פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַנטאָן טשעכאָוו האָט געהאַט קלוגע גע­דאַנקען, וועלכע ער האָט ניט בלויז אַרויס­געזאָגט, נאָר אויך פֿאַרשריבן. צווישן זיי איז פֿאַראַן אַזאַ: טאָמער איר זעט, אין גאַנג פֿון אַ פּיעסע, אַז דער מחבר צי רעזשיסאָר האָט אויפֿגעהאָנגען ערגעץ אויף דער בינע אַ ביקס, מוז זי אין דער פּיעסע, סוף-כּל-סוף, אויסשיסן. אַנדערש האָט עס ניט קיין זין צו ווײַזן אַ ביקס.

אויף דער אַמעריקאַנער בינע — פּינקט­לעכער, לאַנדשאַפֿט — געפֿינען זיך בערך 200 מיליאָן ביקסן. שיסן זיי טאַקע. ניט אַלע, אָבער ס׳איז גענוג, אַז דאָס לאַנד זאָל פֿון שיסערײַ פֿאַרלירן אין משך פֿון אַ יאָר 30,000 נפֿשות. ווײַל מיליאָנען אַמע­ריקאַנער האָבן זיך אײַנגערעדט אַ קינד אין בויך — אַז צו לעבן מיט אַ ביקס איז רויִקער איידער אָן אַ ביקס.

הגם איך לעב אין אַמעריקע דעם גרעסטן טייל פֿון אַ יאָר, בין איך ניט קיין ריכ­טי­קער אַמעריקאַנער. ווי אַ מענטש מיט אַזאַ גוואַלדיקן חסרון, בין איך ניט אין שטאַנד צו פֿאַרשטיין די דאָזיקע חכמה. צי הייסט עס, אַז דורכשניטלעכע אַמעריקאַנער גלייבן, אַז זיי לעבן אין אַ ווילדער געזעלשאַפֿט, וווּ פֿון מענטשן קאָן מען תּמיד דערוואַרטן אַ מערדערישן אַקט? אָדער ס׳איז אַ לאַנד, וווּ די פּאָליצײ טויג נישט? צי נאָך עפּעס, וואָס לייגט זיך ניט בשום-אופֿן אויף מײַן נאַיִוון שׂכל.

אַזוי קען איך נאָך אָנהייבן גלייבן, אַז גרויס-בריטאַניע איז מער ציוויליזירט, ווי אַמעריקע. דאָרטן לעב איך אויך אַ היפּשע צײַט און כ׳זע, אַז די פּאָליציאַנטן גייען דאָרטן אַרום אָן געווער. דאָס הייסט ניט, אַז זיי ריזיקירן ניט. פֿון מאָל צו מאָל פֿאַרענדיקט זיך אַזאַ זאַך זייער טרויעריק. דאָך, בלײַבט עס אַזוי ווײַטער. עס זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַראַן אויך באַוואָפֿנטע פּאָליציאַנטן, אָבער זיי באַווײַזן זיך נאָר אין עקסטרעמאַלע סיטואַציעס. כ׳מוז אײַך זאָגן, אַז מיר איז אַזאַ צוגאַנג צום האַרצן.

איך שרײַב עס אונטערן אײַנדרוק פֿון דער טראַגעדיע אין ווירדזשיניע; און האָבנ­דיק אין זינען די אַרגומענטן, מישטיינס גע­זאָגט, פֿון די גע­ווער־פֿא­ַנאַטיקער. לויט זייער קאַ­פּויער­דיקער לאָגיק, וואָלט מען אַלע סטודענטן געדאַרפֿט דערלויבן צו טראָגן געווער. איך שטעל זיך פֿאָר: גיי איך אַרײַן אין אַ קלאַס און זע צענדליקער יונגע יאַטן און יאַטעכעס, און בײַ אַלעמען איז אַ „קאָלט”, אַ „קאַלאַשניקאָוו”, און כ׳הייב אָן זיי דערציילן וועגן ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור. שיין!

איך בין ניט אין גאַנצן נאַיִוו און ווייס דעריבער, אַז קיין געזעץ קען ניט באַפֿרײַען די געזעלשאַפֿט פֿון מענטשן, וואָס האָבן אַ צעדרייטן צי אַ קרימינעלן מוח. אַזעלכע מענטשן וועלן צו מאָל קריגן געווער, אַפֿילו אויב עס פֿאַרקויפֿט זיך ניט פֿרײַ. איך ווייס דאָס פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג.

ס׳איז געווען מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק, ווען איך האָב נאָך געוווינט אין מאָסקווע. נאָך מער: אין יענע יאָרן האָב איך זיך פּראָפֿעסיאָנעל באַשעפֿטיקט ניט מיט ייִדיש, נאָר מיט עלעקטראָניק. געאַר­בעט האָב איך אין אַן אינסטיטוט, וועלכער האָט פּראָיעקטירט כּלערליי זאַכן. און גע­ווען בין איך אַ שטיקל „באָס‟ — פֿון צוויי צי דרײַ צענדליק מענטשן; דער עיקר, יונגע לײַט. אַ סך פֿון זיי האָבן נאָר וואָס פֿאַרענדיקט זיך לערנען.

טאַקע צווישן די סאַמע יונגע איז גע­ווען אַ שטאַלטנער, בלאָנדער און בלוי-אויגיקער רוסישער יאַט. כ׳געדענק אַפֿילו, אַז מע האָט אים גערופֿן יורי. ווײַל ער איז בטבֿע געווען אַ שווײַגער, האָב איך ווייניק וואָס געוווּסט וועגן אים, בפֿרט נאָך, אַז ער איז געזעסן אין אַן אַנדער צימער, אַפֿילו אויף אַן אַנדער שטאָק.

עמעצער, אַ מער באַריידעוודיקער, האָט מיר דערציילט, אַז בײַ אָט דעם יורי האָט זיך פֿאַרדרייט אַ ראָמאַן מיט אַ פֿרוי. זי האָט אויך געאַרבעט אין אונדזער אָפּ­טייל. יורי איז געווען 21 צי 22 יאָר אַלט, און זי איז געווען בײַ די דרײַסיקער, אַ חתונה-געהאַטע. אָבער איר מאַן האָט אין דער צײַט געדינט אין דער אַרמיי. דער באַריי­דעוודיקער „עמעצער” האָט מיר געזאָגט, אַז עס שמעקט מיט אַ סקאַנדאַל, ווײַל דער מאַן האָט שוין אָפּגעדינט צוויי יאָר און אָט-אָט קערט ער זיך אום אַהיים.

האָבן איך אויסגעהערט די פּליאָטקע, און שוין.

אין עטלעכע טעג אַרום איז יורי געקו­מען אויף דער אַרבעט מיט אַ פּיסטויל, וואָס ער האָט אַליין אויסגעאַרבעט. זײַן פֿאָטער איז געווען אַן אָפֿיציר און דערצו נאָך אַ יעגער, אַזוי אַז אַ צוטריט צו געווער האָט ער געהאַט. און אַ פּאָר גאָלדענע הענט האָט דער בחור אויך געהאַט. האָט ער אויס­געמײַסטרעוועט עפּעס אַ זאַך, וואָס האָט געקענט שיסן מיט ריכטיקע קוילן. נאָר שפּע­טער האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז בײַ אים איז געווען אַ סכיזאָפֿרעניע. יעדנפֿאַלס, פֿאַר די פּסיכיאַטאָרן איז ער יאָרן לאַנג קיין פֿרעמדער מענטש ניט געווען.

אַ שטיקל מזל האָבן מיר אין יענעם טאָג, פֿונדעסטוועגן, געהאַט. ערשטנס, איז זײַן קאָכאַנקע צופֿעליק ניט געקומען, ווײַל זי האָט זיך פֿאַרקילט. צווייטנס, האָב איך ערגעץ געשיקט (ווידער צופֿעליק) אַ מיטאַרבעטער, וועלכן יורי (ווי מע האָט מיר דערנאָך דערציילט) האָט שרעקלעך פֿײַנט געהאַט. מיט אַנדערע מענטשן זײַנען די באַציִונגען בײַ אים געווען גאַנץ גוטע, אַזוי אַז פֿון די זיבן קוילן, וועלכע ער האָט געהאַט, איז אויסגענוצט געוואָרן נאָר איין — ער האָט געשאָסן אין זיך אַליין.

איך וועל אַפֿילו ניט אָנהייבן דערציילן די ווײַטערדיקע גע­שעענישן. כ׳געדענק נאָך איצט יוריס פּנים, ווען איך און נאָך אַ קאָלעגע מײַנער האָבן אים געטראָגן. ער איז אין קורצן גע­שטאָרבן. זײַנע עלטערן האָבן גע­וואָלט, מע זאָל מיט זיי פֿאַר­ברענגען אַ צײַט פֿאַר דער לוויה, און אויך דערנאָך. און אַזוי ווײַ­טער. אַגבֿ, די פֿרוי, וואָס איז געווען פֿאַרקילט אין יענעם טאָג, איז גלײַך אַוועק פֿון אונדז. מע האָט מיר געזאָגט, אַז מיטן מאַן האָט זי זיך געגט.

אַזוי צי אַזוי, קען איך אַ ביסל פֿאַר­שטיין, וואָס די סטודענטן לעבן איצט איבער דאָרטן, אין ווירדזשיניע. דאָס איז אַ טראַוו­מע, וואָס וועט זיך מיט דער צײַט אײַנשטילן, אָבער אין גאַנצן וועט עס זיך ניט פֿאַרגעסן. מיר האָט דעמאָלט געהאָלפֿן מײַן טאַטע ע״ה, וואָס האָט מיט זײַן פֿיר-יאָריקער מלחמה-דערפֿאַרונג געוווּסט, ווי אַזוי מע דאַרף זיך אויפֿפֿירן אין אַזעלכע פֿאַלן.

צוריק גערעדט, וויפֿל מענטשן קענען אַליין מאַכן געווער? דער פֿאַל, וועגן וועלכן איך האָב דערציילט, איז געווען כּמעט אַן אוניקאַלער. אַן אַנדער זאַך, ווען אַזאַ פּסיכיש ניט קיין געזונטער יחיד, ווי יורי, אָדער טשאָ סעונג הוי קען אַרײַנגיין אין אַ קראָם און פּשוט קויפֿן געווער מיט קוילן. מיר קלינגט עס, לחלוטין, ווילד. ס׳איז פֿאַראַן נאָך איין ווילדקייט — ווי אַזוי די פּרעסע, טעלעוויזיע און ראַדיאָ מעלה-גירהן דעם גאַנצן ענין. אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער טעמע.