- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
2. די נקמה
דעם 29סטן יולי 1944 זענען מיר באַפֿרײַט געוואָרן דורך דער רויטער אַרמיי פֿונעם דײַטשישן יאָך און ווידער געאָטעמט ווי פֿרײַע מענטשן. וון די גאַנצע וועלט איז געשטאַנען פֿאַרן אַרויסגיין פֿון אַ פֿינצטערניש צו אַ נײַעם מאָרגן און זיך געגרייט צו פֿײַערן דעם גרויסן ניצחון, זענען מיר — מײַן ברודער און איך און אַנדערע באַפֿרײַטע ייִדן — געשטאַנען אַנטקעגן אַ ווירקלעכקייט פֿון צעשטערונג און ליידן, מאָרד און פֿאַרניכטונג. די קאָנצענטראַציע־לאַגערן זענען באַפֿרײַט געוואָרן און דאָס ייִדישע פֿאָלק איז געווען צווישן די זיגער, אָבער נישט צווישן די, וואָס האָבן געפֿײַערט. איך און מײַן ברודער יאָסעלע זענען אַוועק אין קאָלעסניקער וואַלד זיך אויסצוּוויינען אויפֿן מאַסן־קבֿר פֿון די סימנער ייִדן, צווישן זיי — אונדזער מוטער רוחמה און ברודערל יהודהלע. מיר זענען געשטאַנען נעבן קבֿר און געזאָגט "קדיש". עס איז געווען אַ וואַרעמער זומערדיקער טאָג און די זון האָט געברענט איבער אונדזערע קעפּ. אָבער מיר האָבן איר וואַרעמקייט נישט געפֿילט; מיר האָבן זיך געטרייסלט בײַם קבֿר: דאָס בלוט פֿון די דערמאָרדעטע האָט צו אונדז אַרויסגערופֿן פֿון אונטער דער ערד — "נקמה!" מיר האָבן זיך דערמאָנט ווי אין פֿאַרלויף פֿון אונדזער באַהעלטעניש האָבן מיר געחלומט, אַז עס וועט קומען דער טאָג, ווען מיר וועלן קענען נקמה נעמען פֿאַר דעם פֿאַרגאָסענעם בלוט. אין אונדזערע אויערן האָבן אָפּגעהילכט אונדזערע נדרים: נקמה! נקמה!.. בעתן אויסבאַהאַלטן זיך אינעם שײַער בײַם פּויער באָגדאַנאָוויטש, האָב איך און מײַן ברודער יאָסעלע איין טאָג זיך צוגעהערט צו אַ שמועס צווישן די אַרבעטער וועגן דעם, וואָס עס האָט פּאַסירט מיט אַ טאָג פֿריִער אין דעם קאָלעסניקער וואַלד. איינער פֿון די אַרבעטער האָט דערציילט, אַז צווישן די דערמאָרדעטע זענען געווען אַזעלכע, וואָס האָבן באַקומען 10 קוילן, און די אַנדערע צענדליקער האָבן אַפֿילו קיין איין קויל נישט באַקומען; זיי זײַנען באַגראָבן געוואָרן לעבעדיקערהייט. האָט זיך אויפֿגערעגט אויף אים מיקולסקי, דער האָלץ־העקער: "וואָס האָסטו רחמנות אויף די ייִדן? די ייִדן האָבן די גאַנצע יאָרן געגעסן פֿון אונדזער שווייס, זאָלן זיי איצט די ווערעם עסן". ס׳האָט מיך אויפֿגעטרייסלט בײַם הערן זײַנע ווערטער. האָב איך פֿאַרשריבן אין מײַן טאָגבוך: "אויב איך וועל לעבן, וועט מיקולסקי שטאַרבן". אַז עס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט קלאַנגען וועגן אַן אָפּמאַך צווישן די אַליִיִרטע און אַדאָלף היטלער, בין איך דערשיטערט געוואָרן פֿון דער דאָזיקער מעגלעכקייט און פֿאַרשריבן אין מײַן טאָגבוך: "אַזוינס זאָל, חלילה, נישט פֿאָרקומען, אַפֿילו, אויב כ׳וועל קיין מאָל נישט אַרויסגיין אויף דער פֿרײַ".
אײַ, אומגליקלעך וועלדל, זאָג מיר נישט, אַז עס וועט זיי קיינמאָל נישט באַצאָלט ווערן פֿאַר זייערע טאַטן. גאָט וועט מיר העלפֿן, איך שווער, און איך וועל נקמה נעמען פֿאַרן בלוט פֿון מײַנע ברידער און פֿאָלק. בשעת איך האָב נאָר געחלומט וועגן נקמה, האָבן די ייִדישע פּאַרטיזאַנער אין די וועלדער שוין דורכגעפֿירט ממשותדיקע אַקטן קעגן די מערדער פֿון די ייִדן. די ייִדישע קאָמאַנדירן פֿון די פּאַרטיזאַנער־אָטריאַדן האָבן געפֿירט זייערע מענטשן אין קאַמף נישט נאָר מיט אַלגעמיינע מיליטערישע אויפֿרופֿן. דער באַפֿעל "פֿאָרויס", וועלכער איז געגעבן געוואָרן אין ייִדיש, איז געווען באַגלייט מיטן רוף: "פֿאַר אונדזערע טאַטעס און מאַמעס! פֿאַר אונדזערע קינדער, ברידער און שוועסטער! פֿאַר אנדזער פֿאָלק — נקמה!" די ייִדן אין די טורמעס און לאַגערן האָבן מיטן בלוט פֿון זייערע וווּנדן אויסגעקריצט אין זייערע באַהעלטעניש־פּלעצער דאָס וואָרט — "נקמה". דער נקמה־ברען האָט גלײַך נאָך אונדזער באַפֿרײַונג געבראַכט מײַן ברודער און מיך צום קאָמאַנדיר פֿון דער אַנטי־שפּיאָנאַזש אָפּטיילונג אין דער רויטער אַרמיי אין אונדזער געגנט, וואָס האָט צווישן אַנדערן געהאַט דעם ציל צו קעמפֿן קעגן די נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָרן. מיר האָבן אים פֿאָרגעלייגט אונדזער הילף און פֿאַר דער ערשטער קאָנקרעטער אַקציע אים דערלאַנגט אַ ליסטע פֿון אַרום 100 ליטווינער פֿון דער סימנער געגנט, וואָס האָבן אָנטיילגענומען אין פֿאַרפֿאָלגן, פּײַניקן און הרגענען ייִדן. איך האָב די דאָזיקע ליסטע צוזאַמענגעקליבן אין פֿאַרלויף פֿון מײַנע דרײַ יאָר וואַנדערונגען. דער קאָמאַנדיר האָט מסכּים געווען אויסצופֿירן די זוכונגען, לויט מײַנע ליסטעס, און באַגלייט פֿון מיר. אין איין נאַכט האָבן די רויט־אַרמייער אַרעסטירט 40 פֿון די אָנגעוויזענע נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָרן און זיי געבראַכט אין טורמע אין דער ראַיאָן־שטאָט אַליטע. דער קאָמאַנדיר האָט פֿאָרגעשלאָגן, אַז מײַן ברודער יאָסעלע זאָל ווערן זײַן איבערזעצער און פֿאָרן מיט אים קיין דײַטשלאַנד, ווײַל די מלחמה איז נאָך אָנגעגאַנגען. מיר האָט דער קאָמאַנדיר פֿאָרגעשלאָגן זיך אָנצושליסן אין דער לאָקאַלער מיליציע און פֿאָרזעצן מײַן הילף אין געפֿינען די נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָרן. מײַן ברודער און איך האָבן געטאָן ווי דער קאָמאַנדיר האָט אונדז געראַטן. אין דער זעלבער צײַט האָב איך זיך פֿאַרנומען נישט בלויז מיט נקמה נעמען; איך האָב אויך פֿיל געטאָן צו העלפֿן די ליטווינער וואָס האָבן געהאָלפֿן מיר און אַנדערע ייִדן אין דער צײַט פֿונעם חורבן. אין "יד ושם" אין ירושלים זענען פֿאַרשריבן פֿינף נעמען פֿון די ליטווינער, ווי "חסידי אומות העולם", וואָס איך האָב זיי אַהין צוגעשטעלט. נאָך אַ קורצער צײַט אַרבעטן אין דער סימנער מיליציע האָט מען מיך אַריבערגעפֿירט אין ראַיאָנער ביוראָ פֿון "ענקאַוועדע" (דער סאָוועטישער זיכערהייט־אָרגאַן) אין אַליטע ווי אַן אויספֿאָרשער. מײַן אַרבעט איז געווען צו פֿאָרשן די נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָרן, וואָס זענען געבראַכט געוואָרן אין אַליטער טורמע פֿון אַלע ראַיאָן־שטעטלעך, ווי אויך באַזוכן די פֿאַרשיידענע שטעטלעך און דאָרט העלפֿן די מיליציע־ביוראָען. אין שטעטל אָראַן האָב איך געפֿונען אַ גרופּע פֿון חורבן־געראַטעוועטע, געוועזענע פּאַרטיזאַנער: לעאָן קאַגאַנאָוויטש, בנימין ראָגאָווסקי, ליפּאַ סקאָלסקי און אַבֿרהם ווידליאַנסקי, וועלכע האָבן זיך גוט אויסגעטויגט בײַם זוכן און באַשטראָפֿן די נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָרן. אינעם שטעטל בוטרימאַנץ האָט דער ליטווישער אַפּטייקער מיך אײַנגעלאַדן אויף אַן אָוונטברויט. איך האָב זיך זייער געוווּנדערט, ווײַל איך האָב געוווּסט, אַז דער אַפּטייקער איז אַ פֿאַרברענטער ליטווישער נאַציאָנאַליסט און אַן אויסגעשפּראָכענער שׂונא פֿון די סאָוועטן. דעריבער האָט ער מיך געדאַרפֿט האַסן. אָבער איך האָב אָנגענומען די אײַנלאַדונג און געקומען. עס האָט נישט גענומען קיין סך אויסצוגעפֿינען די רעטעניש. אַ קורצע צײַט נאָך מײַן אָנקומען האָט זיך געעפֿנט אַ זײַטיקע טיר און עס איז אַרײַן פֿעליקס זובראָוו, אַ זון פֿון אַ סימנער פּריצטע, אַ פֿרײַנדין פֿון מײַן פֿאָטער, וועלכע האָט מיר געהאָלפֿן אין דער צײַט פֿון מײַן באַהעלטעניש. פֿעליקס האָט מיר דערציילט, אַז זינט די סאָוועטן זענען צוריקגעקומען קיין ליטע, זענען ער און זײַן ברודער, וואַציוס, אַקטיוו אין די וועלדער קעגן דער רויטער אַרמיי, צווישן די אַזוי גערופֿענע "באַנדיטן". ער ווייסט, אַז איך קעמף קעגן די דאָזיקע באַנדיטן, אָבער נישט צוליב דעם וואָס זיי זענען שׂונאים, נאָר ווײַל די מערסטע פֿון זיי זענען נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָרן. ער און זײַן פֿאַמיליע זענען דאָך נישט געווען קיין נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָרן, פֿאַרקערט — זיי האָבן שטענדיק געהאַט גוטע באַציִונגען מיט ייִדן און זיי געהאָלפֿן. דערוואַרטן זיי איך זאָל זיי העלפֿן איצט, ווען זיי נייטיקן זיך אין מײַן הילף. ער האָט דערציילט, אַז אין ווילנע איז געשאַפֿן געוואָרן אַ פּוילישע רעפּאַטריאַציע־קאָמיסיע צו העלפֿן די פּאָליאַקן, וואָס לעבן אין ליטע צוריקצופֿאָרן קיין פּוילן, לויטן אָפּמאַך אונטערגעשריבן פֿון סטאַלינען און סיקאָרסקין. בראָש פֿון דער קאָמיסיע אין ווילנע שטייט זייערס אַ קרובֿ, וועלכער וויל זיי באַשעפֿטיקן אין זײַן ביוראָ. אָבער זיי דאַרפֿן צושטעלן פֿאַר דער סאָוועטישער מאַכט פּאַפּירן, וואָס באַווײַזן, וווּ זיי זענען געווען זינט די סאָוועטן זענען צוריקגעקומען קיין ליטע אין יולי 1944. זיי האָבן נישט אַזעלכע פּאַפּירן, ווײַל זיי זענען דאָך געווען אין די וועלדער. איך בין דער איינציקער וואָס קאָן זיי באַזאָרגן מיט אַזעלכע באַשטעטיקונגען, זײַענדיק אַ הויכער באַאַמטער אין די זיכערקייט־אָרגאַנען. זיי ווילן פֿון מיר צוויי באַשטעטיקונגען, אַז זיי פֿאָרן אַרויס קיין ווילנע פֿון בוטרימאַנץ. איך האָב געוווּסט וואָס פֿאַר אַ סכּנה עס דראָט מיר, אויב איך וועל זיי געבן די דאָזיקע באַשטעטיקונגען; מינימום — פֿאַרשיקט צו ווערן קיין סיביר, און מאַקסימום — אַ קויל אין קאָפּ. איך האָב געגלייבט די צוויי ברידער און זייער מוטער, אַז זיי וועלן מיך נישט פֿאַרראַטן. אָבער איך האָב זייער מורא געהאַט פֿאַרן אַפּטייקער. און דאָך האָב איך באַשלאָסן זיי צו געבן די באַשטעטיקונגען. אין דעם שטעטל יעזנע, האָב איך אין אַן אָוונט אויסגעפֿאָרשט, צוזאַמען מיט אַ רוסישן אָפֿיציר, אַן אַרעסטירטן נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָר. דער אַרעסטירטער האָט אַלץ מודה געווען. אין אַ געוויסן מאָמענט בין איך אַרויס פֿון ביוראָ און געלאָזט דעם אָפֿיציר אַליין מיטן אַרעסטירטן. זײַנענדיקן אויסער דעם ביוראָ, האָב איך געהערט אַ שאָס און איך בין גלײַך צוריקגעלאָפֿן אַהין און געפֿונען דעם אַרעסטירטן אַ דערשאָסענעם צום טויט אויף דער פּאָדלאָגע. ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָט דער רוסישער לייטענאַנט פּרטימדיק אויסגעפֿרעגט דעם אַרעסטירטן, און דער ליטווינער האָט קיין זאַך נישט דורכגעלאָזט: וועמען ער האָט דערהרגעט, ווען און וווּ, וויפֿל קליינע קינדער זענען געווען צווישן די דערמאָרדעטע, מיט וואָס פֿאַר אַ געווער ער האָט זיי דערשאָסן און מיט וועלכן פֿינגער ער האָט געדריקט אויפֿן ביקס־צינגל. דער רוסישער לייטענאַנט האָט מער נישט געקאָנט אָנגיין מיטן פֿאַרהער; אַרויסגענומען זײַן רעוואָלווער און האָט אים דערהרגעט. אַנטקעגן דעם ביוראָ פֿון דער מיליציע האָט געוווינט אַ ייִדישער בחור, מיישקע פּוטשקאַרניק. עס איז שוין געווען שפּעט בײַנאַכט. האָב איך דעם לייטענאַנט געשיקט אַהיים, געבראַכט מיישקען און צוזאַמען מיט אים אַרויסגעשלעפּט דעם דערהרגעטן פֿונעם הויז און אים באַגראָבן. צוריקקומענדיק אין ביוראָ, האָבן מיר די גאַנצע נאַכט געאַרבעט אָפּצורייניקן דאָס בלוט פֿון דער פּאָדלאָגע. אַ פּאָר טעג נאָך דעם עפּיזאָד מיטן רוסישן לייטענאַנט איז געקומען צו לויפֿן צו מיר אין ביוראָ אין יעזנע אַ מיליציאָנער און געמאָלדן, אַז אין שול האָט מען אַרײַנגעוואָרפֿן סטאַלינס פּאָרטרעט אין קלאָזעט. אין יענע טעג האָט קיין גרעסערע זינד נישט געקאָנט געשען. באַגלייט פֿון אַ פּאָר מיליציאָנערן, בין איך גלײַך אַוועק אין דער שול. נאָך דעם ווי מיר האָבן אַרויסגענומען סטאַלינס בילד פֿונעם קלאָזעט, האָב איך זיך געטראָפֿן מיטן דירעקטאָר פֿון דער שול. ווען איך בין אַרײַן צו אים, איז מיר געוואָרן פֿינצטער פֿאַר די אויגן: אויפֿן דירעקטאָרס שטול איז געזעסן אַ ליטווינער מיטן נאָמען געדרײַטיס, וואָס איז געווען דער דירעקטאָר פֿון דער ליטווישער שול אין מײַן שטעטל סימנע, און ווען די דײַטשן זענען אַרײַן, איז ער געוואָרן זייער אַ פֿאָרשער קעגן די ייִדן און קאָמוניסטן. ער איז געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן טויט פֿון אייניקע ייִדן. אַז די סאָוועטן זענען צוריקגעקומען, איז ער אַנטלאָפֿן פֿון סימנע קיין יעזנע און דאָ געוואָרן אַ דירעקטאָר פֿון דער אָרטיקער שול. איך האָב אים געפֿרעגט, צי ער געדענקט מיך, און ער האָט געענטפֿערט אַז נישט. האָב איך אים אַרעסטירט און געמאָלדן דעם שעף פֿון דער הויפּט־ביוראָ פֿון "ענקאַוועדע" אין ווילנע, קאָלאָנעל סאַביטאָוו, אַז כ׳האָב געכאַפּט אַ וויכטיקן פֿויגל. ער האָט מיך באַגריסט און געהייסן אים ווי געהעריק אויספֿאָרשן. איך האָב אים אויסגעפֿרעגט אַ גאַנצע נאַכט און אַרויסבאַקומען פֿון אים וואָס עס איז נאָר געווען מעגלעך. ער האָט אַלץ מודה געווען און נישט דורכגעלאָזט קיין איין פּרט. נאָכן פֿאַרענדיקן זײַן אויספֿאָרשונג האָט אים אַ מיליציאָנער באַגלייט אין זײַן צעל. געדרײַטיס האָט פּרובירט צו אַנטלויפֿן, אָבער דער מיליציאָנער האָט אים דערשאָסן. שפּעטער האָב איך וועגן דעם צוזאַמענגעשטעלט אַ פּראָטאָקאָל און אים אונטערגעשריבן. ווען איך האָב אויף צומאָרגנס געמאָלדן וועגן דעם דעם קאָלאָנעל סאַביטאָוון, איז ער געווען זייער נישט צופֿרידן און געטענהט, אַז איך האָב אים ספּעציעל "געהאָלפֿן" צו אַנטלויפֿן, כּדי אים צו דערשיסן. ער האָט אָנגעהויבן שרײַען אויף מיר, אַז "מיר נייטיקן זיך אין זײַן צונג, נישט אין זײַן טויטן קערפּער". ער האָט מיך געוואָרנט, אַז דאָס איז נישט דער סוף פֿון דער געשיכטע. אין אַ פּאָר טעג אַרום איז געקומען קיין יעזנע אַ קאַפּיטאַן צו פֿאָרשן דעם פֿאַל מיט געדרײַטיסן. ער איז אַרײַנגעקומען צו מיר אין ביוראָ, צוגעמאַכט די טיר און געזאָגט: "וואָס טראַכטן זיי אין ווילנע, אַז איך וועל פֿאַרלוימדן אייגענע חבֿרה? דערצייל וואָס דו ווילסט, און איך וועל שרײַבן דעם פּראָטאָקאָל". איך האָב אים אַלץ דערציילט, און ער איז אַוועקגעפֿאָרן. איך האָב געהאַלטן, אַז מיט דעם האָט זיך דער ענין פֿאַרענדיקט. כ׳האָב אָבער געהאַט אַ טעות. בשעתן מאַכן אַן אונטערזוכונג אין ביוראָ אין ווילנע, האָט מען אויסגעפֿונען, אַז דאָס איז נישט געווען מײַן ערשטער פּראָטאָקאָל וועגן אַן אַרעסטירטן, וואָס האָט "פּרובירט צו אַנטלויפֿן" נאָכן פֿאַרענדיקן זײַן אויספֿאָרשונג. מ׳האָט אויך געפֿונען אַ ריי אָנקלאַגעס פֿון די ליטווינער, אַז איך אַרעסטיר זיי אָן באַווײַזן, אַז זיי האָבן פֿאַרפֿאָלגט אָדער געהרגעט ייִדן. זומער 1945 האָבן פֿאָליטישע ענדערונגען געווירקט אויף די סאָוועטישע אָרגאַנען זיך אונטערצוגעבן די פֿאַרלאַנגען פֿון די ליטווישע פֿאַקטאָרן צו "מאַכן אַ סוף צו די נקמה־אַקטן פֿון די ייִדן", און זיי האָבן באַשלאָסן צו שיקן קיין יעזנע אַ מאַיאָר צו אַרעסטירן מיך און מישפּטן. אַ ייִדישער דאָקטאָר, וואָס האָט געאַרבעט אין דער "ענקאַוועדע" אין ווילנע, האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם און מיך געוואָרנט; די ייִדישע פֿאָטשט האָט גוט געאַרבעט. נאָך 24 שעה איז געקומען קיין יעזנע מײַן ברודער יוסף, וועלכער האָט זיך דערווײַל געהאַט באַפֿרײַט פֿון דער רויטער אַרמיי. מיר האָבן באַשלאָסן צו אַנטלויפֿן קיין ווילנע. דאָרט בין איך געגאַנגען גלײַך צו די ברידער זובראָוו, וועלכע האָבן געאַרבעט אין דער פּוילישער רעפּאַטריאַציע־קאָמיסיע, און זיי — לויטן כּלל פֿון "אַ האַנט וואַשט אַ האַנט" — האָבן אונדז באַזאָרגט מיט פֿאַלשע דאָקומענטן ווי "געבוירענע פּאָליאַקן". דעם 25סטן אויגוסט 1945 האָבן זיי אונדז אַרויפֿגעזעצט אויפֿן 46סטן רעפּאַטריאַציע־טראַנספּאָרט קיין פּוילן. |