פּאָליטיק, געשיכטע
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ישׂראלים בײַ אַ דענקמאָל אין כּפֿר גלעדי, מאָנטיק, לזכּרון די צה״ל־סאָלדאַטן, וואָס זענען אומגעקומען בעת דער מלחמה אין לבֿנון פֿאַראַיאָרן זומער

אין הײַיאָריקן חודש יולי ווערן דערמאָנט אין ישׂראל צוויי זייער וויכטיקע געשעענישן. דעם 4טן יולי וועט ווערן 31 יאָר זינט דער ענטעבע־אָפּעראַציע. 8 טעג שפּעטער, דעם 12טן יולי, וועט ווערן אַ יאָר זינט דער צווייטער לבֿנון־מלחמה. דער הויפּט־אויספֿירער פֿון ביידע אָפּעראַציעס איז געווען די אַרמיי פֿון מדינת־ישׂראל — צה״ל, צבֿא ההגנה לישׂראל. אָבער וואָס פֿאַר אַן אונטערשייד צווישן זייערע רעזולטאַטן! די ערשטע — אַ לעגענדאַרער דערפֿאָלג, און די צווייטע — אַ פּײַנפֿולער דורכפֿאַל.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די גיכקייט, מיט וועלכער עס בײַט זיך דער מצבֿ אין מיטעלן מיזרח, איז שווער צוצופּאַסן צו אַ וואָכן־צײַטונג. דער "הײַנט" ווערט דאָרט פֿאַרוואַנדלט אינעם "נעכטן", נאָך איידער עס גייען אויס די 24 שעה פֿון אַ מעת־לעת. בשעתן שרײַבן דעם אַרטיקל, איז שווער געווען זיך פֿאָרצושטעלן, אַז ביז ער וועט אָנקומען אין רעדאַקציע (מיט דער בליץ־פּאָסט), וועט ער שוין אויסזען פֿאַרעלטערט. פֿונדעסטוועגן, זײַנען פֿאַראַן וויכטיקע פּונקטן אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון מיטעלן מיזרח,

פּובליציסטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּרעזידענט לינדאָן דזשאַנסאָן (לינקס) מיטן פּרעמיער לוי אשכּול

אין דער סיני־מלחמה אין אָקטאָבער 1956 האָט ישׂראל געהאַט אַ קאָלאָסאַלן מילי­טערישן זיג. אָבער ישׂראלס מיליטערישע דערגרייכונגען אין דער דאָזיקער מלחמה זענען איבערגעגעבן געוואָרן אין די הענט פֿון דער "יו־ען": אָנשטאָט ישׂראלדיקע סאָל­דאַטן, האָבן די אָקופּירטע שטחים פֿאַרנומען פּאָזיציעס סאָלדאַטן פֿון דער "יו־ען", וועלכע האָבן אַזוי אַרום געשאַפֿן אַ מחיצה צווישן ישׂראל און עגיפּטן.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון לינקס צו רעכטס: ישׂראלס פּרעמיער אהוד ברק, אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער מאַדלען אָלברײַט, פּרעזידענט ביל קלינטאָן און סיריעס אויסערן־מיניסטער, פֿאַרוק שאַראַ.
איז מעגלעך אַ שלום מיט סיריע?
דער פּרעזידענט פֿון סיריע, באַשאַר אַסאַד, האָט לעצטנס עטלעכע פֿאָרגעלייגט דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט זיך צו טרעפֿן מיט אים און האַלטן אונטערהאַנדלונגען אָן פֿאָרויסגעשטעלטע באַדינגונגען. דעם 12טן אַפּריל הײַיאָר האָט דאָס ערשטע מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער כּנסת זי באַזוכט אַ נישט־אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון סיריע, איבראַהים סולימאַן, און גערעדט פֿאַר דער כּנסת־קאָמיסיע פֿאַר אויסערן־ און זיכערהייט־ענינים.

פּאָליטיק

די פּאַלעסטינער האָבן הײַיאָר באַשלאָסן צו צעשטערן דעם "יום־העצמאות" און אין דער צײַט, ווען די גאַנצע מדינה האָט געפֿײַערט מיט פֿרייד דעם יום־טובֿ, האָט דער "כאַמאַס" געשיקט פֿון עזה 10 קאַסאַם־ראַקעטן קיין שׂדרות און אַנדערע ייִשובֿים אין נגבֿ און פּובליקירט אַ דעקלאַראַציע, אַז דער וואָפֿנשטילשטאַנד איז געקומען צו אַ סוף און, אַזוי ווי די אונטערהאַנדלונגען פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון גלעד שליט האָבן נישט געבראַכט קיין רעזולטאַטן, פּלאַנירט דער "כאַמאַס" צו פֿאַרכאַפּן נאָך ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, כּדי צו באַפֿרײַען די טעראָריסטן פֿון די ישׂראלדיקע טורמעס.

פּובליציסטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אַ היסטאָרישן חשבון, וועלכער ווערט אין אַלגעמיין גערעכנט אין הונדער­טער און טויזנטער יאָרן, זענען, פֿאַרשטייט זיך, 59 יאָר נישט קיין לאַנגע צײַט; דאָס איז אַ קליין פּינטעלע אין דער געשיכטע. אָבער אין לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק און אונדזער מדינה זענען די דאָזיקע 59 יאָר געווען אַ גורלדיקע תּקופֿה, און מיר מעגן פֿײַערן אונדזער יום־טובֿ פֿון אומאָפּהענגי­קייט מיט שטאָלץ און צופֿרידנקייט.

אין די דאָזיקע 59 יאָר האָבן מיר מצליח געווען אויפֿצושטעלן אַ פּרעכטיק לאַנד, נישט געקוקט אויף אַלע אינערלעכע און אויסערלעכע פּראָבלעמען און שוועריקייטן. מיר האָבן אַ געזונטע עקאָנאָמיע מיט קאָ­לאָסאַלע דערגרייכונגען אין טעכנאָלאָ­גיע, אַגריקולטור און וויסנשאַפֿט.

חורבן
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער אוישוויץ־בירקענאַו פֿאַרניכטונגס־לאַגער

דער טאָג פֿון חורבן און גבֿורה איז בײַ אונדז, ייִדן, אויסגעפֿאַלן הײַיאָר אויף דעם 16טן אַפּריל. ווי באַוווּסט, האָט די "יו־ען" באַשלאָסן אָפּצומערקן דעם חורבן־טאָג דעם 27סטן יאַנואַר. די באַציִונג צו די איבערגעבליבענע פֿונעם חורבן, איז הײַנט — אַ חוץ פֿון די חורבן־אָפּלייקענער — אַ בכּבֿודיקע כאָטש דאָס איז נישט אַלע מאָל געווען אַזוי.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער גרויסער חלום פֿון ישׂראל איז צו דערגיין צו אַ שלום מיט אַלע אירע אַראַבישע שכנים, נאָכדעם ווי זי האָט עס שוין דערגרייכט מיט צוויי לענדער — עגיפּטן און יאָרדאַניע. טאַקע אַ ביסל אַ קאַלטער שלום, אָבער פֿאָרט אַ שלום. הלוואי מיט אַלע אַנדערע דאָס זעלבע. נאָכן אָפּמאַך אין מעקאַ, סאַודיע, צווישן "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס", ווערט אַ סך געשריבן וועגן אַן עווענטועלן שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער.

פּאָליטיק

בלויז געציילטע שעהן האָט עס גענומען בײַם פּרעמיער און בײַ דער רעגירונג פֿון מדינת־ישׂראל צו באַשליסן אַרויסצוגיין אין דער מלחמה קעגן "כעזבאָלאַ" און אָנצוגרײַפֿן לבֿנון. עס האָט אָבער גענומען 34 טעג פֿון בלוטיקע שלאַכטן, מיט 166 ישׂראלדיקע הרוגים און הונדערטער פֿאַרוווּנדיקטע, ווי אויך אַ סך אַ גרעסערע צאָל הרוגים בײַם פֿײַנט,

פּאָליטיק

דאָס קעפּל פֿון דעם איצטיקן אַרטיקל איז נישט אָריגינעל מײַנער און איך גלייב נישט, אַז איך וואָלט עס גענוצט פֿריִער, ווײַל מיט אַרום דרײַסיק יאָר צוריק האָב איך געהאַט אַ זייער גוטע מיינונג וועגן דזשימי קאַרטער.

איך בין געווען אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע אין די טעג פֿון די קעמפּ דייוויד אָפּמאַכן און דעם ישׂראל־עגיפּטישן שלום, אין וועלכן פּרעזידענט קאַרטער האָט געשפּילט אַ וויכטיקע און פּאָזיטיווע ראָלע.

פּאָליטיק
דער נוקלעאַרער רעאַקטאָר אין דימונה

דער געדאַנק, אַז מדינת־ישׂראל דאַרף זיך באַזאָרגן מיט אַטאָמישע מעגלעכקייטן איז געבוירן געוואָרן מיט דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה. הינטער דעם דאָזיקן אַמביציעזן פּראָיעקט זענען געשטאַנען דרײַ מענטשן: פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל דוד בן־גוריון, זײַן געהילף שמעון פּערעס און דער וויסנשאַפֿטלעכער פּראָפֿעסאָר ערנסט־דוד בערגמאַן. דער ישׂראלדיקער רעאַקטאָר איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין 1958, לויט די פֿראַנצויזישע קענטענישן, אויפֿן יסוד פֿון אַן אָפּמאַך מיט פֿראַנקרײַך פֿון יאָר 1957. פּרעזידענט שאַרל דע־גאָל האָט אין 1960 פּרובירט צו צעשטערן דעם אָפּמאַך, אָבער ישׂראל האָט שוין צו יענער צײַט באַקומען אַלע נויטווענדיקע מאַטעריאַלן און פֿאַרענדיקט דאָס אויפֿבויען דעם רעאַקטאָר.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גאָלדע מאיר מיט אַנוואַר סאַדאַט אין דער כּנסת אין ירושלים

עס זענען פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס קריטיקירן אונדזער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, פֿאַר פּרובירן זיך אַרויסצודרייען מיט פֿאַרשיידענע תּירוצים, כּדי נישט צו טרעפֿן זיך מיטן פּרעזידענט פֿון סיריע, באַשאַר אַסאַד, וועלכער האָט לעצטנס אַ פּאָר מאָל גערופֿן אָלמערטן צו טרעפֿן זיך מיט אים אָן פֿריִער־געשטעלטע באַדינגונגען. עס האָט זיך אויך געשאַפֿן אין ישׂראל אַ פֿאָרום פֿאַר אַ שלום־איניציאַטיוו מיט סיריע, אין וועלכן עס באַטייליקן זיך פּערזענלעכקייטן מיט קעגנזעצלעכע מיינונגען.