דאָס קעפּל פֿון דעם איצטיקן אַרטיקל איז נישט אָריגינעל מײַנער און איך גלייב נישט, אַז איך וואָלט עס גענוצט פֿריִער, ווײַל מיט אַרום דרײַסיק יאָר צוריק האָב איך געהאַט אַ זייער גוטע מיינונג וועגן דזשימי קאַרטער.
איך בין געווען אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע אין די טעג פֿון די קעמפּ דייוויד אָפּמאַכן און דעם ישׂראל־עגיפּטישן שלום, אין וועלכן פּרעזידענט קאַרטער האָט געשפּילט אַ וויכטיקע און פּאָזיטיווע ראָלע.
איך האָב וועגן דעם געוווּסט נישט נאָר פֿון דעם וואָס ס׳איז פּובליקירט געוואָרן אויף דער גאַנצער וועלט. איך האָב וועגן דעם געוווּסט פֿון די 10 באַקאַנטמאַכונגען וואָס איך האָב איבערגעגעבן פּרעזידענט טשאַושעסקו פֿון מנחם בעגינען.
נאָכדעם ווי עס איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער ישׂראלדיק־עגיפּטישער שלום, האָט בעגין געשיקט אַ ראַפּאָרט וועגן דעם צו טשאַושעסקון און אים באַדאַנקט פֿאַר זײַן בײַשטײַער אָנצופֿאַנגען דעם שלום־פּראָצעס צווישן ישׂראל און עגיפּטן.
ווען אין מײַ 1977 איז פֿאָרגעקומען אין ישׂראל די פּאָליטישע איבערקערעניש, און בעגין האָט איבערגענומען די מאַכט פֿון דער מפּא״י, האָבן זײַנע קעגנער און פֿיל זשורנאַליסטן פֿאָרויסגעזען גרויסע צרות און האָבן באַשולדיקט בעגינען, אַז ער וועט ברענגען אויף ישׂראל מלחמות.
דער איינציקער וועלט־פּאָליטיקער, וואָס האָט געזען די זאַכן אַנדערש, איז געווען טשאַושעסקו. זײַענדיק אַנטוישט פֿון זײַנעם אַ צוזאַמענטרעף מיט דער דעמאָלטיקער ישׂראל־פּרעמיערשע, גאָלדע מאיר, אין אַ פּרוּוו צו ברענגען צו אַ צוזאַמענטרעף צווישן איר און דעם פּרעזידענט פֿון עגיפּטן, אַנוואַר סאַדאַט, האָט טשאַושעסקו באַשלאָסן אײַנצולאַדן בעגינען קיין בוקאַרעשט און איז דערמיט געווען דער ערשטער וועלט־מנהיג וואָס האָט אײַנגעלאַדן בעגינען אויף אַן אָפֿיציעלן באַזוך. בעגין האָט גלײַך אָנגענומען די אײַנלאַדונג און איז געקומען קיין בוקאַרעשט אין אויגוסט 1977.
צווישן בעגינען און טשאַושעסקון האָט זיך געשאַפֿן אַן אויסערגעוויינטלעכע "כימיע" און טשאַושעסקו האָט זיך איבערצײַגט, אַז מיט בעגינען איז דאָ וועגן וואָס צו רעדן און ער האָט גלײַך אײַנגעלאַדן סאַדאַטן קיין בוקאַרעשט. סאַדאַט איז געקומען אין אָקטאָבער.
טשאַושעסקו און סאַדאַט האָבן געשמועסט שעהען לאַנג און סאַדאַט האָט געפֿרעגט טשאַושעסקון צוויי קאָנקרעטע פֿראַגעס: 1) צי וויל, לויט זײַן מיינונג, בעגין מאַכן שלום? 2) צי איז בעגין פֿעיִק צו מאַכן שלום? טשאַושעסקו האָט געענטפֿערט סאַדאַטן אויף ביידע פֿראַגעס בעגין פֿעיִק צו מאַכן שלום? טשאַושעסקו האָט געענטפֿערט סאַדאַטן אויף ביידע פֿראַגעס פּאָזיטיוו. אויפֿן וועג פֿון בוקאַרעשט קיין טעהעראַן, האָט סאַדאַט באַשלאָסן — ווי ער האָט אַליין דערקלערט — צו קומען קיין ירושלים. מיט זײַן קומען קיין ירושלים האָט זיך אָנגעפֿאַנגען דער שלום־פּראָצעס אין מיטעלן מיזרח און בעגין האָט דאָס טשאַושעסקון נישט פֿאַרגעסן.
אין אַלע זײַנע באַקאַנטמאַכונגען, וואָס איך האָב איבערגעגעבן טשאַושעסקון וועגן שלום־פּראָצעס, האָט בעגין דערמאָנט טשאַושעסקוס ראָלע. נאָכן אונטערשרײַבן די קעמפּ דייוויד אָפּמאַכן און דעם ישׂראל־עגיפּטישן שלום, איז בײַ מיר אויך פּרעזידענט דזשימי קאַרטער געווען אַ "העלד" פֿון שלום־פּראָצעס.
איז דעריבער מיר געווען ממש שווער צו לייענען דאָס אַרטיקל פֿון אַמעריקאַנער ייִדישן יוריסט אַלען דערשאָוויטש אויפֿן אינטערנעץ: "צום אויספֿאַרקויף אַ געוועזענער פּרעזידענט".
דערשאָוויטש דערציילט אין איינצלהייטן ווי קאַרטער און זײַן צענטער זענען פֿאַרקויפֿט צו די אַראַבישע נאַפֿט־דאָלאַרן. לויט אַלען דערשאָוויטש, האָט קאַרטער באַקומען פֿון סאַודישן קעניג פֿאַהד 7.6 מיליאָן דאָלאַר אין 1993. קאַרטער האָט אויך באַקומען פֿון דער פֿאַמיליע פֿון בין־לאַדען, וועמענס טעראָר־גרופּע האָט אָרגאַניזירט די טעראָריסטישע אַטאַקן אין ניו־יאָרק און וואַשינגטאָן דעם 11טן סעפּטעמבער 2001, אַ מיליאָן דאָלאַר. אויך האָט ער באַקומען אַ האַלבן מיליאָן דאָלאַר פֿון פּרעמיער־מיניסטער פֿון די אַראַבישע עמיראַטן און הונדערטער טויזנטער דאָלאַרן פֿון סאַודישן "זאַיעד פֿאָנד". בײַם אָננעמען די מתּנה פֿון "זאַיעד פֿאָנד", האָט קאַרטער זיך אויסגעדריקט: "דער דאָזיקער געשאַנק האָט אַ ספּעציעלן באַדײַט פֿאַר מיר, ווײַל עס איז אויפֿן נאָמען פֿון מײַן פּערזענלעכן פֿרײַנד שייך זאַיעד בין סולטאַן אַל־נאַהיאַן".
דער דאָזיקער פּערזענלעכער פֿרײַנד פֿון קאַרטערן איז אַ וועלט־באַוווּסטער פֿאַנאַטישער אַנטיסעמיט, וועלכער רופֿט אָן די ייִדן "די שׂונאים פֿון די פֿעלקער", און ער טענהט אַז דער חורבן "איז אַ לעגענדע"; ער באַשולדיקט ישׂראל און איר "מוסד" אין "מאָרד פֿון פּרעזידענט דזשאַן קענעדי" און אַמעריקעס מיליטער אין די "טעראָר געשעענישן פֿון 11טן סעפּטעמבער".
קאַרטער קריטיקירט לעצטנס דעם אײַנפֿלוס פֿון ייִדיש געלט אויף דער אַמעריקאַנער אויסערן־פּאָליטיק און טענהט, אַז ווען פּאָליטיקער באַקומען געלט פֿון ייִדישע מקורות, קענען זיי נישט זײַן אָביעקטיוו לגבי די פּראָבלעמען פֿון מיטעלן מיזרח.
עס איז דעריבער קלאָר, אַז לויט זײַן דאָזיקן אייגענעם סטאַנדאַרט וואָלט פֿאַר אים געווען אַן אַקט פֿון זעלבסטמאָרד, אויב ער וואָלט אָנגענומען אַ באַלאַנסירטע שטעלונג צווישן ישׂראל און די אַראַבער, נאָכדעם ווי ער באַקומט אַזוי פֿיל מיליאָנען דאָלאַרן פֿון די אַראַבער. און דאָס איז קלאָר פֿון זײַן לעצטנס פּובליקירטן בוך: "פּאַלעסטינע, שלום נישט אַפּאַרטהייד".
קאַרטערס פּראָוואָקאַטיווער נאָמען פֿונעם בוך שמעקט מיט אַ קלאָרן ווילן צו דעלעגיטימירן ישׂראלס עקזיסטענץ, פֿאַרגלײַכנדיק ציוניזם צו ראַסיזם. דאָס גאַנצע בוך איז קעגן ישׂראל און זײַנע בלעטער זענען פֿול מיט ישׂראלס שלעכטע כּוונות. ווען ער ציטירט דעקלאַראַציעס פֿון ישׂראלס שׂונאים, ברענגט ער זיי אָן שום באַמערקונגען.
יאַסער אַראַפֿאַט איז פֿאָרגעשטעלט ווי איינער וואָס איז קעגן טעראָר. ער ציטירט כאַפֿעז אַסאַדס, דעם סירישן פּרעזידענטס, שווערע באַשולדיקונגען קעגן ישׂראל; צווישן אַנדערן, אַז ישׂראל האָט אָנגעפֿאַנגען די זעקסטאָגיקע מלחמה מיטן איינציקן ציל צו אָקופּירן מער לאַנד, און דערמאָנט מיט קיין איין וואָרט נישט אַבדול נאַסערס דראָונגען צו פֿאַרניכטן ישׂראל.
בנוגע דעם צוים וואָס ישׂראל בויט, דערמאָנט ער מיט איין וואָרט נישט אַז דאָס איז כּדי זיך צו באַשיצן קעגן אַרײַנדרינגענדיקע זעלבסטמערדערישע טעראָריסטן, נאָר באַטאָנט ווידער אַז דער ציל איז צו אָקופּירן מער לאַנד.
אין זײַן בוך דערמאָנט נישט קאַרטער דעם "אַל־קיידאַ", דעם טאַליבאַן אין אַפֿגאַניסטאַן און די נוקלעאַרע אַנטוויקלונגען אין איראַן.
אין אַ בוך וועגן דעם קריזיס פֿון די אַמעריקאַנער געפֿאַנגענע אין איראַן אין 1979, דערציילט דער אַמעריקאַנער שרײַבער און זשורנאַליסט מאַרק באָודן, אַז שוין דעמאָלט האָט קאַרטער באַוויזן אַ קאָלאָסאַלע שוואַכקייט אַנטקעגן די איראַנישע פֿונדאַמענטאַליסטן, און שרײַבט, צווישן אַנדערן: "וואָס מער פּרעזידענט קאַרטער האָט געזוכט דורכצוקומען מיט כומיינין, אַלץ מער האָט כומייני פֿון אים חוזק געמאַכט און אים אויסגעשטעלט צו שפּאָט".
ווען קאַרטער האָט דערקלערט זײַן קאַנדידאַטור אין די אַמעריקאַנער פּרעזידענט־וואַלן, האָט עמעצער געמאַכט אַ באַמערקונג, אַז אין קעגנטייל צו געוועזענע אַמעריקאַנער פּרעזידענטן, וועלכע זענען געקומען פֿון רײַכע אַמעריקאַנער פֿאַמיליעס, איז קאַרטער אַן איינפֿאַכער סוחר פֿון משה־רבנו־ניסלעך. איז נישט קיין וווּנדער אַז ער איז אַראָפּ אַזוי נידעריק אין זײַנע איצטיקע פּאָליטישע פּאָזיציעס, וועלכע זענען זייער קלאָר דער פּראָדוקט פֿון זײַן אָפּהענגיקייט פֿון אַראַבישן געלט.
דערשאָוויטש, וועלכער האָט אונטערגעשטיצט קאַרטערן ווען ער איז געווען אַ קאַנדידאַט אין די אַמעריקאַנער פּרעזידענט־וואַלן אין יאָר 1976 און שווער געאַרבעט ער זאָל דערוויילט ווערן, און איז אויך געווען איינער פֿון די שטיצער פֿונעם קאַרטער־צענטער, באַשולדיקט קאַרטערן, אַז זײַן אויפֿפֿירונג איז פֿאַלשקייט און קאָרופּציע. ער דריקט זיך אויס נישט מער און נישט ווייניקער אַזוי:
"עס איז מיר וויי צו זאָגן, אַז איצט גלייב איך אַז עס איז נישטאָ אינעם אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿטלעכן לעבן אַ פּערזאָן, וואָס פֿאַרמאָגט אַ קלענערע פּאָרציע פֿון אָנשטענדיקייט ווי עס האָט דזשימי קאַרטער. זײַן אָנשטענדיקייט איז אויסערגעוויינטלעך נידעריק. ער איז נישט בעסער ווי אַ סך אַמעריקאַנער געוועזענע פּאָליטיקער, וואָס נאָכן פֿאַרלאָזן זייער געזעלשאַפֿטלעך לעבן, פֿאַרקויפֿן זיי זיך צו וועמען עס גיט דעם העכסטן פּרײַז און ווערן שתּדלנים פֿון פֿרעכע צוועקן. דאָס איז איצט דזשימי קאַרטערס טרויעריקע ירושה".
אין מיין מיינונג, גייט דערשאָוויטש אַביסל צו ווײַט אין אָפּשאַצן דעם שאָדן פֿון קאַרטערס באַציִונג צו ישׂראל. ער האָט זיך לעצטנס אויסגעדריקט, אַז קאַרטערס בוך קאָן זײַן אַ צייכן אַז ישׂראל זאָל פֿאַרלירן אין די קומענדיקע יאָרן די שטיצע פֿון אַמעריקע — סײַ דיפּלאָמאַטיש און סײַ עקאָנאָמיש. און דעריבער, פֿירט אויס דערשאָוויטש, "מוז ישׂראל זײַן שטאַרק און גרייט צו גיין אַליין". צו זײַן שטאַרק און גרייט צו גיין אַליין איז שטענדיק אַ גוטע עצה, אָבער קומען צו דעם אויספֿיר נאָר צוליב קאַרטערס בוך, וואָלט איך נישט.