־הצופֿים איז אַטאַקירט געוואָרן — 77 דאָקטוירים, קראַנקן־שוועסטער און אַקאַדעמיקער זענען אומגעקומען.

דאָס אַלץ איז געווען אַ צוגרייטונג צו דער אַלגעמיינער מלחמה קעגן די ייִדן אין ארץ־ישׂראל, אויב זיי וועלן פּראָקלאַמירן זייער מדינה אינעם טאָג, ווען עס וועט זיך ענדיקן דער ענגלישער מאַנדאַט איבער ארץ־ישׂראל — דעם 14טן מײַ 1948. און דאָס האָט טאַקע פּאַסירט נאָכן פּראָקלאַמירן די ייִדישע מדינה: 7 אַראַבישע לענדער האָבן זי אַטאַקירט און עס האָט זיך אָנגעהויבן די אומאָפּהענגיקייט־מלחמה. די לבֿנונישע אַרמיי האָט אַטאַקירט פֿון צפֿון, די סירישע — פֿון מיזרח־צפֿון, דער יאָרדאַנישער לעגיאָן און די איראַקישע מיליטערישע איינהייטן — אין צענטער, די עגיפּטישע אַרמיי — פֿון דרום. אויך מיליטערישע איינהייטן פֿון סאַודיע און תּימן האָבן זיך אָנגעשלאָסן צו די אַטאַקירער.

די מלחמה האָט געדויערט מער ווי 13 מאָנאַטן, פֿון זיי — 61 שלאַכט־טעג. און ישׂראל האָט אין איר געזיגט. די מלחמה האָט זיך געענדיקט פֿאָרמעל דעם 20סטן יולי 1949 מיטן אונטערשרײַבן דעם וואָפֿנשטילשטאַנד־אָפּמאַך צווישן ישׂראל און סיריע. עטלעכע אָפּמאַכן זענען פֿאַר דעם אוטערגעשריבן געוואָרן צווישן ישׂראל און עגיפּטן. לבֿנון און יאָרדאַניע, איראַק, סאַודיע און תּימן — וואָס זייערע מיליטערישע איינהייטן האָבן אָנטיילגענומען אין דער מלחמה — האָבן נישט אונטערגעשריבן קיין וואָפֿנשטילשטאַנד־אָפּמאַך.

אין די דאָזיקע אָפּמאַכן זענען אָנערקענט געוואָרן די מיליטערישע דערגרייכונגען פֿון ישׂראל. אין אייניקע פּלעצער זענען די גרענעצן פֿון ישׂראל פֿאַרברייטערט געוואָרן: אין צענטראַלן און מערבֿדיקן גליל, די באַן־ליניע ירושלים־לוד־חיפֿה, אַ ברייטער קאָרידאָר אויפֿן וועג קיין ירושלים און דער צפֿון לאַנד־פּאַס פֿון עזה. ישׂראלס טעריטאָריע נאָך דער מלחמה איז געווען איבער 20,000 קוואַדראַט קילאָמעטער. יהודה, שומרון און מיזרח־ירושלים, אײַנגעשלאָסן די אַלט־שטאָט, זענען אָקופּירט געוואָרן דורך יאָרדאַניע. די קרבנות פֿון ישׂראל אין דער מלחמה זענען געווען 4,783 סאָלדאַטן, צווישן זיי 900 נײַע אימיגראַנטן לעבן־געבליבן פֿונעם חורבן, און 2,000 ציווילע. דוד בן־גוריון האָט זיך אויסגעדריקט: "די שײַנענדיקע פּרעכטיקע געשעעניש פֿון דער יונגער מדינה איז געווען דער זיג פֿון אונדזער אַרמיי איבער די אַראַבישע אַרמייען. אויב נישט דער דאָזיקער זיג, וואָלטן מיר דאָ געוואָרן אָפּגעווישט פֿון ערד־אויבערפֿלאַך".

דעם 11טן מײַ 1949 איז ישׂראל אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין דער "יו־ען", ווי דער 59סטער מיטגליד פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע. אָבער 7 יאָר נאָך דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה האָט ישׂראל ווידער געדאַרפֿט קעמפֿן, כּדי צו פֿאַרזיכערן איר עקזיסטענץ. דאָס האָט פּאַסירט ווען דער עגיפּטישער פּרעזידענט אַבדעל נאַסער האָט געשלאָסן אַ געווער־אָפּמאַך מיט טשעכאָסלאָוואַקײַ, נאַציאָנאַליזירט דעם סועץ־קאַנאַל, פֿאַרברייטערט די בלאָקאַדע קעגן ישׂראל אינעם לאַנד־פּאַס פֿון טיראַן, פֿאַרבאָטן די ישׂראל־עראָפּלאַנען און שיפֿן דעם דורכפֿאָר דורך דעם לאַנד־פּאַס, און האָט אונטערגעשריבן דעם 24סטן אָקטאָבער 1956 אַ מיליטערישן פּאַקט מיט סיריע און יאָרדאַניע, שאַפֿנדיק אַ געמיינזאַמען מיליטערישן שטאַב. ישׂראל איז געבליבן אַרומגערינגלט פֿון דרײַ זײַטן און געפֿילט, אַז דער דערשטיקונג־שלייפֿל באַפֿעסטיקט זיך אַרום איר האַלדז.

פּרעמיער־מיניסטער דוד בן־גוריון האָט באַשלאָסן צו רעאַגירן, אָבער ער האָט געהאַט חילוקי־דעות מיטן אויסערן־מיניסטער משה שרת. שרת האָט געמוזט דעמיסיאָנירן און אויף זײַן פּלאַץ איז באַשטימט געוואָרן גאָלדע מאיר. דעם 29סטן אָקטאָבער האָט זיך אָנגעהויבן די סיני־מלחמה. דעם 4טן נאָוועמבער האָט זי זיך פֿאַרענדיקט. גאַנץ סיני און עזה זענען געווען אין ישׂראלס הענט. ישׂראלס קרבנות אין דער מלחמה האָבן באַטראָפֿן 231 געהרגעטע און 817 פֿאַרוווּנדיקטע.

די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן אויסגעאיבט אַ דרוק אויף ישׂראל זי זאָל זיך צוריקציִען און געוואָרנט מיט סאַנקציעס. בן־גוריון, וועלכער האָט שטענדיק געטענהט, אַז מען דאַרף איגנאָרירן וואָס די גויים זאָגן, האָט דאָס מאָל נישט געקאָנט עס טאָן, און דעם 6טן נאָוועמבער האָט ער געמאָלדן, אין אַ דראַמאַטישער בײַנאַכטיקער מעלדונג צום פֿאָלק, אַז ישׂראל וועט צוריקציִען אירע כּוחות פֿון סיני און עזה. אין דער סיני־מלחמה אין אָקטאָבער 1956 האָט ישׂראל אָפּגעהאַלטן אַ קאָלאָסאַלן מיליטערישן זיג, אָבער אירע מיליטערישע דערגרייכונגען אין דער דאָזיקער מלחמה זענען איבערגעגעבן געוואָרן אין די הענט פֿון דער "יו־ען": די פּאָזיציעס אויף די אָקופּירטע שטחים האָבן איבערגענומען די סאָלדאַטן פֿון דער "יו־ען", שאַפֿנדיק אַ מחיצה צווישן ישׂראל און עגיפּטן.

כאָטש די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן געצוווּנגען ישׂראל צו פֿאַרלאָזן אַלע אָקופּירטע שטחים אין דער סיני־מלחמה, האָט ישׂראל דערגרייכט אין דער מלחמה אַלע אירע צילן: דער עגיפּטישער מיליטערישער כּוח איז צעבראָכן געוואָרן און די סכּנה פֿאַר ישׂראלס עקזיסטענץ איז נעלם געוואָרן; דער ים־עמבאַרגאָ קעגן ישׂראל איז אָפּגעשאַפֿן געוואָרן און דער ים־סוף, דער רויטער ים, איז געעפֿנט געוואָרן פֿאַר נאַוויגאַציע; די "פֿעדאַיִן"־טעראָריסטן אין עזה־ראַיאָן זענען צעשמעטערט געוואָרן, און ישׂראל האָט באַקומען 10 יאָר פֿרײַע פֿון טעראָר. ירושלים האָט אויך באַקומען צוזאָגן, אַז די לאַגע פֿון אָקטאָבער 1956 וועט זיך מער נישט איבערחזרן.

אָבער אַלע הבֿטחות האָבן ווי קיינמאָל נישט עקזיסטירט, ווען אַבדעל נאַסער האָט אין 1967 באַשלאָסן אַרויסצוטרײַבן די "יו־ען"־סאָלדאַטן פֿון סיני. און אויס מחיצה. דער מצבֿ האָט אָנגעהויבן קאָמפּליצירט צו ווערן פֿון דעם 7טן אַפּריל מיט אַ לופֿט קאַמף צווישן ישׂראל און סיריע, אין וועלכן די ישׂראל־אַוויאַציע האָט אַראָפּגעשאָסן נעבן דמשׂק 6 "מיג"־עראָפּלאַנען. די סיריער האָבן געהאָפֿט, אַז די סאָוועטן, די פּראָדוצירער פֿון די "מיגס", וועלן זיי קומען צו הילף. אָבער מאָסקווע האָט מורא געהאַט צו אינטערווענירן דירעקט און האָט באַשלאָסן צו מאָביליזירן דערצו עגיפּטן. די רוסן האָבן דערמאָנט נאַסערן זײַן פֿאַרטיידיקונג־אָפּמאַך מיט סיריע, און כּדי אים צו איבערצײַגן אין דער נויטווענדיקייט פֿון אַן אַקציע, האָבן זיי אויסגעטראַכט — און עס פּובליקירט — אַז ישׂראל האָט מאָביליזירט 13 דיוויזיעס און קלײַבט זיך צו אַטאַקירן דמשׂק.

ישׂראל האָט נישט מאָביליזירט קיין שום דיוויזיעס און ישׂראלס אויסערן־מיניסטער, אַבאַ אבֿן, האָט אײַנגעלאַדן די סאָוועטישע אַמבאַסאַדע אַרויסצוגיין מיט אים אויף אַ באַזוך אין צפֿון פֿון לאַנד זיך צו איבערצײַגן אין דעם, אָבער די סאָוועטן האָבן זיך אָפּגעזאָגט, און דעם 15טן מײַ האָט נאַסער אָנגעהויבן צו שיקן מיליטערישע איינהייטן צו דער ישׂראל־גרענעץ. אַ פּאָר טעג שפּעטער האָט ער באַפֿוילן די "יו־ען"־סאָלדאַטן צו פֿאַרלאָזן זייערע פּאָזיציעס און דעם 22סטן מײַ 1967 אָנגענומען זײַן גורלדיקן שריט: ער האָט פֿאַרמאַכט דעם לאַנד־פּאַס פֿון טיראַן פֿאַר די ישׁראלדיקע שיפֿן און פֿאַר די שיפֿן, וואָס פֿירן פֿראַכט קיין ישׂראל, אײַנגעשלאָסן נאַפֿט.

עטלעכע טעג האָט אויסגעזען, אַז די פּאָליטישע אײַנריכטונג פֿון ישׂראל צעפֿאַלט זיך ווי אַ קאָרטן־שטיבל. ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך האָבן זיך אָפּגעטראָגן פֿון דער דרײַ־מאַכטיקער דעקלאַראַציע פֿון יאָר 1950 אָפּצוהיטן פֿרײַע נאַוויגאַציע. שאַרל דע־גאָל האָט געוואָרנט ישׂראל זי זאָל נישט אָנהייבן קיין מיליטערישע אַקציע קעגן עגיפּטן, צוליבן שליסן די פֿרײַע נאַוויגאַציע. דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, לינדאָן דזשאַנסאָן, האָט פֿאָרגעשלאָגן אַן אַקציע פֿון די "ים־מאַכטן", כּדי צו ברעכן דעם עמבאַרגאָ; אָבער דאָס האָט זיך פֿאַרווירקלעכט זייער פּאַמעלעך. עגיפּטן האָט אָפֿן דערקלערט, אַז דער ציל פֿון אירע אַקטיוויטעטן איז צו פֿאַרניכטן מדינת־ישׂראל.

עגיפּטן האָט באַוויזן צו קאָנצענטרירן גרויסע קרעפֿטן, כּדי אָפּצושנײַדן אילת און דעם דרומדיקן נגבֿ פֿון מדינת־ישׂראל. דעם 30סטן מײַ איז געקומען קיין קאַיִר דער יאָרדאַנישער קעניג כוסיין, נאָכדעם ווי ער איז מסכּים געווען, אַז די סאַודישע און איראַקישע מיליטערישע איינהייטן זאָלן אַרײַנגיין אין יאָרדאַניע. אין קאַיִר האָט כוסיין אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, לויט וועלכן ער האָט אַוועקגעשטעלט די יאָרדאַנישע אַרמיי אונטער די באַפֿעלן פֿון נאַסערן. דעם 4טן יוני, האָבן עגיפּטן און איראַק אונטערגעשריבן אַ פֿאַרטיידיקונג־אָפּמאַך. ישׂראל האָט מער נישט געקאָנט וואַרטן און דעם 5טן יוני האָט איר לופֿטפֿלאָט אַטאַקירט אַלע פֿליפֿעלדער פֿון עגיפּטן. אַ פּאָר שעה איז געווען גענוג צו פֿאַרניכטן אַלע עגיפּטישע עראָפּלאַנען.

ישׂראלס ים־פֿלאָט האָט פֿאַרזיכערט די ברעגן און פֿאַרשלאָסן דעם עגיפּטישן פֿלאָט אין אירע באַזעס. אין דרום איז אַרײַנגעדרונגען דאָס פּאַנצער־מיליטער, אַוואַנסירט אין טיפֿעניש פֿון סיני און אונטערוועגנס פֿאַרניכטעט די עגיפּטישע אַרמייען. כוסיין האָט איגנאָרירט די ביטע פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער לוי אשכּול ער זאָל זיך נישט אַרײַנמישן אין דער מלחמה, צוזאָגנדיק אים, אַז אין אַזאַ פֿאַל וועט מען יאָרדאַניען נישט טשעפּען. אָבער כוסיין האָט באָמבאַרדירט ירושלים און אײַנגענומען דעם פּאַלאַץ פֿון ענגלישן הויך־קאָמיסאַר. ישׂראל האָט געמוזט רעאַגירן און האָט אײַנגענומען דעם טייל פֿון ארץ־ישׂראל, וואָס איז געווען אָקופּירט דורך יאָרדאַניע, און פֿאַראייניקט אונטער איר מאַכט די גאַנצע שטאָט ירושלים.

דעם 9טן יוני האָט ישׂראל אַטאַקירט אויפֿן סירישן פֿראָנט און אײַנגענומען רמת־הגולן. אין זעקס טעג איז אַלץ געווען דערליידיקט: דער סיני און רמת־הגולן האָבן אויפֿגעהערט צו זײַן טעראָריסטישע באַזעס, ירושלים איז געווען פֿולשטענדיק באַפֿרײַט; די גרענעצן פֿון סועץ־קאַנאַל ביז רמת־הגולן זײַנען באַשיצט געוואָרן, לענג־אויס דעם ירדן־טײַך, מיט אַ זיגערישער אַרמיי, וואָס די גאַנצע וועלט האָט באַוווּנדערט; מיט אַ קאָלאָסאַלן פּרעסטיזש אויף דער גאָרער וועלט; מיט דער פֿולער אייניקייט צווישן ישׂראל און די ייִדישע קהילות אין גלות, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ נישט איבערגעריסענעם בונד.

דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די אַנדערע קאָמוניסטישע לענדער האָבן איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל, אַ חוץ רומעניע. צום באַדויערן, זענען אומגעקומען 780 סאָלדאַטן און אַ סך הונדערטער — פֿאַרוווּנדיקטע. נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, אין אויגוסט 1967, האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן די פֿירער פֿון די אַראַבישע לענדער אויף אַ שפּיצן־קאָנפֿערענץ אין כאַרטום, סודאַן, און פּראָקלאַמירט זייערע דרײַ "ניינען": נישט קיין שלום מיט ישׂראל, נישט אָנערקענען ישׂראל, נישט אונטערהאַנדלען מיט ישׂראל.

אין סעפּטעמבער 1968, האָט עגיפּטן אָנגעהויבן איר "אויסמאַטערונג־מלחמה" קעגן ישׂראל, מיט מאַסיווע באָמבאַרדירונגען אויף די ישׂראלדיקע פּאָזיציעס אויף דער מיזרחדיקער זײַט פֿונעם סועץ־קאַנאַל. אין דער "אויסמאַטערונג־מלחמה", וואָס האָט געדויערט צוויי יאָר, זענען אַרײַנגעדרונגען קיין ישׂראל טעראָריסטן לענג־אויס אירע גרענעצן און דורכגעפֿירט טעראָר־ און מאָרד־אַקטן. ישׂראל האָט פֿאַרלוירן אין דער דאָזיקער מלחמה 721 מענטשן. אָבער די אַראַבער האָבן גאָרנישט דערגרייכט. אין סעפּטעמבער 1970 איז געשטאָרבן דער עגיפּטישער פּרעזידענט אַבדעל נאַסער און אויף זײַן אָרט איז געקומען אַנוואַר סאַדאַט, וועלכער האָט באַלד דערקלערט זײַן ציל: "עגיפּטן איז פֿאַרפֿליכטעט צו באַפֿרײַען גאַנץ פּאַלעסטינע און פֿאַרניכטן די ייִדישע מדינה — פּאָליטיש, מיליטעריש, סאָציאַל און גײַסטיק".

דעם 6סטן אָקטאָבער 1973, אין טאָג פֿון יום־כּיפּור, 2 אַזייגער נאָכמיטאָג איז גאַנץ ישׂראל איבערראַשט געוואָרן, ווען די עגיפּטישע און סירישע מיליטערישע כּוחות האָבן אַטאַקירט אין סיני און רמת־הגולן. ישׂראל האָט זיך געפֿונען אַנטקעגן די 650,000 עגיפּטישע און 150,000 סירישע סאָלדאַטן, 5,000 רוסישע טאַנקען, איבער 1,000 שלאַכט־עראָפּלאַנען, אַ שטאַרקער אַרטילעריע, באַטעריע פֿון ראַקעטעס און אַנדערע סאָרטן געווער. די אַראַבער האָבן געהאַט אַ געוואַלדיקן איבערגעשטײַג פֿון מיליטערישע קרעפֿטן איבער ישׂראל. אין פֿארלויף פֿון דער מלחמה האָבן זיך אויך אָנגעשלאָסן די מיליטערישע איינהייטן פֿון איראַק, יאָרדאַניע און מאַראָקאָ. עס האָט ממש געדראָט אַ סכּנה צו דער עקזיסטענץ פֿון ישׂראל.

דער אמת איז, אַז סוף סעפּטעמבער 1973 האָט דער "מוסד" באַקומען אַ ידיעה פֿון זײַן עגיפּטישן אַגענט, אַשראַף מאַרוואַן — דער איידעם פֿון אַבדעל נאַסער — אַז עגיפּטן און סיריע גרייטן צו אַ מלחמה, אָבער די ידיעה איז נישט דערגאַנגען צום פּרעמיער גאָלדע מאיר צו דער צײַט. דעם 5טן אָקטאָבער האָט ישׂראל באַקומען אַ ידיעה, אַז די משפּחות פֿון די רוסישע ראַטגעבער אין סיריע פּאַקן זייערע זאַכן און אַנטלויפֿן פֿון סיריע. דאָס זעלבע האָט פּאַסירט מיט די סאָוועטישע ראַטגעבער ערבֿ דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. האָט גאָלדע מאיר געפֿרעגט דעם זיכערהייט־מיניסטער, משה דיין, דעם שעף פֿון דער אַרמיי, גענעראַל דוד אלעזר, און דעם שעף פֿון דער אַרמיייִשער געהיים־דינסט, גענעראַל אלי זעירא: "צי איז די ידיעה אַ באַאומרויִקנדיקע". גענעראַל זעירא האָט געענטפֿערט מיט אַ שמייכל: "זאָרג נישט, עס וועט נישט זײַן קיין מלחמה".

נישט געקוקט אויף דער דערקלערונג פֿון גענעראַל זעירא, האָט דער אַרמיי־שעף, גענעראַל אלעזר, פֿאָרגעשלאָגן אָנהייבן אַ פּרעווענטיווע מלחמה קעגן די עגיפּטער און סיריער. גאָלדע מאיר האָט זײַן פֿאָרשלאַג נישט אָנגענומען. זי איז געווען קעגן אַ פּרעווענטיווער מלחמה, כּדי דער וועלט זאָל זײַן אַבסאָלוט קלאָר, אַז די אַראַבער זענען די אַגרעסאָרן, און ישׂראל זאָל קענען באַקומען די נויטווענדיקע הילף.

גאָלדע מאיר איז נישט געווען גערעכט. ווען זי וואָלט געפֿאָלגט גענעראַל אלעזרן, וואָלטן מיר געהאַט אַ סך ווייניקער קרבנות און די עקזיסטענץ פֿון דער מדינה וואָלט נישט געווען אָפּהענגיק פֿון דעם, צי די אַמעריקאַנער עראָפּלאַנען וועלן קומען, צי נישט. וואָס שייך דעם פּאָליטישן פֿאַקטאָר, האָט אונדזער ווילן איבערצוצײַגן די וועלט, אַז מיר זענען נישט קיין אַגרעסאָרן, נישט געהאַט קיין שום השפּעה, סײַדן אין אַמעריקע.

ישׂראל איז אָן צווייפֿל געווען דער צד, וואָס האָט געזיגט אין דער יום־כּיפּור־מלחמה. אָבער אויך עגיפּטן האָט זיך נישט באַטראַכט ווי זי וואָלט פֿאַרלוירן די מלחמה. סאַדאַט האָט נישט געקלערט, אַז ער וועט געווינען די מלחמה, אָבער ער האָט געהאָפֿט צו רעהאַביליטירן דעם כּבֿוד פֿון דער עיגפּטישער אַרמיי נאָך איר קאָלאָסאַלער מפּלה אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. ער האָט געדענקט, אַז ער האָט עס דערגרייכט מיטן איבערראַשן ישׂראל און מיט די ריזיקע נאָכפֿאָלגן; אין דער מלחמה האָט ישׂראל פֿאַרלוירן 2,687 מענטשן, 7,000 זײַנען געווען פֿאַרוווּנדיקט, 508 אָפּוועזנדיקע; ישׂראלס האָט אויך פֿאַרלוירן 100 עראָפּלאַנען און 800 טאַנקען. דאָס אַלץ האָט גשטאַרקט דעם עגיפּטישן עגאָ און ביז הײַנט פֿײַערט עגיפּטן יעדעס יאָר דעם 6טן אָקטאָבער ווי זייער "נצחון אין דער אָקטאָבער־מלחמה".

דעם 3טן יוני 1982, האָבן די פּאַלעסטינער טעראָריסטן אויסגעפֿירט אַן אַטענטאַט קעגן שלמה אַרגובֿ, דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין לאָנדאָן. דרײַ טעג שפּעטער איז די ישׂראלדיקע אַרמיי אַרײַנגעדרונגען אין לבֿנון מיטן ציל צו מאַכן אַ סוף צום "פֿאַטאַכלאַנד", אין דרום־לבֿנון. מיט דעם האָט זיך אָנגעהויבן די ערשטע לבֿנון־מלחמה. דער אַטאַק אויפֿן ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר איז געווען די אָפֿיציעלע סיבה פֿאַר דער ערשטער לבֿנון־מלחמה, אָבער דער אמתער ציל איז געווען צו שאַפֿן אַ נײַע אָרדעננג אין לבֿנון באַזירט אויף אַ בונד מיט די דאָרטיקע קריסטן. דעם 1טן סעפּטעמבער 1982, האָט פּרעמיער־מיניסטער מנחם בעגין זיך געטראָפֿן אין נהריה מיטן פּרעזידענט פֿון לבֿנון, באַשיר דזשומאַיִל, און באַהאַנדלט די צוקונפֿטיקע באַציִונגען צווישן לבֿנון און ישׂראל.

דעם 17טן מײַ 1983, איז טאַקע אונטערגעשריבן געוואָרן אַ ישׂראל־לבֿנונער הסכּם. אָבער דעם 4טן סעפּטעמבער איז באַשיר דזשומאַיִל דערמאָרדעט געוואָרן. די ישׂראלדיקע אַרמיי איז אַרײַן אין מערבֿ־ביירוט און עס איז איר געלונגען אַרויסצוטרײַבן די "פּל״אָ"־מיליץ, בראָש מיט אַראַפֿאַטן, קיין טוניס. די ישׂראל־קרבנות אין דער מלחמה זענען געווען 670 געהרגעטע סאָלדאַטן (אין 1982) און נאָך 1,216 געהרגעטע ישׂראל־זעלנער צווישן די יאָרן 1982 און 2000, ווען ישׂראל האָט פֿאַרלאָזט לבֿנון.

זעקס יאָר שפּעטער איז די ישׂראלדיקע אַרמיי צוריקגעקומען קיין לבֿנון אין דער צווייטער לבֿנון־מלחמה. די צווייטע לבֿנון־מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דעם, ווי דעם 26סטן יוני 2006 האָט דער "כאַמאַס" אַטאַקירט אַ פּאָזיציע פֿון ישׂראלס אַרמיי נעבן עזה, דערהרגעט 2 סאָלדאַטן און פֿאַרכאַפּט דעם סאָלדאַט גלעד שאַליט; די "כעזבאָלאַ"־מיליטאַנטן, פֿון ייער זײַט, האָבן דעם 12טן יולי אַטאַקירט אַ ישׂראלדיקן מיליטערישן פּאַטרול, דערהרגעט 8 און פֿאַרכאַפּט צוויי סאָלדאַטן: אהוד גאָלדוואַסער און אלדד רעגעוו. די מלחמה האָט געדויערט 81 טעג; פֿון זיי, 33 קאַמפֿס־טעג און 48 טעג ביז דעם וואָפֿנשטילשטאַנד. ישׂראל האָט פֿאַרלאָזט לבֿנון דעם 1טן אָקטאָבער. אין דער מלחמה האָט ישׂראל פֿאַרלוירן 119 סאָלדאַטן און 45 ציווילע קרבנות.

ס׳איז שוין איבער אַ יאָר נאָך דער מלחמה און ישׂראל האָט נאָך נישט מצליח געווען צו באַפֿרײַען די דרײַ פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן. ווער ווייסט, צי זיי לעבן נאָך בכלל; און אויב יאָ, וואָס איז זייער געזונט־צושטאַנד? עס איז אונדזער אַלעמענס תּפֿילה, אַז די דרײַ ישׂראלדיקע סאָלדאַטן זאָלן זיך צוריקקערן געזונטע אַהײַם, און אַז קיין אַכטע מלחמה זאָל נישט זײַן אונטערוועגנס.