- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין פֿאַרלויף פֿון זײַן באַזוך אין ישׂראל און אין די פּאַלעסטינער שטחים אין יאַנואַר דאָס יאָר, האָט פּרעזידענט בוש אויסגעדריקט זײַן וווּנטש, אַז די ישׂראל־פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלונגען זאָלן ברענגען צו אַ שלום־אָפּמאַך צווישן ביידע צדדים, מיט דער שאַפֿונג פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה, ביז סוף יאָר 2008. אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אין ירושלים, האָט פּרעזידענט בוש אוטערגעשטראָכן, אַז ער האָט קלאָר געמאַכט אהוד אָלמערטן און אַבו מאַזענען, אַז זיי מוזן מאַכן פּראָגרעס אויף 4 פּאַראַלעלע דרכים. בעת מיר פֿײַערן 60 יאָר מדינת־ישׂראל, קען מען מאַכן דעם חשבון מיט די ווערטער: קאָלאָסאַלע דערגרייכונגען און באַאומרויִקנדיקע דערשײַנונגען. טעאָדאָר הערצל האָט פֿאַרשריבן אין זײַן טאָגבוך נאָכן ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין יאָר 1897 דאָס פֿאָלגנדיקע: "צו רעזומירן דעם קאָנגרעס אין איין פּסוק — אַ זאַך, וואָס איך וואָלט נישט געוואַגט צו טאָן עפֿנטלעך — דאַרף געזאָגט ווערן, אַז אין באַזעל האָב איך געשאַפֿן די ייִדישע מדינה. דער חורבן, גוט באַקאַנט אויף דער גאָרער וועלט מיטן העברעיִשן באַגריף "שואה", איז דער באַצייכענונגס־נאָמען פֿאַר דער סיסטעמאַטישער פֿאַרניכטונג פֿון ייִדישן פֿאָלק, וואָס די נאַציס און זייערע קאָלאַבאָראַטאָרן האָבן דורכגעפֿירט אין פֿארלויף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות זענען נישט געווען קיין זעלטענע דערשײַנונג אין דער ייִדישער געשיכטע. אָבער דער חורבן איז געוואָרן אַן אויסנאַמלעכע געשעעניש מיט זײַן דימענסיע, מעטאָדן און אויך מיט דער אידעאָלאָגיע, וואָס האָט עקזיסטירט הינטער אים: ער איז געווען אַ ראַסיסטישער און נישט קיין רעליגיעזער. דעם 5טן יולי 1950 האָט די כּנסת באַשטעטיקט דעם "חוק השבֿות" — דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ, לויט וועלכן יעדער ייִד האָט דאָס רעכט עולה צו זײַן קיין ישׂראל. דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ איז דער צענטראַלער יורידישער אויסדרוק, אַז מדינת־ישׂראל איז די מדינה פֿון ייִדישן פֿאָלק. דאָס אָננעמען דעם רעפּאַטריאַציע־געזעץ איז געווען אַ נאַטירלעכע אַנטוויקלונג פֿון דעם, דער ייִדישער וועזן פֿון מדינת־ישׂראל איז אַ וויכטיקער און בכּבֿודיקער פֿאַקטאָר בײַם פֿאָרמירן איר אויסערן־פּאָליטיק. עס האַנדלט זיך סײַ וועגן דעם בונד צווישן ישׂראל און דעם ייִדנטום און זייער קעגנזײַטיקער שטיצע, סײַ וועגן דער השפּעה פֿון דער ייִדישער געשיכטע און איר ירושה אויף די וויכטיקע פּראָבלעמען אין דער אויסערן־פּאָליטיק; און סײַ וועגן דעם אויסזען פֿון דער מדינה, וואָס עס שאַפֿט דער דאָזיקער בונד בײַ די פֿעלקער פֿון דער וועלט, און די ווירקונג וואָס דאָס האָט אויפֿן צוגאַנג פֿון די דאָזיקע פֿעלקער אין זייער באַציִונג צו ישׂראל. ווי אָנגעהעריקע צו דער דריטער וועלט, ווערן באַטראַכט די לענדער פֿון אַפֿריקע, אַזיע (אַחוץ יאַפּאַן, וועלכע געהערט צו די 8 רײַכסטע לענדער אויף דער וועלט) און דרום (לאַטײַן)־אַמעריקע. איך דערמאָן זיך גוט, אַז ווען איך בין אין יאַנואַר 1959 צוריקגעקומען קיין ירושלים פֿון מײַן שליחות ווי דער ערשטער סעקרעטאַר אין דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין לימאַ, פּערו, האָב איך דערוואַרט מען זאָל מיר געבן אַ שטעלע אין דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער אָפּטיילונג פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום. נאָכן איבערגעבן דאַלעסן די "נאָטע", האָט אַבא אבֿן צוגעגעבן מינדלעך, אַז אַ פֿאַרבינדונג פֿון ישׂראל מיט "נאַטאָ" וואָלט געווען אַ פּאַסיקער פֿאָרשריט. ישׂראל האָט פּרובירט באַהאַנדלען די פּראָבלעם מיט ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און איטאַליע, ווי אויך מיט קאַנאַדע, וואָס האָט זיך דערווײַל אָנגעשלאָסן אין "נאַטאָ" און וואָס אירע באַציִונגען מיט ישׂראל זענען זייער גוטע. עס איז אָבער גאָרנישט אַרויס פֿון דעם. פֿון אירע ערשטע טעג איז ישׂראל, ווי אַ מדינה, געבליבן איזאָלירט אין איר געגנט. ישׂראל איז פֿון די איינצעלנע מדינות וואָס — אַ חוץ איר מיטגלידערשאַפֿט אין דער "יו־ען" און אין אירע ספּעציעלע סטרוקטורן — געהערט זי נישט צו קיין שום פֿילזײַטיקן לענדער־בונד, פֿאַרטיידיקונג־בונד אָדער אַ געאָגראַפֿישער גרופּע. אין יאָר 1988 איז דזשאָרדזש בוש, דער פֿאָטער, דערוויילט געוואָרן ווי פּרעזידענט, און בעת זײַן קאַדענץ איז פֿאָרגעקומען די ערשטע איראַקער מלחמה, צווישן דעם 17טן יאַנואַר און דעם 25סטן פֿעברואַר 1991. נאָך דער איראַקער מלחמה איז פּרעזידענט בוש געווען איבערצײַגט, אַז סאַדאַם כוסיינס מפּלה האָט געבראַכט ענדערונגען אין מיטעלן מיזרח און געשאַפֿן נײַע געלעגנהייטן. אין די מלחמות, אינטיפֿאַדעס און שלום־פּראָצעסן האָבן פֿאַר ישׂראל געהאַט אַ גרויסע וויכטיקייט אירע באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, וואָס האָט אָנערקענט ישׂראל 11 מינוט נאָכדעם ווי זי איז פּראָקלאַמירט געוואָרן. די דאָזיקע באַציִונגען זײַנען פֿאַרשיידנאַרטיקע און פֿילזײַטיקע. זיי פֿאַרמאָגן היסטאָרישע, קולטורעלע און רעליגיעזע, פּאָליטישע און זיכערהייט־קאָמפּאָנענטן און זענען כאַראַקטעריזירט דורך אַ בונד צווישן ישׂראל און דעם אַמעריקאַנער ייִ (סוף פֿון פֿריִערדיקן פֿון נומער) עס איז פֿאַראַן אַ מחלוקת לגבי די מאָטיוון פֿון סאַדאַטן צו קומען קיין ירושלים, אָן זיך באַראַטן מיט אַנדערע אַראַבישע פֿירער און אַפֿילו אָן זיך רעכענען מיט זייער מיינונג. דער אמת איז, אַז דרײַ טעג פֿאַרן קומען קיין ירושלים, האָט ער גערעדט מיטן סירישן פּרעזידענט האַפֿעז אַסאַד, אָבער זיך נישט גערעכנט מיט זײַן מיינונג. דער אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער, הענרי קיסינדזשער, איז בײַ דער מיינונג, אַז דער דעצידירנדיקסטער פֿאַקטאָר אין סאַדאַטס פֿילאָסאָפֿיע איז געווען דער סטראַטעגישער געדאַנק, דער שלום־פּראָצעס צווישן ישׂראל און די אַראַבער האָט זיך אָנגעהויבן נאָך פֿאַר דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקייט. דער ערשטער צוזאַמענטרעף צווישן אַ ישׂראלדיקער אָפֿיציעלער פּערזענלעכקייט און אַן אַראַבישן פֿירער איז פֿאָרגעקומען 12 טעג פֿאַרן באַשלוס פֿון דער "יו־ען" צו צעטיילן ארץ־ישׂראל אויף צוויי מדינות: אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע. אין נהריים, וואָס האָט זיך געפֿונען אין יאָרדאַנישן קעניגרײַך — האָט זיך געפֿונען די עלעקטרישע אונטערנעמונג "חבֿרת החשמל" (די עלעקטרישע געזעלשאַפֿט) געשאַפֿן אין די יאָרן 1926—1932 דורכן אינזשיניער פּינחס רוטענבערג אויף די ברעגן פֿון צוויי טײַכן: דעם ירדן און דעם יאַרמוך — האָבן זיך, |