|
אַ גרופּע ייִדישע היסטאָריקער אויף אַ וויסנשאַפֿטלעכן צוזאַמענפֿאָר פֿון ייִוואָ אין ווילנע (1933). עס זיצן (פֿון רעכטס אויף לינקס): ד״ר י. שאַצקי, ד״ר ג. פֿאַף, מ. מיזעס, פּראָפֿ׳ ש. דובנאָוו, א. טשיריקאָווער, פּראָפֿ׳ מ. א. הלוי, ד״ר פֿ. פֿרידמאַן, רבֿקה נוטיק; עס שטייען (פֿון רעכטס אויף לינקס): ש. ליימאַן, ד. לערנער, ד״ר ר. מאַהלער, פֿ. כּהן, ד״ר ר. גלאַנץ, י. בערעזינסקי, א. שולמאַן, ד״ר ע. רינגעלבלום. |
|
שוין פֿאַר דער מלחמה האָט ד''ר עמנואל רינגעלבלום רעפּרעזענטירט דאָס שענסטע און דאָס בעסטע פֿון דעם ייִנגסטן דור ייִדישע היסטאָריקער אין פּוילן. אַ תּלמיד ותיק פֿון יצחק שיפּערן אין מעטאָדן פֿון פֿאָרשן געשיכטע, האָט ער אויך דערמאָנט זײַן אויסגעצייכנטן לערער אין זײַן לעבנסוועג ווי אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער און פּאָליטישער קעמפֿער. מיט באַלאַבאַנען האָט אים פֿאַראייניקט נישט בלויז די אַליין-באַגרענעצונג אויסשליסלעך צו געשיכטע פֿון ייִדן אין פּוילן, נאָר אויך די נטיה אויסצופֿאָרשן יעדן ענין, לויט די אַרכיוואַלישע מקורים, און דער מאָנאָגראַפֿישער אופֿן פֿון באַהאַנדלען היסטאָרישע פֿראַגעס. בעת באַלאַבאַן און שיפּער האָבן געהערט צו צוויי תּקופֿות אין ייִדישן קולטור-לעבן, צו דער פֿאַרמלחמהדיקער "גליציה וחכמיה" און צום נאָך-מלחמהדיקן פּוילן, איז רינגעלבלום געווען כּמעט אין גאַנצן אַ דערשײַנונג פֿון ייִדישן לעבן און שאַפֿן אין אומאָפּהענגיקן פּוילן.
רינגעלבלום האָט דערפֿאַר אין זיך אײַנגעזאַפּט די שטורעמדיקע סאָציאַלע און פּאָליטישע אידעען פֿון דער אויפֿגעיוירענער נאָך-מלחמה-תּקופֿה און איז געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿירער פֿון דעם יונגן דור פֿון דער ייִדישער אַרבעטערשאַפֿט און אינטעליגענץ אין פּוילן. די אָנגעשפּאַנטע קריזיס-צײַט בכלל, און אַלץ ערגערע עקאָנאָמישע און פּאָליטישע לעבנס-באַדינגונגען פֿון ייִדן אין פּוילן בפֿרט, האָבן אָבער אויך גורם געווען, אַז זײַנע מעגלעכקייטן פֿאַר וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט זײַנען באַלד לכתּחילה געווען אומפֿאַרגלײַכלעך שווערער, איידער פֿון זײַנע עלטערע קאָלעגן און לערערס.
זײַנע מדריכים האָבן זיך קונה געווען דעם פֿאַרדינטן שם אין זיכערערע, רויִקערע צײַטן, ווען אַ וויסנשאַפֿטלעכער טאַלאַנט האָט אויך מאַטעריעל זיך געקאָנט לײַכטער אַדורכשלאָגן און אויסקעמפֿן אַלץ גינסטיקערע באַדינגונגען פֿאַר ווײַטערדיקער וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט. רינגעלבלומען איז געווען באַשערט צו שטעלן זײַנע ערשטע טריט אין דער וויסנשאַפֿט אין אַזאַ צײַט, ווען ער איז געווען געצוווּנגען נאָך זײַן שווערער פּרנסה-האָרעוואַניע אַרויסצורײַסן פֿאַר זיך, ממש מיט די ציין, עטלעכע שעה אין מעת-לעת פֿאַר וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט, וואָס זי איז געווען זײַן חיות. אַוודאי האָבן זײַנע ברייטע געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע טעטיקייטן נאָך מער פֿאַרשמעלערט די צײַט וואָס איז אים געבליבן פֿאַר פֿאָרשונג. דערפֿאַר האָט אים אָבער די געזעלשאַפֿטלעך-פּאָליטישע אַקטיוויטעט געגעבן דעם אימפּעט אין זײַן פֿאָרשונג, אויסגעפֿילט זי מיט אַן אידעיִשן זינען און באַשטימט איר סאָציאַלע ריכטונג.
געבוירן דעם 21סטן נאָוועמבער 1900 אין בוטשאַטש (מיזרח-גאַליציע), האָט עמנואל (מנחם) רינגעלבלום פֿון דער פֿריסטער יוגנט געפֿילט אויף זיך דעם שווערן יאָך פֿון לעבן. זײַן מוטער איז געשטאָרבן, ווען ער איז אַלט געווען קוים 12 יאָר. נאָכן אויסבראָך פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה איז ער מיט זײַן פֿאַמיליע אַנטלאָפֿן, צו ערשט, קיין קאָלאָמיי און דערנאָך קיין נײַ-סאַנץ, וווּ ער האָט געענדיקט די גימנאַזיע אין 1919. צוליב דער שווערער מאַטעריעלער לאַגע פֿון זײַן פֿאָטער, האָט ער שוין אין גימנאַזיע געמוזט פֿאַרדינען אויף ברויט דורך פּריוואַט-לעקציעס. די האַרטע ווירקלעכקייט האָט אָבער נישט געבראָכן זײַן געמיט, נאָר פֿאַרקערט, געשטאַרקט זײַן כאַראַקטער, געשטאָלט זײַן ענערגיע און געכּפֿלט זײַן אומגעוויינלעכן חוש פֿאַר איניציאַטיוו.
זײַן שפּרודלדיקע לעבנספֿרייד און געזונטער אָפּטימיזם האָבן אים נישט פֿאַרפֿירט אויפֿן וועג פֿון קאַריערע, וואָס האָט פֿאַרשלונגען די פֿעיִקייטן פֿון דעם כּלל ייִדישער אינטעליגענץ אין גאַליציע. דער דראַנג צו וויסן און צו פֿאַרשפּרייטן וויסן צווישן די פֿאָלקסמאַסן האָט אים שוין דעמאָלט, אין די גימנאַזיע-יאָרן, אויסגעטיילט פֿונעם דורכשניט צווישן זײַנע חבֿרים. אין דעם פּועלי-ציוניסטישן גימנאַזיסטן-קרײַז אין נײַ-סאַנץ, וואָס איז געווען אָנגעפֿירט פֿונעם פֿענאָמענאַל פֿעיִקן סטודענט און שפּעטער פּראָמינענטן פּאָליטישן טוער, שאול אַמסטערדאַם, האָט רינגעלבלום אַליין אָנגעפֿירט מיט אַ קרײַז יוגנטלעכע אַרבעטער און באַטייליקט זיך אין די טעטיקייטן פֿון דער אָרטיקער פּועלי-ציון־פּאַרטיי.
"עדזשיאָ" איז געווען דער ליבלינג פֿון דער ייִדישער אַרבעטער־יוגנט און אינטעליגענץ אין סאַנץ. דער שיינער, בלאָנדער סטודענט אין זײַן גימנאַזיע-פּעלערינע האָט געצויגן אויף זיך אַלעמענס אויפֿמערקזאַמקייט. זײַן זילבערן, האַרציק געלעכטער און זײַן געזאַנג פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער און סאָציאַליסטישע לידער פֿלעגט אָפֿט אָפּהילכן אין שטאָט-פּאַרק "אויף די פּלאַנטן", וווּ ער פֿלעגט אין די זומער-אָוונטן נאָך אַ שווערן טאָג אַרבעט שפּאַצירן אַרומגערינגלט פֿון אַ קרײַז חבֿרים און חבֿרטעס.
אָנגעקומען אין וואַרשע אין 1919, האָט רינגעלבלום זיך פֿאַרשריבן אין דעם הומאַניסטישן פֿאַקולטעט פֿון וואַרשעווער אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט שטודירט געשיכטע.
די גאַנצע צײַט וואָס איז אים פֿרײַ געבליבן פֿון זײַנע שטודיעס און פּריוואַטע לעקציעס האָט רינגעלבלום אָפּגעגעבן דער בילדונגס-אַרבעט אין דער יוגנט-באַוועגונג פֿון דער פּאַרטיי לינקע פּועלי-ציון. ער איז געווען אַ לערער און אַ פֿאַרוואַלטער פֿון אָוונטשולן בײַ דער געזעלשאַפֿט "אָוונטקורסן פֿאַר אַרבעטער", געפֿירט בילדונגס-קרײַזן פֿון דער יוגנט און זיך מיטבאַטייליקט אין אָנפֿירן די פּועלי-ציוניסטישע יוגנט-באַוועגונג ווי אַ מיטגליד פֿון צענטראַל-קאָמיטעט. ער איז אויך געווען אַ מיטאַרבעטער און מיטרעדאַקטאָר פֿון די יוגנט-אָרגאַנען "יונגפֿאָן", "דער נײַער דור" און "פֿרײַע יוגנט" (געשריבן אונטערן מוטערלעכן פֿאַמיליע-נאָמען העלער, מוניע העלער). אין דער ייִדישער סטודענטן-באַוועגונג איז ער געווען איינער פֿון די באַליבטסטע און פּאָפּולערסטע פֿיגורן, אַ דאַנק זײַן איבערגעגעבענער אַרבעט אין לינקן אַקאַדעמישן קרײַז "יוגנט" און אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער ייִדישער "אַקאַדעמישער היים".
אין 1927 האָט רינגעלבלום באַקומען דעם טיטל דאָקטאָר-פֿילאָזאָפֿיע, אויפֿן סמך פֿון זײַן דיסערטאַציע וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין וואַרשע בעת דעם מיטל־עלטער. ער האָט דערנאָך פֿאַרבראַכט אַ יאָר אין ווילנע, ווי אַ לערער פֿון געשיכטע אין ייִדישע מיטלשולן און ווי אַ מיטאַרבעטער פֿון דער היסטאָרישער סעקציע פֿון ייִוואָ, מיט וועלכן ער איז געווען פֿאַרבונדן פֿונעם ערשטן מאָמענט פֿון זײַן גרינדונג. אין 1928 האָט זיך רינגעלבלום אומגעקערט קיין וואַרשע, וווּ ער האָט געאַרבעט ביז 1938 ווי אַ לערער אין די פּוילישע מיטלשולן פֿאַר ייִדישע מיידלעך.
אין 1929 איז ער אַרײַנגעצויגן געוואָרן דורך דעם דירעקטאָר פֿון "דזשאָינט" פֿאַר פּוילן, דעם פֿאַרדינסטפֿולן פֿאַרוואַלטונגס-מיטגליד פֿון ייִוואָ, יצחק גוטערמאַן (געהרגעט געוואָרן דורך די נאַציס אין יאַנואַר 1943), אין דער אַרבעט בײַ די גמילת-חסדים-קאַסעס. ווי אַ רעדאַקטאָר פֿון אָרגאַן פֿון די ג''ח-קאַסעס "פֿאָלקסהילף", האָט רינגעלבלום אַרויסגעוויזן זײַן אײַנגעבוירענע רירעוודיקע איניציאַטיוו-פֿעיִקייט און אָרגאַניזיר-טאַלאַנט. די אידעע, פֿאַר וועלכער ער האָט אומדערמידלעך געקעמפֿט אויף דעם דאָזיקן פּאָסטן, איז געווען אַליינהילף און פּראָדוקטיוויזאַציע פֿון די ייִדישע קליינבירגערלעכע מאַסן.
ער האָט געהאַט דעם גרעסטן חלק אין אויפֿטו פֿון "צע-קאַ-בע" (צענטראַלע פֿון ג''ח-קאַסעס) אויפֿן געביט פֿון פֿאַרשפּרייטן גערטנערײַ, בינענצוכט, קיניגלעך-צוכט און אַנדערע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע טעטיקייטן, ווי זײַטיקע פּרנסות פֿון דער קליינשטעטלדיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין פּוילן. נאָך וויכטיקער ווי די ממשותדיקע עקאָנאָמישע רעזולטאַטן פֿון זײַן פּראָפּאַגאַנדע פֿון פּראָדוקטיוויזאַציע, איז געווען די מאָראַלישע באַדײַטונג פֿון שטאַרקן דאָס זעלבסטבאַוווּסטזײַן און סטימולירן די געזעלשאַפֿטלעכע און עקאָנאָמישע איניציאַטיוו פֿון די פֿאַראומערטע, געדריקטע, פּויפּעריזירטע מאַסן איבערן לאַנד.
דעם היסטאָריקער-קרײַז בײַ דער אַקאַדעמישער היים אין וואַרשע, וועלכע ער האָט געהאַט געגרינדעט נאָך אין 1923, האָט ער רעאָרגאַניזירט ווי אַ היסטאָריקער-קרײַז בײַם ייִוואָ. דער דאָזיקער קרײַז האָט קאָנצענטרירט אַלע כּוחות פֿון יונגע ייִדישע היסטאָריקער אין פּוילן און איז געווען די איינציקע אינסטיטוציע פֿון דעם מין איבער דער וועלט. אויך אַ דאַנק רינגעלבלומס אומאויסשעפּלעכער איניציאַטיוו און ענערגיע, האָט דער קרײַז זיך נישט באַגנוגנט מיט רעגולערע צוזאַמענקומען, מיט רעפֿעראַטן און דיסקוסיעס, נאָר אויך אַרויסגעגעבן אַן אייגענעם אָרגאַן, די זאַמלביכער: "יונגער היסטאָריקער" (1926 און 1929) און שפּעטער "בלעטער פֿאַר געשיכטע" (1934 און 1938).
רינגעלבלום איז אויך געווען איינער פֿון די גרינדער און בויער פֿון דער וואַרשעווער אָפּטיילונג פֿון ייִוואָ, וואָס האָט אַנטוויקלט אַ פֿאַרצווײַגטע טעטיקייט אויפֿן געביט פֿון וויסנשאַפֿטלעכע קורסן. די היסטאָרישע קאָמיסיע פֿאַר פּוילן, וואָס איז געווען אָרגאַניזירט בײַ דער דאָזיקער ייִוואָ-אָפּטיילונג, האָט אונטער זײַן אָנפֿירונג אַדורכגעפֿירט די וויכטיקע אַרבעט פֿון רעגיסטרירן פּנקסים פֿון קהילות און חבֿרות איבערן לאַנד.
בײַ דער אינטענסיווער אַרבעט אין "דזשאָינט" און אין ייִוואָ, האָט רינגעלבלום אויך נישט איבערגעריסן זײַן קולטור-טעטיקייט אין דער אַרבעטער-באַוועגונג. זינט 1928 האָט רינגעלבלום אָנגעפֿירט מיט דער געזעלשאַפֿט "אָוונטקורסן פֿאַר אַרבעטער" ווי אַ פֿאָרזיצער, ביז די אינסטיטוציע איז פֿאַרחתמעט געוואָרן אין 1932. ער האָט זיך אויך באַטייליקט אין וויכטיקע באַראַטונגען פֿון דער פּאַרטיי און יוגנט פֿון לינקע פּועלי-ציון, מיטגעאַרבעט אין דער פּאַרטיייִשער פּרעסע און אָנגעפֿירט מיט דעם פּאַרטיייִשן קרײַז פֿאַר אַקאַדעמישער יוגנט. ער האָט זיך באַטייליקט אין דער ייִדישער שול-אָרגאַניזאַציע בײַם אויסאַרבעטן פּראָגראַמען פֿון דעם געשיכטע־לימוד, געווען אַקטיוו אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון ייִדישן ליטעראַטן-פֿאַראיין און זינט 1937 געווען איינער פֿון די אָנפֿירער פֿון דער "איקוף"-באַוועגונג אין פּוילן.
אַ דאַנק זײַן ענערגיע און אָפּטימיזם, איז ער קיין מאָל נישט געדריקט געוואָרן פֿון דער משׂא פֿון כּל־מיני פּראָפֿעסיאָנעלע און געזעלשאַפֿטלעכע פֿליכטן. עס איז געווען אַ הנאה צו קוקן אויף דער שיינער געשטאַלט פֿון בלאָנדן יונגן-מאַן, אַ הויכן און גלײַכן ווי אַ סטרונע, מיט אַ פֿײַן געשניצטן מענלעכן פּנים און לאַכנדיקע בלויע אויגן.
זינט אָנהייב 1938 ביזן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה איז רינגעלבלום געווען אַרײַנגעטאָן כּמעט אויסשליסלעך אין דער הילפֿס-אַרבעט פֿון "דזשאָינט" און האָט צוליב דעם זיך אויך געמוזט באַפֿרײַען פֿון דעם פּאָסטן אין די מיטלשולן. אין סעפּטעמבער 1939, בעת דעם אויסבראָך פֿון דער וועלט-קאַטאַסטראָפֿע, איז רינגעלבלום נאָך נישט אַלט געווען קיין 39 יאָר. און אין די יונגע יאָרן, בײַ זײַן שטענדיקער פֿאַרנומענקייט מיט אויסשעפּנדיקער פּראָפֿעסיאָנעלער און געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט, האָט רינגעלבלום שוין אַזוי פֿיל אויפֿגעטאָן אויפֿן וויסנשאַפֿטלעכן געביט, אַז פֿון אַ "יונגן היסטאָריקער" איז ער אויסגעוואַקסן צו דער מדרגה פֿון איינעם פֿון די פֿירנדיקע היסטאָריקער פֿון ייִדישן קיבוץ אין פּוילן.