פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די גיכקייט, מיט וועלכער עס בײַט זיך דער מצבֿ אין מיטעלן מיזרח, איז שווער צוצופּאַסן צו אַ וואָכן־צײַטונג. דער "הײַנט" ווערט דאָרט פֿאַרוואַנדלט אינעם "נעכטן", נאָך איידער עס גייען אויס די 24 שעה פֿון אַ מעת־לעת. בשעתן שרײַבן דעם אַרטיקל, איז שווער געווען זיך פֿאָרצושטעלן, אַז ביז ער וועט אָנקומען אין רעדאַקציע (מיט דער בליץ־פּאָסט), וועט ער שוין אויסזען פֿאַרעלטערט. פֿונדעסטוועגן, זײַנען פֿאַראַן וויכטיקע פּונקטן אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון מיטעלן מיזרח, וואָס העלפֿן אונדז צו באַטראַכטן און אפֿשר אַפֿילו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס איז די פּאַליטיק דאָרט אַזוי אַנדערש, ווי עס פֿירט זיך אין דער מערבֿ־וועלט? צו אַזאַ "פּונקט" געהערט אויך די אַזוי גערופֿענע "וועגן־מאַפּע".


דעם 24סטן יוני 2007 וועט ווערן 5 יאָר זינט פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש האָט פּראָקלאַמירט די "וועגן־מאַפּע", ווי אַ לייזונג פֿאַרן ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט אויפֿן יסוד פֿון צוויי מדינות — אַ ישׂראלדיקע און אַ פּאַלעסטינער. דער געוועזענער אַמערי­קאַנער אויסערן־מיניסטער, גענעראַל קאָלין פּאַול, באַטראַכט די "וועגן־מאַפּע" ווי אַ וויכ­טיקן און דרייסטן באַשלוס פֿון דער אַמערי­קאַנער אַדמיניסטראַציע. די איצטיקע אויסערן־מיניסטאָרין, קאָנדאָליזאַ רײַס, האָט לעצטנס דערקלערט, אַז וואַשינגטאָן איז פֿאַראינטע­רע­סירט צו זען אַ פּאַלעסטינער אומאָפּהענגיקע מדינה אין פֿאַרלויף פֿון דזשאָרדזש בושס קאַדענץ ווי פּרעזידענט.

בושס פֿאָטער האָט גוט געקענט און אָפּ­געשאַצט די געפֿאַר פֿונעם איראַקישן מאָנ­סטער, סאַדאַם כוסיין, און געפֿירט די ערשטע גאָלף־מלחמה קעגן אים אויף אַ ריכטיקן אופֿן, אָבער ער האָט זי נישט פֿאַרענדיקט. אַז דזשאָרדזש בוש, דער זון, האָט באַשלאָסן צו פֿאַרענדיקן די מלחמה קעגן סאַדאַם כוסיינען, האָט ער דערקלערט, אַז דאָס מאָל וועלן נישט ווערן געמאַכט קיין האַלבע זאַכן; אָבער דאָס מאָל איז ישׂראלס לאַגע געווען גאָר אַן אַנדערע, ווי מיט צוועלף יאָר צוריק. דער געוועזענער קאָמאַנדיר פֿון דער ישׂראל־אַוויאַציע, גענעראַל אבֿיהו בן נון, האָט דערציילט, אַז אין דער גאָלף־מלחמה האָבן די אַמעריקאַנער אַפֿילו נישט פּרובירט צו פֿאַרניכטן די ראַקעטן־שיקער אין מערבֿ איראַק, וועלכע זענען געווען געווענדט קעגן ישׂראל.

אין דער צווייטער מלחמה קעגן איראַק איז אַמעריקע געשטאַנען אויף אונדזער זײַט ווי אַן אמתער אַליִיִרטער. עס איז פֿאָרגעקומען צווישן אונדז אַ פֿולע קאָאָפּעראַציע און כּדי צו קעמפֿן קעגן די "סקאַדן", האָט ישׂראל געהאַט דעם אַמעריקאַנער "פּאַטריאָט" און דעם ישׂראלדיקן "חץ". די אַמעריקאַנער האָבן מקיים געווען זייער צוזאָג און גלײַך בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה עס באַשטעטיקט אין מערבֿ־איראַק כּדי אויסצומײַדן אַטאַקן פֿון ראַקעטן אויף ישׂראל.

ליידער, האָבן די אַמעריקאַנער זייער שנעל דערפֿילט דאָס, וואָס ישׂראל פֿילט שוין יאָרן — די זעלבסטמאָרדן פֿון די שאַ­הידן. די איראַקישע ציווילע, וואָס די אַמע­ריקאַנער האָבן זיי געוואָלט העלפֿן, האָבן זיך אויפֿגעריסן און דערמאָרדעט אַמעריקאַ­נער. דאָס זענען געווען טעראָריסטן פֿונעם איסלאַמישן "דזשיהאַד", וואָס איינער פֿון זיי האָט זיך אויף מאָרגן אויפֿגעריסן אין דער קאַפֿע "לאָנדאָן" אין נתניה.

נאָך די טעראָריסטישע אַטאַקן פֿון "אַל־קײַדאַ" אין ניו־יאָרק און וואַשינגטאָן דעם 11טן סעפּטעמבער 2001, איז די אַקטואַליטעט פֿון דעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליקט אַראָפּ פֿון ערשטן פּלאַץ צום דריטן. אויף די ערשטע צוויי פּלעצער זענען געשטאַנען דער קאַמף קעגן גלאָבאַלן טעראָר און דער "אַקס פֿון שלעכטס", וואָס פּרעזידענט בוש האָט פּראָקלאַמירט.

נאָכדעם ווי פּרעזידענט בוש האָט פּראָ­קלאַמירט די "וועגן־מאַפּע", איז ווידער אונדזער קאָנפֿליקט מיט די פּאַלעסטינער געבליבן שטעקן אין שפּיץ פֿון דער וועלט­לעכער טאָג־אָרדענונג. אַריאל שרון האָט אין דעם געהאָלפֿן בושן בײַם באַשטעטיקן די "וועגן־מאַפּע" דורך דער ישׂראלדיקער רעגירונג, דעם 25סטן מײַ 2003. 12 מיניס­טאָרן האָבן געשטימט "פֿאַר", 7 "קעגן" און 4 האָבן זיך אָפּגעהאַלטן פֿון שטימען. דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס אַ ישׂראל־רעגירונג באַשטעטיקט אָפֿיציעל דעם פּרינציפּ פֿון אַן אומאָפּהענגיקער פּאַלעסטינער מדינה.

כּדי צו רעאַליזירן די "וועגן־מאַפּע" איז געשאַפֿן געוואָרן דער "קוואַרטעט" — די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד, רוסלאַנד און די "יו־ען". די רעאַליזירונג פֿון דער "וועגן־מאַפּע" דאַרף פֿאָרקומען אין דרײַ פֿאַזעס. די ערשטע פֿאַזע איז, אַז די פּאַלעסטינער זאָלן אויפֿהערן יעדע טעראָריסטישע אַקטיוויטעט. אין דער צווייטער פֿאַזע, באַטראַכט ווי אַ דורכגאַנג־פֿאַזע, וועט פּראָקלאַמירט ווערן די פּאַלעס­טינער מדינה אין אירע צײַטווײַליקע גרע­נעצן. אין דער דריטער פֿאַזע וועלן פֿאָרקומען אונטערהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער מיטן ציל צו דערגרייכן אַ פֿולן פּערמאַנענטן אָפּמאַך.

דעם 3טן יוני 2003, האָט פּרעזידענט בוש זיך געטראָפֿן אין שאַרם־אַ־שייך מיט אַבו מאַזען און מיט די פֿירער פֿון עגיפּטן, יאָרדאַניע, סאַודיע און באַכריין. די אַלע אַראַבישע פֿירער האָבן צוגעזאָגט צו באַ­קעמפֿן דעם טעראָר, אָבער זיי האָבן נישט מסכּים געווען צו נאָרמאַליזירן זייערע באַציִונגען מיט ישׂראל. דעם 4טן יוני איז פֿאָרגעקומען אין אַקאַבאַ די שפּיצן־קאָנפֿע­רענץ צווישן אַמעריקע, יאָרדאַניע, ישׂראל און די פּאַלעסטינער, אויף וועלכער אַבו מאַזען האָט צוגעזאָגט צו באַקעמפֿן יעדן סאָרט פֿון טעראָר קעגן ישׂראל, ער האָט אָבער נישט אײַנגעשטימט צו אָנערקענען ישׂראל ווי אַ ייִדישע מדינה. האָט עס בוש געטאָן אָנשטאָט אים און פּראָקלאַמירט זײַן פּערזענלעכע פֿאַרפֿליכטונג פֿאַר דער זיכער­הייט פֿון ישׂראל, ווי אַ ייִדישע מדינה.

שרון, וועלכער האָט אָנגענומען די פּאָ­ליטיק פֿון בעגינען, שמירן און נתניהון, און האָט זיך קעגנגעשטעלט דער פּאָליטיק פֿון ראַבינען און פּערעסן, האָט זיך מיט איינמאָל אַרומגעזען, אַז "הערשן איבער די פּאַלעס­טינער דינט נישט די אינטערעסן פֿון ישׂראל". און ווען גאַנץ ישׂראל איז נאָך געווען אין אַ לאַגע פֿון אַ מערדערישן טעראָר, האָט ער זיך געטראָפֿן מיט אַבו עלאַ, דעם פּרעזידענט פֿון דעם פּאַלעסטינער פּאַרלאַמענט, און מיט סאַלאַם פֿאַיאַד, דעם פּאַלעסטינער פֿינאַנץ־מיניסטער. אין ישׂראל האָט מען נישט געהערט קיין פּיפּס וועגן דעם. ס׳איז זייער לײַכט זיך פֿאָרצושטעלן, וואָס פֿאַר אַ דעמאָנסטראַציעס עס וואָלטן פֿאָרגעקומען, אויב עס וואָלט זיך אַזוי גע­פ­ֿירט אַ פּרעמיער־מיניסטער פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי.

פֿאַר וואָס איז דאָס אַזוי? ווײַל דער גרעסטער טייל פֿון דער ישׂראלדיקער באַ­פֿעלקערונג שטיצט די אַנטשטייונג פֿון אַן אומאָפּהענגיקער פּאַלעסטינער מדינה און וויל, אַז דאָס זאָל פּאַסירן מיט אַ ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער פֿון רעכטן פֿליגל. און שרון האָט געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז ער וועט מאַכן ווייטיקדיקע קאָמפּראָמיסן און מוותּר זײַן אויף פּלעצער וואָס ווערן אָנערקענט ווי דאָס וויגעלע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין ארץ־ישׂראל. ער האָט דערמאָנט בית־אל, שילה און בית־לחם.

ער האָט זיך אויסגעדריקט: "עס טוט מיר וויי וועגן דעם צו טראַכטן, אָבער איך האָב באַשלאָסן צו טאָן אַלץ מעגלעכעס, כּדי צו לייזן דעם קאָנפֿליקט, און אויב מיר וועלן דערגרייכן אַ שלום פֿאַר די קומענדיקע דורות, פֿיל איך, אַז בײַ מיר וועלן די ראַציאָנעלע באַדערפֿענישן באַזיגן מײַנע געפֿילן".

ווי עס איז גוט באַקאַנט, איז אהוד אָלמערט אַ טרײַער חסיד פֿון שרונס פּאָלי­טיק. און ווען עס האָט כּמעט אויסגעזען, אַז די "וועגן־מאַפּע" ווערט אַ בר־מינן אין אַ שופֿלאָד, ווי עס איז געווען דער גורל פֿון ענלעכע פּלענער אין דער פֿאַרגאַנגענהייט — צום בײַשפּיל: דער "ראַדזשער פּלאַן", דער "רייגען פּלאַן" און "קלינטאָן־פּלאַן" — איז אָנגעקומען אינמיטן יאַנואַר 2007 אין מיטעלן מיזרח די אַמעריקאַנער מלוכה־סעק­רעטאַרין, קאָנדאָליזאַ רײַס, און די "וועגן־מאַפּע" איז אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים.

אין פֿאַרלויף פֿון איר באַזוך האָט זי אונטערגעשטראָכן, אַז די איינציקע לייזונג פֿאַרן קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער איז די "וועגן־מאַפּע". זי האָט אַרויפֿגעבראַכט אַ געדאַנק, אַז ישׂראל זאָל גלײַך אָנהייבן אונטערהאַנדלונגען מיט אַבו מאַזען וועגן דער שאַפֿונג פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה, אָבער די מדינה וועט אַנטשטיין נאָר דאַן, ווען אַבו מאַזען וועט אָנהויבן אַ דער­פֿאָלגרײַכן קאַמף קעגן טעראָר. יעדנפֿאַלס, האָט זי געזאָגט, קלײַבט זי זיך ווידער צו קומען פֿאַר אַ שפּיצן־קאָנפֿערענץ מיט אָל­מערטן און מאַזענען.

שוין אין זייער ערשטן צוזאַמענטרעף האָבן די מיטגלידער פֿון "קוואַרטעט" דערקלערט, אַז אַ שלום־אָפּמאַך אין דער ראַם פֿון דער "וועגן־מאַפּע" וועט מוזן אײַנשליסן די פּונקטן פֿון מאַכן אַ סוף צו טעראָר־אַקטן, די אָנערקענונג פֿון ישׂראל, אַ פֿאַרפֿליכטונג מקיים צו זײַן אַלע אָפּמאַכן, וואָס זענען אונטערגעשריבן געוואָרן צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער.

ישׂראל פֿאָדערט, אַז שוין אין דער ערש­טער פֿאַזע פֿון דער "וועגן־מאַפּע" זאָלן די פּאַלעסטינער אויפֿגעבן זייער פֿאַרלאַנג פֿון "זכות השיבֿה", דאָס הייסט, אַז אַלע פּאַלעס­טינער פּליטים זאָלן האָבן די רעכט זיך צוריקצוקערן אין מדינת־ישׂראל. ערבֿ דער זעקסטאָגיקער מלחמה אין יאָר 1967, ווען דער הערשער פֿון עגיפּטן אַבדול נאַסער האָט געדראָט מיט דער פֿאַרניכטונג פֿון ישׂראל, האָט ער דערקלערט צווישן אַנדערן: "די פּאַלעסטינער פּליטים מוזן זיך צוריקקערן אין זיירע הײַזער, און אַז די פּליטים וועלן זיך צוריקקערן, וועט ישׂראל אויפֿהערן צו עקזיסטירן". און דאָס איז דער אמת. מסכּים צו זײַן אויף דער רעכט פֿון צוריקקער, הייסט פֿאַר ישׂראל צו באַגיין זעלבסטמאָרד. אַבא איבֿן האָט דעמאָלט דערקלערט אין דער "יו־ען": "נאַציאָנאַלער זעלבסטמאָרד איז נישט קיין מאָראַלישער און נישט קיין אינטערנאַציאָנאַלער חובֿ".

ישׂראל פֿאַרלאַנגט אויך, אַז שוין אין דער ערשטער פֿאַזע פֿון דער "וועגן־מאַפּע" זאָלן די פּאַלעסטינער אויפֿגעבן זייער צוויי־פֿאַזן פּלאַן: ערשטנס, באַקומען אַן אומאָפּ­הענגיקע מדינה און דאַן אַקטויִרן פֿון דער דאָזיקער מדינה כּדי צו פֿאַרניכטן ישׂראל. פּרעזידענט בושס פּלאַן איז געווען, אַז די "וועגן־מאַפּע" זאָל רעאַליזירט ווערן ביזן יאָר 2005. מיר זענען שוין אין יאָר 2007.

שוין אין דער ערשטער קאַדענץ פֿון יצחק ראַבין, ווי פּרעמיער־מיניסטער, אין די זיבעציקער יאָרן, האָט הענרי קיסינדזשער צוגעזאָגט ראַבינען, אַז אַמעריקע וועט נישט איבערראַשן ישׂראל מיט אירע פּאָליטישע שריט. אָבער ווען ראָנאַלד רייגען, אַ פֿרײַנד פֿון ישׂראל, האָט נישט געקוקט דערויף איבערראַשט ישׂראל און אַוועקגעשטעלט מנחם בעגינען פֿאַר אַ געשעענעם פֿאַקט — דעם "רייגען־פּלאַן", — האָט בעגין אויפֿן פּלאַץ דעם פּלאַן צוריקגעוויזן.

אַזוי קאָן אויך פּאַסירן מיט פּרעזידענט בוש — וועגן וועלכן מען שרײַבט, אַז ער קען אונדז אויך איבערראַשן און לאָזן אַן ירושה אין "ווײַסן הויז" נישט לטובֿת ישׂראל. אַ סך צווייפֿלען, צי די "וועגן־מאַפּע" קאָן ברענגען אַ לייזונג, און די דאָזיקע צווייפֿלער דענקען, אַז מען דאַרף שטרעבן נישט צו קיין ענדלעכער לייזונג, נאָר צו אַ לאַנג־יאָריקן דערווײַליקן אָפּמאַך, אָן אַמביציעס און אָן פֿאַנטאַזיעס; אַן אָפּמאַך, וואָס זאָל אײַנשליסן צילן, וועלכע מען קאָן דערגרייכן.

די כּוונה איז אונטערצושרײַבן אַן אָפּ­מאַך, וואָס זאָל שאַפֿן אַ רויִקע און שטילע אַטמאָספֿער אויף אַלע געביטן: מיליטעריש, פּאָליטיש, עקאָנאָמיש. דער נויטווענדיקער באַדינג דאָס צו דערגרייכן איז צו מאַכן אַ סוף צום טעראָר און אויפֿקלײַבן דאָס גאַנצע אומלעגאַלע געווער, וואָס איז פֿונאַנדערגעשפּרייט אויף די טעריטאָריעס.

אין שרונס טערמינאָלאָגיע האָט דאָס געהייסן אַ צײַטווײַליקע פּאַלעסטינער מדינה. אין נתניהוס טערמינאָלאָגיע הייסט דאָס אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער אַדמי­ניסטראַציע. אָבער אין ביידע טערמינאָלאָגיעס הייסט עס, אַ צווישנצײַטיקער לאַנג־יאָריקער אָפּמאַך, און לאָזן די קומענדיקע דורות קומען צו אַן ענדגילטיקן שלום.