פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם טאָג וואָס ישׂראלס פּרעמיער אהוד אָלמערט האָט זיך געטראָפֿן אין וואַשינגטאָן מיט פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, האָט זיך פּובליקירט זײַנס אַן אינטערוויו אין דער פּאַלעסטינער צײַטונג "אַלקודס", וואָס גייט אַרויס אין מיזרח־ירושלים. צווישן אַנדערע, האָט אָלמערט געזאָגט אין זײַן אינטערוויו, אַז די לייזונג פֿון קאָנפֿליקט וועט פֿאָרקומען מיט דער אַנטשטייונג פֿון דער פּאַלעסטינער מדינה, און צוגעגעבן אַ ווײַט־גייענדיקע דעקלאַראַציע, אַז ער איז גרייט צו אונטערהאַנדלען אַפֿילו מיט "כאַמאַס", אויב זיי וועלן אָנערקענען ישׂראל.

אַ קורצע צײַט נאָכדעם, האָט אַבו מאַזען טעלעפֿאָנירט אָלמערטן מיט דער בשׂורה, אַז די פּאַלעסטינער וועלן אויפֿהערן אַלע שיסערײַען אויף ישׂראל, אויב די ישׂראלדיקע אַרמיי וועט פֿאַרלאָזן עזה. ישׂראל האָט מסכּים געווען און דעם 6סטן נאָוועמבער האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַע פֿאַזע אין די ישׂראל־פּאַלעסטינער באַציִונגען, מיט דער האָפֿענונג, אַז דאָס וועט דויערן אַ לענגערע צײַט. פּאַראַלעל, האָבן זיך געטאָן באַמיִונגען צו אָרגאַניזירן אַ צוזאַמענטרעף צווישן אַבו מאַזען און אָלמערטן. און די צײַטונגען האָבן אַנאָנסירט: "צוריק צו די אונטערהאַנדלונגען"!

פֿאַר אַלע צדדים איז קלאָר, אַז די באַזע פֿאַר עווענטועלע באַנײַטע שלום־אונטערהאַנדלונגען איז די "וועגן־מאַפּע" — פּראָקלאַמירט פֿון פּרעזידענט בוש אין זײַן רעדע דעם 24סטן יוני, 2002, וועלכע זעט פֿאָר צו שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מדינה זײַט בײַ זײַט מיט מדינת־ישׂראל. און די פֿראַגע איז: צי שטייען מיר טאַקע פֿאַר דער אַנטשטייונג פֿון דער פּאַלעסטינער מדינה?

ווען די דאָזיקע פּאַלעסטינער מדינה זאָל נישט אַנטשטיין, און וואָס עס זאָלן נישט זײַן אירע גרענעצן, וועלן די פּאָליטיקער ממשיך זײַן צו דיסקוטירן און היסטאָריקער צו פֿאָרשן, ווער און וואָס האָט געבראַכט דערצו, אַז מיר שטייען הײַנט פֿאַר דער דאָזיקער מעגלעכקייט. אַפֿילו, אויב דאָס איז געווען די דינאַמיק פֿון אַ היסטאָרישן פּראָצעס, זענען אין פֿאַרלויף פֿון דעם דאָזיקן פּראָצעס געווען אַזעלכע פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן בײַגעטראָגן, אַז דאָס זאָל רעאַליזירט ווערן.

אַ טיפֿער אַרײַנבליק אין דער פּראָבלעם באַווײַזט, אַז דער ערשטער פֿאַראַנטוואָרטלעכער פֿאַר די דאָזיקע אַנטוויקלונגען איז געווען כוסיין, דער געוועזענער קעניג פֿון יאָרדאַניע.

אין סעפּטעמבער 1965 האָט כוסיין זיך געטראָפֿן מיט גאָלדע מאיר אין פּאַריז און האָט אָפּגעוואָרפֿן ישׂראלס פֿאָרשלאַג אונטערצושרײַבן מיט איר אַ שלום־אָפּמאַך אין די דעמאָלטדיקע ישׂראל־גרענעצן. אַזאַ שלום־אָפּמאַך וואָלט געלאָזט דעם גאַנצן מערבֿדיקן ברעג פֿון פּאַלעסטינע ("הגדה המערבֿית") אין די הענט פֿון יאָרדאַניע, און ישׂראל וואָלט געבליבן אין אירע דעמאָלטדיקע גרענעצן, און עס וואָלט נישט געווען קיין זכר צום געדאַנק פֿון שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מדינה. דאָס וואָלט אויך געהאַט אויסגעמיטן מלחמות און די שפּעטערדיקע אַנטוויקלונגען אין מיטעלן מיזרח וואָלטן אויך געווען אַנדערע.

אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט כוסיין ווידער פֿאַרזען אַ געלעגנהייט, ווען ישׂראל האָט אים פֿאָרגעשלאָגן דעם "אַלון פּלאַן", וועלכער וואָלט איבערגעלאָזט אין זײַנע הענט 73 פּראָצענט פֿון "מערבֿדיקן ברעג" און אויסגעמיטן דעם געדאַנק פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה.

אָבער נישט נאָר כוסיין, אויך די ישׂראלדיקע מנהיגים האָבן — יעדער איינער אין זײַן צײַט און אין זײַן וועג — בײַגעטראָגן דערצו, אַז מיר שטייען הײַנט פֿאַר דער רעאַליטעט פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה.

פּרעמיער־מיניסטער לוי אשכּול איז געווען דער ערשטער, וואָס האָט נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה נישט געוואָלט זיך טרעפֿן מיטן קעניג כוסיין און אויך נישט געלאָזט משה דיין, ער זאָל זיך מיט אים טרעפֿן. מיט דער דאָזיקער שטעלונג זײַנער, האָט אשכּול פֿאַרזען אַ געלעגנהייט צו מאַכן אַ שלום מיט יאָרדאַניע, וואָס משה דיין האָט אָנגערופֿן "אַ בכּבודיקער שלום". דער דאָזיקער "בכּבודיקער שלום" האָט געדאַרפֿט זיך באַזירן אויף באַדײַטונגספֿולע גרענעץ־ענדערונגען; דאָס עמיגרירן פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים אין ווײַטע מקומות, און אַ לייזונג פֿאַר די הייליקע איסלאַמישע פּלעצער אין ירושלים, איבערלאָזנדיק ירושלים ווי אַ פֿאַראייניקטע שטאָט.

נאָך אשכּולן איז געקומען מנחם בעגינס ריי בײַצוטראָגן צו דער אַנטוויקלונג פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה. אין קעמפּ דייוויד, אין סעפּטעמבער 1978, נאָך סאַדאַטס באַזוך אין ירושלים, האָט מנחם בעגין אָנערקענט די געזעצלעכע רעכטן פֿון פּאַלעסטינער פֿאָלק און האָט אונטערגעשריבן אַ הסכּם לגבי יהודה, שומרון און עזה, וואָס האָט באַשטימט אַ פֿולע אויטאָנאָמיע פֿאַר די פּאַלעסטינער.

בעגין האָט געמאַכט אַ מחיצה אין קעמפּ דייוויד צווישן די שטחים, וואָס געפֿינען זיך אין ישׂראלס הענט — מיטן כּוח פֿון זכות — יהודה און שומרון, וואָס מען מוז ראַטעווען, און די שטחים, וואָס געפֿינען זיך אין אונדזערע הענט — מיטן זכות פֿון כּוח — דעם סיני־האַלבאינדזל, אויף וועלכע מען מעג מוותּר זײַן. אָבער מיט דעם האָט בעגין געשאַפֿן אַ פּרעצעדענט פֿון עוואַקויִרן די ייִשובֿים — אַ טעריטאָריעלע עוואַקואַציע ביזן לעצטן מילימעטער.

אין 1987 איז געקומען יצחק שמירס ריי. ער האָט אָפּגעוואָרפֿן דעם לאָנדאָנער הסכּם צווישן שמעון פּערעס און קעניג כוסיין, וואָס האָט געזאָלט מאַכן אַ שלום צווישן ישׂראל, יאָרדאַניע און די פּאַלעסטינער. באַלד נאָכדעם איז אויסגעבראָכן די "אינטיפֿאַדע", און קעניג כוסיין האָט אין גאַנצן מוותּר געווען אויף זײַן פֿאָדערונג אויף דעם מערבֿדיקן ברעג פֿון פּאַלעסטינע און געשענקט די פּאַלעסטינער זײַן ברכה צו אומאָפּהענגיקייט.

יצחק ראַבין און שמעון פּערעס האָבן אין 1993 אָנערקענט אין אָסלאָ אש״ף — PLO — די "פּאַלעסטינער באַפֿרײַונג אָרגאַניזאַציע" און פֿאַרוואַנדלט יאַסיר אַראַפֿאַט אין אַ לעגיטימען אונטערהאַנדלוגס־פּאַרטנער. זיי האָבן אונטערגעשריבן די "פּרינציפּן־דעקלאַראַציע", אויפֿן הסכּם "עזה־יריחו ערשט" און אויפֿן "ישׂראל־פּאַלעסטינער אינטערים־הסכּם". מיט דעם האָבן זיי אָפֿיציעל אַדאָפּטירט דעם טעריטאָריעלן קאָמפּראָמיס און פֿעסטגעשטעלט דאָס צעטיילן פֿון ארץ־ישׂראל פֿון דאָס נײַ און די סעפּאַרירונג פֿון ישׂראל פֿון די פּאַלעסטינער.

בנימין נתניהו איז געקומען צו דער מאַכט אין 1996 נאָר אַ דאַנק זײַן פֿאַרפֿליכטונג מקיים צו זײַן די אָסלאָ־אָפּמאַכן. פֿאַר די וואַלן, בעת די וואַלן און נאָך די וואַלן האָט נתניהו איבערגעחזרט, אַז זײַן רעגירונג וועט מקיים זײַן אַלע אָפּמאַכן וואָס ס׳האָבן אונטערגעשריבן די רעגירונגען פֿון יצחק ראַבין און שמעון פּערעס. נאָך זײַן דערוויילט ווערן ווי פּרעמיער־מיניסטער, האָט נתניהו נישט פֿאָרגעשטעלט קיין נײַע פּאָליטיק, נאָר ממשיך געווען די פּאָליטיק פֿון ראַבין און פּערעס. נתניהו האָט פֿאַרוואַנדלט די צעטיילונג פֿון ארץ־ישׂראל צווישן צוויי פֿעלקער אין אַ פֿאַרענדיקטן פֿאַקט, וואָס לאָזט זיך נישט ענדערן. נתניהוס רעכטע האַנט, מיניסטער דני נווה, האָט דאָס אויסגעדריקט מיט די פֿאָלגנדיקע ווערטער: "דאָס צעטיילן פֿון לאַנד איז אַ פֿאַקט. מען דאַרף איצט נאָר זען ווי אַזוי מען קען דעם נזק מאַכן קלענער". נתניהו איז געווען דער ערשטער רעכטער מנהיג וואָס האָט געדריקט יאַסיר אַראַפֿאַטס האַנט. נתניהו האָט אונטערגעשריבן דעם הסכּם איבער חבֿרון און אויסגעפֿירט דעם צוריקצוג פֿון "עיר האָבֿות", די שטאָט פֿון אונדזערע אָבֿות. נתניהו האָט מוותּר געווען אויף איינעם פֿון די פֿונדאַמענטן פֿון זײַן פּאַרטיי — דעם "ליכּוד" — שלימות־הארץ — די גאַנצקייט פֿון לאַנד — און האָט ענדלעך אַדאָפּטירט דעם פּרינציפּ פֿון "שטחים פֿאַר שלום".

אויף דער "ווײַ פּלאַנטיישאָן" קאָנפֿערענץ אין אָקטאָבער 1998, האָט נתניהו אײַנגעלאַדן פּרעזידענט קלינטאָן צו באַזוכן עזה, אַ באַזוך וואָס די פּאַלעסטינער באַטראַכטן ווי אַ מערק־צייכן אין דער אַנטשטייונג פֿון דער פּאַלעסטינער מדינה. נתניהו האָט געטענהט, אַז אים שרעקט איבערהויפּט נישט אָפּ אַ פּאַלעסטינער מדינה. עס שרעקן אים נישט אָפּ נישט די פֿאָן, נישט דער הימן און נישט דער פּאַספּאָרט; און אַפֿילו נישט די בילאַטעראַלע אָפּמאַכן, וואָס די פּאַלעסטינער מדינה וועט אונטערשרײַבן מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אייראָפּע. דאָס איינציקע וואָס ער האָט מורא — האָט ער געזאָגט — זי זאָל נישט אונטערשרײַבן אַן אָפּמאַך מיט סאַדאַם כוסיינען.

ווען ברק איז אויסגעקליבן געוואָרן אויף נתניהוס פּלאַץ, האָט ער פֿאָרגעשלאָגן אַראַפֿאַטן אין קעמפּ דייוויד אַ מדינה אויף 89 פּראָצענט פֿון די שטחים, און אין פֿאַרלויף פֿון די געשפּרעכן מסכּים געווען אָפּצוגעבן 93 פּראָצענט. אַראַפֿאַט האָט אויך אויף דעם נישט מסכּים געווען.

און דאַן איז געקומען די גרויסע אַנטוישונג: אַריאל שרון איז אויסגעקליבן געוואָרן אויף ברקס פּלאַץ. שרון האָט טאַקע אין "ווײַ פּלאַנטיישאָן" נישט געגעבן אַראַפֿאַטן קיין האַנט אָבער ווען אַראַפֿאַטס שטעלפֿאַרטרעטער, אַבו מאַזען, האָט גערעדט אין "ווײַסן הויז" אין וואַשינגטאָן, האָט שרון זיך אויפֿגעשטעלט און אים אַפּלאָדירט. און אַז שרון איז געקומען צו דער מאַכט, האָט ער געטענהט, אַז די מוטער פֿון אַלע חטאָים איז דער אָפּמאַך וועגן דער אויטאָנאָמיע, וואָס בעגין האָט אונטערגעשריבן אין קעמפּ דייוויד. פֿון דער כּנסת טריבונע האָט שרון דערקלערט, אַז עס איז בעסער אַ פּאַלעסטינער מדינה אין אַ טייל פֿון יהודה, שומרון און עזה, ווי אַן אויטאָנאַמיע אין גאַנץ יהודה, שומרון און עזה. און ער האָט צוגעגעבן, אַז אויסמײַדן די אַנטשטייונג פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה איז אוממעגלעך, ווײַל פֿאַקטיש עקזיסטירט שוין אַזאַ מדינה. זיי האָבן שוין אַ פֿאָן, אַ הימן, מיליטער, אַ מוזיי, אַ צאָל־אַמט, אײַנקונפֿט־שטײַער און אַ פּאַרלאַמענט. עס האָט זיך קוים געגלייבט, אַז דאָס איז דער זעלבער אַריק שרון, וועלכער האָט אַמאָל אויפֿגעשטעלט די פֿאָרפּאָסטנס, און איצט דורכגעפֿירט די אָפּשיידונג, שאַפֿנדיק דערמיט אַ שפּאַלט אין דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג.

אַז שרון איז קראַנק געוואָרן, שוין נאָכן שאַפֿן די "קדימה"־פּאַרטיי, איז געקומען אויף זײַן אָרט אהוד אָלמערט, וועלכער איז געווען איינער פֿון די גרעסטע חסידים פֿון דער התנתקות (אָפּשיידונג).

נאָך דעם ווי ער האָט געזיגט אין די כּנסת־וואַלן און געוואָרן פּרעמיער־מיניסטער, איז אָלמערט געווען דער איניציאַטאָר פֿונעם געדאַנק ממשיך צו זײַן מיט דער איינזײַטיקער אָפּשיידונג; מיט אַנדערע ווערטער — ממשיך זײַן אָפּצוגעבן די שטחים צו די פּאַלעסטינער. אָבער אונדזער דורכפֿאַל אין דער צווייטער מלחמה אין לבֿנון האָט געצוווּנגען אָלמערטן שנעל צו בײַטן דעם קורס. די צוקונפֿטיקע אַנטוויקלונגען אויפֿן געביט פֿון שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה, הענגען אַ סך אָפּ פֿון די אונטערהאַנדלונגען צווישן אָלמערטן און אַבו מאַזענען (אַבאַס).