געשיכטע
פֿון נאַטאַליע אַלעקסיון (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך פֿאַרענדיק צו שרײַבן אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע אין דעם ניו-יאָרקער אוני­ווערסיטעט, וווּ מײַן אַקאַדעמישער בעל-יועץ איז פּראָפֿעסאָר דוד ענגעל. כ'פֿאָרש די אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדי­שער היסטאָריאָגראַפֿיע אין מיזרח-אייראָ­פּע, בפֿרט אין פּוילן אין די יאָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה. מײַן אַנאַליז קאָנצענטרירט זיך אויף די פֿראַגן פֿון געשיכטע און פּאָליטיק און אויף דער ראָלע, וואָס די ייִדישע היסטאָריקער האָבן געשפּילט ווי פֿאָלקס-אינטעליגענטן און נאַציאָנאַלע וועגווײַזער. די רייד גייט וועגן משה שאָר, יצחק שיפּער, מאיר באַ­לאַבאַן, פֿיליפּ פֿרידמאַן, רפֿאל מאַהלער און עמנואל רינגעלבלום.

אין דער תּקופֿה צווישן ביידע וועלט-מחלמות זײַנען אַרויס וויכטיקע פֿאָרשונגען פֿון די דערמאָנטע געלערנטע. זייערע ווערק שאַפֿן אַ וויכטיקן יסוד פֿאַר נײַע דורות ייִדישע היסטאָריקער. איך פּרוּוו פֿאַרשטיין די פֿאַרבינדונג צווישן זייער אַקאַדעמישער און פּאָפּולאַריזיר־אַרבעט, ווײַל זיי האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ סך אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער געשיכטע ניט נאָר אין פּראָ­פֿעסיאָנעלע אויסגאַבעס, נאָר אויך אין די צײַטונגען און זשורנאַלן, אויסגערעכנט אויף מאַסן-לייענער. פֿאַרגלײַך איך טאַקע די שיטות און נוסחאָות פֿון זייערע ביכער און זייער פּובליציסטיק. מיך אינטערעסירן אויך אונטערשיידן, וואָס מע געפֿינט אין פֿאַרשיידענע אויסגאַבעס פֿון זייערע ווערק. ס'איז וויכטיק צו דערמאָנען, אַז די היס­טא­ָריקער פֿון יענעם דור האָבן געקענט אַ סך שפּראַכן און אַפֿילו געשריבן — און געדרוקט זייערע ווערק — אויף עטלעכע פֿון זיי, בדרך-כּלל אויף ייִדיש, פּויליש, דײַטש און העברעיִש.

ייִדן אין פּוילן האָבן געהערט צו פֿאַר­שיידענע סאָציאַלע, פּאָליטישע און קול­טו­רעלע שיכטן. דער עולם, וואָס האָט גע­לייענט די פּויליש-שפּראַכיקע פּרעסע, האָט געקוקט אויף דער וועלט ניט מיט די זעלבע אויגן, וואָס די לייענער פֿון די ייִדישע צײַטשריפֿטן. איך וויל פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די פֿאַרשיידענע סבֿיבֿות האָבן באַטראַכט זייער פֿאַרגאַנגענהייט אין פּוילן.

איך קלײַב זיך אויך אַנאַליזירן די השפּעה פֿון די פּוילישע היסטאָריקער אויף דער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע. די ייִדי­שע געלערנטע האָבן דאָך געאַרבעט ניט אין קיין וואַקוּום. אמת, ס'איז ניט גרינג צו ענטפֿערן אויף אַלע פֿראַגעס, ווײַל ניט אַלע אַרבעטן פֿון די יונגע ייִדישע וואַר­שעווער היסטאָריקער זײַנען אַרויס אין די יאָרן צווישן די וועלט-מלחמות. נאָר עטלעכע פֿון די היסטאָריקער האָבן איבער­געלעבט דעם חורבן און געהאַט די מעגלעכקייט ממשיך צו זײַן זייער אַקאַ­דעמישע טעטיקייט. רפֿאל מאַהלער האָט געשריבן אין דער הקדמה צו זײַן בוך "היסטאָריקער און וועגווײַזער" (תּל-אָבֿיבֿ, 1967): "מי יודע, וויפֿל פֿון זיי וואָלטן זיך געווען דערוואָרבן דאָס רעכט, יעדער איינער פֿאַר זיך, צו פֿאַרנעמען אַ פּלאַץ אין פּאַנטעאָן פֿון ייִדישע היסטאָריקער, ווען זייערע יונגע לעבנס וואָלטן נישט פֿאַר­שניטן געוואָרן דורך דעם מונדירטן און מושטירטן אָפּפֿאַלעכץ פֿון מענטשלעכן מין?"

* * *

די ייִדישע אינטעליגענציע, אין דעם מאָדערנעם זין פֿונעם באַגריף, האָט זיך אַנטוויקלט ווי אַ שיכט אין דער מיזרח-אייראָפּעיִשער באַפֿעלקערונג זינט דעם 19טן יאָרהונדערט. אין מיזרח-אייראָפּע זײַנען געווען טעטיק ייִדישע זשורנאַליסטן, דאָקטוירים און אַדוואָקאַטן, וועלכע האָבן באַקומען זייער בילדונג אין פֿאַרשיידענע אייראָפּעיִשע אוניווערסיטעטן. הגם, זיי זײַ­נען ניט געווען קיין פּראָפֿעסיאָנעלע היס­טאָריקער, האָבן זיי זיך, פֿונדעסטוועגן, שטאַרק אינטערעסירט מיט דער געשיכטע. דער ערשטער דור פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקער איז געבוירן געוואָרן אין גאַליציע: משה שאָר איז געבוירן געוואָרן אין 1874 אין פּרשעמיסל, מאיר באַלאַבאַן — אין 1877 אין לעמבערג, און יצחק שיפּער — אין 1884 אין טאָרנע. אַלע דרײַ זײַנען אומגעקומען בעתן חורבן.

די דרײַ גאַליציאַנער האָבן באַקומען סײַ טראַדיציאָנעל-ייִדישע, סײַ אַלגעמיין-וועלטלעכע בילדונג. זיי האָבן שטודירט אין לעמבערג און אין ווין. זיי זײַנען גע­ווען אונטער דער השפּעה פֿון דער פּוילי­שער נאַציאָנאַלער באַוועגונג און פֿון דעם רוסיש-ייִדישן היס­טאָריקער שמעון דוב­נאָוו. ווי יונגע סטו­דענטן האָבן זיי אָנ­געהויבן צו שרײַבן זשור­נאַלן-אַר­טיק­לען וועגן ייִדישן עבֿר. פֿאַר זייערע דאָקטאָר-די­סערטאַציעס האָבן זיי גע­פֿאָרשט די געשיכטע פֿון פּוי­לישע ייִדן. משה שאָרס דיסערטאַציע איז געווען וועגן דער ייִדישער קהילה פֿון פּרזשעמיסל, מאיר באַ­לאַבאַנס — וועגן לעמ­בערג, יצחק שיפּער האָט געשריבן וועגן ייִדישע עקאָ­נאָמישע באַציִונגען אין מיט­לעלטער. אַלע דרײַ די­סערטאַציעס זײַנען פֿאַר­עפֿנט­לעכט גע­וואָרן פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה.

נאָך דער מלחמה האָט באַלאַבאַן, ווי אויך שי­פּער און שאָר, זיך באַ­זעצט אין וואַר­שע, וווּ זיי האָבן געאַרבעט אין כּלער­ליי וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס און זײַנען געוואָרן אַקטיוו פֿאַרטאָן אין ייִדי­שער פּאָליטיק. ייִדישע היסטאָריקער, וועל­כע זײַנען געווען טעטיק אין דער מאָדער­נער תּקופֿה, בפֿרט אין אָנהייב 20סטן יאָר­הונ­דערט, זײַנען געווען אָפֿט מאָל פֿאַר­בונדן מיט פֿאַרשיידענע פּאַרטייען. למשל, שי­פּער און שאָר זײַנען געווען ציו­ניסטן און דע­פּו­טאַטן פֿונעם פּוילישן סיים (פּאַרלאַמענט).

* * *

אין וואַרשע האָבן די היסטאָריקער געפּרוּווט בויען די ייִדישע וויסנשאַפֿט. אין יאָר 1938 האָט באַלאַבאַן באַשריבן דעם מצבֿ פֿון דער פּויליש-ייִדישער היס­טאָריאָגראַפֿיע און אונטערגעשטראָכן די פּאָזיטיווע דינאַמיק פֿון איר אַנטוויקלונג. ער האָט געשטעלט די פֿראַגע: וואָס פֿאַר אַ בילד שטעלט מיט זיך פֿאָר די ייִדישע היסטאָרישע פֿאָרשונג אין פּוילן? זײַן ענטפֿער איז געווען אַזאַ: "מיט דרײַסיק יאָר צוריק, ווען איך האָב אָנגעהויבן מײַן פֿאָרש-אַרבעט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין פּוילן, בין איך געווען כּמעט דער איינציקער פֿאָרשער, וואָס האָט געאַרבעט אין דעם געביט. אָבער הײַנט זײַנען דאָ אַ סך יונגע מענטשן."

די "יונגע מענטשן" (אַ דריטל פֿון זיי זײַנען געווען פֿרויען) האָבן געהערט צו דעם דור, וואָס איז געבוירן געוואָרן פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה און אויסגעוואַקסן אין פּוילן צווישן ביידע וועלט-מלחמות. זיי האָבן געשטאַמט פֿון פֿאַרשיידענע געגנטן פֿון דער נײַער פּוילישער מלוכה: גאַליציע, קאָנגרעס-פּוילן און ליטע. ניט זעלטן זײַנען זיי געווען קינדער פֿון אינ­טעליגענטע משפּחות: זשורנאַליסטן, דאָק­טוירים, לערער און אַדוואָקאַטן.

אַ סך יונגע לײַט, וואָס זײַנען געקומען קיין וואַרשע פֿון פּראָווינציעלע שטעט און שטעטלעך, האָבן געוואָלט שטודירן די ייִדישע געשיכטע אין אוניווערסיטעט. ווי עס דערקלערט רפֿאל מאַהלער, איז די סיבה פֿון אַזאַ אינטערעס געווען טיילווײַז פֿאַרבונדן מיט דער פּאָליטיק פֿונעם פּוי­לישן בילדונג-מיניסטעריום, וואָס האָט געפֿאָדערט, אַז די לערער זאָלן האָבן אוני­ווערסיטעט-דיפּלאָמען. דערצו נאָך זײַנען צווישן די יונגע לײַט געווען ניט ווייניק הייסע ייִדישע נאַציאָנאַליסטן און ציוניסטן. די געשיכטע איז פֿאַר זיי געווען וויכטיק ווי אַ קאָמפּאָנענט אין זייער אַלגעמיינעם ייִדישן וועלטבאַנעם.

די ערשטע גרופּעס יונגע ייִדישע סטו­דענטן האָבן זיך אָרגאַניזירט אין 1923, ווען עס זײַנען אין וואַרשעווער אוניווערסיטעט נאָך ניט געווען קיין סעמינאַרן אָדער אַ קאַטעדרע פֿון ייִדישער געשיכטע. די איני­ציאַטיוו איז געקומען פֿון עמנואל רינ­געל­בלום — ער האָט דעמאָלט שטודירט געשיכטע אין אוניווערסיטעט. מער ווי דרײַסיק מיטגלידער פֿון דער גרופּע האָבן זיך באַטייליקט אין דיסקוסיעס. רינגעלבלום האָט זיך באַקלאָגט אויף דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער וויסנשאַפֿט אין יענער תּקופֿה:

"בײַ די אומות-העולם זײַנע פֿאַר גע­שיכטע פֿון געגעבענעם פֿאָלק פֿאַראַן ספּעציעלע אוניווערסיטעט-קאַטעדרעס, וווּ ס'ווערט דערצויגן אַ דור פֿון געלערנטע, לערער פֿון מיטלשולן און פֿון סעמינאַרן. חוץ דעם זײַנען פֿאַראַן אַקאַדעמיעס, וואָס באַשטייען בלויז פֿון געלערנטע, וועלכע קומען זיך פֿון צײַט צו צײַט צונויף, רעדן אַרום פֿאַרשיידענע וויסנשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען. […]אַ חוץ דער מאַטעריעלער אונטערשטיצונג, באַקומט דער יונגער דור מעטאָדישע אָנווײַזונגען אין אוניווער­סיטעטס-סעמינאַרן, וואָס ווערן אָנגעפֿירט דורך די בעסטע פֿאָרשער. פֿאַרגלײַכן מיר דאָס אַלץ מיט דעם, וואָס טוט זיך בײַ אונדז, זעען מיר אַז בײַ אונדז איז די לאַגע גאָר אַ טרויעריקע."

און נאָך האָט ער באַמערקט:

"בײַם הײַנטיקן טאָג איז אויפֿן שטח פֿון דער גאַנצער פּוילישער רעפּובליק אויף הונדערטער ייִדישע קהילות פֿאַראַן אַן איין און איינציקע קהילה, וואָס האָט אָרגאַניזירט אַ היסטאָריש-עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט און אַ היסטאָרישן מוזיי. דאָס איז ווילנע. […]אין אונדזער קולטור-אויפֿבלי, וואָס לאָזט זיך באַמערקן אויפֿן געביט פֿון ייִדישן קולטור-לעבן, איז די געשיכטע אַליין געבליבן פֿאַרלאָזט."

די יונגע היסטאָריקער האָבן געגלייבט (אויך לויט רינגעלבלומס ווערטער) אַז "די ייִדישע געזעלשאַפֿט אין פּוילן בכלל האָט גאָרנישט געטאָן צו אָרגאַניזירן די פֿאָר­שונגען וועגן דער געשיכטע פֿון די פּוילישע ייִדן". רינגעלבלום האָט געטענהט, אַז די דאָזיקע אַרבעט טאָר ניט "זײַן געלייגט אויף די פּלייצעס פֿון איינציקע יחידים".

בײַם אָנהייב האָט דער קרײַז פֿון ייִדי­שע היסטאָריקער פֿונקציאָנירט אַנ­שטאָט אוניווערסיטעטישע סעמינאַרן. די סטו­דענטן, וואָס האָבן געלעבט צוזאַמען אין דעם ייִדישן אינטערנאַט, פֿלעגן זיך טרעפֿן און אַרומרעדן פֿראַגן פֿון ייִדישער געשיכטע, מעטאָדאָלאָגיע און קוואַלן פֿאַר איר פֿאָרשונג. רינגעלבלום האָט פֿאָר­מו­לירט דעם ציל פֿון דעם קרײַז. ער האָט געהאַלטן, אַז דאָס וויכטיקסטע איז גע­ווען צו באַקענען זיך מיט דעם, וואָס זיי האָבן ניט געקענט באַקומען אין די אוני­ווער­סיטעט-סעמינאַרן. די רייד איז געגאַנגען וועגן די ספּעציפֿישע מעטאָדן און דרכים, אויף וועלכע מע האָט געדאַרפֿט גיין בײַם פֿירן די ייִדישע פֿאָרש-אַרבעט, און ווי אויך וועגן קוואַלן, וועלכע זײַנען געווען צוטריטלעך פֿאַר דער דאָזיקער אַרבעט.

די מיטגלידער פֿון דעם קרײַז — רפֿאל מאַהלער, עמנואל רינגעלבלום, אַרטור אײַזענ­באַך, יוסף קערמיש, יעקבֿ בערמאַן, אַהרן סאַוויצקי — האָבן געפֿאָרשט, דער עיקר, עקאָ­נאָמישע געשיכטע. זיי האָבן פֿאָר­גע­לייגט, אַז די ייִדישע אַקאַדעמיקער זאָלן אויס­קלײַבן ייִדישע טעמעס פֿאַר די רעפֿע­ראַטן, וועלכע יענע האָבן געגרייט פֿאַר סעמינאַרן אין אוניווערסיטעט. קיין גרינגע זאַך איז עס ניט געווען. בינו-לבינו האָבן זיי אויך אַרויסגעגעבן די זאַמלביכער "יונגע היסטאָריקער" און "בלעטער פֿאַר געשיכטע".

אין 1927 איז דורך מאיר באַלאַבאַן און אַנדערע געלערנטע געגרינדעט געוואָרן דער יודאַיִסטישער אינסטיטוט. אין דעם זעלבן יאָר האָט באַלאַבאַן באַקו­מען אַ קאַ­טעדרע פֿאַר געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן און מע­טאָדאָלאָגיע. די לעקציעס וועגן ייִדישער געשיכטע האָט ער אָנגעהויבן לייענען אין יאָר 1928. די דאָזיקע לעקציעס, ווי אויך די סעמינאַרן, וועלכע ער האָט געפֿירט, זײַ­נען געווען זייער פּאָפּולער. בערך זעכ­ציק סטודענטן האָבן געאַרבעט מיט באַלאַ­באַנען, געשריבן בײַ אים מאַגיסטער-דיסער­טאַציעס. די סטודענטן, וואָס האָבן זיך גע­לערנט אינעם יודאַיִסטישן אינסטיטוט, זײַנען אויך מחויבֿ געווען צו לערנען אין דעם אוניווערסיטעט. באַלאַבאַנס סטודענטן האָבן געשריבן מאָנאָגראַפֿיעס וועגן ייִדי­שע קהילות און געפֿאָרשט סאָציאַלע און עקאָנאָ­מישע אַספּעקטן פֿון ייִדישער גע­שיכטע.

די דאָזיקע סטודענטן זײַנען כּמעט אַלע געווען אַקטיוו אין פּאָליטישע באַ­ווע­גונגען. ס'רובֿ פֿון זיי זײַנען געווען ציוניסטן. אין אוניווערסיטעט האָבן די ציו­ניסטן דע­קלאַרירט העברעיִש ווי זייער מו­טער-שפּראַך. אָבער רפֿאל מאַהלער און אַרטור אײַזענ­באַך האָבן דעביוטירט ווי יונגע היס­טאָריקער, וואָס זײַנען געווען באַ­ווירקט ניט דורך ציוניזם, נאָר דורך קאָמוניזם.

* * *

רינגעלבלום האָט געפֿרעגט אין 1926:

"אָבער וואָס ווײַטער? שטעלט זיך די פֿראַגע. און ווען דער יונגער ייִדישער גע­לערנטער האָט שוין פֿאַרענדיקט זײַנע פֿאָרשונגען, ווער וועט אים פֿאַרעפֿנטלעכן זײַן אַרבעט? ווער וועט אים העלפֿן אין זײַן שווערער מאַטעריעלער לאַגע? ווער וועט אים דערמעגלעכן אַרויסצופֿאָרן קיין אויסלאַנד, כּדי צו באַרײַכערן און פֿאַרפֿולקאָמען זײַנע ידיעות?"

רינגעלבלום האָט געהאַלטן, אַז "ס'איז שוין די העכסטע צײַט צו אָרגאַניזירן בײַ אונדז אַ היסטאָרישע געזעלשאַפֿט, וואָס זאָל נעמען אויף זיך דעם דאָזיקן חובֿ לגבי דער ייִדישער וויסנשאַפֿט".

דער גרעסטער טייל יונגע היסטאָריקער האָבן געאַרבעט אין ייִדישע שולן, באַזונ­דערס, אין ייִדישע גימנאַזיעס. אַזוי האָבן געאַרבעט, אַ שטייגער, בעלע מענדעלסבערג (אין לובלין) און דוד וווּרם (אין בראָד). אַדאַנק דער שטיצע פֿון באַלאַבאַן און דער ייִדישער קהילה, האָט וווּרם אַרויסגעגעבן זײַן מאַגיסטער-דיסערטאַציע ווי אַ בוך. רינגעלבלום האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן די­סער­טאַציע, ווײַל ער האָט באַקומען אויף דעם אַ סטיפּענדיע. אין 1926, האָט רינ­געלבלום אויסגעדריקט זײַן האָפֿענונג: "די התחלה איז געמאַכט געוואָרן. אונדזער בײַשפּיל מאַכט נאָך ווילנע."