מאָנטיק, דעם 23סטן אַפּריל, איז פֿון מאָסקווע אָנגעקומען די ידיעה, אַז באָריס יעלצין, דער ערשטער פּרעזידענט פֿונעם אומאָמפּהענגיקן רוסלאַנד איז געשטאָרבן.
וואָס איז געווען יעלצין פֿאַר רוסלאַנד? קודם־כּל, דער ערשטער קאָמוניסט פֿונעם העכסטן מאַכט־עשעלאָן, וואָס איז פֿון דעם דאָזיקן צוג אַראָפּגעשפּרונגען. ריכטיקער געזאָגט, ער האָט זיך באַמיט אים אויסצוקערעווען אין דער ריכטונג פֿון דעמאָקראַטישע רעפֿאָרמען. אַן אויפֿגאַבע, וואָס אין רוסלאַנד, כּמעט אין אַלע היסטאָרישע תּקופֿות, פֿלעגט זיך עס פֿאַרענדיקן מיט אַ קאַטאַסטראָפֿע.
ווי ווײַט האָט זיך עס יעלצינען אײַנגעגעבן? ווי עס האָט געוויזן די צײַט, האָבן זײַנע באַמיִונגען זיך אָנגעשטויסן אין אַ ריזיקן ווידערשטאַנד — סײַ אַן אינערלעכן, צווישן זײַן אַדמיניסטראַציע, און סײַ אַן אויסערלעכן, בדרך־כּלל, פֿאַרבונדן מיט די מיליטערישע סטרוקטורן, אין תּוך, די סאַמע קאָנסערוואַטיווע. די אינטריגעס אין קרעמל צווישן פֿאַרשידענע גרופּירונגען און דעם אַזוי גערופֿענעם "פֿאַמיליע־קלאַן", האָט נישט געקאָנט ניט ווירקן אויפֿן אַלגעמיינעם מצבֿ אין דער רעגירונג, און פֿלעגט זיך יעדעס מאָל ענדיקן מיט אַ נײַעם קריזיס, באַזונדערס, אין די לעצטע עטלעכע יאָר פֿון זײַן ממשלה. געוויס, אַז אויב "אויבן" שלאָגט מען זיך, פֿילט מען עס "אונטן". די ברייטע פֿאָלקס־מאַסן האָבן עס גוט געפֿילט.
יעלצין אַליין, אַ מענטש פֿון אַן אַלטער פֿאָרמאַציע, איז נישט מסוגל געווען איבערצוקאָכן אַזוי פֿיל "דעמאָקראַטיע"; דער פֿרישער ווינט האָט אים סײַ געמונטערט און סײַ געשטיקט מיט זײַן שטאַרקייט. די "ערשטע" מלחמה אין טשעטשניע — אַ פּועל — יוצא פֿון זײַנע גענעראַלן — האָט אונטערגעריסן זײַן אויטאָריטעט אין דער געזעלשאַפֿט און אין דער וועלט; די הפֿקרותדיקע "פּריוואַטיזאַציע", וואָס האָט זיך פֿאַקטיש פֿאַרוואַנדלט אין אַ רויבערײַ פֿון אַ מלוכישן פֿאַרנעם, האָט דערפֿירט די עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד צו חורבות. די דעמאָקראַטישע אינסטיטוציעס, וואָס האָבן זיך קוים געשטעלט אויף די פֿיס, האָבן נישט געהאַט קיין באָדן אונטער זיך און אונטערגעפֿאַלן אונטערן דרוק פֿון זייערע אייגענע אַמביציעס.
מעגלעך, אַז צווישן די גרעסטע פֿאַרדינסטן, וואָס יעלצינס תּקופֿה האָט דערמעגלעכט, איז געווען דאָס אַרײַנברענגען אינעם מעדיאַ־פֿעלד אַ פֿרײַ וואָרט. רוסלאַנד האָט צום ערשטן מאָל נאָך צענדליקער יאָרן שווײַגן, אָנגעהויבן רעדן מיט אַ פֿולן מויל סײַ וועגן דעם נעכטן פֿון איר געשיכטע און סײַ וועגן דעם הײַנט, וואָס האָט געשאַפֿן געשיכטע פֿון גוטע און שלעכטע מעשׂים.
רוסלאַנד איז היסטאָריש פֿאַראורטיילט צו זײַן אַ מלוכה, וואָס ווערט אָנגעפֿירט פֿון אַ מאַכטהאָבערישער פּערזענלעכקייט. יעלצין גופֿא, לויט דער נאַטור אַ פּערזענלעכקייט מיט אַ שטאָלענעם כאַראַקטער, האָט געפּרוּווט, קודם־כּל, זיך אַליין איבערמאַכן; זיך צוצופּאַסן צו די נײַע דערשײַנונגען אין דער געזעלשאַפֿט, וואָס ער אַליין האָט זיי אײַנגעפֿירט. ער איז געווען דער פֿירער, וואָס איז פֿאַרפֿירט געוואָרן פֿון זײַנע אייגענע מעשׂים.
ווי ווײַט ער איז פֿאַרגאַנגען אין זײַנע אייגענע פֿאַרפֿירערישע מעשׂים, האָט געוויזן דער איצטיקער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין. ער האָט באַדאַרפֿט גאָר אַ קורצע צײַט, כּדי אומצוקערן דעם אַלטן צוג אויף זײַנע מאַכטהאָבערישע רעלסן. איצט ווערט רוסלאַנד אָנגעפֿירט מיט אַ שטאַרקער זיכערהיט־האַנט; די אָליגאַרכישע עקאָנאָמיע־שיטה פֿון יחידים, האָט זיך צונויפֿגעשמאָלצן מיטן מלוכישן אַפּאַראַט, שאַפֿנדיק אַ מין מלוכישן קאַפּיטאַליזם, אָנגעפֿירט פֿון פּוטינען און זײַן קליקע.
דווקא אין די לעצטע פֿינף יאָר איז פֿאַקטיש ליקווידירט געוואָרן די פֿרײַע פּרעסע; דער ריזיקער נאַפֿט־קאָנצערן "יוקאָס" איז צעגראָמירט געוואָרן און זײַנע באַלעבאַטים זײַנען פֿאַרשפּאַרט אין תּפֿיסה; די מאַכט אין לאַנד איז "אויסגעגלײַכט" געוואָרן אין אַ ווערטיקאַל, וואָס ווערט אויסגעבויט פֿונעם פּרעזידענט און נאָר פֿון אים אַליין. די וואַלן־סיסטעם איז דערפֿירט געוואָרן צו אַן אַבסורדישער באַגרענעצונג; ווידער הייבן אויף דעם קאָפּ די שוואַרץ־מאהדיקע פֿינצטערע כּוחות, דערבײַ ווערט אומברחמנותדיק דערדריקט יעדער פּרוּוו אַרויסצוּווײַזן אַן אומצוטרוי דער מאַכט...
די פּראָגרעסיווע געזעלשאַפֿט אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד איז אַנטוישט מיט דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אין איר לאַנד. און אויפֿן הינטערגרונט פֿון יעלצינס תּקופֿה, וואָס ווערט, פֿונדעסטוועגן, באַפֿאַרבט מיט העלע פֿאַרבן, זעט זיך נאָך בולטער אָן דער גרוי־שוואַרצער צייכן פֿון דער איצטיקער פּוטין־סימבאָליק.