די ״בריחה״־אַקטיוויסטן אין זאַלצבורג, צוזאַמען מיטן פֿירער פֿון דער ״בריחה״ אין עסטרײַך, אשר בן־נתן (אין צענטער פֿון דער ערשטער שורה, אויבן) און פֿינף פֿרײַנד — די פֿינף אַמעריקאַנער אָפֿיצירן, בראָש מיט קאַפּיטאַן נאָווינסקי (די פֿערטע שורה אין מיטן). אַבא גפֿן — דריטער פֿון רעכטס (ערשטע שורה, אויבן) |
3. די האָפֿענונג
בײַם געזעגענען זיך מיט אונדז פֿאַרן אָפּפֿאָרן פֿון ווילנע, האָבן אונדז די ברידער זובראָוו געפֿרעגט, צי מיר האָבן עמעצן אין פּוילן, און מיר האָבן זיי געזאָגט, אַז קיינעם נישט. האָבן זיי אונדז געגעבן דעם אַדרעס פֿון זייערן אַ שוואָגער, אַ דאָקטער, אין דער שטאָט ראַדאָמסק און געראָטן פֿאָרן אַהין. זיי וועלן אים שוין אינפֿאָרמירן וועגן אונדז.
אַז מיר זענען אַריבערגעפֿאָרן בשלום די גרענעץ, האָבן מיר געביטן דעם צוג און אַוועקגעפֿאָרן קיין ראַדאָמסק. דער דאָקטער האָט אונדז אויפֿגענומען זייער פֿרײַנדלעך און געזאָגט, אַז מיר קענען אײַנשטיין בײַ אים וויפֿל מיר דאַרפֿן. עס איז אָבער גענוג געווען איין גוטע אָפּרו־נאַכט, כּדי איבערצוקלערן וואָס מע טוט ווײַטער. מיר האָבן געפֿרעגט דעם דאָקטער, צי עס זענען דאָ ייִדן אין ראַדאָמסק, אָבער ער האָט נישט געהאַט וואָס צו ענטפֿערן; ער האָט נאָר געוווּסט, אַז ייִדן זענען פֿאַראַן אין לאָדזש. זענען מיר אַוועקגעפֿאָרן קיין לאָדזש און דאָרט זייער לײַכט געפֿונען די ייִדישע קהילה. אין לאָדזש האָבן געלעבט פֿאַר דער מלחמה אַרום 300,000 ייִדן. געבליבן זענען דאָרט צווישן 2,000 און 3,000. אין דער קהילה האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז עס איז פֿאַראַן אַ ייִדישע ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע מיטן נאָמען "בריחה", וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן שיקן די ייִדן אומלעגאַל קיין ארץ־ישׂראל.
דאָס אַנטלויפֿן פֿון די ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָט זיך אָנגעהויבן פֿון זיך אַליין, ספּאָנטאַניש, און זי איז געווען כאַאָטיש, אָן אַ קלאָרן ציל. אַזוי ווי די לעבן־געבליבענע האָבן נישט געזען קיין מעגלעכקייט צו באַנײַען זייער לעבן אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער, האָבן זיי גענומען דעם שטעקן אין האַנט און פּרובירט זיך אײַנאָרדענען אין מערבֿ־אייראָפּע. אַז די ערשטע פּליטים האָבן זיך געטראָפֿן אין עסטרײַך, דײַטשלאַנד און איטאַליע מיט די סאָלדאַטן פֿון ארץ־ישׂראל — פֿון דער ייִדישער בריגאַדע און פֿון מיליטערישע מאַנשאַפֿטן אין דער ענגלישער אַרמיי — האָט זיך געשאַפֿן די אָרגאַניזירטע אַנטלויף־אָרגאַניזאַציע "בריחה", אָנגעפֿירט דורך די ארץ־ישׂראל סאָלדאַטן. ווען די פּליטים האָבן געזען די סאָלדאַטן פֿון ארץ־ישׂראל, האָבן זיי געקושט דעם "מגן דוד" אויף זייערע אַרבלס. דער "מגן דוד", וואָס מען האָט ערשט געטראָגן ווי אַ צייכן פֿון שאַנד, איז איצט געוואָרן אַ סימבאָל פֿון כּבֿוד, שטאָלץ און האָפֿענונג. דער קאָנטאַקט מיט די סאָלדאַטן האָט געגעבן דער אַנטלויפֿונג אַן אינהאַלט און אַ קלאָרע ריכטונג: מאַכן עליה קיין ארץ־ישׂראל. אין לאָדזש האָט מען מײַן ברודער און מיך אײַנגעשלאָסן אין אַ גרופּע, וואָס איז געשיקט געוואָרן קיין קראָקע, און פֿון דאָרט קיין קאַטאָוויץ. דער פּלאַן איז געווען, מיר זאָלן אַריבערגיין די גרענעץ קיין טשעכאָסלאָוואַקײַ און פֿון דאָרט — קיין עסטרײַך.
דאָס איז געווען אַ תּקופֿה ווען צענדליקער טויזנטער פּליטים האָבן געוואַנדערט איבער די גרענעצן פֿון אייראָפּע בײַ אַ קאָלאָסאַלער אומאָרדענונג. עס איז נישט געווען קיין אָרגאַניזירטער גרענעץ־קאָנטראָל, און דאָס האָט דערמעגלעכט די פּליטים אַריבערצוגיין אַ גרענעץ מיט פֿאַרשיידענע דאָקומענטן. דער בעסטער פֿון אַלע איז געווען דער גריכישער דאָקומענט. אין גריכנלאַנד האָבן געלעבט פֿאַר דער מלחמה 75,000 ייִדן, און 65,000 פֿון זיי זענען אַרויסגעשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ. די ווייניק איבערגעבליבענע האָבן זיך צוריקגעקערט אין זייער פֿאָטערלאַנד מיט אַ דאָקומענט פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן "רויטן קרייץ", וואָס האָט באַשטעטיקט, אַז זיי זענען טאַקע גריכישע ייִדן, וואָס די נאַציס האָבן געבראַכט אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער אין פּוילן, און איצט פֿאָרן זיי צוריק. אויפֿן סמך פֿון די דאָזיקע אויטענטישע דאָקומענטן, האָט די "בריחה" געפֿעלשט טויזנטער אַזעלכע דאָקומענטן און געבראַכט טויזנטער פּליטים, כּלומרשט "גריכן", קיין עסטרײַך. די גריכישע שפּראַך איז נישט געווען באַקאַנט אין מיזרח־אייראָפּע, און די אַזוי גערופֿענע "גריכן" פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן געקאָנט דעריבער זיך אַרויסדרייען פֿון ענטפֿערן אויף פֿראַגעס אין פּויליש אָדער רוסיש. נאָר דער גרופּע־פֿירער האָט געמוזט ריידן אין אַ מיזרח־אייראָפּעיִשער שפּראַך.
אַלע מיטגלידער פֿון מײַן גרופּע האָבן באַקומען גריכישע נעמען. איך, צום בײַשפּיל, בין געוואָרן בוכיִאַ אַבאַ, און מען האָט אונדז אָנגעזאָגט צו ריידן אויפֿן וועג נאָר העברעיִש און איבערחזרן אַ סך מאָל די ווערטער "אני עבֿרי גרעקאָ", וואָס האָט געדאַרפֿט זײַן אין גריכיש "איך בין אַ גריכישער ייִד". אויסער דעם, האָט מען אונדז אויסגעלערנט אייניקע ווערטער אין גריכיש, ווי "קאַלי מעראַ" — גוט מאָרגן, "קאַלי ספּעראַ" — אַ גוטן אָוונט. מיר זענען בשלום אַריבער די טשעכישע גרענעץ און געקומען קיין בראַטיסלאַוואַ. פֿון דאָרט זענען מיר ווידער אַריבער, ווי גריכן, די גרענעץ קיין עסטרײַך און אָנגעקומען קיין "ראָטשילד־שפּיִטאָל", אַ פּליטים־לאַגער אין ווין. מיר האָבן אויפֿגעהערט צו זײַן גריכן און די "בריחה" האָט אונדז פֿאַרוואַנדלט אין עסטרײַכישע ייִדן, "געבוירענע" אין דער אַמעריקאַנער זאָנע פֿון עסטרײַך.
נאָך דער מלחמה זענען דײַטשלאַנד און עסטרײַך געווען צעטיילט אויף פֿיר זאָנעס: אַמעריקאַנער, ענגלישע, פֿראַנצויזישע און רוסישע. ווין איז אַרײַן אין דער רוסישער זאָנע און דער "ראָטשילד־שפּיטאָל" האָט זיך געפֿונען אין דער אַמעריקאַנער זאָנע פֿון דער שטאָט ווין, אויך צעטיילט אויף פֿיר זאָנעס, אַזוי ווי בערלין.
ווי "געבוירענע" אין דער אַמעריקאַנער זאָנע, זענען מיר מיט הצלחה אַדורך די צווישן־זאָנע גרענעץ און אָנגעקומען קיין זאַלצבורג — די הויפּט־שטאָט פֿון דער אַמעריקאַנער זאָנע. אין זאַלצבורג בין איך געבליבן צוויי יאָר לאַנג ווי אַן אָנפֿירער פֿון דער אָרטיקער "בריחה". דער אָנפֿירער פֿון דער "בריחה" אין עסטרײַך איז געווען אַ שליח פֿון ארץ־ישׂראל — אשר בן־נתן ("אַרתּור"). די "בריחה" איז געווען די גרעסטע אומלעגאַלע וואַנדערונג־אָרגאַניזאַציע אין אייראָפּע, דורך וועלכער עס זענען דורכגעגאַנגען 250,000 פּליטים; 120,000 פֿון זיי, זענען דורכגעגאַנגען דורך דעם "בריחה"־פּונקט אין זאַלצבורג. כּדי צו דערמעגלעכן די וואַנדערונג פֿון די פּליטים, האָט די "בריחה" געהאַט פּונקטן אין אַלע לענדער פֿון אייראָפּע. אַז אַ פּליט איז אָנגעקומען קיין זאַלצבורג, זענען פֿאַר דער "בריחה" געשטאַנען דרײַ מעגלעכקייטן וואָס צו טאָן מיט דעם פּליט: אים לאָזן אין אַ פּליטים־לאַגער אין זאַלצבורג אָדער אין אַ לאַגער אין אַן אַנדער שטאָט פֿון דער אַמעריקאַנער זאָנע אין עסטרײַך; אים שיקן קיין איטאַליע, וווּ די עקאָנאָמישע לאַגע איז געווען נישט קיין גוטע, אָבער עס האָבן עקזיסטירט אויסזיכטן אָפּצופֿאָרן אומלעגאַל קיין ארץ־ישׂראל; אָדער אים אַריבערצושיקן קיין דײַטשלאַנד, וווּ די עקאָנאָמישע לאַגע איז געווען אַ גוטע, אָבער עס זענען געווען ווייניק אויסזיכטן עולה צו זײַן קיין ארץ־ישׂראל. ס׳רובֿ פּליטים האָבן געוואָלט פֿאָרן קיין איטאַליע, אָבער אויף דער עסטרײַך־איטאַליענישער גרענעץ זענען אויך געשטאַנען ענגלישע סאָלדאַטן, און זיי האָבן די ייִדישע פּליטים אָפּגעשטעלט.
איין טאָג האָבן די ענגלישע סאָלדאַטן באַשלאָסן צו שליסן אינגאַנצן דעם ברענער־פּאַס פֿאַר ייִדישע פּליטים. איך בין אַוועקגעפֿאָרן קיין אינסברוק, אין דער פֿראַנצויזישער זאָנע, צו זען וואָס מען קען טאָן, און כ׳האָב אויסגעפֿונען, אַז אויף דעם גרענעץ־פּונקט קיין איטאַליע, לעבן דער עסטרײַכישער שטאָט נאַודערס, זענען נישטאָ קיין ענגלישע סאָלדאַטן, נאָר פֿראַנצויזישע און איטאַליענישע. פֿון דער אַנדערער זײַט גרענעץ, לעבן דער איטאַליענישער שטאָט מעראַנאָ, האָב איך געפֿונען אַ סאַנאַטאָריע פֿון "דזשוינט" פֿאַר די טובערקולאָז־קראַנקע. האָבן מיר אָנגעלאָדן אין אינסברוק אַ לאַסטוואָגן מיט 35 פּליטים, זיי באַזאָרגט יעדן איינעם מיט אַ באַשטעטיקונג, אַז זיי זענען טובערקולאָז־קראַנקע, וואָס פֿאָרן אין דער סאַנאַטאָריע פֿון מעראַנאָ, און זיי זענען דורך דער גרענעץ אַריבער אָן וועלכע עס איז שוועריקייטן. מיר האָבן גלײַך געשאַפֿן אַ "בריחה"־פּונקט אין מעראַנאָ און טויזנטער ייִדישע פּליטים זענען דאָרט דורכגעגאַנגען אויפֿן וועג קיין ארץ־ישׂראל.
מיר האָבן זייער מצליח געווען אין אונדזער פּראָיעקט קיין איטאַליע, אַ דאַנק אַן אַמעריקאַנער קאַפּיטאַן פֿון פּוילישן אָפּשטאַם — סטענלי נאָווינסקי. קאַפּיטאַן נאָווינסקי איז געווען דער הויפּט פֿון דער פּליטים־אָפּטיילונג אין דער אַמעריקאַנער מיליטערישער קאָמענדאַטור אין זאַלצבורג. איך האָב זיך מיט אים זייער באַפֿרײַנדעט און ער האָט אונדז באַזאָרגט מיט אָפֿיציעלע אַמעריקאַנער דאָקומענטן, כּדי אַריבערצוברענגען די פּליטים קיין מעראַנאָ. ער האָט אונדז אויך באַזאָרגט מיט דאָקומענטן אַריבערצופֿירן די פּליטים קיין דײַטשלאַנד. מיט דער צײַט האָט ער אונדז געהאָלפֿן צו מאַכן די "בריחה" לעגיטים. ער האָט אונדז באַזאָרגט מיט אַ הויז, ווי אויך מיט אַן אַמעריקאַנער אָפֿיציעלן טעלעפֿאָן, וואָס האָט אונדז דערמעגלעכט זיך צו פֿאַרבינדן מיט גאַנץ אייראָפּע. ער האָט מיר אויסגעשטעלט אַן אָפֿיציעלן דאָקומענט, אַז איך בין דער פֿאָרזיצער פֿון CAJR, די ראָשי־תּיבֿות פֿון Committee for Assistance to Jewish Refugees — דער הילפֿס־קאָמיטעט פֿאַר ייִדישע פּליטים. מיט דעם איז די "בריחה" געוואָרן אַן אומלעגאַלע אָרגאַניזאַציע מיט אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס. דער פּרעסטיזש פֿון דער "בריחה" בײַ די פּליטים איז געווען אַזוי הויך, אַז מ׳האָט זי גערופֿן "די פֿינפֿטע מאַכט", נאָך די פֿיר מיליטערישע אָקופּאַציע־מאַכטן.
קאַפּיטאַן נאָווינסקי איז געוואָרן אונדזער היטער און באַשיצער און אָן אים וואָלט די "בריחה"־אַרבעט געווען אַ סך אַ שווערערע. אַ דאַנק קאַפּיטאַן נאָווינסקי, האָבן טויזנטער ייִדישע פּליטים געקאָנט דורכמאַכן זייער וועג אַ סך לײַכטער און באַקוועמער. ווען אַ זשורנאַליסט האָט געפֿרעגט קאַפּיטאַן נאָווינסקי, פֿאַר וואָס ער העלפֿט דער "בריחה", ריזיקירנדיק מיט זײַן מיליטערישער פּאָזיציע, האָט ער געענטפֿערט: "איך בין געווען אין דער 42סטער אַמעריקאַנער דיוויזיע, וואָס האָט באַפֿרײַט דעם פֿאַרניכטונגס־לאַגער דאַכאַו; און צווישן די ערשטע אַרײַן אין לאַגער. איך בין געווען דערשיטערט און צעטרײַסלט פֿון דעם, וואָס כ׳האָב דאָרט געזען. האָב איך באַשלאָסן צו העלפֿן אויף יעדן מעגלעכן וועג די, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם דאָזיקן חורבן". און ער האָט טאַקע ריזיקירט מיט זײַן מיליטערישער קאַריערע, ווײַל אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי זענען געווען גענוג אַנטיסעמיטן, וואָס האָבן פֿאַרשפּרייט קלאַנגען, אַז קאַפּיטאַן נאָווינסקי באַקומט פֿון די ייִדן געלט. קיינער האָט נישט געוווּסט בעסער פֿון מיר, אַז נאָווינסקי האָט פֿון אונדז נישט באַקומען קיין צעבראָכענעם גראָשן.
איין טאָג האָבן אשר בן־נתן און איך באַזוכט נאָווינסקין אין זײַן האָטעל און אים געפֿונען אין זייער נישט קיין גוטער שטימונג. ער האָט געוווּסט וועגן די קלאַנגען אַרום אים און עס האָט אים זייער וויי געטאָן. ער האָט אונדז געזאָגט, אַז מען וועט אים אפֿשר צוריקשיקן קיין אַמעריקע, און צוליב זײַנע באַציִונגען מיט אונדז, אַפֿילו הייסן צו פֿאַרלאָזן די דינסט. ער האָט צוגעגעבן מיט אַ שמייכל: "איך וועל דאַרפֿן זײַן אַ שאָפֿער, ווײַל קיין אַנדער פּראָפֿעסיע האָב איך נישט". ער האָט אָבער קיין מאָל נישט אויפֿגעהערט צו זײַן אונדזער באַשיצער.
די "בריחה" האָט באַקומען אַ סך הילף אויך פֿון דעם אַמעריקאַנער "דזשוינט" — נישט נאָר מיט פּראָדוקטן, נאָר אויך מיט פֿאַרשיידענע דאָקומענטן און אַפֿילו מיט לאַסטוואָגנס פֿאַר די טראַנספּאָרטן. דער "דזשוינט" האָט אויך פֿינאַנצירט די באַן־טראַנספּאָרטן פֿון די פּליטים.
* * *
אַזוי ווי דײַטשלאַנד און עסטרײַך זענען געווען צעטיילט אויף פֿיר זאָנעס, האָבן מיר געהאַט צו טאָן מיט די אַמעריקאַנער, ענגלישע, פֿראַנצויזישע און רוסישע סאָלדאַטן, ווי אויך מיט די איטאַליענישע סאָלדאַטן און עסטרײַכישע, און דײַטשע פּאָליציסטן. די באַציִונג פֿון די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן צו די ייִדישע פּליטים איז מערסטנס געווען אַ וואַרעמע און אַ פּאָזיטיווע. כּמעט דאָס זעלבע קען מען זאָגן וועגן די פֿראַנצויזישע, איטאַליענישע און רוסישע סאָלדאַטן. צווישן די רוסישע סאָלדאַטן זענען געווען ייִדן, און נישט אין איין פֿאַל האָט עמעצער פֿון זיי באַשלאָסן צו דעזערטירן און זיך אָנשליסן אינעם "בריחה"־טראַנספּאָרט. די באַציִונג פֿון די ענגלישע סאָלדאַטן איז געווען אַ פֿײַנטלעכע. וואָס שייך די עסטרײַכישע און דײַטשע פּאָליציסטן, האָט מען זיי אַלע געקאָנט אונטערקויפֿן מיט וויסקי און סיגאַרעטן.
אַ פּרשה פֿאַר זיך אין דער "בריחה"־געשיכטע איז געווען דאָס איבערפֿירן די ייִדישע קינדער. אין אַ סך פֿאַלן האָט מען זיי געדאַרפֿט קודם אויסלייזן פֿון די קריסטלעכע הענט, וואָס האָבן זיי געראַטעוועט און אַדאָפּטירט. נישט ווייניק קריסטלעכע משפּחות האָבן נישט געוואָלט צוריקגעבן די קינדער, צו וועמען זיי האָבן זיך צוגעוווינט און געוואָלט זיי דערציִען ווי קריסטן.
איין מאָל זענען געקומען קיין זאַלצבורג צוויי שליחים פֿון דער ייִדישער בריגאַדע אין איטאַליע. זיי האָבן מיר געוויזן אַ בריוו פֿון וואַטיקאַן, אַדרעסירט צו די רעגירונגען אין פּוילן, טשעכאָסלאָוואַקײַ, אונגאַרן און רומעניע. אינעם בריוו איז געווען געשריבן, אַז דער וואַטיקאַן שטיצט די רעטונג פֿון ייִדישע קינדער ווי אַ הומאַניטאַרע טעטיקייט. דער דאָזיקער טעקסט איז נישט געווען גענוג, כּדי אַרויסצופֿירן פֿון מיזרח־אייראָפּע 3,000 ייִדישע קינדערלעך. די צוויי שליחים האָבן מיר געזאָגט, אַז זיי זענען געקומען צו מיר, ווײַל זיי האָבן געהערט, אַז איך האָב צוויי ספּעציאַליסטן צו פֿעלשן שטעמפּלעך: איינעם — פֿאַר גומענע, און אַ צווייטן, פֿאַר מעטאַלענע — און בעטן מיר צו פֿאַרריכטן דעם טעקסט פֿון וואַטיקאַנס בריוו, מיט דער הילף פֿון די צוויי ספּעציאַליסטן. איך האָב עס געטאָן, און די צוויי שליחים זענען אַוועקגעפֿאָרן מיט אַ בריוו, אין וועלכן דער וואַטיקאַן פֿאַרפֿליכט זיך אויסצוהאַלטן די 3,000 ייִדישע קינדער, וואָס מען וועט אַרויסלאָזן פֿון מיזרח־אייראָפּע.
אין יוני 1947 האָט די "בריחה" געבראַכט פֿון די לאַגערן אויף דער שיף "עקזאָדוס" 4,500 פּליטים: 3,500 דערוואַקסענע, אײַנגעשלאָסן 400 טראָגעדיקע פֿרויען, און 1,000 קינדער — אויפֿן וועג קיין ארץ־ישׂראל. ווי באַקאַנט, האָבן די שיף געכאַפּט די ענגלענדער און אַלע פּליטים זענען צוריקגעבראַכט געוואָרן קיין פֿראַנקרײַך. די "בריחה" האָט צעשפּרייט די פּליטים אין פֿאַרשיידענע לאַגערן, כּדי זיי צוצוגרייטן צו אַ נײַעם פּרוּוו עולה צו זײַן קיין ארץ־ישׂראל.
דער פֿערטל מיליאָן ייִדישע פּליטים, וואָס די "בריחה" האָט קאָנצענטרירט אין די אָקופּאַציע־זאָנעס אין עסטרײַך, דײַטשלאַנד און אין איטאַליע האָבן פֿון אָנהייב אָן פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַ מאָראַלישע און הומאַניטאַרע פּראָבלעם. אָבער מיט דער צײַט זענען זיי פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ קרעפֿטיקן פּאָליטישן פֿאַקטאָר פֿאַרן אויפֿשטעלן די ייִדישע מדינה. די מיטגלידער פֿון דער "יו־ען"־קאָמיסיע צו לייזן די פּראָבלעם פֿון ארץ־ישׂראל, האָבן, צווישן אַנדערס, באַזוכט די פּליטים־לאַגערן און געזען מיט די אייגענע אויגן די ליידן פֿון די פּליטים. אין זייערע געשפּרעכן מיט די פּליטים האָבן זיי געהערט, אַז אין די גלות־לענדער וואַרטן נאָך צענדליקער טויזנטער ייִדן עס זאָל געגרינדעט ווערן אַ ייִדישע מדינה. און די מערהייט פֿאָרשטייער אין דער קאָמיסיע — זיבן פֿון עלף מיטגלידער — האָבן רעקאָמענדירט צו צעטיילן ארץ־ישׂראל אויף צוויי מדינות — אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע. אַ באַזונדערן סטאַטוס האָט באַקומען די שטאָט ירושלים. דאָס איז באַשלאָסן געוואָרן אויף אַן אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג בײַ די פֿאַראייניקטע פֿעלקער דעם 29סטן נאָוועמבער, 1947. די האָפֿענונג פֿון די ייִדישע פּליטים האָט זיך, סוף־כּל־סוף, פֿאַרווירקלעכט, און דעם 14טן מײַ 1948 האָט דוד בן־גוריון פּראָקלאַמירט אַ ייִדישע מדינה, מיטן נאָמען "ישׂראל".