ווילי לאָמאַן (עודד תּאומי) און זײַנע זין (יפֿתּח קליין, מיכה סעלעקטאָר) |
ווען כ'האָב אײַנגעלאַדן אַ חבֿרטע צו גיין זען אין "קאַמרי"־טעאַטער "טויט פֿון אַ קאָמיוואָיאַזשאָר" פֿון אַרטור מילער — האָט זי מיר אָפּגעזאָגט, זאָגנדיק, "כ'האָב דאָך עס שוין געזען". אַוודאי האָט זי עס געזען, ווער האָט עס נישט געזען? אין ישׂראל איז דאָס זיכער די אַממיינסטנס פֿאָרגעשטעלטע פּיעסע און מסתּמא אַזוי אויך איבער דער וועלט. נאָר וואָס דען? מיט אָט דער נײַער אויפֿפֿירונג אין "קאַמרי" קאָן מען בלײַבן שטיין און זיך בפֿירוש פֿרעגן, צי זײַנען טאַקע אויף אַן אמת דורכגעלאָפֿן 60 יאָר זינט די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין 1949? "טויט פֿון אַ קאָמיוואָיאַזשאָר" איז פֿאַרבליבן אַקטועל ווי עס איז געווען.
אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע דערמאָנט זיך אַרטור מילער אין יענעם אומפֿאַרגעסלעכן אָוונט, ווען ס'איז צום ערשטן מאָל אויפֿגעפֿירט געוואָרן די פּיעסע: "צווישן דעם באַאײַנדרוקטן עולם אין פֿילאַדעלפֿיע האָט זיך אויך געפֿונען אַן אָנגעזעענער עלטערער מאַן, וועלכער האָט אַ גערירטער שטילערהייט גערעדט צו איינעם פֿון זײַנע באַגלייטער, זעט אויס, זײַן פּריוואַטער סעקרעטאַר... דער מאַן, ווי ס'האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז געווען בערנאַרד גימבל, דער אייגנטימער פֿון אַ נעץ כּל־בו־קראָמען, וועלכער האָט יענעם אָוונט געגעבן אַ פֿאַראָרדענונג — "נישט אָפּצוזאָגן קיין איין אַרבעטער צוליב זײַן עלטער".
שווער צו וויסן, צי צוליב דער השפּעה פֿון דער פּיעסע האָט מען דעמאָלט טאַקע נישט אָפּגעזאָגט קיין איין עלטערן אַרבעטער; ס'איז באמת אַ שיין מעשׂהלע. וואָס עס רופֿט אָבער אַרויס דערשטוינונג איז עפּעס אַנדערש: נישט געקוקט אויף די פֿאַרלאָפֿענע 60 יאָר איז די פּיעסע נאָך אַלץ פֿריש, אינהאַלטסרײַך און הײַנטצײַטיק. און דער עיקר, דער "קאַמרי"־טעאַטער פֿאַרמאָגט די פּאַסיקע קינסטלערישע כּוחות צו פֿאַרווירקלעכן דעם דראַמאַטישן פּאָטענציאַל וואָס עס אַנטהאַלט אַרטור מילערס שאַפֿונג, אויך באַקאַנט ווי די טראַגעדיע פֿון אונדזער צײַט.
דער רעזשיסאָר מיכה לעווינסאָן האָט זיך פֿאַרמאָסטן מיט דער שווערער אַרבעט אויפֿצופֿירן אַ גוט־באַקאַנט קלאַסיש ווערק, וואָס אַ דאַנק אַ נײַער אויפֿפֿאַסונג און זאָרגפֿולן דורכלייענען דעם טעקסט, דערגרייכט עס דעם כּמעט אומדערוואַרטן דערפֿאָלג. דאָס פּובליקום וואָס קומט זען די פֿאָרשטעלונג, ווייסט דאָך שוין פֿון פֿאָרויס, אַז ער וועט בײַזײַן דעם טויט פֿון דעם רײַזע־אַגענט ווילי לאָמאַן, טאָ וווּ זשע שטעקט דאָ די אַנטפּלעקונג?
אין דער איצטיקער ווערסיע ווערט פֿאָרגעשטעלט דער הויפּט־העלד ווילי לאָמאַן (עודד תּאומי) ווי אַ "פֿאַרלירער" נישט בלויז אין די סצענעס, וועלכע קומען פֿאָר אין זײַן הײַנט, אין די שפּעטע 40ער יאָרן, ווען ער קומט צוריק אַהיים, פֿילנדיק זיך נישט בכּוח דורכצופֿירן די רײַזע בײַ זײַנע 63 יאָר. ער איז געפֿאַלן אין זײַנע אייגענע אויגן, נאָך בײַם אָנהייב, אין די "פֿלאַשבעק" (דערמאָנונגס)־סצענעס, ווען ער פֿלעגט נאָך קומען אַהיים פֿריילעך, פֿול מיט אָפּטימיזם און גלויבן אין דער גאָלדענער צוקונפֿט וואָס דערוואַרט זײַנע זין, בעיקר, דעם עלטערן, ביף.
און דערנאָך, אין דער אַנדערער סצענע, ווען די צוויי ברידער, אין זייער צימער אין הויז פֿון די עלטערן, דערמאָנען זיך אין זייערע קינדער־יאָרן, איז קענטיק אין זייער רעדן, אַז זיי זײַנען אויסגעפֿורעמט פֿון זעלבן ליים ווי דער פֿאָטער. אויך זיי האָבן אַ נייגונג צו גלייבן אין זייערע אייגענע איבערטרײַבונגען, אַפֿילו ווען זיי ווייסן אַז ס'איז אַן אײַנרעדעניש, אַ פּוסטע פֿאַנטאַזיע. און פּונקט אַזוי ווי זייער פֿאָטער, נעמט קיינער נישט אויף ערנסט די ברידער לאָמאַן. מיכה סעלעקטאָר (ביף), אַ דאַנק זײַן עמפֿינדלעכקייט, דערמעגלעכט דעם פּובליקום איבערצולעבן די וועזנטלעכע ענדערונג וואָס עס פֿירט דורך דער איינציקער מיטגליד אין דער לאָמאַן־משפּחה. אויך יפֿתּח קליין (העפּי), אַ ריכטיקע אָפּשפּיגלונג פֿון זײַן פֿאָטער, איז איבערצײַגעוודיק אין דער ראָלע פֿון אַן אייביקן טרוימער.
ווילי לאָמאַן פֿילט באַשײַמפּערלעך, אַז זײַן דורכפֿאַל הייבט זיך אָן ממש אין יענער רגע, ווען ער האָט נישט געוואַגט צו גיין אין די פֿוסטריט פֿון זײַן עלטערן ברודער — אַרײַנגיין אין וואַלד און גלײַך רײַך ווערן. און אפֿשר האָט ער אויפֿגעגעבן די מעגלעכקייט אויפֿגעריכטעט צו ווערן מיט דער האָפֿענונג, אַז זײַנע זין וועלן פֿאַרווירקלעכן זײַנע חלומות? אויך לטובֿת דער צוקונפֿט פֿון זײַנע קינדער איז ער ממשיך צו זײַן אַן אַגענט־פֿאָרער; בלויז ווען ער פֿאַרשטייט אַז אויך די זין זײַנען דורכגעפֿאַלן און אַז לכל־הפּחות איינער פֿון זיי, ביף, איז גרייט דאָס צו אָנערקענען, ברעכט ער זיך אײַן און באַגייט דעם שוין לאַנג־פּלאַנירטן פֿאַרצווייפֿלונגס־אַקט.
מיכה לעווינסאָנס אויפֿפֿאַסונג וואַרפֿט אויך אַ באַזונדערע ליכט אויף דער געשטאַלט פֿון דער פֿרוי, לינדאַ (תּיקי דיין). זי צעשרײַט זיך נישט אויף די זין פֿאַר האָבן פֿאַרלאָזט דעם פֿאָטער אין זײַן גרויסער אומבאַהאָלפֿנקייט. זי רעדט געלאַסן און דווקא אײַנגעהאַלטן, ווען זי פֿאָדערט בײַ זיי די געהעריקע אויפֿמערקזאַמקייט פֿאַר דעם אומגליקלעכן גוטן מענטש ווילי.
ס'איז ווערט זיך אָפּצושטעלן אַ ביסל אויף עודד תּאומי, דעם אַקטיאָר וואָס פֿירט אויס די ראָלע פֿון ווילי לאָמאַן. אָט דער דערפֿאַרענער טעאַטער־מענטש, וועלכער האָט געשפּילט אין זײַן רײַכער טעאַטער־קאַריערע לרובֿ הויפּט־העלדן, האָט אַפֿילו נישט געחלומט, אַז ער וועט אַ מאָל "זײַן ווילי לאָמאַן". ווי קומט ער, דער הויכער שיינער מאַן, צו דעם מיטלמעסיקן פּערסאָנאַזש, וואָס פֿיזיש איז ער פּונקט זײַן היפּוך? נאָר טעאַטער, ווי מיר ווייסן, קאָן באַווײַזן וווּנדער, און עס באַקומט זיך, אַז דווקא די באַטייליקונג פֿון עודד תּאומי שענקט דער איצטיקער ווערסיע איר דראַמאַטישע אייגנאַרטיקייט און הויכן קינסטלערישן ניוואָ.
ס'איז דאָ אויך פֿאַראַן אַ גאַנצע גאַלעריע פֿון צווייטראַנגיקע ראָלעס, וועלכע דערהייבן מיט זייער שפּילן די מדרגה פֿון דער פֿאָרשטעלונג: מיכל קלמן — די פֿרוי אין האָטעל; יונתן טשערטשי — טשאַרלי, וויליס שכן און איינציקער פֿרײַנד; צבֿיקי לוין — בערנאַרד; אלי גורנשטיין — בען, וויליס ברודער; אהוד שחר — האָווראַד, דער "באָס" און אַנדערע.
אַ גרויסער ספֿק, צי די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג וועט פֿאַרמײַדן אַז אַן עלטערער אַרבעטער זאָל אָפּגעזאָגט ווערן; ס׳איז אָבער זיכער, אַז זי וועט אײַך רירן ביז טרערן.