פּאָליטיק

"ווען עס וועלן זיך פֿונאַנדערגיין די שטויב־וואָלקנס איבער די אויספֿירונגען פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע, וועט קלאָר ווערן פֿאַר אַלעמען, אַז אין מדינת־ישׂראל איז נישטאָ קיין פֿאַרבײַט פֿאַר דערפֿאַרונג אין דער מלוכישער פֿירערשאַפֿט" — האָט געזאָגט דער געוועזענער פּרעמיער-מיניס­טער אהוד ברק אין זײַן ערשטן עפֿנטלעכן אויפֿטריט, מיט וועלכן ער האָט געעפֿנט זײַן קאַמפּאַניע צו די "פּרײַמעריס", וואָס דאַרפֿן פֿאָרקומען דעם 28סטן מײַ וועגן דער אָנפֿירונג פֿון "עבֿודה".

"דערפֿאַרונג" איז געוואָרן דאָס פּאָפּו­לער­סטע שלאָגוואָרט אויפֿן פּאָליטישן יאַריד אין ישׂראל. מיט דער טענה, אַז די צווייטע לבֿנונישע מלחמה איז דורכגעפֿאַלן צוליב דער נישט-דערפֿאַרנקייט פֿון ישׂראלס מלו­כי­שער אָנפֿירונג, באַשעפֿטיקט זיך איצט די ווינאָגראַד-קאָמיסיע. די הויפּט-באַשול­דיקטע אויף דער געזעלשאַפֿטלעכער באַ­שול­דיקונגס-באַנק, וועמען עס ווערט צווישן אַנדערן פֿאָרגעוואָרפֿן, אַז זיי לײַדן פֿון אַ מאַנגל אין פּאָליטישער אָדער מילי­טע­רישער דערפֿאַ­רונג, זענען דער פּרע­מיער-מיניסטער אהוד אָלמערט און דער זיכער­הייט-מיניסטער עמיר פּרץ. דער דריטער פֿאַראַנטוואָרטלעכער אָרעם פֿון דעם אָנ­פֿירנ­דיקן דרײַעק אין דער לבֿנונישער מלחמה, דער שעף פֿון גענעראַל-שטאַב "רבֿ-אַלוף" דן חלוץ, האָט, ווי באַ­וווּסט, — נישט וואַרטנדיק אויף די מסקנות פֿון דער אויס­פֿאָרש-קאָמיסיע — דעמיסיאָנירט, נעמענ­דיק אויף זיך זײַן חלק פֿון דער אַחריות פֿאַר דער מלחמה, אָבער נישט די שולד פֿאַר דעם דורכפֿאַל. דאַקעגן וואַרטן אויף זיי מיט גרויס אומגעדולד די פּאָליטי­קער, וואָס קלײַבן זיך אַרײַנצוטרעטן אין דעם פֿאַרמעסט צו ירשענען די איצטיקע אָנפֿירונג, און באַזונדערס, דער זיכערהייטס-מיניסטער עמיר פּרץ, וועלכער איז עלול צו זײַן דער קומענדיקער פּאָליטישער קרבן פֿון דער געפֿאָרשטער מלחמה.

עס איז פֿאַר קיינעם קיין סוד נישט, אַז מדינת־ישׂראל, וועלכע האָט הײַנטיקע וואָך געיובֿלט איר 59סטן געבוירן־טאָג, לײַדט הײַנט פֿון אַ שאַרפֿן מנהיגים-קריזיס נאָך דער פֿינף־יאָריקער הערשאַפֿטס-עפּאָ­כע פֿון אַריאל שרון. דער מנהיגים-קריזיס האָט זיך נאָך מער פֿאַרשאַרפֿט אויפֿן פֿאָן פֿון דעם צווייטן לבֿנונישן דורכ­פֿאַל און גאָר באַזונ­דערס, אין דער אויס­וואַר­טונג און דערוואַר­טונג אויף די מסקנות פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע. לויט די פֿאַר­שיידנאַרטיקע דער­וואַר­טונגען פֿון דעם טיילווײַזן באַריכט, וואָס דאַרף פֿאַר­עפֿנטלעכט ווערן אין די נאָענט­סטע טעג — ווערט פֿאָרגעזען דורך אייניקע אַ פּאָליטישער צונאַמי, אַ טײַפֿון; לויט אַנדערע — וועט זיך גאָר אַרויסווײַזן, אַז דער באַרג האָט געבוירן אַ מויז... און אויב עס וועט דאָך אַרויסרופֿן אַ שטורעם אין לאַנד, וועט ער אויך, ווי אין אַ סך אַנדערע פֿאַלן אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה, גיך פֿאַרגעסן ווערן...

מען דאַרף געדענקען, אַז די ווינאָגראַד-קאָמיסיע איז געבוירן געוואָרן נאָך אַ שווערן געראַנגל אַרום דער אַלגעמיינער פּראָטעסט־באַוועגונג, וואָס איז אויפֿגעקומען צומאָרגנס נאָכן סוף פֿון דער לבֿנונישער מלחמה, באַ­זונדערס, מצד די רעזערוויסטן, וואָס האָבן פֿון איר זיך צוריקגעקערט פֿאַרביטערטע צוליב דער מלחמה־פֿירונג. דער שעף פֿונעם גענעראַל-שטאַב דן חלוץ האָט נאָמינירט צענדליקער מיליטערישע פֿאָרש-קאָמיסיעס איידער ער האָט, ווי שוין געזאָגט, דעמיסיאָ­נירט, און דער פּרעמיער האָט נאָמינירט אַן אויספֿאָרש-קאָמיסיע פֿון געוועזענע הויכע מיליטער־קאָמאַנדירן, אָבער אונטערן דרוק פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג האָט די קאָמיסיע זיך אַליין אויפֿגעלייזט. די ברייטע קרײַזן פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט האָבן געפֿאָדערט אַן אומאָפּהענגיקע מלוכי­שע אויספֿאָרש־קאָמיסיע מיט ברייטע יורי­דישע פולמאַכטן, וואָס זאָל נאָמינירט ווערן דורך דעם פּרעזידענט פֿונעם העכסטן גע­ריכט. דער פּרעמיער אָלמערט האָט זיך אָבער עקשנותדיק קעגנגעשטעלט און האָט לסוף אויסגעפֿירט, נאָמינירנדיק אין נאָמען פֿון דער רעגירונג די קאָמיסיע אונטערן פֿאָרזיץ פֿון דעם ריכטער עמעריט ווינאָגראַד, צו פֿאָרשן סײַ דעם מיליטערישן און סײַ דעם פּאָליטישן ראַנג, וואָס איז אין דער מלחמה געווען אַנגאַזשירט; ווי אויך די פֿריִערדיקע מדינה-פֿירונג אין די לעצטע זעקס יאָר — און איר אחריות פֿאַר דער נישט גרייטקייט פֿון צה"ל צו דער מלחמה, וואָס ס׳האָט פֿאַרפֿירט די איצטיקע מדינה-פֿירונג.

די קאָמיסיע האָט, נאַטירלעך, נישט גע­פֿאָרשט "דאָס פֿאָלק" — וואָס האָט אין יענער געשאַפֿענער מלחמה-אַטמאָספֿער צוליבן פֿאַרכאַפּן די זעלנער, דעם טעראָר און די קאַטיושעס און ראַקעטעס, און אין נאָמען פֿון דעם כּמעט איינהייטלעכן "נאַציאָנאַלן קאָנצענזוס", אויסגעאיבט דעם (אין אַ גע­וויסער מאָס באַשטעלטן) דרוק אויף דער רעגירונג צו "דערלאַנגען" דעם פֿײַנט. און פֿאַרשטייט זיך, אַז אַריאל שרון, דער מנהיג, וואָס האָט געלייגט דעם עיקרדיקן חותם אויף דער מדינה-פֿירונג אין די פֿאַרגאַנגענע זעקס יאָר, האָט דורך דער קאָמיסיע נישט געקאָנט ווערן געפֿאָרשט...

עס זענען אָבער געפֿאָרשט געוואָרן די שותּפֿים צו זײַן פּאָליטיק און צו זײַנע פֿירונגען, און אַרום זייער עדות-זאָגן איז טאַקע אויסגעבראָכן אַ קליינער קאָנסטיטו­ציאָ­נעלער קריזיס — וואָס האָט זיך גלײַך אַרויסגעוויזן ווי "אַ שטורעם אין אַ גלאָז וואַסער" — אַרום דער פֿליכט פֿון דער אָפֿנ­זיכטיקייט פֿון זייערע אויפֿטריטן פֿאַר דער קאָמיסיע. אויף דער אָנקלאַגע פֿון דער כּנסת-דעפּוטאַטין זהבֿה גלאון פֿון מר"צ האָט דאָס העכסטע געריכט פֿאַראָרדנט דער קאָמיסיע צו פֿאַרעפֿנטלעכן די פּראָטאָקאָלן פֿון די עדות-פֿאַרהערן. די ערשטע עדות, וואָס זייערע דערקלערונגען זענען געוואָרן פֿאַרעפֿנטלעכט — שמעון פּערעס און איינער פֿון די גענעראַלן — האָבן זיך געפֿילט גע­טראָפֿן פֿון דער פּובליקירונג און דערקלערט, אַז ווען זיי וואָלטן פֿריִער געוווּסט, אַז זייערע רייד וועלן ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט (אַפֿילו אָן יענע טיילן, וואָס די צענזור האָט געפּסלט), וואָלטן זיי זיך אָפּגעזאָגט עדות צו זאָגן. וואָס שייך אָבער פּערעסן, האָט די אָפֿנזיכטיקייט אַרויסגעברענגט פֿאַרן ציבור זײַן צווייזיכטיקייט: פֿאַר דער קאָמיסיע האָט ער, ווי עס באַווײַזן די פּראָטאָקאָלן, געזאָגט, אַז "ווען עס וואָלט געווען אָפּהענגיק פֿון אים, וואָלט ער זיך אין דער מלחמה נישט אַרײַנגעלאָזט". ווען די זשורנאַליסטן האָבן אים געפֿרעגט, פֿאַרוואָס, אויב אַזוי, האָט ער געשטימט אין דער רעגירונג פֿאַר דעם באַשלוס אָנצוהייבן די מלחמה? — האָט ער אויף זײַן שטייגער געענטפֿערט: "כ'האָב נישט געוואָלט זײַן נישט לאָיאַל צום פּרע­מיער-מיניסטער"...

די דאָזיקע "אומבאַקוועמע סיטואַציע", פֿאַר וועלכער עס איז אַוועקגעשטעלט גע­וואָרן שמעון פּערעס, צוליב זײַן צוויידײַטי­קער שטעלונג, האָט גורם געווען דעם שטאַרקן דרוק אויף דער ווינאָגראַד-קאָמי­סיע אויסצופֿירן דעם געבאָט פֿונעם העכסטן געריכט בנוגע די דרײַ הויפּט-עדות ווי די הויפּט-פֿאַראַנטוואָרטלעכע פֿאַר דער מלחמה: די פֿאַרהער-פּראָטאָקאָלן פֿון דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט, דעם זיכערהייטס-מיניסטער עמיר פּרץ און דעם דעמיסיאָנירטן שעף פֿון גענעראַל-שטאַב, רבֿ־אַלוף דן חלוץ. די ווינאָ­גראַד-קאָמיסיע האָט זיך עקשנותדיק אָפּגעזאָגט אויסצופֿירן דעם געבאָט פֿון דער העכסטער יורידישער אינסטאַנץ אין דער מדינה, אונטער דעם תּירוץ, אַז זי איז נישט בכּוח צוצוגרייטן דאָס פֿאַרעפֿנטלעכן די פּראָטאָקאָלן, ווײַל זי איז איצט צו שטאַרק באַשעפֿטיקט מיטן צוגרייטן דאָס פֿאַרעפֿנט­לעכן דעם טיילווײַזיקן באַריכט פֿון איר אויספֿאָרשונג. צום סוף, באַהאַנדלענדיק די צווייטע אַפּעלאַציע פֿון זהבֿה גלאון קעגן דער "לײַכטשעצונג פֿון געזעץ און פֿונעם געריכט", האָט דאָס העכסטע געריכט גע­פֿונען אַן אַנטשיידונג אין נוסח פֿון שלמה המלך: ער האָט דערלויבט דער קאָמיסיע צו פֿאַרעפֿנטלעכן די פּראָטאָקאָלן ביז צוויי וואָכן נאָכן דערלאַנגען דער רעגירונג (קומענדיקע וואָך) דעם טיילווײַזיקן באַריכט פֿון דער אויספֿאָרשונג.

עס איז אַ ספֿק, צי דאָס פֿאַרעפֿנטלעכן דעם טיילווײַזיקן באַריכט פֿון דער קאָמיסיע וועט ווירקן אויף דעם גורל פֿון אהוד אָלמערט און זײַן רעגירונג, וועלכע וואַרט שוין איצט נישט אַזוי אויף ווינאָגראַדן, ווי אויף דער פּאָליציייִשער אויספֿאָרשונג פֿון דעם פֿינאַנץ-מיניסטער אבֿרהם הירשזאָן, וועלכער איז פֿאַרדעכטיקט אין דעפֿראַודאַציע און גניבֿה פֿון געזעלשאַפֿטלעכע געלטער, בעת ער האָט אָנגעפֿירט מיט דער "הסתדרות העובֿדים הלאומית" — דעם רעוויזיאָניסטישן פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאראיין פֿון די אַרבעטער, און אויך פֿון אַנדערע פֿונדאַציעס אד"גל. אָלמערט וואַרט אויך אויף דער פּאָליציייִשער אויספֿאָרשונג פֿון זײַן נײַעם מיניסטער פֿאַר סטראַטעגיע, אבֿיגדור ליבערמאַן פֿון "ישׂראל ביתּנו" — און ער וואַרט אויך אויפֿן אויסגאַנג פֿון דער אַפּעלאַציע פֿון דער מדינה-פּראָקוראַטור בנוגע דעם לײַכטן אורטייל קעגן דעם געוועזענעם יוסטיץ-מיניסטער חיים רמון, וועמען דאָס געריכט האָט פֿאַרמישפּט אויף 90 שעה עפֿנטלעכע דינסט־אַרבעטן, אָבער באַפֿרײַט זײַן פֿאַטאַלן קוש פֿון דער קאַטעגאָריע פֿון "שאַנד".

קיינער ווייסט נישט, ווער פֿון די איצטי­קע מנהיגים וועט צום מערסטן געטראָפֿן ווערן פֿון דעם טיילווײַזן און צײַטווײַליקן באַריכט פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע. עס זעט אָבער אויס, אַז דער ערשטער פּאָליטי­שער קרבן פֿון דער לעצטער מלחמה וועט זײַן עמיר פּרץ — כאָטש עס איז נישט קיין חכמה צו זאָגן נבֿואות אין לאַנד פֿון די נביאים. אויפֿן פֿאָן פֿון דעם שאַרפֿן מנהיגים-קריזיס אין ישׂראל האָבן זיך באַוויזן אויפן פּאָליטישן מאַרק די כּלערליי — אין דעם מאָמענט צווייטראַנגיקע — פּרעטענדענטן אין זייער פֿאַרמעסט צו ירשענען די אָנפֿי­רערשאַפֿט. דער בולטסטער אויסדרוק פֿון דעם מנהיגים-קריזיס איז דער פֿאַקט, אַז די פּראָפּאַגאַנדיסטישע אָפֿענסיווע איז נישט נאָר קעגן דעם פּרעמיער-מיניסטער און אָנ­פֿירער פֿון "קדימה", אהוד אָלמערט, וועמעס פּאָפּולאַריטעט איז אין די פּובליק-טעסטן געפֿאַלן און געבליבן שטיין אויף 4%, די פּאָפּולאַריטעט פֿון עמיר פּרצן איז געפֿאַלן נאָך טיפֿער, ביז צו דער אומגליקלעכער ציפֿער פֿון 2 פּראָצענט פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג אין ישׂראל.

נאָך דער מעכטיקער קאַמפּאַניע פֿון דיס­קרעדיטירן דעם אָנפֿירער פֿון "עבֿודה", עמיר פּרץ, איז ער, אין רעזול­טאַט פֿון דער מלחמה, באַקרוינט געוואָרן מיט דער סטיגמע פֿון "אַ מנהיג אָן אַ דערפֿאַרונג". זײַן איינציקע דערפֿאַרונג האָט ער אָנגע­זאַמלט, זאָגן זיי, ווי אַ מנהיג פֿון דער הסתדרות. און די הסתדרות איז שוין הײַנט נישט קיין "מאַרקע".

און — ווער איז אַרויף אויפן העכסטן לייטער פֿון דער פּאָפּולאַריטעט? נישט צו גלייבן: דאָס זענען די צוויי מנהיגים, וואָס זענען מיט בושה געהאַט אראָפּגעזעצט געוואָרן פֿון זייער מנהיגים-טראָן, צוליב זייער ביידנס דורכפֿאַל אין אָנפֿירן מיט דער מדינה. דאָס זענען: ביבי נתניהו אין "ליכּוד", און אהוד ברק אין "עבֿודה". נתניהו אין זכות פֿון אָלמערטס פּאָליטישע דורכפֿאַלן, און ברק אין זכות פֿון זײַן מיליטערישן ייִחוס און פּרצעס "נישט באַהאַוונטקייט".

פּלוצעם זענען די דורכפֿאַלן געוואָרן אַ פּאָזיטיווע קוואַליפֿיקאַציע פֿאַר פּאָליטישער און מיליטערישער דערפֿאַרונג...

אין אָט דעם אָרוועלישן איבערקער פֿון באַגריפֿן האָבן די ביידע פֿון דאָס נײַ אויפֿגעטויכטע מנהיגים זעט אויס פֿאַרגעסן, אַז דערפֿאַרונג, אַזוי ווי אַ מטבע, פֿאַרמאָגט צוויי זײַטן: דעם מנהיגס פּערזענלעכע דער­פֿאַרונג, און די דערפֿאַרונג, וואָס דאָס פֿאָלק האָט אָנגעזאַמלט פֿון דעם מנהיג. דער אונטערשייד צווישן די צוויי ליגט אין דעם זכּרון: דער גוטער פּערזענלעכער זכּרון פֿונעם מנהיג קעגנאיבער דעם שלעכטן קאָלעקטיוון זכּרון פֿונעם פֿאָלק.

אָט דער שוואַכער קאָלעקטיווער זכּרון פֿונעם פֿאָלק איז געוויינלעך פֿאַר דעמאַגאָגן דאָס בעסטע געווער צו דעראָבערן די מאַכט. תּל-אָבֿיבֿ, 23־סטער אַפּריל 2007