בלויז געציילטע שעהן האָט עס גענומען בײַם פּרעמיער און בײַ דער רעגירונג פֿון מדינת־ישׂראל צו באַשליסן אַרויסצוגיין אין דער מלחמה קעגן "כעזבאָלאַ" און אָנצוגרײַפֿן לבֿנון. עס האָט אָבער גענומען 34 טעג פֿון בלוטיקע שלאַכטן, מיט 166 ישׂראלדיקע הרוגים און הונדערטער פֿאַרוווּנדיקטע, ווי אויך אַ סך אַ גרעסערע צאָל הרוגים בײַם פֿײַנט, מיט טויזנטער צעשמעטערטע הײַזער און מיליאָנען נפֿשות געטריבענע אין טויט-שרעק אונטער דעם האָגל פֿון ראַקעטעס און קאַטיושעס פֿון איין זײַט, און אונטער די באָמבעס פֿון דער אַנדערער — און מער ווי אַכט חדשים פֿון שלאָגן זיך מיט דער דעה — כּדי ענדלעך צו באַשליסן, אַז דאָס איז געווען אַ מלחמה.
און נאָך אַ צאָל טעג האָט געדויערט, ביז וואַנען די מיניסטאָרן-קאָמיסיע "פֿאַר סימבאָלן און צערעמאָניעס" האָט געדאַרפֿט באַשליסן ווי אַזוי אַ נאָמען צו געבן דער דאָזיקער מלחמה; אַ נאָמען פֿון "פּאָסט מאָרטום"... כּדי אויף די מצבֿות פֿון די הרוגים און אויף די אָנדענק-לוחות זאָל ענדלעך קענען אויסגעקריצט ווערן, אַז זיי זענען געפֿאַלן אין דער מלחמה — און נישט סתּם אין דער וועלט אַרײַן, אָן אַ פֿאַר וואָס און אָן אַ פֿאַר ווען.
אויב די רעגירונג האָט זיך ביז איצט נישט געקענט דעצידירן ווי אַזוי אַ נאָמען צו געבן די אומוויליק געבוירענע קאַטאַסטראָפֿע — ווי זי איז צום סוף באַצייכנט געוואָרן דורך זייער מאָסגעבנדיקע פֿאַקטאָרן — האָט אָבער דאָס פֿאָלק זי פֿון ערשטן טאָג אָן שוין באַקרוינט מיטן נאָמען "די צווייטע לבֿנונישע מלחמה". אָבער אין די זוכענישן פֿון אַ נאָמען האָבן די צוויי אָנוועזנדיקע מיניסטאָרן אויף דער זיצונג (פֿון די 9 מיטגלידער פֿון דער קאָמיסיע!) זיך אַרומגעזען, אַז — ווי קאָן מען דאָס רעדן וועגן אַ צווייטער מלחמה, ווען עס איז דאָך קיין ערשטע נישט געווען... ווײַל, יענע ערשטע מלחמה, וואָס האָט געדויערט 18 יאָר און האָט נאָך נישט געוווּסט, אַז עס וועט זײַן אַ צווייטע, איז דאָך געווען נישט מער ווי אַן "אַקציע" אונטערן נאָמען "מבצע שלום הגליל" — "אַן אָפּעראַציע פֿאַר אַ שלום אין גליל", באַשטימט נאָר אויף 48 שעה.
ווייסן מיר נאָך נישט ווי אַזוי עס וועט זיך איצט ענדיקן די סעמאַנטישע מלחמה און וואָס פֿאַר אַ נאָמען די צוויי (אָדער אפֿשר מער) מיניסטאָרן-קעפּ וועלן אויסטראַכטן פֿאַר אָט דער לעצטער "געלונגענער אָפּעראַציע", פֿון וועלכער דער חולה איז אַרויס אַזוי שווער פֿאַרוווּנדיקט און פֿאַר וועלכער ער זוכט שוין נײַע דאָקטוירים, נייע כירורגן. עס איז אָבער קיין ספֿק נישט, אַז דער מוח פֿון דעם פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט רוט נישט און ער וועט שוין אויסטראַכטן אַ נײַע "וויזיע", אַ נײַע הבֿטחה פֿאַר דער בלאָנדזשענדיקער עדה, וועלכע וואַרט צוזאַמען מיט אים אויף... ווינאָגראַדן.
צום שבֿח פֿון דעם פּרעמיער-מיניסטער דאַרף געזאָגט ווערן, אַז ער איז געבליבן אַן אומפֿאַרבעסערלעכער אָפּטימיסט און פֿאַרלירט נישט זײַן זעלבסטזיכערקייט אַפֿילו ווען די ווינאָגראַד-קאָמיסיע האָט שוין מגלה געווען, אַז דער אָנפֿירנדיקער דרײַלינג — דער פּרעמיער, דער זיכערהייטס-מיניסטער און דער דעמיסיאָנירטער שעף פֿונעם גענעראַל־שטאַב זענען שוין געוואָרן אָנגעצייכנט אין דעם באַריכט ווי די פֿאַראַנטוואָרטלעכע פֿאַר דעם דורכפֿאַל ווייניקסטנס אין די ערשטע פֿינף טעג פֿון דער מלחמה (יאָ, פֿון דער מלחמה). און צום שבֿח פֿון אהוד אָלמערטן דאַרף אויך געזאָגט ווערן, אַז ער פֿאַרלירט נישט זײַן זעלבסטזיכערקייט אַפֿילו אויך מחמת דעם קאַטאַסטראָפֿאַלן צושטאַנד פֿון זײַן "רייטינג", זײַן פּאָפּולאַריטעט, וואָס איז אַראָפּגעפֿאַלן ביזן דנאָ אין די טעסטן פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג. ער האָט אויך געוווּסט אויסצונוצן זײַן נישט־פּאָפּולאַריטעט אין זײַן סאַמע פּאָפּולערסטער רעדע — ווי אַן אַרגומענט אויף צו פֿאַרשטאַרקן די עמפּאַטיע און צו הייבן זײַן פּאָפּולאַריטעט. ווי פּאַראַדאָקסאַל דאָס זאָל נישט קלינגען, איז דאָס געווען אַ קלוגער, אַ געלונגענער טריק צו באַרעכטיקן די דורכפֿאַלן פֿון זײַן פּאָליטיק און פֿון זײַנע האַנדלונגען.
* * *
אין דעם פּאָליטישן פֿאָלקלאָר פֿון מדינת־ישׂראל ווערט שמעון פּערעס באַצייכנט ווי "דער מנצח אין די פּובליק-טעסטן — די טעסטן פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג — און 'לוזער', פֿאַרלירער, אין די וואַלן". דאָס איז אויך געשען מיט זײַן פּרוּוו מיט זיבן יאָר צוריק אויסגעוויילט צו ווערן ווי דער פּרעזידענט פֿון ישׂראל. כאָטש אַ גרויסע מערהייט פֿון די כּנסת-דעפּוטאַטן האָבן אים פֿאַרזיכערט, אַז זיי וועלן שטימען פֿאַר אים אין דער געהיימער אָפּשטימונג — האָט אים אָבער די זעלבע "מערהייט" פֿאַרראַטן און אויסגעוויילט (מיט אַן איבערוואָג פֿון 7 שטימען) דעם קעגן-קאַנדידאַט, משה קצבֿ פֿון "ליכּוד".
דאָס מאָל, קאַנדידירנדיק אויף ס'נײַ צו דעם געגאַרטן העכסט-בכּבֿודיקן אַמט, וויל זיך פּערעס נישט פֿאַרלאָזן מער אויף די בלויזע הבֿטחות פֿון זײַנע געטרײַע קאָלעגן. דעריבער וויל זײַן איצטיקע פּאַרטיי, די "קדימה", אַדורכפֿירן אין דער כּנסת אַ געזעץ צו ענדערן די שיטה — דורך אַן אָפֿענער אָפּשטימונג, כּדי צו פֿאַרזיכערן זײַן אויסוואַל. אין אַ געוויסער מאָס איז דאָס אפֿשר דער פֿאַרבאָרגענער ווילן פֿון די געוועזענע, און אין האַרצן פֿאַרבליבענע, רעוויזיאָניסטן פֿון "ליכּוד" אין דער הײַנטיקער "קדימה", נישט צו לאָזן פּערעסן ירשענען אהוד אָלמערטן ווי פּרעמיער, נאָר ליבערשט לאָזן אים ירשענען משה קצבֿן ווי פּרעזידענט. דאָס מיינט: נישט דערמעגלעכן אים איבערצונעמען דעם פּראַקטישן רודער פֿון דער מדינה. און דאָס מאָל שוין נישט ווי אַ "לוזער".
די דאָזיקע היפּאָטעטישע מעגלעכקייט איז אַרויסגעשוווּמען אין שײַכות מיט דער גאָר שטאַרק געפֿאַלענער פּאָפּולאַריטעט פֿון אהוד אָלמערטן — פון 3 ביז 4 פּראָצענט אונטערשטיצונג אין די פּובליק-טעסטן נאָך דעם פֿאַרעפֿנטלעכטן אָנזאָג פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע וועגן די אויספֿירונגען בנוגע די ערשטע פֿינף טעג פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה. דאַקעגן — דער געוועזענער לאַנגיאָריקער און צו מאָל דער "אייביק צײַטווײַליקער מנהיג" פֿון דער אַרבעט-פּאַרטיי אין אירע אַלע גילגולים פֿון מפּא"י — מערך — עבֿודה, און איצט אין "קדימה", פֿאַרטרעטער פֿון דעם פּרעמיער-מיניסטער אין דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט, געניסט ער אויף ס'נײַ פֿון דער העכסטער פּאָפּולאַריטעט, נאָך ציפּי ליבֿני.
די פּאָטענציעלע קאַנדידאַטור פֿון שמעון פּערעסן צו ירשענען אָלמערטן — אפֿשר נאָר דערווײַל, צײַטווײַליק, ביז צו די קומענדיקע וואַלן — ווערט שטילערהייט אַרויסגערוקט אין דער פּאַרטיי, בײַ דער זײַט פֿון דער נאָך מער פּאָפּולערער אויסערן-מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני. די איראָניע פֿונעם גורל איז איצט אָבער עלול אַוועקצושטעלן פּערעסן פֿאַר דער דילעמע צווישן די צוויי מעגלעכע קאַנדידאַטורן: ווי פּרעמיער אָדער ווי פּרעזידענט. אָפּהענגיק פֿון דעם, וואָס וועט קומען פֿריִער...
אין אַן אינטערוויו אין ראַדיאָ, ווען אַ זשורנאַליסט האָט אים וועגן דעם געפֿרעגט, האָט ער מיט זײַן צינישן הומאָר געענטפֿערט, אַז ער האָט אייגנטלעך דרײַ אָפּציעס אויסצוקלײַבן אויף וואָס ער זאָל זיך פֿאַרמעסטן: אויף אַ פּרעזידענט, אַ פּרעמיער אָדער אַ שיינהייטס-קעניגין...
אין אַ קאַריקאַטור, וואָס איז דערשינען פֿאָריקע וואָך אין איינער פֿון די העברעיִשע צײַטונגען, זעען מיר שמעון פּערעסן ווי ער קומט אַנטקעגן מיט אַ ברייטן "שלום-עליכם, מיידלעך" — די דריי באַקאַנטע פֿרויען פֿון דער פּאָליטיש-געזעלשאַפֿטלעכער אַרענע: די געוועזענע מיניסטאָרין שולמית אלוני פֿון מר"צ, די כּנסת-דעפּוטאַטין, געוו. ישׂראל-קאָנסול אין ניו-יאָרק, קאָלעט אַבֿיטל פֿון "עבֿודה" און די כּנסת-דעפּוטאַטין מאַרינאַ סאָלאָדקין פֿון "קדימה". די דרײַ גייען פּערעסן אַנטקעגן מיט אַ ביטערן שמייכל, באַהאַלטנדיק יעדע איינע הינטער זיך אַ קלאָץ צו דערלאַנגען אים איבערן קאָפּ.
די קאַריקאַטור איז דערשינען צומאָרגנס נאָך דעם ווי קאָלעט אבֿיטל האָט אויף אַ פּרעסע-קאָנפֿערענץ אָפֿיציעל אָנגעמאָלדן איר קאַנדידאַטור צום אויסוואַל פֿון דעם קומענדיקן מדינה-פּרעזידענט, אויפֿן אָרט פֿון דעם איצטיקן נשׂיא, וועמענס קאַדענץ דאַרף זיך פֿאַרענדיקן אין חודש אויגוסט, אויב נישט פֿריִער, מחמת די באַקאַנטע סיבות פֿון זײַן איצטיקער יורידישער סיטואַציע.
אויף דער פּרעסע-קאָנפֿערענץ זענען די צוויי באַגלייטנדיקע פֿרויען געזעסן נעבן קאָלעט אבֿיטל, צוזאַמען מיט אַנדערע פֿרויען, דעפּוטאַטינס אויך פֿון אַנדערע פּאַרטייען, אַפֿילו פֿון דער פֿײַנטלעכער אָפּאָזיציע, וועלכע ווילן זען אַ פֿרוי אויפֿן רעפּרעזענטאַטיוון העכסטן אַמט פֿון דער מדינה.
* * *
מיט אַן ענלעכער סתּירה — כאָטש פֿון אַן אַנדערן כאַראַקטער — צייכנט זיך אויס דער פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט: אַ סתּירה צווישן זײַנע רייד און די האַנדלונגען. אַ סתּירה, וואָס איז, אגבֿ, כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די מערסטע פּאָליטיקער, אָבער דאָס מאָל איז דאָס געקומען צום בולטסטן אויסדרוק אין זײַן דראַמאַטישן אויפֿטריט, אין דעם שאַרפֿן אונטערשיד צווישן דער זייער פּאָפּולערער רעדע און זײַן נישט זייער פּאָפּולערן צושטאַנד.
עס איז געוואָרן אַ יאָר נאָך די וואַלן, וואָס האָבן אָלמערטן געגעבן דעם עלעקטאָראַלן מאַנדאַט צו ירשענען דעם מאַכטלאָזן אַריאל שרון. אָלמערט האָט אין די וואַלן צו דער איצטיקער (17טער כּנסת) אָנגעצויגן פֿאַר דער "קדימה" 29 מאַנדאַטן ווי די גרעסטע פּאַרטיי אין לאַנד, כאָטש די פּובליק-טעסטן האָבן געהאַט אָנגעזאָגט אַזש 45. דאָס אָפּגעלאָפֿענע ערשטע יאָר פֿון דער רעגירונג אונטער אָלמערטס אָנפֿירונג האָט זיך אויסגעצייכנט מיט דער טראַגעדיע פֿון דער "צווייטער לבֿנונישער מלחמה", ווי עס רופֿט זי אָן דאָס פֿאָלק, און — מיט אָלמערטס דיבורים און הבֿטחות, וואָס זענען "פֿרײַ" פֿון פּאָליטישער חכמה און פֿון רעאַלער דעקונג. זײַן ערשטע דעקלאַראַציע איז געווען וועגן זײַן "פּלאַן פֿון דער אײַנשליסונג" — פֿון דער איינזײַטיקער אויפֿלייזונג פֿון 75% פֿון די קאָלאָניסטישע זידלונגען אויף די "שטחים" און עוואַקואַציע פֿון 75,000 זידלערס — פֿון וואָס ער האָט זיך קורץ נאָכדעם צוריקגעצויגן; דערנאָך איז געקומען די מיליטאַנטישע רעדע נאָכן דערעפֿענען די מיליטערישע "אָפּעראַציע" אין דרום-לבֿנון, און אויפֿן 12טן טאָג זײַן "נצחון-רעדע"; דערנאָך די דערקלערונג, אַז ישׂראל קען נישט אַנטקעגנקומען די כּסדרדיקע פֿאָרשלאַגן פֿון סיריע וועגן עפֿענען שלום-געשפּרעכן, "ווײַל וואַשינגטאָן איז קעגן קאָנטאַקטן מיט סיריע"; לעצטנס, זײַן פּאָזיטיווער אַרויסזאָג וועגן דער שלום-איניציאַטיוו פֿון סאַודי-אַראַביע — מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג פֿון פֿינף יאָר, אין וועלכע די אַראַבישע באַדינגונגען זענען מיט דער צײַט געוואָרן פֿאַרשאַרפֿט.
מיט צוויי וואָכן צוריק האָט אָלמערט פֿײַערלעך צוגעזאָגט דעם פֿאָרזיצער פֿון דער הסתּדרות אַ לייזונג אין משך פֿון געציילטע טעג פֿאַר די אַרבעטער פֿון די שטאָטראַטן, וועלכע האָבן שוין חדשים-לאַנג זייער געהאַלט נישט באַקומען — און איצט שטייט די מדינה פֿאַר אַ גענעראַל-שטרײַק צוליב דער נישט־דערפֿילטער הבֿטחה.
אין זײַן רעדע פֿאַר דער צענטראַלע פֿון זײַן פּאַרטיי האָט אָלמערט אומצאָליקע מאָל איבערגעחזרט, אַז — "יאָ, איך בין נישט פּאָפּולער, ווײַל איך אַרבעט טאָג און נאַכט פֿאַר דער מדינה". עס וואָלט דעריבער געווען אַ יושר אַז דער פּרעמיער זאָל אויסנוצן זײַן נישט-פּאָפּולאַריטעט פֿאַר דער נישט-פּאָפּולערער, אָבער לעבנסוויכטיקער באַדערפֿעניש אויפֿצולעבן די שלום-איניציאַטיוו אין דער איצטיקער פֿאַרפּלאָנטערטער סיטואַציע פֿון געפֿאַרן — און אויך פֿון געלעגנהייטן, וואָס טאָרן כאָטש דאָס מאָל נישט ווערן פֿאַרפּאַסט, און צו פֿאַרמײַדן אַ נײַע מלחמה — מיט אָדער אָן אַ נאָמען.
תּל-אָבֿיבֿ, דער 20סטער מערץ, 2007