חורבן

קינדערהיים אין פּוילן גרייט אַרויסצוגיין אויפֿן וועג
קינדערהיים אין פּוילן גרייט אַרויסצוגיין אויפֿן וועג
איך ווייס נישט ווער פֿון די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" האָט געלייענט די ידיעה, אַז 60 יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה איז טעטיק אַן אָרגאַניזאַציע מיטן נאָמען "הילף פֿאַר ברידער", כּדי צו געפֿינען מער ווי 2,000 ייִדן, וואָס אין זייער יוגנט האָט מען זיי איבערגעלאָזט אין מאָנאַסטירן און בײַ קריסטלעכע משפּחות אין אייראָפּע.

אַ סך איז, און ווערט נאָך אַלץ, פּובליקירט וועגן דעם חורבן אין ביכער, פֿילמען, מוזעען און טעלעקאָמוניקאַציע. דאָס זעלבע איז לגבי דעם אַנטשטיין פֿון דער ייִדישער מדינה. אַ סך ווייניקער איז פּובליקירט געוואָרן וועגן דער תּקופֿה צווישן דעם חורבן און דער אַנטשטייונג פֿון דער ייִדישער מדינה — די געשיכטע פֿון די ייִדישע פּליטים פֿון מיזרח־אייראָפּע, וועלכע האָבן דאַן געלעבט אין די פּליטים־לאַגערן אין עסטרײַך, דײַטשלאַנד און איטאַליע. געוויס זײַנען אַ טייל פֿון די "פֿאָרווערטס"־לייענער געווען דאָרטן.

יעדער איינער ווייסט, אַז אינעם חורבן זענען דערמאָרדעט געוואָרן 6 מיליאָן ייִדן, צווישן זיי — אָנדערטהאַלבן מיליאָן ייִדישע קינדער, וועלכע די נאַציס האָבן אומגעבראַכט אין די אַקציעס און סעלעקציעס אָן שום רחמנות. כּמעט יעדער איינער ווייסט, אַז נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן אַ פֿערטל מיליאָן ייִדישע פּליטים געוואַנדערט איבער די גרענעצן פֿון מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע און די גרעסטע צאָל פֿון זיי האָבן עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל. אַ טייל האָבן עמיגרירט אין אַנדערע לענדער. אָבער זייער ווייניק ווייסן וויפֿל ייִדישע קינדער האָבן איבערגעלעבט די צווייטע וועלט־מלחמה.

ווען עס האָבן זיך אָנגעהויבן אין יאָר 1941 די מאַסן־אַקציעס, האָבן אַ סך ייִדן פּרובירט זיך באַהאַלטן בײַ זייערע נישט־ייִדישע פֿרײַנד אויסער דער געטאָ, אויף דער אַרישער זײַט; און צווישן אַנדערן האָבן זיי אָפּגעגעבן זייערע קינדער אין די הענט פֿון קריסטן אָדער קריסטלעכע אינסטיטוציעס, ווי מאָנאַסטירן. צווישן זיי זענען אויך געווען פּיצעלעך קינדער און אַ ביסל גרעסערע, וועלכע זייערע עלטערן האָבן זיי איבערגעלאָזט בײַ גוטע און אָנשטענדיקע שכנים אָדער באַקאַנטע; און עס זענען אויך געווען קינדער, וואָס מען האָט איבערגעלאָזט בײַ מענטשן, וועלכע האָבן זיך ארויסגעוויזן ווי געמיינע און בייזוויליקע אויסנוצער.

נישט ווייניק פֿון די קינדער זענען געוואָרן אויסבאַהאַלטן דורך די גלחים און מאָנאַכן אין קלויסטערס. פֿיל פֿון זיי האָבן באַטראַכט זייערע טאַטן נישט בלויז ווי אַ מצווה צו ראַטעווען די קינדער פֿון טויט, נאָר אויך ווי אַ געלעגנהייט "אומצוקערן די פֿאַרבלאָנדזשעטע ייִדישע נשמות אין בוזעם פֿון אמתדיקן גלויבן". דאָס בלײַבן אַ לאַנגע צײַט צווישן די קריסטן האָט אײַנגעוואָרצלט אין די הערצער פֿון די קינדער אַ קניִונג פֿאַר די רעליגיעזע קריסטלעכע ווערטן און באַגריפֿן — אַ ליבשאַפֿט צו די צערעמאָניעס פֿון קריסטלעכן קולט — און אויך אַ שׂנאה צו די ייִדן.

אַ סך קריסטלעכע פֿאַמיליעס האָבן נישט געוואָלט צוריקגעבן די ייִדישע קינדער, נישט צו קרובֿים און נישט צו קיין ייִדישע אינסטיטוציעס; אָדער צוליב דעם, וואָס זיי האָבן זיך באמת צוגעבונדן צו די קינדער און עס איז געווען שווער זיך צו שיידן מיט זיי, אָדער זיי האָבן געוואָלט זיי זאָלן פֿאַרבלײַבן ווי קריסטן. עס זענען אויך געווען אַזעלכע, וואָס האָבן געטענהט, אַז זיי וועלן צוריקגעבן די קינדער, אָבער נאָר צו זייערע עלטערן. און עס זענען געווען אַזעלכע, וואָס זענען געווען גרייט צוריקצוגעבן די קינדער, פֿאַרלאַנגענדיק אַ סך געלט פֿאַר זייער הילף דורך די מלחמה־יאָרן. עס האָבן נישט געפֿעלט קיין שאַנטאַזש־פֿאַלן און דינגענישן וועגן פֿינאַנציעלן ווערט פֿון קינד.

עס איז דעריבער אַנטשטאַנען די פּראָבלעם ווי אַזוי אומצוקערן די דאָזיקע קינדער צו זייער פֿאָלק און רעליגיע: זיי באַפֿרײַען פֿון זייערע קריסטלעכע רעטער־אַדאָפּטירער און זיי אומקערן צוריק צום ייִדנטום. ווײַזט אויס, אַז די פּראָבלעם איז אַקטועל ביזן הײַנטיקן טאָג.

לויט אַן אינפֿאָרמאַציע, וואָס האָט דערגרייכט דער אָרגאַניזאַציע "הילף פֿאַר ברידער", וועלכע זוכט 2,000 פֿאַרלוירענע ייִדישע קינדער, האָט דער פּויפּסט פּיִוס דער 12טער פֿאַרבאָטן נאָך דער מלחמה צוריקצוגעבן די ייִדישע קינדער זייערע עלטערן. פּיִוס דער 12טער ווערט גערופֿן "דער שווײַגנדיקער פּויפּסט", פֿאַרן שווײַגן ווען היטלער האָט דערמאָרדעט די ייִדן.

פֿון דער אַנדערער זײַט, איז פֿאָרגעקומען דער פֿאָלגנדיקער עפּיזאָד. אין קראָקע איז געווען אַ ייִדיש פּאָרל, דוד און העלען העלער. זיי האָבן געהאַט אַ ייִנגעלע פֿון צוויי יאָר מיטן נאָמען שכנא. אין יאָר 1942, אַז די נאַציס זענען געקומען קיין קראָקע און געשיקט די ייִדן קיין אוישוויץ, האָט דאָס פּאָרל געלאָזט זייער קינד בײַ קאַטוילישע שכנים, די פֿאַמיליע יאַכאָוויטש. דאָס ייִנגעלע איז דערצויגן געוואָרן ווי אַ קאַטאָליקער. נאָך דער מלחמה זענען די עלטערן פֿונעם קינד נישט צוריקגעקומען, און אַז ער איז געוואָרן פֿינף יאָר אַלט, האָט פֿרוי יאַכאָוויטש זיך געווענדט צום לאָקאַלן גלח, דעם בישאָף פֿון קראָקע, און געבעטן צו טובֿלען דאָס קינד צום קאַטאָליציזם.

דער בישאָף האָט זי געפֿרעגט, צי זי קאָן זיך פֿאָרשטעלן וואָס וואָלט געווען די רעאַקציע פֿון קינדס ביאָלאָגישע עלטערן צו אַזאַ טאַט. פֿרוי יאַכאָוויטש האָט געענטפֿערט, אַז זי מוז זײַן אָפֿנהאַרציק מיטן בישאָף.

"איך געדענק דאָס בילד", האָט זי געזאָגט, "ווען דאָס קינד איז שוין געווען אין מײַנע הענט, און העלען העלער איז שוין געשטאַנען נעבן דער טיר און מיט דער האַנט געפֿאָכעט צו איר קינד געזעגענענדיק זיך, האָט זי מיר געבעטן: ׳פֿרוי יאַכאָוויטש, אויב מיר וועלן זיך נישט צוריקקערן, סטאַרע זיך צוריקצוגעבן דאָס קינד צום ייִדישן פֿאָלק׳."

"אויב אַזוי", האָט געענטפֿערט דער קאַטוילישער בישאָף, "בין איך בשום אופֿן נישט גרייט אים אָפּצוטובֿלען ווי אַ קריסט". דער נאָמען פֿון דעם דאָזיקן בישאָף איז געווען קאַראָל ווויטילאַ, וועלכער איז יאָרן שפּעטער געוואָרן פּויפּסט יאָהאַן פּאַולוס דער צווייטער.

אָט האָט איר דעם אונטערשייד צווישן די צוויי פּויפּסטן. און מיט אַ קורצער צײַט צוריק האָט דער וואַטיקאַן, אָן בושה, אָנגעהויבן אַ קאַמפּאַניע צו פּראָקלאַמירן פּיִוס דעם 12טן ווי אַ הייליקן.

איך פּערזענלעך קען אַ פֿאַל פֿון אַ יתומהלע פֿון 7 יאָר מיטן נאָמען באַסינקע, וועלכע איז געווען די איינציקע איבערגעבליבענע פֿון איר פֿאַמיליע. מען האָט זי איבערגעלאָזט בײַ אַ קריסטלעכער פֿאַמיליע, וועלכע האָט זי דערצויגן ווי אַ קריסטין און זי אויסגעלערנט פֿאַרהייליקן דעם צלם און זידלען און שילטן די ייִדן. אַז עס האָט זיך געענדיקט די מלחמה, זענען דווקא די קריסטן געווען גרייט אומצוקערן דאָס מיידעלע צו אַ ייִדישער משפּחה, וואָס איז געווען וויליק זי צו נעמען. אָבער דאָס מיידעלע האָט נישט געוואָלט גיין צו די ייִדן און געוויינט: "איך וויל נישט גיין צו די זשידעס מיט די פּיאות".

מען האָט זי צוגענומען, קעגן איר ווילן, און זי איז אָנגעקומען אין אַ ייִדישן פּליטים־לאַגער אין דײַטשלאַנד מיט דער מוטער, וואָס איז שפּעטער געוואָרן מײַן שוויגער־מוטער, ליבאַ שמולאָוויטש פֿון לידע, בײַ וועמען איך האָב דאָס קינד באַקענט. איך האָב דערליידיקט, אַז זי זאָל קענען עולה זײַן, אין מײַ 1947, קיין ארץ־ישׂראל מיט אַ טראַנספּאָרט פֿון "עליית הנוער" — די יוגנט־עליה פֿון דער ייִדישער אַגענץ — און אין ישׂראל האָט זי אויפֿגעשטעלט אַ שיינע משפּחה.

די יוגנט־עליה, געגרינדעט אין 1932 דורך רעכאַ פֿרײַער פֿון בערלין, און אָנגעפֿירט פֿון 1933 — מיטן אַרויפֿקומען פֿון היטלערן צו דער מאַכט — דורך הענריעטאַ סאָלד, האָט געבראַכט קיין ארץ־ישׂראל 124,692 קינדער און יוגנטלעכע, פֿון זיי 11,155 אין די יאָרן פֿון דער מלחמה (1939—1945).

וואָס שייך דער צאָל פֿון די איבערגעבליבענע קינדער נאָכן חורבן, איז די אָפּשאַצונג געווען, אַז ס׳זענען לעבן געבליבן 61,300, מיט דער פֿאָלגנדיקער צעטיילונג, לויט די לענדער:

פּוילן — 18,000, פֿון זיי 8,000 אין קינדער־היימען.

פֿראַנקרײַך — 15,000, פֿון זיי 5,000 בײַ קריסטן.

אונגאַרן — 9,000.

דײַטשלאַנד, אין די פּליטים־לאַגערן — 6,000.

האָלאַנד — 3,200, מערסטנס בײַ קריסטן.

בעלגיע — 3,100, פֿון זיי 600 בײַ פֿאַמיליעס פֿון דעם גלח ברונאָס אָרגאַניזאַציע, און 1,000 בײַ אַנדערע קאַטוילישע פֿאַמיליעס.

איטאַליע — 2,000.

טשעכאָסלאָוואַקײַ — 1,500.

שוועדן — 1,100, פֿון זיי 800 יתומים.

יוגאָסלאַוויע — 900 — אַלע יתומים.

שווייצאַריע — 800.

עסטרײַך — 700.

ווי מען קען זען, איז אין די ציפֿערן נישט אײַנגעשלאָסן דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ווײַל אין יענע נאָכמלחמהדיקע טעג איז געווען אוממעגלעך צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע, פֿאַרבונדן מיטן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.