זכרונות

די נאָכוויינישן פֿון דער געקראַכטער סאָוועטישער אימפּעריע, וועלן נאָך, אַפּנים, לאַנג געבן וועגן זיך צו וויסן. די קאָנפֿליקטן צווישן באַזונדערע קלענערע רעפּובליקן מיט מאָסקווע אין דער פֿעדעראַציע גופֿא — איז אַ פּראָבלעם פֿאַר זיך אַליין; אַ צווייטע, מער קאָמפּליצירטע פּראָבלעם, איז פֿאַרבונדן מיט די איצט־אומאָפּהענגיקע לענדער, וואָס פֿריִער זײַנען זיי געווען אַ טייל פֿון דער קאָמוניסטישער אימפּעריע. עס גייט דאָ אַ רייד, קודם־כּל, וועגן אוקראַיִנע, גרוזיע, מאָלדאָווע.

יעדע פֿון די געוועזענע "ברידערלעכע" רעפּובליקן האָבן הײַנט טעריטאָריעלע טענות צו רוסלאַנד. ווי ס׳האָט אַמאָל געזאָגט שלום־עליכמס אַ פּערסאָנאַזש — אַלע מלחמות אין דער וועלט נעמען זיך צוליב "טעריטאָריע". אוקראַיִנע האָט אירע טענות צוליב קרים; גרוזיע — צוליב אַבכאַזיע און דרום־אָסעטיע; מאָלדאָווע — צוליב דער בײַדניעסטער־רעפּובליק. די אַלע קלענערע שטחים פֿון די אָנגערופֿענע לענדער האָבן זיך בעת דער סאָוועטישער מאַכט געפֿונען אונטערן דאַך פֿון זייערע צענטראַל־רעפּובליקן, און נאָר אין אַ בייזן חלום האָבן זיי זיך געזען אומאָפּהענגיק פֿון זיי.

צעפֿאַלן, האָט די צעפֿאַל־רעאַקציע אָנגערירט אויך די נײַ־געשאַפֿענע רעפּובליקן פֿון אינעווייניק. ליליפּוטישע מדינהלעך, מיט פּיגמעיִשע רעגירונגען — מערסטנס, קאָרומפּירטע געוועזענע טשינאָווניקעס, וואָס האָבן געפֿונען אַ שותּפֿות מיט די קרימינעלע עלעמענטן — האָבן זיי זיך אײַנגעקלאַמערט אין דער מאַכט און פּראָקלאַמירט זייער אייגענע אומאָפּהענגיקייט, וואָס קיינער אין דער מערבֿ־וועלט, האָט עס נישט אָנערקענט.

עס האָבן אויסגעבראָכן לאָקאַלע מלחמות — צווישן גרוזיע און אַבכאַזיע, צווישן מאָלדאָווע און דער בײַדניעסטער־רעפּובליק; זייער אָנגעשטרענגט בלײַבן די באַציִונגען צווישן דער אָרטיקער רעגירונג אין קרים מיט דער צענטראַלער מאַכט — אין קיִעוו. צי האָט צו אָט די קאָנפֿליקטן אַ שײַכות אויך רוסלאַנד?

רוסלאַנד קאָן נאָך ביז הײַנט נישט אַראָפּשלינגען די ביטערע פּיל, אַז די אַלע דערמאָנטע און אויך אַנדערע אומאָפּהענגיקע מלוכות פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד זײַנען אַרויף אויף אַ זעלבסטשטענדיקן וועג, און ווילן לעבן מיט זייער אייגענעם שׂכל. ווי אַ שטעקן אין דער ראָד פֿון זייער אומאָפּהענגיקייט, שטעקן אין די דאָזיקע לענדער די מיליטערישע טיילן פֿון דער רוסלענדישער אַרמיי. אַזאַ "באַגרענעצטער" מיליטערישער קאָנטינגענט געפֿינט זיך אין מאָלדאָווע, אין גרוזיע, אין קרים, און די רעגירונגען פֿון די רעפּובליקן פֿאָדערן פֿון מאָסקווע זי זאָל די דאָזיקע מיליטערישע באַזעס אַרויסציִען.

באַזונדערס אַקטיוו איז אין דעם זין די רעגירונג פֿון גרוזיע. לעצטנס, זײַנען אַרעסטירט געוואָרן פֿיר רוסלענדישע אָפֿיצירן, וואָס זײַנען באַשולדיקט געוואָרן אין שפּיאָנאַזש־מעשׂים אויף דער טעריטאָריע פֿון גרוזיע. (גענוי וועגן דעם אינעם אַרטיקל פֿון ק. מיכאלי.) מיכאַיִל סאַאַקאַשווילי, דער פּרעזידענט פֿון גרוזיע, וואָס גייט אויס צו זען זײַן לאַנד אין "נאַטאָ", האַלט, אַפּנים, אַז וואָס גרעסער ס׳וועט זײַן דער שפּאַלט צווישן רוסלאַנד און גרוזיע, אַלץ נענטער וועט ער צוקומען צו דער געבענטשטער טיר פֿון "נאַטאָ".

מאָסקווע געפֿעלן אַוודאי נישט די קונצן פֿון טביליסי. אָנהייב וואָך, ווי אַן ענטפֿער צום שפּיאָנאַזש־סקאַנדאַל, האָט רוסלאַנד פֿאַקטיש דערקלערט איר שכן אַ בלאָקאַדע: אונטער פֿאַרשידענע תּירוצים איז אָפּגעשטעלט געוואָרן קיין גרוזיע דער לופֿט־, אײַזנבאַן־, ים־ און אויטאָ־טראַנספּאָרט, ווי אויך די פּאָסט־פֿאַרבינדונגען צווישן די ביידע לענדער; נישט געקוקט דערויף, וואָס גרוזיע האָט, דורך די אייראָפּעיִשע פֿאַרמיטלער, איבערגעגעבן די אַרעסטירטע רוסישע שפּיאָנען דעם צד־שכּנגד.

צי קאָן דאָ טאַקע אויסברעכן אַ מלחמה? דאָס וואָרט אַליין טראָגט זיך שוין אין דער לופֿטן. אָבער עס גלייבט זיך נישט, אַז סײַ דער רוסלענדישער פּרעזידענט פּוטין און סײַ דער גרוזינישער פּרעזידענט סאַאַקאַשווילי, וועלן אַריבער פֿון ווערטער צו מעשׂים. סאַאַקאַשווילי — טאַקע ווײַל ער ווייסט, אַז "נאַטאָ" נעמט נישט אָן קיין לענדער, וואָס האָבן נישט קיין געלייזטע קאָנפֿליקטן מיט אַנדערע לענדער; און פּוטין, ווײַל ער וויל נישט קאַליע מאַכן זײַן פּנים פֿאַר דער מערבֿ־וועלט, און קודם־כּל — אין אייראָפּע, וווּ עס ליגן זײַנע גאַז־ און נאַפֿט־אינטערעסן.