קונסט
דזשאָרדזש גראָסז,
דזשאָרדזש גראָסז,

פֿרעד עב, וועלכער איז געשטאָרבן אין 2004, האָט געשריבן די טעקסטן צו באַקאַנטע בראָדוויי־לידער, צוזאַמען מיט זײַן שותּף, דער קאָמפּאָזיטאָר, דזשאַן קאַנ­דער. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1933 און איז אויפֿגעוואַקסטן אין מאַנהעטן אין אַ ייִדישער היים. דאָס ליד "ניו־יאָרק, ניו־יאָרק", וואָס ווערט הײַנט געזונגען ווי דער אומאָפֿיציעלער הימן פֿון דער שטאָט, האָבן זיי ביידע געשאַפֿן, ווי אויך די לידער צום באַקאַנטן ספּעקטאַקל "קאַ­באַרעט". דער דאָזיקער מיוזיקל וועגן דעם דעקאַדענטישן לעבן אין בערלין אין דער צײַט פֿון דער ווײַמאַרער רעגירונג אין די 1920ער יאָרן, איז געבויט אויף די דערציילונגען פֿון קריסטאָפֿער אישערוווּד. ווען עב האָט אויסגעפֿאָרשט די געשיכטע פֿונעם נאַכט־לעבן אין די קאַבאַרעטן פֿון דער תּקופֿה אין בערלין, איז ער געוואָרן פֿאַרכאַפּט פֿון דער קונסט פֿון די יאָרן, און האָט אָנגעהויבן זאַמלען צייכענונגען און וואַסערפֿאַרבן פֿון דײַטשלאַנד און עסטרײַך. פֿרעד עבס זאַמלונג פֿון 43 ווערק ווערט איצט אויסגעשטעלט אין דער "מאָרגאַן־ביבליאָטעק" אין מאַנהעטן אונטערן נאָמען — "פֿון בערלין ביז בראָדוויי".

ווערק פֿון אַזוינע באַקאַנטע קינסטלער ווי אָטאָ דיקס, מאַקס בעקמאַן, עגאָן שילע, דזשאָרדזש גראָסז, שפּיגלען אָפּ, דער עיקר, די עקספּרעסיאָניסטישע שיטה אין דער קונסט, וואָס איז דעמאָלט אויפֿגעקומען און האָט געבליט און דאָמינירט אין דער אַוואַנגאַרדישער קונסטוועלט פֿון עסטרײַך און דײַטשלאַנד.

ס׳רובֿ פֿון די צייכענונגען שטאַמען פֿון די יאָרן 1910 ביז 1925. די עלטסטע ציי­כענונג געהערט דער קינסטלערין, פּאָלע מאָדערסאָן־בעקער, וואָס געפֿינט זיך נאָך אונטער דער השפּעה פֿון אַ ראָמאַנטישקייט אין דער קונסט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט.

די אויסשטעלונג נעמט אַרײַן אַ גרע­סע­רע צאָל פּאָרטרעטן, צווישן זיי אויטאָ­פּאָרטרעטן פֿון עגאָן שילע (1910) און עריק העקעל (1912), אַ מיטגרינדער פֿון דער דרעזדענער עקספּרעסיאָניסטן־גרופּע "די בריק". שילע האָט אַכט ווערק אין דער עב־זאַמלונג, צווישן זיי — פֿיר פּאָרט­רעטן. געוויינטלעך, ווערן די מענטשן אין זײַנע בילדער געצייכנט מיט אַן ערנסטן אינטענסיוון אויסדרוק אויפֿן פּנים. דאָ ווערט אויך אויסגעשטעלט שילעס פּאָרט­רעט פֿון עריק לעדערער, 1913, דער זון פֿון אַ באַקאַנטן ייִדישן סוחר אין דײַטשלאַנד, און זײַנס אַ חבֿר און אָפֿטער מאָדעל פֿאַר זײַן קונסט.

איינער פֿון די שטריכן פֿון די דײַטשי­שע און ווינער עקספּרעסיאָניסטן איז דער אינטערעס צום נאַכטלעבן און עקסצענט­רישע טיפּן. מאַקס בעקמאַנס צייכענונג "נאַכטקלוב אין ניו־יאָרק" איז אַ דוגמא פֿון דער טעמע, געצייכנט נאָך דער מלחמה אין ניו־יאָרק. בעקמאַן איז געווען אָנערקענט ווי איינער פֿון די בעסטע קינסטלער אין דײַטשלאַנד, אין די 1920ער יאָרן, אָבער ער איז אַוועק קיין האָלאַנד בעת דער מלחמה, ווײַל די נאַציס האָבן אים באַצייכנט ווי אַ "דעגענעראַטיווער קינסטלער".

מאַקס בעקמאַן,
מאַקס בעקמאַן,

מע קען אויך זען מוסטערן פֿון די שטאַרקע פּאָליטישע און סאָציאַלע סאַטי­רישע צייכענונגען פֿון דזשאָרדזש גראָס און אָטאָ דיקס. אין "אַלפֿאָנס און מיידל" (1923) פֿון דיקס זעט מען אַ סאַטירישע וואַ­סערפֿאַרב פֿונעם לעבן פֿון דער אונטער­וועלט, פֿול מיט עראָטישקייט און בלוטיקייט; אָבער דער "אַלפֿאָנס" אין דעם פֿאַל איז דער יונגער אַדאָלף היטלער, וועלכער האָט ערשט אָנגעהויבן זײַן פֿאַשיסטישע פּאָלי­טי­שע קאַריערע. דזשאָרזש גראָס האָט חוזק גע­מאַכט פֿון דער בורזשואַזיע אין זײַן בילד "באַרבערינאַ" (1925). אין עבס מיוזיקל "קאַבאַרעט" ווערט אויך אויס­גע­דריקט אַ צינישער קוק אויף דער רײַכע­רער געזעלשאַפֿט אין דײַטשלאַנד. די עקספּרע­סיאָניסטן האָבן ליב געהאַט די גרויסע שטאָט, און אין ערנסט לודוויג קירכנערס בילד פֿון אַ גאַסן־סצענע "פֿיגורן אויף אַ פֿאַרנומענער גאַס", 1914, כאַפּט דער קינסטלער דעם רי­טעם פֿון דער מעטראָפּאָליע.

כאָטש די אויסשטעלונג איז אַ קליינע, גיט זי דעם צוקוקער אַ רײַכן אַרײַנפֿיר אין דער עקספּרעסיאָניסטישער תּקופֿה פֿון קונסט אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך.

דער אַדרעס פֿון דער "מאָרגאַן־ביבליאָ­טעק" איז 225 מעדיסאָן עוועניו (36סטע גאַס) אין מאַנהעטן.

ערנסט לודוויג קירכנער,
ערנסט לודוויג קירכנער,


עריק העקעל,
עריק העקעל,