פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער גרויסער חלום פֿון ישׂראל איז צו דערגיין צו אַ שלום מיט אַלע אירע אַראַבישע שכנים, נאָכדעם ווי זי האָט עס שוין דערגרייכט מיט צוויי לענדער — עגיפּטן און יאָרדאַניע. טאַקע אַ ביסל אַ קאַלטער שלום, אָבער פֿאָרט אַ שלום. הלוואי מיט אַלע אַנדערע דאָס זעלבע. נאָכן אָפּמאַך אין מעקאַ, סאַודיע, צווישן "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס", ווערט אַ סך געשריבן וועגן אַן עווענטועלן שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער.

אין איינעם פֿון מײַנע אַרטיקלען האָב איך באַשריבן די פֿאַרזעענע געלעגנהייטן פֿון שלום מיט אונדזערע שכנים. אַ סך עקספּערטן זעען די הויפּט־פּראָבלעם אין די חילוקי־דעות צווישן די צדדים. אָבער דער אמת איז, אַז די פּראָבלעם איז ווי אַזוי דער שלום זעט אויס אין די אויגן פֿון איסלאַם.

עס איז קלאָר ווי דער טאָג וואָס ישׂראל מיינט, ווען זי רעדט וועגן שלום. עס איז גאָר נישט קלאָר, וואָס עס מיינען די אַראַבער וועגן דעם, און עס איז כּדאַי איינמאָל אויפֿצוקלערן, וואָס ס׳מיינט שלום לויטן איסלאַם, לויטן מאַכמעדאַנישן גלויבן.

לויט דער מאַכמעדאַנישער קאָנצעפּציע, איז אַ מלחמה קעגן יעדן נישט־מוסולמענער — אַ מצווה, אַ "דזשיהאַד", אַ הייליקע מלחמה, און דאָס איז די פֿליכט פֿון יעדן מאַכמעדאַנער און פֿון יעדער מאַכמעדאַנישער קהילה.

דאָס איז די שטענדיקע פֿליכט פֿון יעדער מוסולמענישער מדינה — אַזוי לאַנג, ווי עס איז נישט דערגרייכט געוואָרן די טאָטאַלע הערשונג פֿון איסלאַם איבער דער גאַנצער וועלט.

דער איסלאַם באַשענקט נישט זײַנע קעגנער מיט שלום, ווי גלײַכבאַרעכטיקטע; ער דערלויבט זיי בלויז צו האָבן אַ פּראָטעקטאָראַט אין זײַנע פּאָליטישע ראַמען און אויף זײַנע באַדינגונגען; דערצו מוזן זיי זיך פֿאַרפֿליכטן אָנצונעמען זײַן העכערקייט. אויב עמעצער, וואָס לעבט אונטערן פּראָטעקטאָראַט פֿון איסלאַם ברעכט זײַן סטאַטוס, מוז ער צאָלן פֿאַר דעם מיטן אייגענעם בלוט.

מוכאַמעד האָט אַרויסגעטריבן די ייִדן, וואָס האָבן נישט געוואָלט אָננעמען זײַן גלויבן. די ייִדן האָבן קיינמאָל נישט געהאַט אין די אַראַבישע לענדער קיין גלײַכע בירגערלעכע רעכט. דאָס מאַכמעדאַנישע געזעץ באַטראַכט זיי ווי צווייטראַנגיקע בירגער. מען האָט פֿון זיי פאַרלאַנגט אָנצוטאָן א ספּעציעלע אָנטועכץ, אײַנגעשלאָסן די געלע לאַטע מיטן מגן־דוד. מען האָט זיי אויך געצוווּנגען צו לעבן אין די געטאָס. אמת, עס זענען געווען פּעריאָדן פֿון צוזאַמענאַרבעט צווישן די מוסולמענישע הערשער און די ייִדן, ספּעציעל אין דער "גאָלדענער תּקופֿה" אין שפּאַניע. אָבער עס האָבן עקזיסטירט פֿיל מער פֿאַרפֿאָלגונגען, פּאָגראָמען און אַרויסטרײַבונגען. אַזאַ מצבֿ האָט זיך געהאַלטן הונדערטער יאָרן.

נאָך דער מפּלה אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, האָבן די אַראַבער זיך נוקם געווען אין די ייִדן פֿון זייערע לענדער. אין עגיפּטן האָט מען בײַ די אַרעסטירטע ייִדן קאָנפֿיסקירט זייערע פֿאַרמעגנס, זיי געפּײַניקט אין די טורמעס. פֿרויען און קינדער זענען געווען קרבנות פֿון ווילדע אויסברוכן.

בעת אַ פּאָגראָם אין ליביע האָט מען די ייִדן אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון טעראַסעס און דעכער, זיי געשלאָגן און דערמאָרדעט. מען האָט באַרויבט, פֿאַרברענט און פֿאַרניכטעט שילן און געשעפֿטן. אויך אין איראַק זענען די ייִדן געווען דאָס כּפּרה־הינדל פֿאַר דער אַראַבישער מיליטערישער מפּלה. דאָ האָבן די אַראַבער זיך טרײַ באַנוצט מיט די מעטאָדן, וואָס זיי האָבן געלערנט בײַ היטלערס שליחים, געקומען קיין איראַק אין די דרײַסיקער יאָרן, און דורכגעפירט זייערע אַנטי-ייִדישע אַקציעס. מען האָט אָפּגעריסן די טעלעפֿאָנען פֿון די ייִדישע הײַזער, פֿאַרגליווערט זייערע חשבונות אין די בענק; מען האָט זיי געהאַלטן אין אַ שטענדיקער מורא, ווײַל די רעגירונג האָט געדראָט אויפֿצוהענגען ייִדן צו פֿאַרווײַלן די מאַסן.

אַזוי זענען אין יאַנואַר 1969 אויפֿגעהאָנגען געוואָרן אין די צענטראַל־פּלעצער פֿון באַגדאַד און באַסראַ 9 ייִדן, און אַ צעפֿלאַמטע און בלוטדורשטיקע מענטשן-מאַסע האָט געטאַנצט אַרום דער תּליה; טרומייטערט, געזידלט די אויפֿגעהאָנגענע און געוואָרפֿן אויף זיי שטיינער. דאָס איז געווען אַן אויסערגעוויינלעך־דערנידערנדיק בילד.

אין סיריע זענען נישט פֿאָרגעקומען קיין עפֿנטלעכע אויפֿהענגונגען, אָבער אויך דאָרט איז געווען די לאַגע פֿון די ייִדן טראַגיש. מען האָט זיי געסטראַשעט, אַ סך פֿון זיי אַרעסטירט, געפּײַניקט און דערמאָרדעט. די ייִדן פֿון סיריע האָבן געמוזט טראָגן אַן אידענטיטעט־קאַרטל, אין וועלכן עס איז באַצייכנט געוואָרן זייער נאַציאָנאַליטעט אין רויט. זיי זענען נישט געווען פֿרײַ זיך צו באַוועגן אין לאַנד. אין דמשׂק האָבן זיי נישט געטאָרט פֿאַרלאָזן זייערע וווינונג־קוואַרטאַלן בײַטאָג און זייערע הײַזער — בײַנאַכט.

אַזוי ווי די מאַכמעדאַנער באַטראַכטן די ייִדן ווי מינדערווערטיקע און אונטערגעאָרדנטע צו די אַראַבער, טאָרן די ייִדן נישט האָבן קיין אומאָפּהענגיקע סוּווערענע מדינה. אַזוי ווי דער איסלאַם זעט, אַז ער האָט נישט קיין כּוח אויסצופֿירן מיט הצלחה זײַן מלחמה קעגן דעם ישׂראל־פֿײַנט, איז ער דערווײַל מסכּים צו אַ וואָפֿנשטילשטאַנד. דער וואָפֿנשטילשטאַנד איז אַן אָפּהאַלטונג פֿון "דזשיהאַד", וואָס איז פֿאַקטיש אַ פֿאַזע אין דער מלחמה, מיטן צוועק דערווײַל אָנצושעפּן כּוח, ביז עס וועט קומען דער פּאַסיקער מאָמענט צו באַקעמפֿן דעם פֿײַנט. דאָס הייסט, אַז שלום מיט די נישט־מאַכמעדאַנישע פֿײַנט איז אַ צײַטווײַליקע לאַגע. עס קענען נישט פֿאָרקומען קיין אָפּמאַכן פֿון אמתן שלום מיט פֿײַנטלעכע מדינות — נאָר וואָפֿנשטילשטאַנדן. אָבער אויך די וואָפֿנשטילשטאַנדן זענען נישט ערנסטע: די מוסולמענישע כּוחות זענען פרײַ זיי צו אַנולירן, אויב זיי האָבן אויפֿגעזאַמלט גענוג כּוח און קראַפֿט צו באַזיגן דעם פֿײַנט.

אַ וואָפֿנשטילשטאַנד איז דעריבער נאָר אַ טאַקטישער מאַנעווער אין דער ראַם פֿון מלחמה. דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, האָט אַראַפֿאַט אונטערגעשריבן אין וואַשינגטאָן די פּרינציפּן־דעקלאַראַציע צווישן ישׂראל און דער PLO, די "פּאַלעסטינער באַפֿרײַונגס־אָרגאַניזאַציע", אין אָנוועזנהייט פֿון פּרעזידענט קלינטאָן; ער האָט געדריקט די הענט פֿון יצחק ראַבין און שמעון פּערעס. דעם 4טן מײַ 1994, האָט אַראַפֿאַט אונטערגעשריבן אין קאַיִר, אין אָנוועזנהייט פֿון פּרעזידענט מובאַראַק, דעם אָפּמאַך "עזה און יריחו ערשט", און די ייִדישע אַרמיי האָט אָנגעהויבן עוואַקויִרן אירע כּוחות פֿון די שטחים אין דער אויטאָנאָמיע. זעקס טעג שפּעטער האָט אַראַפֿאַט באַזוכט דרום־אַפֿריקע און בעת אַ רעדע אין אַ מעטשעט אין יאָהאַנעסבורג, האָט ער גערופֿן אויסצופֿירן אַ "דזשיהאַד", אַ הייליקע מלחמה, כּדי צו באַפֿרײַען ירושלים, דערמאָנענדיק דעם כודאַיִביאַך־אָפּמאַך.

מוכאַמעד, וועלכער האָט געהערשט אין שטאָט מעדינאַ, האָט אונטערגעשריבן אין כודאַיִביאַך אין יאָר 628 אַ וואָפֿנשטילשטאַנד־אָפּמאַך אויף 10 יאָר מיט די פֿירער פֿון דער שטאָט מעקאַ; אָבער אַז ער האָט זיך דערפֿילט גענוג שטאַרק, האָט מוכאַמעד געבראָכן דעם אָפּמאַך אין צוויי יאָר אַרום און פֿאַרכאַפּט מעקאַ. דער דאָזיקער אָפּמאַך ווערט שטענדיק דערמאָנט צו באַצייכענען, אַז אין איסלאַם איז אַ הסכּם קיין הסכּם נישט. דעריבער האָט עס אַראַפֿאַט דערמאָנט אין יאָהאַנעסבורג. ווען "כאַמאַס" איז געקומען צו דער מאַכט אין דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט, האָבן זײַנע פֿירער באַלד דערקלערט, אַז זיי אָנערקענען נישט די אָפּמאַכן, וואָס די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט האָט אונטערגעשריבן מיט ישׂראל.

"כאַמאַס" האָט אויך דערקלערט, אַז ער וועט קיינמאָל נישט אָנערקענען ישׂראל. "כאַמאַס" איז איבערצײַגט, אַז די פּאַלעסטינער האָבן אַ נאַציאַנאַלע און איסלאַמישע רעכט אויף גאַנץ ארץ־ישׂראל, זיי ריידן ווײַטער וועגן צפֿת, חיפֿה און תּל-אָבֿיבֿ; זיי פֿאַרלאַנגען, אַז די פּאַלעסטינער פּליטים זאָלן זיך אַהין צוריקקערן, און זוכן אַ וועג אונדז צו פֿאַרניכטן. "כאַמאַס" גלייבט, אַז די מלחמה קעגן ישׂראל פֿאַרזיכערט די באַלוינונג וואָס דער קאָראַן האָט צוגעזאָגט פֿאַרן "דזשיהאַד" — א פּלאַץ אין גן-עדן.

מיטן צוזאַמענטרעף צווישן אָלמערט מיט אַבו מאַזען האָבן זיך באַנײַט די ישׂראל-פּאַלעסטינער אונטערהאַנדלונגען; איצט מוז ישׂראל שטיין פֿעסט אויף אַלע אירע פֿונדאַמענטאַלע פֿאָדערונגען: אַ פֿאַראייניקטע שטאָט ירושלים, זיך נישט צוריקקערן צו די גרענעצן פֿון יוני 1967; אונדזער זיכערהייטס־גרענעץ מיט יאָרדאַניע מוז זײַן אויפן טײַך ירדן; די פּאַלעסטינער אַרמיי מוז זײַן אַ באַגרענעצטע און עס זאָל נישט זײַן קיין שום מעגלעכקייט, אַז אַ פֿרעמדע אַרמיי זאָל אַרײַנגיין אין דער פּאַלעסטינער מדינה. און דער עיקר — נישטאָ וואָס צו ריידן וועגן אַ צוריקקער פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים קיין ישׂראל.

אָבער דאָס איז נאָך נישט אַלץ. עס דאַרפֿן אויפֿגעשטעלט ווערן זיכערהייט־ראַיאָנען און וואָרענונג־סטאַנציעס. ישׂראל מוז הערשן איבערן שטח, וואָס קוקט אַראָפּ אויף די באַפֿעלקערונג־צענטערס און סטראַטעגישע צילן, ווי צום בײַשפּיל, די וואַסער־מקורות און דער בן-גוריון פֿליפֿעלד.

מען מוז אויך פֿאַרזיכערן, אַז אַלע צוקונפֿטיקע פּאַלעסטינער פֿירער וועלן מקיים זײַן יאַסער אַראַפֿאַטס פֿאַרפֿליכטונג, אַז די פּאַלעסטינער מדינה וועט נישט אונטערשרײַבן קיין מיליטערישע פּאַקטן מיט פֿרעמדע מדינות און וועט נישט אײַנלאַדן קיין פֿרעמדע אַרמייען. די פּאָרטן און פֿליפֿעלדער פֿון דער פּאַלעסטינער מדינה טאָרן נישט גענוצט ווערן אַרײַנצוברענגען פֿאַרשיידענע געווער און סאַבאָטאַזש־מיטלען.

דער דורכגאַנג צווישן דעם עזה־ראַיאָן און די גדה מערבית, דורך די שאָסייען וואָס וועלן פֿירן דורך דער ישׂראלדיקער טעריטאָריע, טאָרן ניט שטעלן אין סכּנה די זיכערהייט פֿון ישׂראל.

ס׳איז אויך וויכטיק אַן ענגע קאָלאַבאָראַציע צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער מדינה אויפֿן געביט פֿון קאַמף קעגן טעראָר. און, פֿאַרשטייט זיך, אַז די פּאַלעסטינער מוזן מאַכן אַ סוף צו וועלכער נישט איז אַנטיסעמיטישער אָדער אַנטי-ישׂראלדיקער פּראָפּאַגאַנדע און העצע — אין זייערע בילדונגס־אינסטיטוציעס און טעלעקאָמוניקאַציע־מיטלען.

אין סך־הכּל — פּאָליטיש, מוז ישׂראל שטרעבן צו דערגרייכן אַן אמתן שלום מיט די פּאַלעסטינער, אָבער מיליטעריש דאַרף ישׂראל זײַן גרייט צו דעם, אַז אַ מלחמה קען אויסברעכן יעדן מאָמענט.