לויט די ידיעות אין דער פּרעסע, וועט פֿאָרקומען אין בערלין אַ דעמאָנסטראַציע קעגן איראַנס פּאָליטיק אין באַציִונג צום חורבן און מדינת־ישׂראל. די דעמאָנסטראַציע איז פּלאַנירט אויפֿן 27סטן יאַנואַר, די דאַטע פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ, און דער טאָג וואָס איז באַשטימט געוואָרן דורך דער "יו־ען", ווי דער אינטערנאַציאָנאַלער "געדענק־טאָג" פֿונעם חורבן. דער באַשלוס פֿון דער "יו־ען" וועגן דעם איז אָנגענומען געוואָרן דורך איר אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג אויף איר סעסיע פֿון ערשטן נאָוועמבער 2005, און דער דאָזיקער באַשלוס וואַרפֿט אויך אָפּ די אָפּלייקענונג פֿונעם חורבן.
נישט געקוקט אויף דעם, האָט איין און איינציקער מיטגליד פֿון דער "יו־ען" — איראַן — דערקלערט דעם חורבן ווי אַ לעגענדע און איר פּרעזידענט, מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד — דער פּרעזידענט פֿון אַ לאַנד, וואָס איז אַ מיטגליד אין דער "יו־ען" — האָט גערופֿן אָפּצומעקן פֿון דער וועלט־מאַפּע מדינת־ישׂראל.
דער אמת אָבער איז, אַז נישט אַכמאַדינעדזשאַד האָט אַנטדעקט דעם אַנטיסעמיטיזם און שׂינאת־ישׂראל. דעם 13טן אַפּריל 1963, אין אַן עפֿנטלעכער רעדע קעגן שאַך, האָט אַיאַטאָלאַ כאָמייני געזאָגט: "איך ווייס, אַז איר ווילט נישט, איראַן זאָל זײַן אונטער די שטיוול פֿון די ייִדן". דער אַיאַטאָלאַ האָט געטענהט, אַז עס עקזיסטירט אַ קאָנספּיראַציע פֿון וועלט־ייִדנטום צו ליקווידירן דעם איסלאַם און הערשן איבער דער וועלט מיט דער הילף פֿון די פֿאַרמעגנס פֿון די מוסולמענער. אין 1977 האָט כומייני געשריבן: "די ייִדן האָבן באַשלאָסן צו באַהערשן די וועלט; אַמעריקע האָבן זיי שוין אײַנגעשלונגען און איצט ווילן זיי אײַנשלינגען איראַן".
אין 1978 איז פּובליקירט געוואָרן אין פּערסיש דאָס אַנטיסעמיטישע באַשמוצונגס־בוך "די פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון". און פֿון דאַן אָן איז דאָס דאָזיקע בוך אין פּערסיש נישט אַראָפּ פֿונעם איראַנישן שטענדער אויף די אינטערנאַציאָנאַלע ביכער־יאַרידן.
אין 1979 האָט אַיאַטאָלאַ כומייני איבערגענומען די מאַכט אין איראַן. דעם 4טן נאָוועמבער האָבן 400 פֿון כומייניס מענטשן דורכגעבראָכן די טיר פֿון דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין טעהעראַן, אַרײַנגעדרונגען און גענומען אין געפֿענגעניש אַלע אַמעריקאַנער וואָס זענען דאָרט געווען. צווישן די אַרײַנדרינגלער איז געווען דער דעמאָלט 23־יאָריקער — מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד.
אַז אַכמאַדינעדזשאַד איז געקומען צו דער מאַכט אין איראַן, איז אַיאַטאָלאַ כומייני געווען זײַן מאָדעל. צו היטלערן זענען פֿאַראַן ווענדונגען אין דער פּערסישער פּרעסע: "אונדזער ברודער היטלער, אַ שאָד וואָס דו האָסט נישט דערגרייכט דײַן ציל — די פֿאַרניכטונג פֿון די ייִדן". און אַדאָלף אײַכמאַן ווערט באַשריבן ווי "מאַרטירער אײַכמאַן, וועלכער איז געפֿאַלן אין דער הייליקער מלחמה קעגן די ייִדן, אָבער מיטן דערמאָרדן זעקס מיליאָן ייִדן האָט ער געטאָן אַן אמתע דינסט דער מענטשהייט". בײַ די איראַנער גייט עס צוזאַמען, אַז עס איז איבערהויפּט נישט געווען קיין חורבן און אַז אײַכמאַן האָט דערמאָרדעט זעקס מיליאָן ייִדן.
אַפֿילו אין זײַן דערעפֿענונגס־רעדע אויף דער קאָנפֿערענץ אין טעהעראַן דעם 11טן דעצעמבער 2006, האָט דער איראַנישער אויסערן־מיניסטער מאַנוכער מאָטאַקי געזאָגט דעם דאָזיקן "דבֿר־והיפּוכו" — אַ זאַך און איר היפּוך: אַז די נאַציס האָבן נישט דערמאָרדעט די ייִדן און אַז צוליב די נאַצישע פֿאַרברעכנס לײַדן מוסולמענער, אײַנגעשלאָסן די פּאַלעסטינער. אויף דער קאָנפֿערענץ אין טעהעראַן האָבן זיך באַטייליקט 67 אַזוי גערופֿענע עקספּערטן פֿון 30 לענדער, אַרומצורעדן די טעמע וועגן חורבן. עס זענען דאָרט געווען די גרעסטע חורבן־פֿאַרלייקענער פֿון דער וועלט.
עס זײַנען אויך געווען אין טעהעראַן די פֿאָרשטייער פֿון "נטורי־קרתּא", די פֿאַנאַטיש־פֿרומע ייִדן, וואָס אָנערקענען נישט מדינת־ישׂראל, און אַכמאַדינעדזשאַד האָט זייער אָפּגעשאַצט זייער באַטייליקונג, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי לייקענען נישט די עקזיסטענץ פֿון חורבן.
אין איראַן איז פֿאַראַן אַ ייִדישע קהילה, וואָס באַטרעפֿט אַרום 25,000 ייִדן. זייער אונטערגעוואָרפֿנקייט צו די מוסולמענער איז קלאָר. זיי טאָרן נישט פֿאַרנעמען קיין שום פּאָזיציע העכער פֿון אַ מוסולמענער און זענען אויסגעשלאָסן פֿון אויספֿירן פֿונקציעס אין פּאָליטיק און אַרמיי. זיי קענען נישט דערשײַנען ווי עדות אין געריכט. די ייִדישע שולן מוזן זײַן אָנגעפֿירט פֿון מוסולמענער און דאַרפֿן זײַן אָפֿן שבת. העברעיִשע ביכער זענען פֿאַרבאָטן. אַכמאַדינעדזשאַד באַנוצט זיך מיט דער ייִדישער קהילה נישט נאָר ווי אַ פּראָפּאגאַנדע־אינסטרומענט, נאָר אויך ווי אַן אָפּשרעקונגס־מיטל: אין פֿאַל פֿון אַ ישׂראלדיקן אַטאַק אויף אַן איראַנישער אַטאָם־אײַנריכטונג וועט די ייִדישע קהילה דינען ווי געפֿאַנגענע קעגן וועמען מען וועט קענען אָננעמען אַקטן פֿון נקמה.
ווייניקע וואָלטן געלייגט אַכט אויף אַ קאָנפֿערענץ, וואָס עס האָט אָרגאַניזירט אַ פּריוואַטע אָרגאַניזאַציע. אָבער די קאָנפֿערענץ איז צוזאַמענגערופֿן געוואָרן דורכן אויסערן־מיניסטעריום פֿון איראַן — אַ לאַנד, וואָס איז דאָס צווייטע לאַנד אויף דער וועלט, נאָך סאַודיע, אין דער פּראָדוקציע פֿון נאַפֿט, און דאָס צווייטע לאַנד, נאָך רוסלאַנד, אין פּראָדוצירן נאַטירלעכן גאַז. דאָ האַנדלט זיך וועגן אַ רעגירונגס־אַנטיסעמיטיזם, אַזוי ווי מיר האָבן געקענט דעם רעגירוגס־אַנטיסעמיטיזם פֿון היטלערס דײַטשלאַנד און סטאַלינס סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
אין דער פֿאַרגאַנגענהייט האָבן די חורבן־אָפּלייקענער געשטרעבט צו מאַכן אַ רעוויזיע. הײַנט ווילן זיי שאַפֿן אַ נײַע צוקונפֿט, וואָס זאָל דערמעגלעכן אַ נײַעם חורבן. אין אַכמאַדינעדזשאַדן זיצט אַ דיבוק פֿון חורבן־אָפּלייקענונג, און ער איז באַצויבערט פֿון אַן עווענטועלן צווייטן חורבן.
אויף דער קאָנפֿערענץ האָט איראַנס אויסערן־מיניסטער דערקלערט: "ווען די אָפֿיציעלע ווערסיע פֿון דעם חורבן וועט געשטעלט ווערן אין ספֿק, וועט אויפֿקומען אַ גרויסער פֿראַגע־צייכן וועגן דעם כאַראַקטער און אידענטיטעט פֿון דער ייִדישער מדינה". און אַכמאַדינעדזשאַד האָט צוגעגעבן: "ישׂראלס דיאַגראַמע גייט אַראָפּ, זי מוז נעלם ווערן פֿון דער וועלט און די מענטשהייט וועט זיך דערפֿילן באַפֿרײַט". אין דער זעלבער צײַט איז באַוווּסט געוואָרן, אַז איראַן האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט צו באַצאָלן פֿאַר דעם געווער וואָס סיריע וועט דערווערבן אין איר קאַמף קעגן ישׂראל. פּונקט ווי היטלער האָט געוואָלט באַפֿרײַען די מענטשהייט פֿון די ייִדן דורך זייער פֿאַרניכטונג, אַזוי גלייבט אויך אַכמאַדינעדזשאַד, אַז ער וועט קענען באַפֿרײַען די מענטשהייט דורכן ליקווידירן פֿון מדינת־ישׂראל.
אין דעצעמבער 2001 האָט זיך דער דעמאָלטיקער פּרעזידענט פֿון איראַן, האַשעמי ראַפֿסאַנדזשאַני, באַרימט, אַז איין אַטאָמישע באָמבע איז גענוג צו פֿאַרניכטן גאַנץ מדינת־ישׂראל, אין דער צײַט, וואָס דער היזק, וואָס איראַן וועט לײַדן פֿון דער גאַנצער ישׂראלדיקער אַטאָמישער אײַנריכטונג, וועט זײַן זייער באַגרענעצט, און איראַן קען זיך דערלויבן צו האָבן טויזנטער קרבנות, אין פֿאַל פֿון אַ ישׂראלדיקער אַטאָמישער באָמבאַרדירונג. לויט ראַפֿסאַנדזשאַני, וועט ישׂראל פֿאַרניכטעט ווערן נאָך דער ערשטער באָמבע.
די דאָזיקע זעלבסטמערדערישע מענטאַליטעט איז דער עיקר־אונטערשייד צווישן דער איראַנישער אַטאָם־פּראָגראַם און די אַטאָם־פּראָגראַמען פֿון די אַנדערע לענדער. און דאָס מאַכט איראַן אַזוי געפֿערלעך.
עס איז פֿאַראַן נאָך אַן ענלעכקייט צווישן היטלערן און די איראַנישע פֿאַנאַטיקער — איצט שטייט בײַ זיי בראש אַכמאַדינעדזשאַד. היטלער האָט זיך געהאַט אויסגעדריקט, אַז "דאָס דײַטשישע פֿאָלק איז נישט ווערט איבערצובלײַבן". היטלער איז געווען גרייט מקריבֿ צו זײַן מיליאָנען דײַטשן, כּדי צו באַפֿרידיקן זײַן עגאָ. אין 1980 האָט כאָמייני דערקלערט: "זאָל איראַן פֿאַרברענט ווערן, נאָר דער איסלאַם זאָל הערשן איבער דער וועלט". פֿאַר אַכמאַדינעדזשאַדן, אַזוי ווי פֿאַר היטלערן, איז די שׂינאה צו די ייִדן דער אידעאַלסטער אינסטרומענט צו דערגרייכן זײַנע צילן.
נאָך דער פֿאַרשווינדונג פֿון היטלערן, ווען עס האָט זיך געענדיקט די צווייטע וועלט־מלחמה, האָט כּמעט די גאַנצע וועלט געגלייבט אין דער אויסשליסלעכקייט פֿון זײַן פּערזענלעכקייט: היטלער איז געווען באַטראַכט ווי אַן איין־און־איינציקער פֿון אַזאַ מין. קיינער האָט נישט געגלייבט, אַז עס קאָן קומען נאָך אַזאַ נפֿש ווי ער. עס האָט אויסגעזען, אַז עס קאָן נישט זײַן קיין שום ענלעכקייט צווישן היטלערן און וועלכן נישט איז אַנדערן דיקטאַטאָר אין דער מענטשלעכער געשיכטע.
און אָט מיט 61 יאָר שפּעטער האָט זיך באַוויזן אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרענע אַ דיקטאַטאָר, וואָס אַ סך באַטראַכטן אים ווי אַ נײַעם היטלער. מיר, ייִדן, מוזן געוויס זיך באַציִען צו די סכּנות פֿון אַכמאַדינעדזשאַד ווי צו די סכּנות, וואָס היטלער האָט געבראַכט אויף דער וועלט און אויף די ייִדן ספּעציעל.
וואָס עס באַאומרויִקט מיך, צום בײַשפּיל, איז די באַציִונג פֿון דער "יו־ען" צו דער איראַנישער אויפֿפֿירונג אין באַצוג צום חורבן און מדינת־ישׂראל. וואָס איז געווען די רעאַקציע פֿונעם נײַעם גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער "יו־ען", פּאַן גי מון, צו דער טעהעראַנער קאָנפֿערענץ? ער האָט געזאָגט, אַז די קאָנפֿערענץ איז נישט אָנגענומען בײַ דער "יו־ען", און האָט צוגעגעבן: "איך בין גרייט אַרײַנצוגיין אין אַ דיאַלאָג מיט דער איראַנישער רעגירונג". אַ דיאַלאָג וועגן וואָס: צי ס׳איז געווען אַ חורבן?
איך ווייס נישט, צי פּאַן גי מון האָט זיך אויסגעדריקט אַזוי צוליב דעם, וואָס ער איז אַ נײַער אויף זײַן אַמט, אָדער, זײַענדיק אונטערן אײַנפֿלוס פֿון דער דזשיימס בייקער־לי האַמילטאָן־רעקאָמענדאַציע, אַז פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש זאָל זוכן אַ דיאַלאָג מיט איראַן און סיריע. דער נײַער גענעראַל־סעקרעטאַר ווייסט אויך געוויס וועגן דזשימי קאַרטערס בוך: "פּאַלעסטינע: שלום, נישט אַפּאַרטהײַד". קאַרטערס פּראָוואָקאַטיווער נאָמען פֿונעם בוך שמעקט מיט אַ קלאָרן ווילן צו דעלעגיטימירן ישׂראלס עקזיסטענץ, פֿאַרגלײַכנדיק ציוניזם צו ראַסיזם. קאַרטער געפֿינט יעדעס מאָל אַ וועג, ווי אַזוי צו באַשולדיקן ישׂראל.
און דאָ איז וויכטיק צו דערמאָנען, אַז די רעוואָלוציע פֿון אַיאַטאָלאַ כומייני און די ברוטאַלע אַרײַנדרינגונג אין דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין טעהעראַן, און דאָס נעמען אין געפֿענגעניש 66 מיטגלידער פֿונעם אַמעריקאַנער פּערסאָנאַל, האָט פּאַסירט אין 1979 ווען גראָד קאַרטער איז געווען פּרעזידענט.
אין אַ בוך, פּובליקירט לעצטנס פֿון דעם אַמעריקאַנער זשורנאַליסט און שרײַבער מאַרק באָודן וועגן דעם קריזיס פֿון די אַמעריקאַנער געפֿאַנגענע אין טעהעראַן, וועלכע זענען באַפֿרײַט געוואָרן ערשט נאָך 444 טעג, שרײַבט דער מחבר אַזוי: "וואָס מער פּרעזידענט קאַרטער האָט געזוכט דורכצוקומען מיט כומיינין, אַלץ מער האָט כומייני פֿון אים חוזק געמאַכט און אים אויסגעשטעלט צו שפּאָט".
איז אַ וווּנדער, אַז איך האָב אויך מורא וואָס עס קאָן אונדז דערוואַרטן, חלילה, פֿון אונדזערע בעסטע פֿרײַנד, די אַמעריקאַנער?
איך וועל נאָר דערמאָנען דעם באַזוך פֿון אַכמאַדינעדזשאַד אין ניו־יאָרק דעם לעצטן סעפּטעמבער צו דער אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג פֿון דער "יו־ען". ער האָט געגעסן פֿרישטיק אין האָטעל "אינטערקאָנטינענטאַל" מיט 400 אַמעריקאַנער אַקאַדעמיקער און זשורנאַליסטן און אַרומגערעדט מיט זיי די פֿראַגע, צי ס׳איז געווען אַ חורבן אָדער נישט.
חלילה, עס זאָל נישט פּאַסירן ווידער וואָס ס׳האָט פּאַסירט אין דער צײַט פֿון היטלערן. אַזוי לאַנג ווי די ייִדן זענען געווען די איינציקע וואָס האָבן געליטן פֿון היטלערס מעשׂים, האָט עס קיינעם נישט געאַרט; די וועלט האָט אַרויסגעוויזן אַ קרימינעלע גלײַכגילטיקייט. ווען עס זענען געוואָרן קלאָר פֿאַר דער וועלט די קאָנקרעטע סכּנות פֿון היטלערן, איז עס פֿאַר די זעקס מיליאָן ייִדן שוין געווען צו שפּעט.