- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דרײַ ישׂראל־סאָלדאַטן געפֿינען זיך אין די הענט פֿון טעראָריסטן. גלעד שליט — בײַ "כאַמאַס", אלדד רגבֿ און אהוד גאָלדוואַסער — בײַ "כעזבאָלאַ". דערצו, ווייסט קיינער נישט, וווּ עס געפֿינט זיך דער פּילאָט רוֹן אַרד, וועלכער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן דעם 16טן אָקטאָבער, 1986. לויט די ידיעות אין דער פּרעסע, וועט פֿאָרקומען אין בערלין אַ דעמאָנסטראַציע קעגן איראַנס פּאָליטיק אין באַציִונג צום חורבן און מדינת־ישׂראל. די דעמאָנסטראַציע איז פּלאַנירט אויפֿן 27סטן יאַנואַר, די דאַטע פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ, און דער טאָג וואָס איז באַשטימט געוואָרן דורך דער "יו־ען", ווי דער אינטערנאַציאָנאַלער "געדענק־טאָג" פֿונעם חורבן. דער באַשלוס פֿון דער "יו־ען" וועגן דעם איז אָנגענומען געוואָרן דורך איר אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג אויף איר סעסיע פֿון ערשטן נאָוועמבער 2005, און דער דאָזיקער באַשלוס וואַרפֿט אויך אָפּ די אָפּלייקענונג פֿונעם חורבן. הײַיאָר, דעם 13טן דעצעמבער, האָט דער פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט זיך געטראָפֿן מיטן איצטיקן פּויפֿסט, בענעדיקטוס דער 16טער. דעם 30סטן דעצעמבער וועט ווערן 13 יאָר זינט דער וואַטיקאַן האָט אָנגעקניפּט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט מדינת־ישׂראל. דעם 30סטן אָקטאָבער 1991 האָט זיך געעפֿנט די מאַדריד־קאָנפֿערענץ — די היסטאָרישע שלום־קאָנפֿערענץ מיט דער באַטייליקונג פֿון אַ דעלעגאַציע פֿון ישׂראל און דרײַ אַראַבישע דעלעגאַציעס: פֿון סיריע, לבֿנון און אַ בשותּפֿותדיקע יאָרדאַניש־פּאַלעסטינער דעלעגאַציע. די קאָנפֿערענץ איז צוזאַמענגערופֿן געוואָרן אונטער דער אַפּוטרופּסות פֿון די פּרעזידענטן פֿון די פֿאַראייניקטעע שטאַטן און דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — דזשאָרדזש בוש (דער פֿאָטער) און מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו. דעם טאָג וואָס ישׂראלס פּרעמיער אהוד אָלמערט האָט זיך געטראָפֿן אין וואַשינגטאָן מיט פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, האָט זיך פּובליקירט זײַנס אַן אינטערוויו אין דער פּאַלעסטינער צײַטונג "אַלקודס", וואָס גייט אַרויס אין מיזרח־ירושלים. צווישן אַנדערע, האָט אָלמערט געזאָגט אין זײַן אינטערוויו, אַז די לייזונג פֿון קאָנפֿליקט וועט פֿאָרקומען מיט דער אַנטשטייונג פֿון דער פּאַלעסטינער מדינה, און צוגעגעבן אַ ווײַט־גייענדיקע דעקלאַראַציע, אַז ער איז גרייט צו אונטערהאַנדלען אַפֿילו מיט "כאַמאַס", אויב זיי וועלן אָנערקענען ישׂראל.
אַ סך איז, און ווערט נאָך אַלץ, פּובליקירט וועגן דעם חורבן אין ביכער, פֿילמען, מוזעען און טעלעקאָמוניקאַציע. דאָס זעלבע איז לגבי דעם אַנטשטיין פֿון דער ייִדישער מדינה. אַ סך ווייניקער איז פּובליקירט געוואָרן וועגן דער תּקופֿה צווישן דעם חורבן און דער אַנטשטייונג פֿון דער ייִדישער מדינה — די געשיכטע פֿון די ייִדישע פּליטים פֿון מיזרח־אייראָפּע, וועלכע האָבן דאַן געלעבט אין די פּליטים־לאַגערן אין עסטרײַך, דײַטשלאַנד און איטאַליע. געוויס זײַנען אַ טייל פֿון די "פֿאָרווערטס"־לייענער געווען דאָרטן.
נאָך אַ פּאָר חדשים אין בערגען־בעלזען בין איך אָפּגעפֿאָרן — מיט מײַן פֿרוי און איר מוטער, ליבע שמולאָוויטש — פֿון בערגען־בעלזען קיין מאַרסיי, און פֿון דאָרט מיט דער רומענישער שיף "טראַנסילוואַניאַ" — קיין ארץ־ישׂראל. מיר זענען געפֿאָרן אויף דאָקומענטן פֿון אַנדערע פּערזאָנען: די נאָכוויינישן פֿון דער געקראַכטער סאָוועטישער אימפּעריע, וועלן נאָך, אַפּנים, לאַנג געבן וועגן זיך צו וויסן. די קאָנפֿליקטן צווישן באַזונדערע קלענערע רעפּובליקן מיט מאָסקווע אין דער פֿעדעראַציע גופֿא — איז אַ פּראָבלעם פֿאַר זיך אַליין; אַ צווייטע, מער קאָמפּליצירטע פּראָבלעם, איז פֿאַרבונדן מיט די איצט־אומאָפּהענגיקע לענדער, וואָס פֿריִער זײַנען זיי געווען אַ טייל פֿון דער קאָמוניסטישער אימפּעריע. עס גייט דאָ אַ רייד, קודם־כּל, וועגן אוקראַיִנע, גרוזיע, מאָלדאָווע.
2. די נקמה דעם 29סטן יולי 1944 זענען מיר באַפֿרײַט געוואָרן דורך דער רויטער אַרמיי פֿונעם דײַטשישן יאָך און ווידער געאָטעמט ווי פֿרײַע מענטשן. וון די גאַנצע וועלט איז געשטאַנען פֿאַרן אַרויסגיין פֿון אַ פֿינצטערניש צו אַ נײַעם מאָרגן און זיך געגרייט צו פֿײַערן דעם גרויסן ניצחון, זענען מיר — מײַן ברודער און איך און אַנדערע באַפֿרײַטע ייִדן — געשטאַנען אַנטקעגן אַ ווירקלעכקייט פֿון צעשטערונג און ליידן, מאָרד און פֿאַרניכטונג. די קאָנצענטראַציע־לאַגערן זענען באַפֿרײַט געוואָרן און דאָס ייִדישע פֿאָלק איז געווען צווישן די זיגער, אָבער נישט צווישן די, וואָס האָבן געפֿײַערט.
גאַנץ קאַיאָר, דעם 22טן יוני 1941, האָט דײַטשלאַנד אַטאַקירט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַזוי ווי ליטע — שוין ווי אַ טייל פֿונעם לאַנד — האָט געגרענעצט מיט דײַטשלאַנד, איז זי די ערשטע באָמבאַרדירט געוואָרן. דעם 23סטן יוני האָט די דײַטשע אַרמיי אַריין מאַרשירט אין מײַן געבורטס־שטעטל סימנע און די מאַכט דאָרט איז איבערגעגאַנגען אין די הענט פֿון די פּראָ־דײַטשע נאַציאָנאַליסטן. די ייִדן אין סימנע האָבן ממשיך געווען צו לעבן אין אַ רעלאַטיווער רויִקייט. |