פּובליציסטיק

אין אַ היסטאָרישן חשבון, וועלכער ווערט אין אַלגעמיין גערעכנט אין הונדער­טער און טויזנטער יאָרן, זענען, פֿאַרשטייט זיך, 59 יאָר נישט קיין לאַנגע צײַט; דאָס איז אַ קליין פּינטעלע אין דער געשיכטע. אָבער אין לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק און אונדזער מדינה זענען די דאָזיקע 59 יאָר געווען אַ גורלדיקע תּקופֿה, און מיר מעגן פֿײַערן אונדזער יום־טובֿ פֿון אומאָפּהענגי­קייט מיט שטאָלץ און צופֿרידנקייט.

אין די דאָזיקע 59 יאָר האָבן מיר מצליח געווען אויפֿצושטעלן אַ פּרעכטיק לאַנד, נישט געקוקט אויף אַלע אינערלעכע און אויסערלעכע פּראָבלעמען און שוועריקייטן. מיר האָבן אַ געזונטע עקאָנאָמיע מיט קאָ­לאָסאַלע דערגרייכונגען אין טעכנאָלאָ­גיע, אַגריקולטור און וויסנשאַפֿט.

זייער אַ סך לענדער — גרעסערע פֿון ישׂראל, עלטערע, רײַכערע און שטאַרקערע — שטרעבן צו לערנען זיך פֿון ישׂראלס עקספּערימענטן און דערפֿאָלגן. מיר האָבן געשאַפֿן אַ ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט מיט אַ ברויזנדיק קולטורעל און גײַסטיק לעבן. אין ישׂראל עקזיסטירט אַ מאָזאַיִק פֿון פֿאַרשיידענע קהילות און רעליגיעס. נישט געקוקט אויף די מלחמות און קאָלאָסאַלע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע שוועריקייטן, איז די באַפֿעלקערונג אין ישׂראל געוואָקסן פֿון 800,000 אין יאָר 1948 צו איבער 7 מיליאָן הײַנט־צו־טאָג; און די ייִדישע באַפֿעלקערונג — פֿון 650,000 אין טאָג פֿון דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה אין 1948, צו איבער פֿינף מיליאָן הײַנט. קיין ישׂראל זענען געקומען אימיגראַנטן פֿון איבער 100 לענדער און זייער אַבסאָרבציע, בכלל גענומען, איז געווען אַ געלונגענע; אָן אַ פּרעצעדענט. ישׂראל האָט אויך דערגרייכט דערפֿאָלגן אויפֿן געביט פֿון אויסמישונג פֿון גלותן און האָט מצליח געווען זיך צו פֿאַרוואַנדלען אין אַן אמתן סאָציאַלן שמעלצטאָפּ.

אויפֿן פּאָליטישן געביט איז ישׂראל אָנגענומען גע­וואָרן אין דער "יו־ען", אין דעם פֿאַראיין פֿון פֿעלקער; זי געפֿינט זיך אין אַ שלום־מצבֿ מיט עגיפּטן און יאָרדאַניע און אין שלום־אונטערהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער. ישׂראל האָט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט 161 מדינות אויף אַלע קאָנטינענטן. עס איז אַנולירט געוואָרן דער עקאָנאָמישער חרם קעגן ישׂראל און עס עקזיסטירט אַ קאָלאָסאַלע אָפּשאַצונג פֿון אונדזערע דערגרייכונגען.

וואָס שייך דער מיליטערישער לאַגע, האָט ישׂראל אַ וווּנדערלעכע אַרמיי. ישׂראל איז איינע פֿון 8 לענדער, וואָס האָבן סאַטע­ליטן אין קאָסמאָס. ישׂראל ווערט פֿאַררעכנט ווי איינע פֿון די 7 לענדער, וועלכע האָבן אַטאָמיש געווער. ישׂראלס געהיים־דינסט, דער "מוסד", ווערט באַצייכנט ווי דער בעסטער אין דער וועלט, כאָטש ער איז געוויס נישט אַזאַ. ישׂראל איז איינע פֿון די 10 לענדער אין דער "יו־ען", וואָס זענען אַ פֿאָקוס פֿון אינטערנאַציאָנאַלן אינטערעס. זי איז באַקאַנט ווי איינע פֿון די אַמבעסטן אָרגאַניזירטע לענדער צו דערלאַנגען שנעלע און עפֿעקטיווע הילף צו די לענדער, וווּ עס געשעען אומגליקן; זי האָט עס אויפֿגעוויזן אין באָסניע, קאָסאָוואָ, רואַנדאַ און קעניאַ, אין דרום־אַפֿריקע און אין די לענדער פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זי האָט נאָך נישט קיין פּערמאַנענטע גרענעצן און דער טעראָר ברענגט פֿון צײַט צו צײַט ווייטיקדיקע קרבנות, וואָס נישט איין מאָל דאַכט זיך, אַז מען וועט עס נישט קענען איבערקומען, באַהערשן אונדזער אַרמיי און זיכערהייט־אָרגאַנען די לאַגע און עס עקזיסטירט נישט קיין סכּנה פֿאַר דער עקזיסטענץ פֿון דער מדינה אָדער אירע אײַנוווינער ווי אַ קאָלעקטיוו.

אין די 59 יאָר האָט ישׂראל פּראָגרעסירט אויף אַלע געביטן: זי האָט געמאַכט בליִען דעם מדבר און האָט אויפֿגעשטעלט אַ פּרעכטיקע אינדוסטריע, אַ סאָפֿיסטיצירטע און וואַקסנדיקע. עס עקזיסטירט אַ פּערמאַנענטער עקאָנאָ­מישער וווּקס; מיט דער הילף פֿון גרויסע אינוועסטיציעס, זענען געשאַפֿן געוואָרן טויזנטער אַרבעטס־פּלעצער. די פּראָדוקציע האָט זיך אויסגעברייטערט און דער אינדוסטריע­לער עקספּאָרט איז געוואָקסן. מיר פֿאַרמאָגן אַנטוויקלטע קאָמוניקאַציע־סיסטעמען און אַן אַנטוויקלטן טוריזם, וועל­כער גייט אַרויף און אַראָפּ לויט דער שטימונג פֿונעם שלום־פּראָצעס.

ישׂראל איז דערגאַנגען צו קאָלאָסאַלע דערגרייכונגען אויפֿן געביט פֿון בילדונג, קולטור און וויסנשאַפֿט און פֿאַרזיכערט אירע בירגער מיט אַ פֿולער דעמאָקראַטיע, אַן אַנטוויקלטער יורידישער סיסטעם, אַ ברויזנדיק רעליגיעז לעבן און פּראָגרעסירנדיקע געזונט־דינסטן, מיט אַ לעבנס־אויסדויער פֿון די העכסטע אין דער וועלט. עס האָט זיך אין ישׂראל אַנטוויקלט אַ מוסטערהאַפֿטע "הײַ־טעק"־ווירטשאַפֿט, אַ הויכע טעכנאָלאָגיע מיט קאָלאָסאַלע דער­גרייכונגען. ישׂראל איז דערגאַנגען צו אַ זעלטענער אַגרי­קולטור, וועלכע ווערט אַרויסגעפֿאָדערט אין דער גאַנצער וועלט. דער נאַציאָנאַלער יערלעכער פּראָדוקט פֿאַר אַ פּערזאָן באַטרעפֿט הײַנט אין ישׂראל 18,000 דאָלאַר; דער לעבנס־סטאַנדאַרט און לעבנס־קוואַליטעט ווערן באַטראַכט צווישן די 20 העכסטע מדינות אין דער וועלט.

ליידער, זענען אויך דאָ אָנווײַזן, אַז אין פֿאַרלויף פֿון יאָרן, אויפֿן פֿעלד פֿון שאַפֿונג און טעטיקייט, זענען אויך פֿאַרזייט געוואָרן זוימען פֿון אַנטוישונג. באַגלײַך מיט די מאָמענטן פֿון גבֿורה, דערהייבונג, נצחונות און דערגרייכונגען, זענען מיר אויך עדות פֿון אַ גײַסטיקן פֿאַרלוסט און דורכפֿאַלן אויפֿן געביט פֿון דערציִונג. מיר האָבן איבערגעלעבט שווערע צײַטן פֿון אָרעמקייט, קלעמעניש און ליידן.

די קיבוצישע באַוועגונג, וועלכע איז געווען אַ מוס­טער־אָביעקט פֿאַר דער גאַנצער וועלט און איז פֿאַררעכנט געוואָרן ווי די דערפֿאָלגרײַכסטע רעאַליזירונג פֿון אַ גלײַכ­ווערטיקער אוטאָפּיע, איז אײַנגעבראָכן געוואָרן. עס עקזיס­טירט הײַנט אין ישׂראל אַ שטאַרקער און ווילדער באַגער צו מאַטעריעלע ווערטן און פּערזענלעכע דערגרייכונגען. דער אַלטער באַשיידענער חלוצישער לעבנס־שטייגער איז פֿאַר­שוווּנדן און אויף זײַן אָרט איז אַנטשטאַנען אַ צעיו­שעטער לעבנס־שטייגער. בײַ אַ סך ישׂראלים איז גע­שטיגן די חוצפּה און באַרימערײַ אַרויסצוּווײַזן זייער פּרי­וואַט פּראַכט און לוקסוס. דאָס פּאַסירט אויפֿן חשבון פֿון אַן איבערגעגעבענעם דינסט צו דער געזעלשאַפֿט.

די צײַטונגען און אַנדערע קאָמוניקאַציע־מיטלען זענען פֿול מיט ידיעות וועגן "פּאַנדאָראַ־קעסטלעך" אין עפֿנטלעכע און רעגירונגס־געזעלשאַפֿטן. אונדזער פּרעזי­דענט ווערט באַשולדיקט אין סעקסועלער באַלעסטיקונג, דער פּרעמיער־מיניסטער — אין קאָרופּציע, דער פֿינאַנץ־מיניסטער — אין גניבֿות און ליגנערײַ, דער זיכערהייטס־מיניסטער — אין פֿאַלסיפֿיצירן אונטערשריפֿטן פֿון די, וואָס האָבן זיך רעגיסטרירט אין זײַן פּאַרטיי; און אַ גע­וועזענער יוסטיץ־מיניסטער — אין שאַנדפֿולן אַקט אַנטקעגן אַ מיידל אַן אָפֿיציר. דער פּרעמיער־מיניסטער שלאָגט זיך אַרום מיטן קאָנטראָליאָר פֿון דער מדינה און דער יוסטיץ־מיניסטער — מיט דער פֿאָרזיצערין פֿונעם הויכן געריכט.

די אָנגעשטרענגטע באַציִונגען צווישן פּרעמיער־מיניס­טער און זיכערהייט־מיניסטער פֿאַרוואַנדלען די רעגירונג־זיצונגען אין אַ שאַנדפֿולער פֿאָרשטעלונג, וואָס מאַכט חוזק פֿון די, וואָס באַטייליקן זיך אין די זיצונגען. עס זענען פֿאַראַן איבער אַ מיליאָן אָרעמע און איבער 200,000 אַרבעטסלאָזע. די רײַכע ווערן רײַכער און די אָרעמע — אָרעמער. עס זענען פֿאַראַן רעליגיעזע, ווי אויך פּאָלי­טישע עקסטרעמקייטן; צוזאַמענשטויסן צווישן רעכטס און לינקס. און נישט קיין ווייניק ישׂראל־בירגער פֿרעגן די פֿראַגע: "צי האָבן מיר זיך אויף אַזאַ קינד געריכט? צי האָבן מיר וועגן אַזאַ מדינה געחלומט? צי צעפֿאַלט זיך נישט פֿאַר אונדזערע אויגן דער גאַנצער געוועב פֿון אונדזערע ווערטן און באַגריפֿן, וואָס אויף זיי זענען מיר געוואָקסן און זיך דערצויגן און פֿאַר זיי געקעמפֿט און באַצאָלט אַזוינע טײַערע קרבנות?"

צו אַלע אַנדערע אונדזערע צרות מוזן מיר צוגעבן די צרה פֿון דער אָפּוועזנהייט פֿון אַן ערנסטער פֿירערשאַפֿט. נאָך די גרויסע אַנטוישונגען פֿון די צוויי פּאָליטישע טוער, ביבי נתניהו און אהוד ברק, אויף וועמען מען האָט אַזוי פֿיל געבויט, בענקט דאָס פֿאָלק נאָך לוי אשכּול, גאָלדע מאיר און יצחק ראַבין; נאָך מנחם בעגין און אַריק שרון, און מער פֿון אַלעמען — נאָך דוד בן־גוריון. דאָס הייסט נישט, אַז אין זײַן צײַט זענען נישט געווען קיין שווערע לאַגעס, אָדער עס זענען נישט געמאַכט געוואָרן קיין פֿעלערן. אָבער בן־גוריון האָט געוווּסט, ווי אַזוי צו געבן דעם פֿאָלק דאָס געפֿיל פֿון אַ ריכטונג, אַ גענעראַל־ליניע, אַ רודערונג צו צילן. בן־גוריון האָט באַשטראַלט מיט צוטרוי און גלויבן, מיט אויטאָריטעט און אַ פֿעיִקייט צו באַשליסן, און נעמען אויף זיך אַחריות.

פֿאַרשטייט זיך, אַז עס איז נישט גענוג צו בענקען. ישׂראל נייטיקט זיך אין אַ נײַער פֿירערשאַפֿט, וואָס זאָל זי צוריקקערן צו פֿאַרגעסענע ווערטן, צו פֿאַרגאַנגענע טעג ווען ס׳האָט עקזיסטירט גלויבן און אָפּטימיזם. און דאָך, בײַט זיך צום גוטן די געזעלשאַפֿטלעכע און נאַציאָנאַלע שטימונג: 49% פֿון די אויסגעפֿרעגטע ענטפֿערן, אַז אין אָנבליק פֿונעם יום־העצמאות, איז זייער שטימונג זייער אַ גוטע; 35% ענטפֿערן — אַ גוטע. 46% פֿון די אויסגעפֿרעגטע שאַצן אָפּ, אַז די דערגרייכונגען פֿון דער מדינה זינט איר אַנטשטייונג זענען זייער גוטע און 49% זאָגן — אַ גוטע. דאָס הייסט, אַז די מערהייט פֿון פֿאָלק איז צופֿרידן מיט די דערגרייכונגען פֿון דער מדינה.

ווען מיר וואָלטן הײַנט געהאַט אַ מנהיג ווי דוד בן־גוריון, וואָלטן מיר געווען פֿעיִק צו באַנײַען די קאָלאָסאַלע כּוחות, וואָס אונדזער פֿאָלק האָט אין זיך, און צוריקקערן דער מדינה די געשטאַלט, וואָס זי האָט געהאַט בײַ איר אַנטשטייונג. ווען דער דור וואָס האָט געשאַפֿן די מדינה וואָלט געווען באַוועגט פֿון דער זעלבער מאַטעריאַליסטי­שער מאָטיוואַציע וואָס כאַראַקטעריזירט אונדזער הײַנ­טיקן דור, וואָלט די מדינה נישט געבוירן געוואָרן.

אויב אונדזער דור וועט פֿעיִק זײַן צו אַדאָפּטירן דעם חלוצישן צוגאַנג און די ווערטן פֿונעם דור, וואָס האָט געשאַפֿן די מדינה, וועט אונדזער מדינה ממשיך זײַן צו עקזיסטירן. די פֿראַגע איז: צי וועט די רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט, וועלכער ווערט טאָג־אײַן טאָג־אויס דערקלערט ווי נישט קיין פּאָפּולערער פּרעמיער־מיניסטער, זײַן פֿעיִק צו דערגרייכן די געבענטשטע צילן?

אַ סך הענגט איצט אָפּ פֿון די רעזולטאַטן פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע, וואָס פֿאָרשט די דורכפֿאַלן פֿון דער צווייטער לבֿנון־מלחמה. די ווינאָגראַד־קאָמיסיע קען צוריקקערן אַלעמען דעם צוטרוי פֿון פֿאָלק און קען אים אינגאַנצן ליקווידירן. אויב אָלמערט וועט פֿאַלן, וועט די פֿראַגע זײַן: צי קען שמעון פּערעס אָדער ציפּי לבֿני ממשיך זײַן בראָש פֿון אַ "קדימה"־רעגירונג ביזן סוף פֿון דער קאַדענץ פֿון דער איצטיקער כּנסת? אָדער, צי וועט מען דאַרפֿן דערקלערן נײַע וואַלן? אָדער, צי וועט דער פֿירער פֿון דער אָפּאָזיציע, בנימין נתניהו, מצליח זײַן אויפֿ­צושטעלן אַ נײַע רעגירונג?

ווי עס זאָל נישט זײַן, וועט ישׂראל ווי אַ ייִדישע מדינה שטענדיק זײַן אַ קוואַל פֿון שטאָלץ און אַ מוזע פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. און דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט שוין באַוויזן אין פֿאַרלויף פֿון זײַן געשיכטע, אַז עס קען זיך אָפּטרײסלען פֿון שטויב און זיך אויפֿהייבן ביז די שטערן.