מוזיק
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿונעם בראָדוויי־מיוזיקל "האָר", 1968
אַ סצענע פֿונעם בראָדוויי־מיוזיקל "האָר", 1968

דעם זונטיק, קען מען זאָגן, איז אַ היס­טאָרישע דאַטע אינעם אַמעריקאַנער קאַ­לענדאַר, כאָטש אָפֿיציעל פּראַוועט מען זי נישט. דעם 29סטן אַפּריל 1968 האָט זיך אויף בראָדוויי געעפֿנט אַ מיוזיקל, וועלכער האָט ממש פֿאַרקערפּערט די תּקופֿה, וואָס מע רופֿט הײַנט אויף אַלע שפּראַכן "די זעכ­ציקער יאָרן". דער מיוזיקל, Hair (האָר), האָט שאָקירט די וועלט מיט זײַן לויבגעזאַנג פֿאַר דער "היפּי"־קולטור — אַ קולטור וואָס האָט קעמפֿעריש זיך אַנט­קעגנגעשטעלט דער וויעטנאַם־מלחמה, און דער "עסטאַבלישמענט" בכלל, פֿאַרדאַמט דעם קאָנפֿאָרמיזם פֿונעם עלטערן דור, און געמוטיקט די יוגנט אָפּצוּוואַרפֿן אַלע אָנגענומענע נאָרמעס פֿון דער געזעלשאַפֿט. אַ מאַנסביל, למשל, דאַרף זיך נישט שעמען צו פֿאַרלאָזן די האָר ביז צו די קריזשעס, אויב עס גלוסט זיך אים — דערפֿון נעמט זיך טאַקע דער טיטל פֿון דער פֿאָרשטעלונג.

נאָך מער האָט שאָקירט וואָס "האָר" האָט געמוטיקט די יונגע לײַט צו באַניצן נאַרקאָטיק און צו פֿירן אַ פֿרײַע ליבע מיט וועמען זיי ווילן. אין איין באַרימטער סצענע, האָבן אַלע אַקטיאָרן — ווי אַן אויסדרוק פֿון באַפֿרײַען זיך פֿון די "קינסטלעכע" געזעלשאַפֿט־גדרים — זיך אויסגעטאָן אָדם־נאַקעט. אין דער ליבעראַלער שטאָט ניו-יאָרק איז די פֿאָרשטעלונג געווען שטאַרק פּאָפּולער און געשפּילט געוואָרן 1,873 מאָל, אָבער אין טשאַטאַנוגאַ, טענעסי, האָט מען זי גענומען אין געריכט פֿאַר פֿאַרשוועכן די אַמעריקאַנער פֿאָן און ניבֿול־פּה, און דער ענין האָט דערגרייכט ביזן העכסטן גע­ריכט (וואָס האָט, אַגבֿ, געפּסקנט, אַז טע­נעסיס פֿאַרווערן די פֿאָרשטעלונג איז קעגן דעם געזעץ). אין מעקסיקע האָט מען זי געשלאָסן גלײַך נאָך דער פּרעמיערע און געהייסן די אַקטיאָרן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. אָבער אין צענדליקער אַנדערע לענ­דער פֿון דער וועלט, אַרײַנגערעכנט ענג­לאַנד, דײַטשלאַנד, אונגערן, בראַזיל און אַר­גענטינע, איז "האָר" געוואָרן אַ גרויסער שלאַגער, וואָס ווערט געשפּילט ביזן הײַנ­טיקן טאָג.

הײַנט שמייכלט מען, ווען עמעצער דערמאָנט די "רעוואָלוציאָנערע" שטימונג פֿונעם יונגן דור אין די זעכציקער יאָרן, אָבער דעמאָלט האָבן ביידע צדדים — סײַ די יונגע רעבעלן, סײַ די פֿאַרטיידיקער פֿון דער אַלטער גוואַרדיע, עס גענומען זייער ערנסט. און אין מיטן פֿון אַלץ האָב איך, אַן אומשולדיק 12־יאָריק מיידל פֿון אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער היים, זיך צוגעקוקט, און אַליין נישט געוווּסט אויף וועלכן צד איך בין.

דעם ערשטן טרייסל פֿון דער "רע­וואָלוציע" האָב איך דערפֿילט אין פֿרילינג 1969, ווי אַ תּלמידה פֿונעם זעקסטן קלאַס. איין פֿרײַטיק האָבן די לערער געמאַכט אַן אויסטערלישע מעלדונג: פֿון מאָנטיק אָן, וועלן די מיידלעך קאָנען טראָגן הויזן אין שול. מײַנע חבֿרטעס האָבן זיך שטאַרק דערפֿרייט, נאָר מיך האָט עס אין גאַנצן באַאומרויִקט. איך האָב דווקא ליב געהאַט, וואָס ס׳איז געווען אַ געוויסער סדר אויף דער וועלט; אין דעם פֿאַל, אַז ייִנגלעך טראָגן הויזן אין שול, און מיידלעך — קליי­דער, ווײַל דאָס האָט געמיינט, אַז מײַן וועלטעלע וועט בלײַבן זיכער און פֿאַר­לאָזלעך. דערזעענדיק ווי אַזוי מע האָט פֿון אַזאַ אײַנגעפֿונדעוועטן כּלל געמאַכט אַ "משה קאַפּויער", האָט זיך מײַן וועלטעלע מיט אַ מאָל דערפֿילט גאָר נישט אַזוי זיכער.

אַ שטיקל צײַט האָב איך קיין אַנדערע גרויסע ענדערונגען נישט באַמערקט, מסתּמא, ווײַל בײַ מיר אין דער היים, אונ­טער די פֿליגל פֿון טאַטע־מאַמע, האָט זיך אַלץ געפֿירט מער־ווייניקער ווי פֿריִער. אָבער מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער, ווען איך בין אַוועק אין זומער־לאַגער, האָב איך ערשט דאָרט אַנטדעקט, ווי ווײַט די אַלטע באַ­קאַנטע וועלט מײַנע האָט זיך אָנגעהויבן צו צעקרישלען.

ס׳איז געווען מײַן דריטער זומער אין "קעמפּ המשך" — דער בונדיסטישער זו­מער־לאַגער, געגרינדעט אין 1957, אויפֿן מוסטער פֿון דער באַליבטער ייִדיש־רעדנ­דיקער מעדעם־סאַנאַטאָריע אין פּוילן פֿאַרן חורבן. כ׳האָב זיך געפֿילט זייער היי­מיש אין "המשך", דערמיט וואָס אַזוי פֿיל קעמ­פּערס און אויפֿפּאַסערס זענען גע­ווען פֿון ייִדיש־רעדנדיקע היימען, ווי איך. במשך פֿונעם זומער האָט מען זיך אויס­גע­לערנט צענדליקער ייִדישע לידער; די פּיעסעס זענען געווען אויף ייִדיש; מע האָט רירנדיק אָפּגעמערקט אַ "געטאָ־טאָג", לזכּרון די אומגעקומענע אינעם חורבן; די שטענדיקע מעלדונגען אויפֿן הילכער האָט מען איבערגעגעבן אויף ענגליש און אויף ייִדיש, אאַז״וו. בקיצור, איך האָב זיך געפֿילט ווי אַ פֿיש אין וואַסער.

אָבער אין יענעם זומער פֿון 1969 (דער זומער פֿונעם באַוווּסטן ראַקמוזיק־פֿעס­טי­וואַל אין וווּדסטאַק, ניו־יאָרק) איז שוין גע­ווען גאָר אַנדערש. אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿריִערדיקן זומער, ווען יעדער האָט גע­פֿאָלגט דעם טעגלעכן צײַטפּלאַן, אַפֿילו ווען עס האָט זיך זיי נישט געגלוסט, איז די שטימונג דאָס מאָל געווען אַ סך פֿרײַער; קיינער האָט אונדז נישט גענייט צו טאָן גאָרנישט. צום טייל איז עס געווען צוליב דעם בײַט פֿון דירעקטאָרן (אין 1968 האָט אָנגעפֿירט מיכל באַראַן, און אין 1969 — גאַבי ראָס), און אויך צוליב דעם וואָס, איידער די קעמפּער זענען אָנגעקומען דעם ערשטן טאָג, האָט מען אַ גאַנצע גרופּע אויפֿפּאַסער שוין געמוזט אָפּזאָגן פֿון דער אַרבעט פֿאַר רייכערן מאַריכואַנע, איבערלאָזנדיק דעם לאַגער מיט אַ צו קליינעם פּערסאָנאַל.

ווי עס זאָל נישט זײַן, איז די היימישע ייִדישע אידענטיטעט פֿון "קעמפּ המשך" אין גיכן פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ ריין־אַמעריקאַנער נוסח פֿון דער "היפּי"־קולטור. אויף אַן אמת, איז עס בײַ מיר געווען אַ שטעקן מיט צוויי עקן: פֿון איין זײַט, איז עס טאַקע געווען זייער פֿרעמד און עקזאָטיש, נאָר פֿון דער צווייטער, האָט עס געדינט ווי אַ פֿענצטערל אין דער דרויסנ­דיקער גוייִשער וועלט, וואָס מײַנע על­טערן און די ייִדישע שול האָבן מיך דערפֿון במשך פֿון די יאָרן אַזוי פֿאָרזיכטיק באַהיט.

דאָס בײַדל, וווּ איך האָב געוווינט, האָט אָנגענומען אַ כאַרעקטעריסטישן אויסזען פֿון די "זעכציקער": איבער יעדן אַרײַנגאַנג, האָט מײַן אויפֿפּאַסערין אויפֿגעהאָנגען פֿיל־פֿאַרביקע אינדיאַנער קרעלן כּמעט ביז ד׳רערד, און יעדן טאָג — אָנגעצונדן אַ ווײַרעך, וואָס האָט זיך געפֿילט אין אַלע ווינקלען פֿונעם בײַדל מיט זײַן עקזאָטיש־זיסלעכן ריח. יעדן טאָג, פֿון אין דער פֿרי ביז בײַ נאַכט, האָט מען אויפֿן פֿאָנאָגראַף געשפּילט דעם אַלבום פֿון "האָר". באַלד ווי עס האָט זיך געענדיקט דאָס לעצטע ליד, איז עמעצער צוגעגאַנגען און אָנגעהויבן די פּלאַטע אויף ס׳נײַ. נאָך דרײַ וואָכן האָב איך שוין געקענט די טעקסטן פֿון אַלע לידער אויף אויסנווייניק (וואָס איז מיר, אַגבֿ, פֿאַרבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג).

הגם ס׳רובֿ פֿון מײַנע 12־יאָריקע מיט־קעמפּערס זענען געווען טעכטער פֿון שארית־הפּליטה, האָט מען עס גאָר נישט אָנגעזען. אַזוי ווי זייערע אַמעריקאַנער מיטצײַטלער, האָבן זיי געטראָגן ענגע, צעריסענע, פֿאַר­לאַטעטע דזשינס; גערייכערט פּאַפּיראָסן (און מסתּמא מאַריכואַנע אויך); און געטאָן זאַכן וואָס איך האָב געמיינט, אַז בלויז דער­וואַקסענע טוען. איין מאָל, למשל, בין איך אַרײַנגעקומען אין בײַדל, בעת די מיידלעך האָבן מיט אַ גרופּע ייִנגלעך גע­שפּילט Spin the Bottle (דרייט דאָס פֿלעשל): אַ פּאָפּולער קוש־שפּיל, וווּ אַלע זיצן אין אַ ראָד און ווען אַ מיידל גיט אַ דריי דאָס סאָדע־פֿלעשל, דאַרף זי געבן אַ קוש דעם בחור, אויף וועמען דאָס פֿלעשל ווײַזט אָן. ווען איך פֿלעג דאָס שפּילן מיט מײַנע פֿרײַנד אין דער היים, האָט מען זיך געשעמט אַפֿילו צו געבן אַ טרוקענעם קוש אין דער באַק. אָבער דאָ, האָבן די מיידלעך און ייִנגלעך זיך הייס צעקושט, ווי די דער­וואַקסענע אַקטיאָרן אין אַ האָליוווּד־פֿילם. דערזעענדיק דאָס, האָב איך זיך ווידער דערפֿילט ווי אַ פֿרעמדע, און האָב זיך גיך אַרויסגעשאַרט.

איך געדענק אויך, ווי דער באַקאַנטער לאָזונג פֿון די זעכציקער — "געטרויט קיינעם נישט וואָס איז עלטער פֿון 30" — האָט דורכגעדרונגען די שמועסן פֿון די אויפֿפּאַסער, און במילא די קעמפּערס. ווען די עלטערע בונדיסטן פֿון דער "המשך"־אַדמיניסטראַציע, למשל, פֿלעגן קומען צו גאַסט, האָבן די יונגע לײַט זיי באַרעדט מיט אַזאַ חוזק און פֿאַראיבל, אַז ס׳האָט ממש געגרענעצט מיט שׂינאה. איך שעם זיך צו זאָגן, אַז איך אַליין האָב אויך צוגעבאָמקעט און מיטגעלאַכט.

דאָס סאַמע ערגסטע פֿון יענעם זומער איז אָבער געווען אַ געוויסער פֿילם, וואָס מע האָט געוויזן, כּדי צו פֿאַרווײַלן די קעמ­פּערס און אויפֿפּאַסער, בעת אַ רעגנדיקן טאָג. דער פֿילם האָט געהייסן Wild in the Streets און האָט דערציילט די מעשׂה וועגן אַ יונגן כוליגאַן, וואָס גנבֿעט זיך אַרײַן אין דער פּאָליטישער פֿירערשאַפֿט. אַ דאַנק דעם מוראדיקן כּוח פֿונעם יונגן דור, ווערט ער דערוויילט ווי פּרעזידענט מיט אַ גוואַלדיקער מערהייט; און באַלד נאָך דער אײַנשווערונג, גיט ער אַרויס אַן עדיקט, אַז אַלע עלטערע אויטאָריטעט־פֿיגורן אין דער געזעלשאַפֿט — טאַטע־מאַמעס, לע­רער, פּאָליטיקער, פּאָליציי (אָדער ווי מע פֿלעג זיי רופֿן — "חזירים") — מוזן וווינען אין פּענסיע־הײַזער, וווּ מע צווינגט זיי אײַנצונעמען די האַלוצינאַציע־נאַרקאָטיק "על־עס־די". כ׳געדענק ביזן הײַנטיקן טאָג אַ סצענע, וווּ די "פּענסיאָנירטע" שטייען, דערשראָקענע, הינטער די גראַטעס, ממש ווי אין קאָנצענטראַציע־לאַגער. הײַנט פֿאַר­שטיי איך, אַז דער פֿילם איז געווען אַ סאַ­טירע, אָבער דעמאָלט האָט ער מיך גוט איבערגעשראָקן, אין כ׳האָב ממש זיך געזאָרגט, אַז אפֿשר וועט באַלד טאַקע קומען דער סוף פֿון דער וועלט.

נו, איך האָב זיך אומזיסט געשראָקן... מיט אַ יאָר שפּעטער האָט מיכל באַראַן זיך אומגעקערט ווי דער דירעקטאָר פֿון "קעמפּ המשך", און די בונטאַרישע שטימונג האָט זיך ממשותדיק אײַנגעשטילט; ווידער האָט דאָס ייִדישע וואָרט געקלונגען אין אַלע ווינקעלעך. דווקא פֿון 1970 ביז 1975 האָב איך אין "קעמפּ המשך" פֿאַרבראַכט מײַנע טײַערסטע זומערן. אַ סך פֿון די "רעוואָלוציאָנערן" זענען מיט דער צײַט געוואָרן טאַטעס און מאַמעס, אַדוואָקאַטן, דאָקטוירים און געשעפֿטסלײַט — מיט אַנ­דערע ווערטער, אַליין געוואָרן אַ טייל פֿון דער "עסטאַבלישמענט".

אָבער פֿון צײַט צו צײַט, ווען איך דער­מאָן זיך אין יענעם זומער פֿון 1969, דער זומער פֿון "האָר", און "וווּדסטאַק", פֿון אַן איבער­געקערטער וועלט, וווּ די יוגנט האָט ממש פֿײַנט געהאַט דעם עלטערן דור — בענטש איך גומל, וואָס מײַנע אייגענע קינדער ווייסן גאָר נישט פֿון רעוואָלוציע, און באַטראַכטן די זעכציקער יאָרן ווי בלויז אַ טשיקאַווער קאַפּיטל אין די געשיכטע־ביכער.