- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מאָנטיק, דעם 23סטן אַפּריל, איז פֿון מאָסקווע אָנגעקומען די ידיעה, אַז באָריס יעלצין, דער ערשטער פּרעזידענט פֿונעם אומאָמפּהענגיקן רוסלאַנד איז געשטאָרבן. וואָס איז געווען יעלצין פֿאַר רוסלאַנד? קודם־כּל, דער ערשטער קאָמוניסט פֿונעם העכסטן מאַכט־עשעלאָן, וואָס איז פֿון דעם דאָזיקן צוג אַראָפּגעשפּרונגען. ריכטיקער געזאָגט, ער האָט זיך באַמיט אים אויסצוקערעווען אין דער ריכטונג פֿון דעמאָקראַטישע רעפֿאָרמען. אַן אויפֿגאַבע, וואָס אין רוסלאַנד, כּמעט אין אַלע היסטאָרישע תּקופֿות, פֿלעגט זיך עס פֿאַרענדיקן מיט אַ קאַטאַסטראָפֿע. "ווען עס וועלן זיך פֿונאַנדערגיין די שטויב־וואָלקנס איבער די אויספֿירונגען פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע, וועט קלאָר ווערן פֿאַר אַלעמען, אַז אין מדינת־ישׂראל איז נישטאָ קיין פֿאַרבײַט פֿאַר דערפֿאַרונג אין דער מלוכישער פֿירערשאַפֿט" — האָט געזאָגט דער געוועזענער פּרעמיער-מיניסטער אהוד ברק אין זײַן ערשטן עפֿנטלעכן אויפֿטריט, מיט וועלכן ער האָט געעפֿנט זײַן קאַמפּאַניע צו די "פּרײַמעריס", וואָס דאַרפֿן פֿאָרקומען דעם 28סטן מײַ וועגן דער אָנפֿירונג פֿון "עבֿודה". דעם זונטיק, קען מען זאָגן, איז אַ היסטאָרישע דאַטע אינעם אַמעריקאַנער קאַלענדאַר, כאָטש אָפֿיציעל פּראַוועט מען זי נישט. דעם 29סטן אַפּריל 1968 האָט זיך אויף בראָדוויי געעפֿנט אַ מיוזיקל, וועלכער האָט ממש פֿאַרקערפּערט די תּקופֿה, וואָס מע רופֿט הײַנט אויף אַלע שפּראַכן "די זעכציקער יאָרן". דער מיוזיקל, Hair (האָר), האָט שאָקירט די וועלט מיט זײַן לויבגעזאַנג פֿאַר דער "היפּי"־קולטור — אַ קולטור וואָס האָט קעמפֿעריש זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער וויעטנאַם־מלחמה, און דער "עסטאַבלישמענט" בכלל, פֿאַרדאַמט דעם קאָנפֿאָרמיזם פֿונעם עלטערן דור, און געמוטיקט די יוגנט אָפּצוּוואַרפֿן אַלע אָנגענומענע נאָרמעס פֿון דער געזעלשאַפֿט. אַ מאַנסביל, למשל, דאַרף זיך נישט שעמען צו פֿאַרלאָזן די האָר ביז צו די קריזשעס, אויב עס גלוסט זיך אים — דערפֿון נעמט זיך טאַקע דער טיטל פֿון דער פֿאָרשטעלונג. אין אַ היסטאָרישן חשבון, וועלכער ווערט אין אַלגעמיין גערעכנט אין הונדערטער און טויזנטער יאָרן, זענען, פֿאַרשטייט זיך, 59 יאָר נישט קיין לאַנגע צײַט; דאָס איז אַ קליין פּינטעלע אין דער געשיכטע. אָבער אין לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק און אונדזער מדינה זענען די דאָזיקע 59 יאָר געווען אַ גורלדיקע תּקופֿה, און מיר מעגן פֿײַערן אונדזער יום־טובֿ פֿון אומאָפּהענגיקייט מיט שטאָלץ און צופֿרידנקייט. אין די דאָזיקע 59 יאָר האָבן מיר מצליח געווען אויפֿצושטעלן אַ פּרעכטיק לאַנד, נישט געקוקט אויף אַלע אינערלעכע און אויסערלעכע פּראָבלעמען און שוועריקייטן. מיר האָבן אַ געזונטע עקאָנאָמיע מיט קאָלאָסאַלע דערגרייכונגען אין טעכנאָלאָגיע, אַגריקולטור און וויסנשאַפֿט. פֿרעד עב, וועלכער איז געשטאָרבן אין 2004, האָט געשריבן די טעקסטן צו באַקאַנטע בראָדוויי־לידער, צוזאַמען מיט זײַן שותּף, דער קאָמפּאָזיטאָר, דזשאַן קאַנדער. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1933 און איז אויפֿגעוואַקסטן אין מאַנהעטן אין אַ ייִדישער היים. דאָס ליד "ניו־יאָרק, ניו־יאָרק", וואָס ווערט הײַנט געזונגען ווי דער אומאָפֿיציעלער הימן פֿון דער שטאָט, האָבן זיי ביידע געשאַפֿן, ווי אויך די לידער צום באַקאַנטן ספּעקטאַקל "קאַבאַרעט". דער דאָזיקער מיוזיקל וועגן דעם דעקאַדענטישן לעבן אין בערלין אין דער צײַט פֿון דער ווײַמאַרער רעגירונג אין די 1920ער יאָרן, איז געבויט אויף די דערציילונגען פֿון קריסטאָפֿער אישערוווּד. אונדזער הײַנטיקע פּרשה דערמאָנט אונדז ווידער אינעם טראַגישן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וואָס וועגן דעם ווערט דערציילט אין דער פּרשה "שמיני", וועלכע מיר האָבן לייענט מיט צוויי וואָכן צוריק. דער נאָמען "אַחרי", אָדער "אַחרי מות", מיינט "נאָכן טויט". די ערשטע פּסוקים פֿון דער פּרשה זאָגן אָן, ווי אַזוי די כּהנים זאָלן זײַן זייער אָפּגעהיט אין זייער עבֿודה אין בית־המיקדש, כּדי אויסצומײַדן די שטראָף פֿון נדבֿ און אַבֿיהוא. איך פֿאַרענדיק צו שרײַבן אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע אין דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, וווּ מײַן אַקאַדעמישער בעל-יועץ איז פּראָפֿעסאָר דוד ענגעל. כ'פֿאָרש די אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע אין מיזרח-אייראָפּע, בפֿרט אין פּוילן אין די יאָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה. מײַן אַנאַליז קאָנצענטרירט זיך אויף די פֿראַגן פֿון געשיכטע און פּאָליטיק און אויף דער ראָלע, וואָס די ייִדישע היסטאָריקער האָבן געשפּילט ווי פֿאָלקס-אינטעליגענטן און נאַציאָנאַלע וועגווײַזער. די רייד גייט וועגן משה שאָר, יצחק שיפּער, מאיר באַלאַבאַן, פֿיליפּ פֿרידמאַן, רפֿאל מאַהלער און עמנואל רינגעלבלום. שוין פֿאַר דער מלחמה האָט ד''ר עמנואל רינגעלבלום רעפּרעזענטירט דאָס שענסטע און דאָס בעסטע פֿון דעם ייִנגסטן דור ייִדישע היסטאָריקער אין פּוילן. אַ תּלמיד ותיק פֿון יצחק שיפּערן אין מעטאָדן פֿון פֿאָרשן געשיכטע, האָט ער אויך דערמאָנט זײַן אויסגעצייכנטן לערער אין זײַן לעבנסוועג ווי אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער און פּאָליטישער קעמפֿער. מיט באַלאַבאַנען האָט אים פֿאַראייניקט נישט בלויז די אַליין-באַגרענעצונג אויסשליסלעך צו געשיכטע פֿון ייִדן אין פּוילן, נאָר אויך די נטיה אויסצופֿאָרשן יעדן ענין, לויט די אַרכיוואַלישע מקורים, און דער מאָנאָגראַפֿישער אופֿן פֿון באַהאַנדלען היסטאָרישע פֿראַגעס. בעת באַלאַבאַן און שיפּער האָבן געהערט צו צוויי תּקופֿות אין ייִדישן קולטור-לעבן, צו דער פֿאַרמלחמהדיקער "גליציה וחכמיה" און צום נאָך-מלחמהדיקן פּוילן, איז רינגעלבלום געווען כּמעט אין גאַנצן אַ דערשײַנונג פֿון ייִדישן לעבן און שאַפֿן אין אומאָפּהענגיקן פּוילן. ווען כ'האָב אײַנגעלאַדן אַ חבֿרטע צו גיין זען אין "קאַמרי"־טעאַטער "טויט פֿון אַ קאָמיוואָיאַזשאָר" פֿון אַרטור מילער — האָט זי מיר אָפּגעזאָגט, זאָגנדיק, "כ'האָב דאָך עס שוין געזען". אַוודאי האָט זי עס געזען, ווער האָט עס נישט געזען? אין ישׂראל איז דאָס זיכער די אַממיינסטנס פֿאָרגעשטעלטע פּיעסע און מסתּמא אַזוי אויך איבער דער וועלט. נאָר וואָס דען? מיט אָט דער נײַער אויפֿפֿירונג אין "קאַמרי" קאָן מען בלײַבן שטיין און זיך בפֿירוש פֿרעגן, צי זײַנען טאַקע אויף אַן אמת דורכגעלאָפֿן 60 יאָר זינט די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין 1949? "טויט פֿון אַ קאָמיוואָיאַזשאָר" איז פֿאַרבליבן אַקטועל ווי עס איז געווען. אַנטאָן טשעכאָוו האָט געהאַט קלוגע געדאַנקען, וועלכע ער האָט ניט בלויז אַרויסגעזאָגט, נאָר אויך פֿאַרשריבן. צווישן זיי איז פֿאַראַן אַזאַ: טאָמער איר זעט, אין גאַנג פֿון אַ פּיעסע, אַז דער מחבר צי רעזשיסאָר האָט אויפֿגעהאָנגען ערגעץ אויף דער בינע אַ ביקס, מוז זי אין דער פּיעסע, סוף-כּל-סוף, אויסשיסן. אַנדערש האָט עס ניט קיין זין צו ווײַזן אַ ביקס. דעם 23סטן מערץ איז געשטאָרבן, אין עלטער פֿון 72 יאָר, דער באַרימטער אַמעריקאַנער מאַטעמאַטיקער פּאָל יוסף כּהן. ער איז געװען אײנער פֿון די װוּנדערלעכסטע מאַטעמאַטיקער אינעם 20סטן יאָרהונדערט, באַקאַנט מיטן דערגרייכן פֿונדאַמענטאַלע רעזולטאַטן אין פֿאַרשײדענע געביטן פֿון מאַטעמאַטיק: אַנאַליז, דיפֿערענציעלע גלײַכונגען, און בפֿרט לאָגיק און סכומען־טעאָריע. צום מערסטן, איז כּהן באַרימט געוואָרן מיט זײַן לײזונג פֿון געאָרג קאַנטאָרס "קאָנטינוּום־היפּאָטעזע"; פֿאַרן לייזן אָט־די היפּאָטעזע האָט ער אין 1966 געוווּנען די "פֿילדס־פּרעמיע" — די גרעסטע פּרעמיע אין מאַטעמאַטיק. |