פּאָליטיק

פֿון לינקס צו רעכטס: ישׂראלס פּרעמיער אהוד ברק, אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער מאַדלען אָלברײַט, פּרעזידענט ביל קלינטאָן און סיריעס אויסערן־מיניסטער, פֿאַרוק שאַראַ.
פֿון לינקס צו רעכטס: ישׂראלס פּרעמיער אהוד ברק, אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער מאַדלען אָלברײַט, פּרעזידענט ביל קלינטאָן און סיריעס אויסערן־מיניסטער, פֿאַרוק שאַראַ.
איז מעגלעך אַ שלום מיט סיריע?
דער פּרעזידענט פֿון סיריע, באַשאַר אַסאַד, האָט לעצטנס עטלעכע פֿאָרגעלייגט דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט זיך צו טרעפֿן מיט אים און האַלטן אונטערהאַנדלונגען אָן פֿאָרויסגעשטעלטע באַדינגונגען. דעם 12טן אַפּריל הײַיאָר האָט דאָס ערשטע מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער כּנסת זי באַזוכט אַ נישט־אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון סיריע, איבראַהים סולימאַן, און גערעדט פֿאַר דער כּנסת־קאָמיסיע פֿאַר אויסערן־ און זיכערהייט־ענינים. דעם זעלבן טאָג האָט איבראַהים סולימאַן אויך באַזוכט "יד־ושם". סיריע און ישׂראל געפֿינען זיך, ווי באַוווּסט, אין אַ מלחמה־צושטאַנד.
איבראַהים סולימאַן איז אַ סירישער גע­שעפֿטסמאַן, וואָס האָט עמיגרירט קיין אַמעריקע און האַלט אויך אָן די אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט. צווישן סעפּטעמבער 2004 און יולי 2006 האָט ער אָפּגעהאַלטן אין בערן, די הויפּטשטאָט פֿון שווייץ, נישט קיין אָפֿיציעלע אונטערהאַנדלונגען מיט צוויי ישׂראלדיקע פּערזענלעכקייטן: ד״ר אלון ליעל, אַ מיטגליד פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי און געוועזענער גענעראַל־דירעק­טאָר פֿון אויסערן־מיניסטעריום, און ד״ר עוזי אַרד, געוועזענער פּאָליטישער ראַטגע­בער בײַם געוועזענעם פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו. די גאַסטגעבער זענען גע­ווען אָפֿיציעלע שווייצאַרישע פּערזעלעכ­קייטן. די ישׂראלים און דער סיריער זענען געווען פּריוואַטע פּערזאָנען, אָבער זיי האָבן וועגן דער באַגעגעניש אָפּגעגעבן אַ באַ­ריכט זייערע רעגירונגען.
אין זײַן צוזאַמענטרעף אין דער כּנסת האָט סולימאַן געזאָגט, אַז ער האָט זיך נישט פֿאָרגעשטעלט אין זײַנע זיסטע חלומות, אַז ער וועט זיך אַמאָל טרעפֿן מיט די ישׂראלדיקע געזעץ־געבער. ער האָט אויסגעדריקט זײַן מיינונג, אַז ישׂראל און סיריע האָבן פֿאַרזען צופֿיל געלעגנהייטן צו מאַכן שלום און, אויפֿן סמך פֿון זײַן נסיון איז ער איבערצײַגט, אַז עס איז פֿאַראַן אַ גוטע געלעגנהייט פֿאַר אַ שלום צווישן ביידע לענדער.
זינט סולימאַנס באַזוך אין דער כּנסת איז דער ענין נישט אַראָפּ פֿון דער טאָג־אָרדענונג. די אינפֿאָרמאַציע־דינסט פֿון דער ארמיי איז בײַ דער מיינונג, אַז סיריע באַוועגט זיך צווישן דעם ווילן צו שליסן אַ שלום און די צוגרייטונגען צו אַ מלחמה, קויפֿנדיק בײַ רוסלאַנד געווער אויף הונדער­טער מיליאָנען דאָלאַרן, און דעריבער שטיצט די אַרמיי די אונטערהאַנדלונגען.
אויך דער ישׂראלדיקער זיכערהייט־ראַט איז בײַ דער מיינונג, אַז אַסאַדס רוף צו אַ שלום איז אַן אויטענטישער. די זעלבע מיינונג האָט דער אינפֿאָרמאַציע־צענטער פֿון אויסערן־מיניסטעריום: "עס שטאַרקט זיך דער ווילן אין דער סירישער פֿירער­שאַפֿט, און ספּעציעל בײַ אַסאַדן, צו באַנײַען די אונטערהאַנדלונגען מיט ישׂראל". דער זיכערהייט־מיניסטער, עמיר פּרץ, איז בײַ דער מיינונג, אַז אָלמערט דאַרף זיך טרעפֿן מיט אַסאַדן. אָבער דער "מוסד", די געהיים־דינסט, האַלט, אַז אַסאַד וויל נישט קיין שלום און באַנוצט זיך מיט זײַנע רופֿן פֿאַר שלום, כּדי אַרויסצושלעפּן סיריע פֿון איר אינטערנאַציאָנאַלער איזאָלירונג, און דערי­בער איז דער "מוסד" קעגן אונטערהאַנד­לונגען. אויך פּרעזידענט בוש שטיצט דער­ווײַל נישט קיין אונטערהאַנדלונגען.
יצחק ראַבין האָט אין זײַנער צײַט אונ­טערגעהאַנדלט מיט באַשאַר אַסאַדס פֿאָטער, פּרעזידענט האַפֿעז אַסאַד, און ער איז געווען בײַ דער מיינונג, אַז עס איז פֿאַראַן וועגן וואָס צו רעדן מיט די סיריער. ראַבין האָט דערמאָנט, אַז די רעגירונג פֿון נאַציאָנאַלער אייניקייט אין 1967, די רעגירונג פֿון בעגינען און אשכּולן, האָט אָנערקענט סיריעס סוּווע­רעניטעט איבער רמת־הגולן; און ער האָט ציטירט מנחם בעגינען, וועלכער האָט זיך אויסגעדריקט אין יאָר 1981, פֿאַרן אָננעמען דעם געזעץ פֿון רמת־הגולן אין דער כּנסת: "אין מאָמענט וואָס דער סירישער פּרעזידענט וועט זאָגן, אַז ער איז גרייט צו אונטער­האַנדלען וועגן אַ שלום־אָפּמאַך מיט ישׂראל, וועלן זיך די אונטערהאַנדלונגען אָנהייבן". און ראַבין האָט צוגעגעבן, אַז די ישׂראל־זיכערהייט איז נישט מחייבֿ אָנצוהאַלטן דעם גאַנצן שטח פֿון רמת־הגולן.
אַ סך זענען געווען דערשטוינט פֿון דער דאָזיקער פּאָזיציע. איך בין נישט געווען צווישן זיי. איך האָב זיך דערמאָנט אין ראַבינס אַ באַזוך אין בוקאַרעשט אין אויגוסט 1979. בעת אַ מיטאָג, וואָס איך האָב געגעבן לכּבֿוד ראַבינען, האָב איך געהערט אַ דיסקוסיע צווישן ראַבינען און דעם הויפּט פֿון דער מיטל־מיזרחדיקער אָפּטיילונג אין רומענישן אויסערן־מיניסטע­ריום, אַמבאַסאַדאָר מאַרטשעל דינו, וועל­כער האָט אויף מאָרגן נאָכן מיטאָג באַגלייט פּרעזידענט טשאַושעסקו קיין סיריע.
דינו האָט געזאָגט צו ראַבינען, אַז טשאַושעסקו וועט מאַכן אַלע אָנשטרענ­גונגען, כּדי איבערצוצײַגן פּרעזידענט אַסאַדן זיך אָנצושליסן צום שלום־אָפּמאַך אין מיטעלן מיזרח, וועלכער האָט זיך אָנ­געהויבן מיטן שלום צווישן ישׂראל און עגיפּטן. דינו האָט צוגעגעבן, אַז כּדי טשאַו­שעסקוס אָנשטרענגונגען זאָלן מצליח זײַן, דאַרף ישׂראל מאַכן אַ וועלכע נישט איז דעקלאַראַציע וואָס זאָל אָנווײַזן, אַז די אונטערהאַנדלונגען מיט סיריע וועלן זיך ענדיקן אויפֿן שטייגער פֿונעם שלום מיט עגיפּטן. ראַבין האָט אים געענטפֿערט: "איך בין איצט נישט אין דער רעגירונג, אָבער דו מעגסט מיך ציטירן, אַז אויך אין צײַט פֿון שלום וועט ישׂראל נישט קענען פֿאַרלאָזן אינגאַנצן דעם גולן. אָבער דאָס הייסט נישט, אַז זי וועט דאַרפֿן בלײַבן אויפֿן גולן וווּ זי געפֿינט זיך איצט".
ראַבין איז נישט געווען גרייט צו באַ­שטימען דעם פֿאַרנעם פֿון ישׂראלס מעגלעכן צוריקצי פֿונעם גולן, אָבער ער האָט גע­זאָגט, אַז ישׂראל וועט עס טאָן נאָכדעם ווי אַסאַד וועט אויפֿקלערן אויף אַן איינדײַטיקן אופֿן, וואָס ער לייגט אַרײַן אינעם וואָרט "שלום" מיט ישׂראל. ישׂראל מיינט מיטן דאָזיקן וואָרט אַ פֿולע נאָרמאַליזאַציע, אָפֿענע גרענעצן און אַ ראַיאָנע עקאָנאָמישע קאָאָפּעראַציע.
דער לעצטער ישׂראל־סירישער אָפֿיציע­לער צוזאַמענטרעף איז פֿאָרגעקומען אין שעפּערדסטאַון, מערבֿ־ווירדזשיניע, אין יאַ­נואַר 2000. דאָרטן האָבן דעם 3טן יאַנואַר די אַמעריקאַנער צוגעשטעלט פֿאַר ביידע צדדים אַ פֿאָרשלאַג פֿאַר אַ סיריש־ישׂראל­דיקן שלום, אין וועלכן עס זענען קלאָר גע­ווען אויסגעדריקט די קעגנזײַטיקע פּאָזיציעס:
גרענעצן — סיריעס שטעלונג: ישׂראל מוז זיך צוריקציִען צו די גרענעצן פֿון 4טן יוני 1967. ישׂראלס שטעלונג: די פּאָזיציע פֿון 4טן יוני איז נישט קיין גרענעץ נאָר אַ וואָפֿנשטילשטאַנד־ליניע פֿון פֿאַר דער זעקסטאָגיקער מלחמה, און די עווענטועלע ענדגילטיקע גרענעץ דאַרף אַרײַננעמען אין חשבון די זיכערהייט און אַנדערע לעבנסוויכטיקע אינטערעסן פֿון ביידע צדדים.
זיכערהייט — סיריע האָט פֿאַרלאַנגט פּאַראַלעלע און גלײַכע זיכערהייט־אײַנ­ריכטונגען און האָט אָפּגעוואָרפֿן די שאַפֿונג פֿון אַ ישׂראלדיקער באָדן־סטאַנציע. ישׂראל האָט פֿאַרלאַנגט מער צעשפּרייטע דעמי­ליטאַריזירטע זאָנעס אויף דער סירישער זײַט און אַ וואָרענונג־סטאַנציע אויפֿן באַרג חרמון, כּדי זי זאָל האָבן גענוג צײַט פֿאַר אַ וואָרענונג אויפֿן פֿאַל פֿון אַן אַגרעסיוון אַקט מצד דער סירישער אַרמיי.
נאָרמאַליזאַציע — סיריע איז געווען גרייט אָנצוקניפּן געוויינטלעכע שלום־באַציִונגען צווישן צוויי שכנותדיקע מדינות אָבער זיך אָפּגעזאָגט אונטערצושרײַבן אָפּמאַכן צווישן ביידע רעגירונגען וועגן נאָרמאַליזאַציע. ישׂראל האָט פֿאַרלאַנגט עס זאָלן געעפֿנט ווערן די גרענעצן און עס זאָלן געשאַפֿן ווערן אַמבאַסאַדעס ווי נאָר ישׂראל וועט אָנהויבן איר צוריקצי.
וואַסער — סיריעס שטעלונג: באָדן און גרענעץ דאַרפֿן באַהאַנדלט ווערן פֿאַר דער פּראָבלעם פֿון די וואַסער־מקורות, וועלכע קענען ווערן באַהאַנדלט נאָר אין דער ראַם פֿון די באַציִונגען צווישן סיריע, ישׂראל, לבֿנון און יאָרדאַניע. ישׂראלס שטעלונג: די וואַסער־מקורות פֿון גולן זענען אַ דריטל פֿון ישׂראלס מקורות און אַ פֿאַרפֿליכטונג נישט צו שטערן די פֿליסונג פֿון וואַסער, האָט די זעלבע ווערט ווי די פּראָבלעמען פֿון זיכערהייט און נאָרמאַלי­זאַציע. ישׂראל מוז האָבן אַ פֿולן קאָנטראָל איבער די וואַסערן פֿון ירדן און כּנרת, אַזוי אַז די וואַסער־מקורות זאָלן בלײַבן אונטער ישׂראלס סוּווערעניטעט.
דעם 10טן יאַנואַר איז פֿאָרגעקומען אַ צווייטע זיצונג און דעם 19טן יאַנואַר האָט געזאָלט פֿאָרקומען אַ דריטע. ערבֿ דער דריטער זיצונג, האָבן די סיריער פּובליקירט די ענדערונגען אין די אַמעריקאַנער פֿאָר­שלאַגן און געמאָלדן, אַז זיי רײַסן איבער די צוזאַמענטרעפֿן. ווי אַ באַדינג צו באַנײַען די צוזאַמענטרעפֿן, האָבן די סיריער פֿאַר­לאַנגט:
1. ישׂראל זאָל זיך פֿאַרפֿליכטן זיך צוריקצוציִען פֿון רמת־הגולן צו דער גרע­נעץ פֿון 4טן יוני 1967, וואָס מיינט, אַז סיריע זאָל באַקומען דעם פֿולן קאָנטראָל איבער דעם טײַך ירדן, איבער אַ טייל פֿון ים־כּנרת ברעג און חמת הגדר.
2. עס וועלן נישט זײַן קיין ישׂראלדיקע וואָרענונג־סטאַנציעס.
3. אויב אַ שלום־אָפּמאַך וועט אונטער­געשריבן ווערן, קאָנען נישט בלײַבן אויפֿן גולן קיין שום ייִדישע ייִשובֿים.
דער סירישער אויסערן־מיניסטער שאַראַ האָט צוגעגעבן, אַז אַ שלום־אָפּמאַך מיט ישׂראל וועט נישט זײַן אַזאַ ווי די שלום־אָפּמאַכן צווישן ישׂראל און עגיפּטן, און יאָרדאַניע; נאָר אַ שלום, ווי אַ "טייל פֿון אַ פֿאַזעס־פּלאַן צו באַפֿרײַען גאַנץ פּאַלעסטינע". שאַראַ האָט צוגעגעבן, אַז די פּראָבלעם פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים דאַרף זײַן אײַנגע­שלאָסן אין די אונטערהאַנדלונגען, ווי אויך די פּראָבלעם פֿון אַנטוואָפֿענונג פֿון נוקלע­אַרן, כעמישן און ביאָלאָגישן געווער אין מיטעלן מיזרח.
אין קעגנטייל צו דער אויפֿפֿירונג פֿונעם עגיפּטישן פּרעזידענט אַנוואַר סאַדאַט און יאָרדאַנישן קעניג כוסיין, האָט פּרעזידענט אַסאַד צוויי מאָל באַליידיקט דעם פּרעמיער אהוד ברק. ערשטנס, האָט אים נישט "גע­פּאַסט" זיך צו טרעפֿן מיט ברקן, און ער האָט געשיקט זײַן אויסערן־מיניסטער. צווייטנס, ער האָט נישט דערלויבט זײַן אויסערן־מיניסטער צו דריקן די האַנט פֿון ברקן. אויף די פּובליקירטע בילדער דורך די אַמעריקאַנער, איז שאַראַ קיין איין מאָל נישט געזעסן נעבן ברקן; שטענדיק איז צווישן אים און שאַראַ געזעסן אַן אַמעריקאַנער.
עמעצער, וואָס איז נישט באַקאַנט מיט דער אמתער לאַגע אין מיטעלן מיזרח האָט פֿון דער סירישער אויפֿפֿירונג געקאָנט באַקומען דעם אײַנדרוק, אַז דווקא סיריע איז דער געווינער פֿון די מלחמות, און ישׂראל איז די וואָס האָט זיי פֿאַרלוירן. די פֿאַקטן אָבער זענען, אַז סיריע האָט געליטן גרויסע מפּלות סײַ אין 1967, סײַ אין 1973 און סײַ אין 1982 און האָט פֿאַרלוירן סײַ דעם גאַנצן רמת־הגולן און סײַ דעם חרמון־באַרג.
אַזוי ווי ישׂראל האָט נישט געקאָנט אָננעמען די סירישע באַדינגונגען, האָבן זיך די אונטערהאַנדלונגען איבערגעריסן. ווי איך האָב שוין דערמאָנט, האָבן אין סעפּ­טעמבער 2004 זיך אָנגעהויבן די נישט אָפֿי­ציעלע אונטערהאַנדלונגען מיט איבראַהים סולימאַן, און אין אַפּריל, בעת זײַן באַזוך אין ישׂראל, האָט ער אַנטפּלעקט געוויסע פּרטים.
אין די אונטערהאַנדלונגען, וועלכע האָבן געזאָלט זײַן אַ ריי רעקאָמענדאַציעס פֿאַר די פֿירער פֿון ביידע מדינות, זענען ביידע צדדים געקומען צו אַ פֿאַרשטענדעניש, אַז פֿאַר סיריע איז לעבנסוויכטיק, אַז ישׂראל זאָל זיך צוריקציִען צו אירע גרענעצן פֿון 1967, נישט באַצייכענענדיק גענוי וווּ די גרענעץ וועט דורכגיין; און פֿאַר ישׂראל איז לעבנסוויכטיק, אַז פּונקט זי זאָל הערשן איבער די וואַסערן פֿון כּנרת און אויף די בערג פֿון ירדן.
סולימאַן האָט פֿאָרגעשלאָגן, אַז די שטחים וואָס ישׂראל פֿאַרלאַנגט זיי זאָלן בלײַבן בײַ איר, זאָלן ווערן אַ פּאַרק פֿאַר טוריסטן, וואָס זײַן מיזרחדיקער פּאַס וועט באַשטימט ווערן דורך ביידע צדדים. וואָס שייך די שטאַפּלען פֿון ישׂראלס צוריקצי קענען זיי באַשטימט ווערן דורך ישׂראל גופֿא, און די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿט וועט קאָמ­פּענ­סירן ישׂראל פֿאַר אירע פֿאַרלוסטן. די קאָנטראָל־סטאַנציעס אויפֿן באַרג חרמון וועלן זיך געפֿינען אין די הענט פֿון די אַמע­ריקאַנער און דער "יו־ען", וועלכע וועלן באַריכטן צו סיריע און צו ישׂראל.
עס איז אַרויפֿגעבראַכט געוואָרן די מעגלעכקייט פֿון בײַטן שטחים. צום בײַ­שפּיל, די יאָרדאַניער וואָלטן איבערגעגעבן סיריע די סירישע שטחים, אַז די סיריער זאָלן איבערלאָזן דעם גולן צו ישׂראל, ווי אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַר דעם, וואָלט ישׂראל איבערגעגעבן צו יאָרדאַניע די שטחים אין מדבר. דער ישׂראלדיקער צד האָט אונטערגע­שטראָכן, אַז קאַצרין מוז בלײַבן אין ישׂראלס הענט.
אין פֿאַרלויף פֿון די געשפּרעכן, האָט זיך סולימאַן אויסגעדריקט צווישן אַנדערן, אַז ער וויל אויסאַרבעטן פֿאַר ישׂראל און סיריע אַ גוטן הסכּם, וועלכער וועט ווערן צוגעשטעלט דער אַמעריקאַנער רעגירונג, און וועט דאַן פֿאָרגעשטעלט ווערן צו דער עפֿנטלעכקייט ווי אַן אַמעריקאַנער איניציאַטיוו.
ס׳איז אויך וויכטיק, וואָס סולימאַן האָט באַטאָנט, אַז אַן עווענטועלער שלום מיט סיריע וועט אויך ברענגען צו אַ שלום מיט לבֿנון, דערנענטערן צו אונדז סאַודיע און אירע שכנים, און אַז "כעזבאָלאַ", "כאַמאַס" און "דזשיהאַד" וועלן אויפֿהערן צו זײַן פֿאַקטאָרן. וואָס איז נישט ווייניקער וויכטיק איז, אַז אַ שלום מיט סיריע וואָלט געקאָנט ברענגען צו אַ שפּאַלטונג צווישן סיריע און איראַן. סולימאַן האָט עס נישט דערמאָנט, אָבער פֿאַר אונדז איז עס אַ וויכטיקער ענין.
אין פֿאַרלויף פֿון די געשפּרעכן האָט סולימאַן באַטאָנט, אַז סיריע וויל אויך אונטערהאַנדלען מיט ישׂראל די פּראָבלעם פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים. די דאָזיקע פּראָבלעם קען דמשׂק לײַכט לייזן, פֿאָר­שלאָגנדיק אַלע פּאַלעסטינער פּליטים וואָס וווינען אין סיריע, די סירישע בירגער­שאַפֿט.
און אפֿשר די וויכטיקסטע בשׂורה, וואָס איבראַהים סולימאַן האָט געבראַכט דער כּנסת איז געווען דאָס, אַז דמשׂק איז נישט גרייט צו קיין מלחמה, וויל נישט קיין מלחמה מיט ישׂראל און איז מסכּים צו באַצאָלן אַ געוויסן פּרײַז פֿאַר אַ שלום מיט ישׂראל, כּדי זיך צו באַפֿרײַען פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן דרוק, אונטער וועלכן זי געפֿינט זיך איצט.