זכרונות

(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)


4. אין ישׂראלדיקן "מוסד"

אַבדעל נאַצער, פּרעזידענט פֿון עגיפּטן, און ניקיטאַ כרושטשאָוו, דער פּרעמיער־מיניסטער פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, דעמאָנסטרירן די סאָוועטיש־עגיפּטישע סאָלידאַריטעט אויף די גאַסן פֿון קאַיִר
אַבדעל נאַצער, פּרעזידענט פֿון עגיפּטן, און ניקיטאַ כרושטשאָוו, דער פּרעמיער־מיניסטער פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, דעמאָנסטרירן די סאָוועטיש־עגיפּטישע סאָלידאַריטעט אויף די גאַסן פֿון קאַיִר
גלײַך נאָכן באַשלוס אין דער "יו־ען" צו גרינדן אַ ייִדישע מדינה, האָב איך פֿאַרלאָזט זאַלצבורג און אָנגעקומען קיין מינכן — נאָכדעם ווי איך האָב חתונה געהאַט מיט פֿרידע שמולאָוויטש; פֿון דאָרט — אין פּליטים־לאַגער בערגען־בעלזען. מײַן ברודער האָב איך מיט אַ יאָר פֿריִער אָפּגעשיקט קיין ארץ־ישׂראל מיט "עליית הנוער", די יוגנט עליה.

נאָך אַ פּאָר חדשים אין בערגען־בעלזען בין איך אָפּגעפֿאָרן — מיט מײַן פֿרוי און איר מוטער, ליבע שמולאָוויטש — פֿון בערגען־בעלזען קיין מאַרסיי, און פֿון דאָרט מיט דער רומענישער שיף "טראַנסילוואַניאַ" — קיין ארץ־ישׂראל. מיר זענען געפֿאָרן אויף דאָקומענטן פֿון אַנדערע פּערזאָנען: איך — ווי מנשה קליין, מײַן פֿרוי — ווי פּאָלאַ לערער, און מײַן שוויגער־מוטער — ווי בערטאַ האַלפּערט. די פּאַספּאָרטן זענען געווען פֿון אמתע מענטשן, מיט אמתע וויזעס, אָבער די בילדער אין די פּאַספּאָרטן זענען געווען אונדזערע. מיר זענען אָנגעקומען קיין חיפֿה דעם 24סטן פֿעברואַר 1948 — צוויי און אַ האַלב מאָנאַטן פֿאַרן פּראָקלאַמירן די ייִדישע מדינה. מײַן פֿרוי און איך זענען אָנגענומען געוואָרן אויף אַרבעט אין חיפֿהר פּאָרט, וואָס איז באַטראַכט געווען ווי אַ פּלאַץ פֿון מיליטערישער וויכטיקייט.

מיט דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה, האָט אויסגעבראָכן די אומאָפּהענגיקייט־מלחמה און זיבן אַראַבישע מדינות האָבן אַטאַקירט ישׂראל. די מלחמה האָט זיך אָפֿיציעל געעענדיקט דעם 20סטן יולי 1949 מיטן אונטערשרײַבן דעם וואָפֿנשטילשטאַנד־אָפּמאַך מיט סיריע. פֿאַר דעם זענען אונטערגעשריבן געוואָרן ענלעכע אָפּמאַכן מיט עגיפּטן, לבֿנון און יאָרדאַניע. דעם 11טן מײַ 1949 איז ישׂראל אָנגענומען געוואָרן ווי דער 59סטער מדינה־מיטגליד אין דער "יו־ען". די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז געווען דאָס ערשטע לאַנד, וואָס האָט אָנערקענט מדינת־ישׂראל, 11 מינוט נאָך איר פּראָקלאַמירונג. צוויי טעג שפּעטער, איז ישׂראל אויך אָנערקענט געוואָרן דורך דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער ערשטער דיפּלאָמאַטישער פֿאָרשטייער פֿון מדינת־ישׂראל אין מאָסקווע איז געווען גאָלדע מאיר (מאַיִרסאָן). די סאָוועטן האָבן זיך נישט פֿאָרגעשטעלט וואָס עס דערוואַרט זיי.

ווען גאָלדע מאיר איז געקומען אין דער מאָסקווער גרויסער שיל צו די ראָש־השנה תּפֿילות, האָבן זיך לעבן דער שיל פֿאַרזאַמלט 50,000 ייִדן און דאָס האָט אויפֿגעטרייסלט די סאָוועטישע פֿירערשאַפֿט.

אין דער צײַט וואָס איך האָב געאַרבעט אינעם חיפֿהר פּאָרט, איז אשר בן־נתן — דער פֿירער פֿון דער "בריחה" אין עסטרײַך — געוואָרן שעף פֿון דעם ישׂראלדיקן געהיים־דינסט אין אויסלאַנד. אָנהייב 1950 האָט ער זיך פֿאַרבונדן מיט מיר און מיר פֿאָרגעשלאָגן איך זאָל זיך אָנשליסן אין דעם געהיים־דינסט און אַרויספֿאָרן אַרבעטן אין רוים. איך בין מסכּים געווען און אַרויסגעפֿאָרן קיין רוים דעם ערשטן מײַ 1950. איך בין געבליבן אין רוים פֿיר יאָר — צוויי יאָר ווי אַ מיטגליד פֿון געהיים־דינסט און צוויי יאָר ווי דער שעף פֿון דער געהיים־דינסט בײַ דער אָפּטיילונג אין רוים. אין 1951 האָט זיך דאָס געהיים־דינסט פֿאַרוואַנדלט אין "מוסד".

אין פֿאַרלויף פֿון די פֿיר יאָר אין רוים, האָב איך אויך געלערנט אינעם אָרטיקן אוניווערסיטעט. נאָכן צוריקקומען קיין ישׂראל, אין יולי 1954, האָב איך אַ יאָר צוגעגרייט מײַן טעזע אויף דער טעמע: "מדינת־ישׂראל און איר אומאָפּהענגיקייט־דעקלאַראַציע", און באַקומען אַ "דאָקטאָראַט אין פּאָליטישער וויסנשאַפֿט".

* * *

ווי עס איז באַקאַנט, איז דאָס אויסנוצן די פֿרויען אין די שפּיאָנאַזש־אַקטיוויטעטן זייער אַ פֿאַרשפּרייטע זאַך. מיר האָבן אויך געהאַט אין רוים אַ נעץ פֿון איטאַליענישע טעלעפֿאָניסטקעס אין זעקס גרויסע האָטעלן, וווּ עס זענען שטענדיק אײַנגעשטאַנען אָפֿיצירן פֿון די אַראַבישע לענדער. "אונדזערע" טעלעפֿאָניסטקעס האָבן זיך צוגעהערט צו זייערע טעלעפֿאָן־געשפּרעכן — אויסערן האָטעל, ווי אויך אינעם האָטעל גופֿא. צווישן אַנדערס האָבן מיר זיך דערוווּסט פֿון די טעלעפֿאָניסטקעס וועגן די ריכטונגען און דאַטעס פֿון די אַראַבישע שיפֿן, וועלכע האָבן געפֿירט געווער אין זייערע לענדער. אויסער דעם, האָבן מיר באַקומען פֿון זיי ידיעות, ווי די אַראַבישע אָפֿיצירן פֿאַרברענגען די נעכט, כּדי צו פּרוּוון זיי ווערבירן.

מיר האָבן מצליח געווען צו ווערבירן צוויי באַאַמטע אין די אַראַבישע אַמבאַסאַדעס און באַקומען פֿון זיי גאַנצע טעקעס, וועלכע מיר האָבן בײַנאַכט פֿאָטאָגראַפֿירט און צו מאָרגנס צוריקגעגעבן. מיר האָבן אויך מצליח געווען צו ווערבירן אַ גלח אין דער מיזרח־קאָנגרעגאַציע פֿון וואַטיקאַן און באַקומען פֿון אים דאָקומענטן מיט ראַפּאָרטן פֿון די וואַטיקאַנער נונציעס (שליח, אַמבאַסאַדאָר) אין די אַראַבישע לענדער. די וואַטיקאַנער נונציעס האָבן זיך גערעכנט צווישן די בעסטע דיפּלאָמאַטן און זייערע ראַפּאָרטן וועגן די אַראַבישע לענדער, וווּ זיי האָבן געדינט, זענען געווען זייער וויכטיק.

דורך דעם זעלבן גלח האָבן מיר זיך דערוווּסט וועגן וואַטיקאַנס שטרעבונג און אָנשטרענגונגען צו אינטערנאַציאָנאַליזירן ירושלים. ד״ר יעקבֿ הערצאָג, דער ראָטגעבער פֿון ישׂראלס פּרעמיער־מיניסטער, האָט זיך אויסגעדריקט, אַז דער ציל פֿון ישׂראל דאַרף זײַן צו "ראַטעווען ירושלים פֿון די נעגל פֿון וואַטיקאַן". מיר האָבן אויך געהאַט ווי אַן אַגענט אַ פֿראַנצייזישן זשורנאַליסט. דורך אים האָבן מיר פּרובירט צו קריגן אינפֿאָרמאַציע וועגן די נאַציסטישע קריגס־פֿאַרברעכער, וועלכע האָבן באַוויזן צו אַנטלויפֿן אין אַנדערע לענדער, מיט דער הילף פֿון וואַטיקאַן.

ווי געוויינטלעך, צוזאַמען מיט הצלחות האָבן מיר אויך געהאַט דורכפֿאַלן, און איך וועל דערמאָנען דעם גרעסטן פֿון זיי, וועגן וועלכן עס איז פּובליקירט געוואָרן אַ גאַנצער אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" פֿון 7טן אַפּריל 2006; וועגן אַ דרײַ־פֿאַכיקן ישׂראל־שפּיאָן, וועלכן מען האָט אַנטדעקט זומער־צײַט פֿון יאָר 1952, און ער האָט באַקומען 14 יאָר תּפֿיסה.

דער דאָזיקער דורכפֿאַל איז פֿאָרגעקומען אין רוים, אָבער אין "מוסד" זענען אַנטדעקט געוואָרן נאָך פֿאַלן פֿון דורכפֿאַלן, מערסטנס, מיט סאָוועטישע שפּיאָנען.

אין 1950 איז אין דעם אויסערן־מיניסטעריום אַרײַנגעדרונגען אַ סאָוועטישער שפּיאָן, זאבֿ אַבֿני, וועלכער האָט געדינט אין דער ישׂראלדיקער דיפּלאָמאַטישער פֿאָרשטייערשאַפֿט אין בריסל, בעלגראַד און אַטען. מען האָט אים אַרעסטירט אין 1956 און ער האָט באַקומען 14 יאָר תּפֿיסה. אין 1961 איז אַרעסטירט געוואָרן ד״ר ישׂראל בר, אַ מיליטערישער היסטאָריקער, אַ קאָלאָנעל, וואָס איז געווען דער ראָטגעבער בײַם זיכערהייט־מיניסטער, דוד בן־גוריון, און זיך אַפֿילו גערעכנט ווי זײַנער אַ פֿרײַנד. ער האָט זיך אַריסגעוויזן צו זײַן אַן אָפֿיציר אין סאָוועטישן געהיים־דינסט און איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 15 יאָר טורמע. אַ זייער באַוווּסטער פֿאַל איז געווען פּראָפֿעסאָר מאַרקוס קלינגבערג. וועגן אים האָט מען געזאָגט, אַז ער איז געווען דער העכסטער און וויכטיקסטער שפּיאָן, וואָס די סאָוועטן האָבן געהאַט אין ישׂראל. קלינגבערג איז עולה געווען קיין ישׂראל אין 1947, ווי אַן "אײַנגעשלאָפֿענער" אַגענט פֿון "קאַ־גע־בע". ער האָט זיך אײַנגעאָרדנט ווי אַ דאָקטער אין צה״ל און דערגאַנגען צו זײַן דער וויצע־גענעראַל־דירעקטאָר פֿון ביאָלאָגישן אינסטיטוט אין נס־ציונה, וווּ, לויט די פּובליקאַציעס אין אויסלאַנד, האָט ישׂראל פּראָדוצירט כעמישן און ביאָלאָגישן וואָפֿן. ער איז אַרעסטירט געוואָרן אין 1983 און באַקומען 18 יאָר תּפֿיסה.

נאָך אַ באַוווּסטער פֿאַל איז פֿאַרבונדן מיט שבתאי קאַלמאַנאָוויטש, וועלכער איז עולה געווען קיין ישׂראל אין 1971 פֿון ליטע, ווי אַ מאָביליזירטער אַגענט פֿון דער "קאַ־גע־בע". לעבנדיק אין ישׂראל, האָט קאַלמאַנאָוויטש באַקומען אַ סך געלט פֿון די סאָוועטן און באַוויזן צו שאַפֿן זיך אַ געשטאַלט פֿון אַ געלונגענעם סוחר. אין ישׂראל האָט מען נישט געוווּסט, אַז צוזאַמען מיט דרײַ ליטווישע יוגנטלעכע, איז קאַלמאַנאָוויטש אַרעסטירט געוואָרן אין ווילנע פֿאַרן פֿאַרגוואַלטיקן אַ 15־יאָריק ליטוויש מיידל. די אָנדערע דרײַ — קריסטן — זענען פֿאַרמישפּט געוואָרן, יעדער איינער, צו דרײַ יאָר, און קאַלמאַנאָוויטשן האָט מען באַפֿרײַט. די סיבה פֿאַר זײַן באַפֿרײַונג איז געווען, אַז ער האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט עולה צו זײַן קיין ישׂראל און דאָרט ווערן אַן אַגענט פֿון דער "קאַ־גע־בע". אַז מען האָט אים געכאַפּט אין 1987, איז ער פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 9 יאָר טורמע.

איך וועל שליסן די ליסטע פֿון די סאָוועטישע שפּיאָנען מיט איינעם, וואָס איז נישט געווען קיין רוסישער אימיגראַנט. קאָלאָנעל שמעון לעווינזאָן איז געווען דער זיכערהייט־אָפֿיציר אינעם ביוראָ פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער, און דער הויפּט פֿון דער אָפּטיילונג וואָס האָט אָנגעהאַלטן די קאָנטאַקטן מיט פֿרעמדע מיליטער־לײַט. ער האָט וואָלונטירט צו אַרבעטן פֿאַר דער "קאַ־גע־בע" פֿון זײַן אייגענעם ווילן. נאָך זײַן אַרעסט אין 1991, איז ער פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 12 יאָר תּפֿיסה.

עס זענען אויך געווען פֿאַלן פֿון שפּיאָנאַזש פֿאַר אַנדערע מדינות. אודי אדיבֿ, פֿון קיבוץ גן־שמואל, איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 17 יאָר טורמע פֿאַר זײַן שפּיאָנירן לטובֿת סיריע. נחום מנבר איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 16 יאָר תּפֿיסה פֿאַרן שפּיאָנירן פֿאַר איראַן. מרדכי ואנונו איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 18 יאָר פֿאַרן אַרויסגעבן די סודות פֿון ישׂראלס אַטאָמישער ענערגיע, און וויקטאָר אָסטראָווסקי, וועלכן מען האָט נאָך נישט געכאַפּט, האָט פּובליקירט סודות וועגן דעם ישׂראלדיקן געהיים־דינסט.

זינט די ייִדישע מדינה איז אויפֿגעקומען האָבן די סאָוועטישע שפּיאָנאַזש־אָרגאַנען זי באַטראַכט ווי אַ צענטראַלן וויכטיקן ציל — סײַ צוליב איר געאָגראַפֿישן פּלאַץ, סײַ צוליב די ספּעציעלע באַציִונגען פֿון ישׂראל מיטן מערבֿ און דער פּאָליטיש־עקאָנאָמישער ווירקונג פֿון די ייִדן אין די מערבֿ־לענדער. אין דער עליה פֿון די סאָוועטישע ייִדן קיין ישׂראל האָבן די סאָוועטישע שפּיאָנאַזש־אָרגאַנען געזען אַ גוטן אופֿן ווי אַזוי עס צו דערגרייכן. אַ וויכטיקע סיבה פֿאַרן סאָוועטישן אינטערעס אין שפּיאָנירן אין ישׂראל איז געווען זייער לאַנג־יאָריקע פֿײַנטלעכע באַציִונג צום ציוניזם.

אין 1951 האָט ישׂראל באַשלאָסן צו שאַפֿן אין עגיפּטן אַ צעצווײַגטע שפּיאָנאַזש־נעץ. די נעץ איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דורך אַ מיטגליד פֿונעם ישׂראלדיקן געהיים־דינסט, אַבֿרהם דאר, וועלכער איז געקומען קיין קאַיִר אויף אַ פֿאַלשן ענגלישן פּאַספּאָרט אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָן דאַרלינג, אַ סוחר. דער ציל פֿון דער שפּיאָנאַזש־נעץ איז געווען דורכצופֿירן ספּעציעלע אַקציעס אין די צענטראַלע פּלעצער פֿון עגיפּטן, אין פֿאַל פֿון אַן אָנקומענדיקער מלחמה. דאר האָט זיך פֿאַרבונדן מיט אַ גרופּע ייִדישע יוגנטלעכע, מיטגלידער פֿון ציוניסטישע יוגנט־באַוועגונגען, וועלכע האָבן נישט געהאַט קיין שום דערפֿאַרונג אויפֿן געביט פֿון דארס פּלענער, אָבער עכטע ייִדישע פּאַטריאָטן. זיי האָבן אויסגעדריקט זייער וווּנטש אים צו העלפֿן. אייניקע פֿון זיי זענען געפֿאָרן קיין ישׂראל און זיך געלערנט ווי אַזוי זיך צו באַניצן מיט געהיימע שריפֿטן, פֿאַרבאָרגענע טינט, אין שפּיאָנאָזש און סאַבאָטאַזש. מיט דער צײַט האָט מען זיי באַזאָרגט מיט ראַדיאָס, געהייסן קויפֿן אין די אַפּטייקן כעמישע מאַטעריאַלן און אויפֿגעשטעלט אַ געהיימען וואַרשטאַט צו שאַפֿן אויפֿרײַס־מאַטעריאַל.

די נאַכט צווישן דעם 22סטן און 23סטן יולי 1952 האָט אַ גרופּע פֿון די "פֿרײַע אָפֿיצירן" באַהערשט קאַיִר און זייער שנעל דאָס גאַנצע לאַנד. די איבערקערעניש איז דורכגעפֿירט געוואָרן אָן בלוט־פֿאַרגיסונג. דער קעניג פֿאַרוק איז אַראָפּגעזעצט געוואָרן פֿון טראָן און האָט פֿאַרלאָזט עגיפּטן. אַנשטאָט אים איז אויפֿגעשטאַנען אַ רעוואָלוציאָנערע רעגירונג, בראָש מיטן גענעראַל מוכאַמעד נאַגיב, וואָס איז געווען באַטראַכט ווי אַ העלד פֿון דער מלחמה אין פּאַלעסטינע. דער אמתער פירער פון דער רעוואָלוציע איז אָבער געווען דער קאָלאָנעל אַבדעל נאַצער, וועלכער האָט זיך אויך באַטייליקט אין דער פּאַלעסטינער מלחמה. נאָך אַ קורצער צײַט האָט נאַצער באַזײַטיקט נאַגיבן און איבערגענומען די מאַכט.

אין 1953 האָט נאַצער אָנגעהויבן צו פֿאַרהאַנדלען מיט לאָנדאָן מיטן ציל צו דערגיין צו אַ באַשלוס, אַז די ענגלישע כּוחות זאָלן פֿאַרלאָזן דעם סועץ־קאַנאַל. דאָס פֿאַרלאָזן פֿון די ענגלישע סאָלדאַטן דעם סועץ־קאַנאַל, האָט געזאָלט פֿאַרוואַנדלען די קאַנאַל־זאָנע אין אַ "שפּרונג־ברעט" פֿון דער עגיפּטישער אַרמיי קעגן מדינת־ישׂראל. די דאָזיקע מעגלעכע אַנטוויקלונג, די שטענדיקע דערנענטערונג צווישן עגיפּטן און דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און די טשעכיש־עגיפּטישע געווער־אונטערנעמונג האָבן אַרויסגערופֿן אין ישׂראל אַ גרויסע זאָרג און חשד, אַז עגיפּטן גרייט צו, מיט דער סאָוועטישער הילף, אַ צווייטע מלחמה קעגן ישׂראל.

דעריבער איז אין ישׂראל אויפֿגעקומען דער געדאַנק צו צעשטערן אַ מעגלעכן הסכּם צווישן עגיפּטן און ענגלאַנד וועגן דעם סועץ־קאַנאַל דורך אַ ריי אַנטי־אַמעריקאַנער און אַנטי־ענגלישע אַקטן אין קאַיִר, וועלכע וועלן דורכגעפֿירט ווערן דורך דער "אײַנגעשלאָפֿענער" שפּיאָנאַזש־נעץ פֿון די ציוניסטישע יוגנטלעכע. דער כרושטשאָוו־באַזוך אין קאַיִר האָט געגעבן דעם לעצטן שטויס אויסצופֿירן די דאָזיקע סאַבאָטאַזש־אַקטן אויף אַן אופֿן, אַז זיי זאָלן אויסזען ווי אונטערגעשטיצט דורך דער עגיפּטישער רעגירונג, אָדער דורך דער אָרגאַניזאַציע פֿון "מוסולמענער ברידער". אַזאַ אַקציע וואָלט געקאָנט ווירקן אויף דער ענגלישער רעגירונג נישט אונטערצושרײַבן דעם אָפּמאַך.

אין דעצעמבער 1953 האָב איך זיך געטראָפֿן אין רוים מיטן מאַיאָר אַבֿרהם זײַדענבערג, וועלכער האָט געדאַרפֿט אָפּפֿליִען קיין קאַיִר מיט אַ פֿאַלשן דײַטשן פּאַספּאָרט אויפֿן נאָמען פֿון פּאַול פֿראַנק, ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון אַ דײַטשער עלעקטראָנישער פֿירמע. זײַן ציל איז געווען צו פֿאַרבײַטן אַבֿרהם דאר אין זײַן מיסיע. איך בין באַשטימט געוואָרן צו זײַן זײַדענבערגס פֿאַרבינדלער אין אייראָפּע. בײַ אונדזער צוזאַמענטרעף האָב איך אים פֿאָרגעשטעלט מײַן געהילף, בנימן רותם, און געזאָגט, אַז אויב איך וועל מוזן צוריקפֿאָרן קיין ישׂראל, וועט רותם זײַן דער קאָנטאַקט־מענטש. איך האָב געגעבן זײַדענבערגן דעם "אָפּעראַציע באַפֿעל", וואָס איך האָב באַקומען פֿון ישׂראל; טויזנט דאָלאַר, פֿאַרבאָרגענע טינט און פּרטים וועגן צוויי פּאָסט־קעסטלעך, וואָס זענען צוגעשטעלט געוואָרן פֿאַר זײַנע נוצן: אין דײַטשלאַנד און אין עסטרײַך.

זײַדענבערג איז אָפּגעפֿאָרן קיין עגיפּטן און געלאָזט אין גאַנג דעם סאַבאָטאַזש־פּלאַן אין יולי 1954, אין אַ ריי שלימזלדיקע אַקטן: אַ פּרימיטיווע אויפֿרײַס־אײַנריכטונג האָט פֿאַרברענט אַ פּאָסט־קעסטל פֿון אַן אַמעריקאַנער בירגער; אַ צווייטע באָמבע האָט אויפֿגעריסן אין דער ביבליאָטעק פֿון דער אַמעריקאַנער אינפֿאָרמאַציע־דינסט אין קאַיִר. אַ פּושקע מיט שוועבאַלעך, פֿול מיט אויפֿרײַס־מאַטעריאַל, האָט זיך אויפֿגעריסן אין אַ קעשענע פֿון אַ יוגנטלעכן, וואָס איז געשטאַנען בײַם אַרײַנגאַנג אין קינאָ. אַן עגיפּטישער זיכערהייט־מאַן האָט געזען ווי דער יוגנטלעכער איז געפֿאַלן, האָט אים אַרעסטירט. גלײַך נאָכדעם זענען אַרעסטירט געוואָרן אַלע מיטגלידער פֿון דער שפּיאָנאַזש־נעץ.

אָנהייב דעצעמבער 1954 האָט זיך געעפֿנט דער מישפּט קעגן עלף באַשולדיקטע, און דעם 27סטן יאַנואַר 1955 האָט דער עגיפּטישער מיליטערישער טריבונאַל פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן אורטייל: צוויי — ד״ר משה מאַרזוק און שמואל אַזאַר — זענען פֿאַראולטיילט געוואָרן צום טויט; צוויי — האָבן באַקומען אַ לעבנס־לאַנגן טערמין מיט צוואַנג־אַרבעט; פֿיר האָבן באַקומען זיבן יאָר טורמע, און צוויי זענען באַפֿרײַט געוואָרן. איינער, מאיר בינט, איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד אין זײַן צעל נאָך פֿאַרן אורטייל.

אַבֿרהם זײַדענבערג האָט זיך באַוויזן אין דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין רוים און זיך געווענדט צו בנימין רותם. ער האָט דערציילט נסים־ונפֿלאָות ווי אַזוי ער איז מצליח געווען צו אַנטלויפֿן. אָבער גאָר גיך האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז ער האָט פֿאַרראַטן ישׂראל און אַרויסגעגעבן די נעץ צו די עגיפּטער. מען האָט אים געמישפּט אין ישׂראל און ער האָט באַקומען 12 יאָר טורמע. דער גאַנצער סאַבאָטאַזש־פּלאַן אין עגיפּטן האָט זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ נאַיִווער, אומאַחריותדיקער און געבראַכט אַ סך שאָדן.

איך האָב זיך צוריקגעקערט אין ישׂראל אין יולי 1954, און אין אָקטאָבער 1956 האָט מען מיך געשיקט, ווי אַן ערשטן סעקרעטאַר, אין אונדזער אַמבאַסאַדע אין לימאַ, פּערו. אין יאר 1956 האָט דער "מוסד" געהאַט איינעם פֿון זײַנע גרעסטע דערפֿאָלגן.

נאָכן טויט פֿון יאָסיף סטאַלין, אין 1953, איז געקומען צו דער מאַכט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ניקיטאַ כרושטשאָוו, מיט אַ קאָלעקטיווער אָנפֿירערשאַפֿט. אויפֿן 20סטן קאָנגרעס פֿון דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין מאָסקווע, אין פֿעברואַר 1956, האָט כרושטשאָוו געהאַלטן אַ רעדע בײַ פֿאַרמאַכטע טירן. קיין איין וואָרט פֿון כרושטשאָווס רעדע איז נישט פּובליקירט געוואָרן. אין יולי 1956, האָבן די אַמעריקאַנער פֿאַרעפֿנטלעכט אין אַלע קאָמוניקאַציע־אָרגאַנען די פֿולע רעדע פֿון כרושטשאָוון, וועלכע זיי האָבן באַקומען — לויט זייער דערקלערונג — דורך זייערע געהיימע קוואַלן אין מאָסקווע.

די רעדע איז אָנגענומען געוואָרן ווי אַן אמתע סענסאַציע. זי האָט מבֿשׂר געווען דער וועלט וועגן אַן אָנהייב פֿון אַ דעסטאַליניזאַציע־פּראָצעס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין זײַן רעדע, האָט כרושטשאָוו דעפֿינירט סטאַלינס מעשׂים ווי "מאַסן־טעראָר".

מיט דער צײַט איז באַוווּסט געוואָרן, אַז די רעדע האָט דערהאַלטן דער ישׂראלדיקער "מוסד", וואָס האָט עס איבערגעגעבן דעם אַמעריקאַנער "סי־אײַ־איי" (CIA). בכלל, זענען די יאָרן 1954—1956 געווען פֿאַר ישׂראל אַן אמתער קאָשמאַר. די אַראַבישע אַרײַנדרינגלער פֿון יאָרדאַניע — די אַזוי גערופֿענע "פֿעדאַיִן" — האָבן אַטאַקירט אַן אויטאָבוס, וואָס איז געפֿאָרן פֿון אילת קיין תּל־אָבֿיבֿ, און דערמאָרדעט 11 מענטשן, צווישן זיי — אויך קינדער. דאָס לעבן אין די גרענעץ־ייִשובֿים איז געוואָרן אוממעגלעך. אויך אין לאַנד גופֿא איז די לאַגע געוואָרן סכּנותדיק און דער כּעס פֿון דער באַפֿעלקערונג איז געוואַקסן פֿון טאָג צו טאָג.

אין דער רעגירונג זײַנען געווען צוויי מיינונגען: דער פּרעמיער דוד בן־גוריון האָט געהאַלטן פֿון אַ "שטאַרקער האַנט". דער אויסערן־מיניסטער, משה שרת, איז געווען קעגן אַ פּרעווענטיווער מלחמה. האָט בן־גוריון באַזײַטיקט שרתן פֿון דער רעגירונג און באַשטימט אויף זײַן אָרט, ווי אַן אויסערן־מיניסטער, גאָלדע מאיר.

די רעגירונג האָט באַשלאָסן אָנצוהייבן אַ מלחמה מיט דרײַ צוועקן: פֿאַרניכטן די באַזעס פֿון די "פֿעדאַיִן" און פֿונעם עגיפּטישן מיליטער אויפֿן האַלב־אינדזל סיני און עזה; אונטעררײַסן דעם פֿאַרשטאַרקונג־פּראָצעס פֿון עגיפּטן, וואָס האָט אָנגעהויבן קריגן מאָדערנע מינים געווער פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ, אונטערן פּראָטעקטאָראַט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; און עפֿענען די טיראַן־דורכגוסן פֿאַר די ישׂראלדיקע שיפֿן, נאָכדעם ווי עגיפּטן האָט זיי געשלאָסן אין 1955.

די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן דעם 29סטן אָקטאָבער 1956 און ישׂראל האָט אײַנגענומען סיני און עזה. אונטערן דרוק פֿון די אַמעריקאַנער און סאָוועטן, האָט בן־גוריון געמוזט זיך צוריקציִען; אָבער די סיני־מלחמה האָט געגעבן ישׂראל 11 רויִקע יאָרן אויף איר גרענעץ מיט עגיפּטן און 8 רויִקע יאָרן אויף אירע גרענעצן מיט יאָרדאַניע און לבֿנון.

(המשך אין קומענדיקן נומער)