פּאָליטיק

דער ייִדישער וועזן פֿון מדינת־ישׂראל איז אַ וויכטיקער און בכּבֿודיקער פֿאַקטאָר בײַם פֿאָרמירן איר אויסערן־פּאָליטיק. עס האַנדלט זיך סײַ וועגן דעם בונד צווישן ישׂראל און דעם ייִדנטום און זייער קעגנזײַ­טיקער שטיצע, סײַ וועגן דער השפּעה פֿון דער ייִדישער געשיכטע און איר ירושה אויף די וויכטיקע פּראָבלעמען אין דער אויסערן־פּאָליטיק; און סײַ וועגן דעם אויסזען פֿון דער מדינה, וואָס עס שאַפֿט דער דאָזיקער בונד בײַ די פֿעלקער פֿון דער וועלט, און די ווירקונג וואָס דאָס האָט אויפֿן צוגאַנג פֿון די דאָזיקע פֿעלקער אין זייער באַציִונג צו ישׂראל.

זייער וועזנטלעכער אויסדרוק פֿון דער דאָזיקער שותּפֿות אויפֿן פּאָליטישן געביט איז געקומען צום אויסדרוק אין יאָר 1947, בעתן גלאָבאַלן קאַמף פֿון די ייִדן צו דערשלאָגן זיך, אַז די "יו־ען" זאָל אָננעמען דעם פֿאָרשלאָג פֿון דער קאָמיסיע פֿאַר די ענינים פֿון ארץ־ישׂראל, צו צעטיילן דעם שטח אויף צוויי מדינות — אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע.

פֿאַקטיש, האָט דעמאָלט יעדער ייִדישער פֿאַקטאָר, וואָס האָט געהאַט קאָנטאַקטן און די מעגלעכקייטן, זיך אײַנגעשפּאַנט צו אַק­טויִרן אַנטקעגן די מדינות, וואָס זענען געווען מיטגלידער אין דער "יו־ען", זיי זאָלן שטימען פֿאַרן חלוקה־פּלאַן. קעגן דעם ייִדישן פֿאָלק האָט זיך געשטעלט אַ געאייניקטער לאַגער פֿון אַראַבישע און מוסולמענישע מדינות. אמת, אַז כּדי צו דערגרייכן דעם ציל, האָבן די ייִדן געהאַט, בעיקר, די הילף פֿון די פֿאַר­אייניקטע שטאַטן, פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד און די לענדער פֿון לאַטײַן־אַמעריקע. די ייִדן האָבן מצליח געווען אַרויפֿצוברענגען, און אַפֿילו אויפֿצוּוועקן, געפֿילן פֿון חרטה בײַ דער קרימינעל־גלײַכגילטיקער באַציִונג פֿון דער וועלט, וואָס זי האָט אַרויסגעוויזן צום חורבן. ווי אַ המשך פֿון זייער היסטאָרישער שטיצע פֿאַר דעם חלוקה־פּלאַן, האָבן די ייִדן איבער דער וועלט באַשאָנקען מדינת־ישׂראל מיט אַ כּסדרדיקן אויפֿמערק אויף יעדער געביט: פּאָליטישן, אויפֿקלערערישן, עקאָנאָמישן און אימיגראַציע. נאָך מער האָט זיך עס אויסגע­דריקט אין די צײַטן פֿון אַלע מלחמות קעגן ישׂראל און דעם אַראַבישן בויקאָט.

שטעלנדיק זיך הינטער דער מדינה, ווי איין מענטש, האָבן די ייִדן פֿון דער וועלט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ווערטיקן שותּף פֿון אַלע נצחונות. זיי האָבן געשטיצט ישׂראל אין אַלע באַמיִונגען צו דערגרייכן אַ שלום און אין אירע פּאָזיציעס אַנטקעגן די קאָנטראָ­ווערסיעלע פּראָבלעמען מיט די אַראַבער. אין די לעצטע יאָרן האָבן די קריגערײַען אין ישׂראל וועגן די גרענעצן, פּליטים און ירושלים געפֿונען אויך אַן אויסדרוק אין אויסלאַנד, באַ­זונדערס, צווישן די ייִדן אין אַמעריקע. די אָרגאַניזאַציעס צו העלפֿן ישׂראל אין אַלע געביטן געפֿינען זיך, בעיקר, אין די פֿאַראיי­ניקטע שטאַטן, כאָטש אויך אין קאַנאַדע, ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך קען מען עס פֿילן. די הויפּט ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זענען טעטיק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זענען: "די פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס", "די פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות", "דער ייִדישער וועלט־קאָנגרעס", "דער ייִדיש־אַמעריקאַנער קאָמיטעט", "די ליגע קעגן באַשמוציקונג" און דער "אייפּעק" — די פּראָ־ישׂראלדיקע שתּדלנות־אָרגאַניזאַציע.

עס איז קיין צווייפֿל נישט, אַז אין דער איבערקערעניש אויפֿן געביט פֿון מיליטערי­שער צוזאַמענאַרבעט צווישן ישׂראל און אַמעריקע — פֿון טאָטאַלן עמבאַרגאָ אויף גע­ווער אין יאָר 1948 און דעם דירעקטן פֿאַרקויפֿן עראָפּלאַנען אין יאָר 1968 ביז צו דער איצטיקער כּמעט אומבאַגרענעצטער געווער־פֿאַרזאָרגונג — האָבן די ייִדן פֿון אַמעריקע אַ גרויסן טייל. זיי האָבן געשפּילט אַ בכּבֿודיקע ראָלע אין פֿאַרפֿעסטיקן די זיכערהייט פֿון ישׂראל. די ייִדן פֿון אַמעריקע האָבן אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן צונישט־געמאַכט אַ צאָל געווער־געשעפֿטן פֿון די אַראַבישע לענדער, וואָס האָבן פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַ סכּנה צו מדינת־ישׂראל.

די ייִדן פֿון דער וועלט, בעיקר, פֿון די הויפּט־מערבֿדיקע לענדער, האָבן געהאָלפֿן ישׂראל צו באַקומען עקאָנאָמישע הילף אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים: מתּנות, הלוואות, באָנדס־פֿאַרקויף, האַנדל־אָפּמאַכן. אויך דער פֿאַרגיטיקונג־אָפּצאָל פֿון דײַטשלאַנד איז דערגרייכט געוואָרן צוזאַמען מיט די פֿירער פֿונעם וועלט־ייִדנטום. אין יאָר 2007 זענען געווען אויף דער וועלט 13 און אַ האַלב מיליאָן ייִדן: 5 מיליאָן און 431,000 לעבן אין ישׂראל, און אין אַמעריקע — 5 מיליאָן און 275,000. די ייִדישע קהילות אין קאַנאַדע, ענג­לאַנד, אויסטראַליע, פֿראַנקרײַך און אַרגענטינע ווירקן אויף די אָרטיקע רעגירונגען צו האָבן פּאָזיטיווע באַציִונגען מיט ישׂראל.

אָבער די שטיצע צווישן די ייִדן אין דער וועלט און ישׂראל איז אַ קעגנזײַטיקע, און — אַזוי ווי ישׂראל באַטראַכט זיך ווי די מדינה פֿון דעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק — האָט זי זיך אײַנגעשפּאַנט גלײַך מיט איר אַנטשטייונג צו פֿאַרזיכערן די רעכט, די זיכערקייט, און די קולטורעלע און רעליגיעזע פֿרײַהייט פֿון די ייִדישע קהילות. ירושלים האָט שטענדיק גענומען אין באַטראַכט די מעגלעכע קאָנסע­קווענצן פֿון דער לאַגע פֿון ייִדן אין געוויסע לענדער, בײַם אָננעמען געוויסע פּאָליטישע באַשלוסן, אָדער געדאַרפֿט זיך אָפּהאַלטן פֿון זיי. בײַם באַשטימען אַן אַמבאַסאַדאָר ווערט באַטאָנט, אַז דער אָפֿיציעלער טיטל פֿונעם שליח איז — אָפֿיציעלער באַפֿולמעכטיקטער פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל אין דער מדינה, און ספּעציעלער שליח פֿון ישׂראל צו דער ייִדי­שער קהילה אין דעם דאָזיקן לאַנד.

סוף 1950ער יאָרן, האָט ישׂראל אָנגע­הויבן אַן עפֿנטלעכן, געזעלשאַפֿטלעכן, סיס­טע­מאַטישן און אַרומנעמענדיקן קאַמפּיין קעגן גײַסטיקן שמד אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, און פֿאַרלאַנגט עס זאָלן אָנערקענט ווערן בײַ די סאָוועטישע ייִדן אַלע זייערע קולטורעלע און רעליגיעזע רעכט. ישׂראל האָט אויך גע­פֿאָדערט עס זאָלן באַפֿרײַט ווערן די אַסירי־ציון, די אַרעסטירטע וואָס האָבן אויסגעדריקט זייער ווילן צו עמיגרירן קיין ישׂראל, און עס זאָל זיי דערלויבט ווערן עס צו טאָן. דאָס איז כּאילו געווען אַ המשך פֿונעם קאַמף פֿון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿאַר פֿרײַער עליה, וואָס האָט עקזיסטירט פֿאַר דער אַנט­שטייונג פֿון דער מדינה. אָבער דאָס מאָל האָט זיך נישט געהאַנדלט וועגן דער רעכט אַרײַנצופֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל, נאָר דאָס אַרויספֿאָרן — סײַ פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און זײַנע סאַטעליטן־לענדער, און סײַ פֿון די אַראַבישע לענדער. גלײַך נאָך דער "אומאָפּ­הענגיקייט־מלחמה" האָט ישׂראל אָנגענומען דיפּלאָמאַטישע מיטלען צו ברענגען די ייִדן פֿון תּימן און איראַק. נאָכדעם האָט זי דורכ­געפֿירט אַ געהיימע אָפּעראַציע אַרויסצופֿירן די ייִדן פֿון צפֿון־אַפֿריקע.

נאָך שפּעטער האָט זי מצליח געווען, דורך אַ דיפּלאָמאַטישער טעטיקייט, צו דער­מעגלעכן די עליה פֿון די ייִדן פֿון מאַראָקאָ און טוניס, איידער די לענדער האָבן באַ­קומען זייער אומאָפּהענגיקייט. מיט אינטערנאַ­ציאָ­נאַלער הילף, האָט ישׂראל אַרויסגעראַטע­וועט אַ קליינע צאָל ייִדן פֿון עגיפּטן און מיט דער צײַט אויך פֿון סיריע און די איבער­געבליבענע ייִדן אין תּימן. אַ גרויסע געלונ­גענע אָפּעראַציע איז געווען דאָס אַרויספֿירן די ייִדן פֿון עטיאָ­פּיע. עס זענען געווען קאָנ­טאַקטן אַרויסצו­נעמען די ייִדן פֿון איראַן.

די גרעסטע הצלחה האָט ישׂראל געהאַט מיטן ראַטן־פֿאַרבאַנד, אָבער זי האָט עס דער­גרייכט נאָך אַ סך יאָרן פֿון שווערע אָנ­שטרענגונגען. מיט דער שאַפֿונג פֿון דער ייִדישער מדינה, דעם 14טן מײַ 1948, ווען עס האָבן זיך ברייט געעפֿנט די טויערן פֿון ארץ־ישׂראל אויפֿצונעמען יעדן ייִד וואָס וויל אַהין קומען, איז דווקא די דרײַ מיליאָן ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרווערט געווען צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. אין יענע טעג, איז עס געווען געגליכן צו אַ פֿאַרברעכן און שאַרף באַ­שטראָפֿט געוואָרן. נאָר אין 1956, בעתן 20סטן פּאַרטיי־קאָנגרעס, זענען באַקאַנט געוואָרן די שרעקלעכע פּרטים וועגן די רדיפֿות אויף ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.

די וועלט האָט זיך אויפֿגעוועקט צו אַקטויִרן די ייִדישע פּראָבלעם אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אָבער די טויערן אַרויסצופֿאָרן זענען ווײַטער געבליבן פֿאַרשלאָסן. האָט זיך דעמאָלט געשאַפֿן אין ישׂראל די אָרגאַניזאַציע "נתּיבֿ" (נאַטיוו), אַ געהיימע אינסטיטוציע בײַם ביוראָ פֿון פּרעמיער־מיניסטער, זיך צו פֿאַרנעמען מט די פּראָבלעמען פֿון די סאָוועטישע ייִדן. אין שפּיץ פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע האָט זיך געפֿונען שאול אַביגור, וואָס איז פֿריִער געשטאַנען בראָש דער "המוסד לעלייה ב", די אינסטיטוציע וואָס האָט זיך פֿאַרנומען מיט דער אומלעגאַלער עליה קיין ארץ־ישׂראל פֿאַרן אַנטשטיין פֿון דער מדינה.

אַביגור האָט געשאַפֿן נאָך אַן אָרגאַניזאַ­ציע, מיטן נאָמען "בר (באַר), וואָס איר פֿליכט איז געווען צו פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציע וועגן די פּראָבלעמען פֿון די סאָוועטישע ייִדן איבער דער וועלט דורך ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדעס. פֿאָרשטייער פֿון "נתּיבֿ" און "בר" האָבן געדינט אין די ישׂראלדיקע אַמבאַ­סאַדעס אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער ווי דיפּלאָמאַטן פֿאַר יעדער זאַך; אָבער זייער הויפּט־צוועק איז געווען צו שאַפֿן קאָנטאַקטן מיט ייִדן און אויפֿהייבן זייער מאָראַלישע שטימונג.

זיי האָבן אינפֿאָרמירט די ייִדן וועגן מדינת־ישׂראל, באַזאָרגט מיט פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן וועגן ישׂראל, דער ייִדישער וועלט, ציוניזם און זיך געסטאַרעט דורכצו­ברעכן דעם אַרויספֿאָר־צוים. די צוויי הויפּט־פּונקטן פֿון אַקטיוויטעטן בײַ די פֿאָרשטייער פֿון "נתּיבֿ" זענען געווען ראַטן־פֿאַרבאַנד און רומעניע. די אַקטיוויטעט פֿון "נתּיבֿ"־פֿאָר­שטייער איז געווען פֿאַרבונדן מיט נישט קיין קליינע ריזיקעס פֿאַר די ייִדן, מיט וועלכע זיי זענען געקומען אין קאָנטאַקט. די הויפּט־פֿאַר­בינדונגען זענען פֿאָרגעקומען אין די ווייניקע שילן, וואָס האָבן עקזיסטירט. די פֿאָרשטייער פֿון "נתּיבֿ" האָבן זיך אויך באַטייליקט אין די קאָנצערטן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין ייִדיש.

אין דער גרויסער שיל אין מאָסקווע איז שטענדיק געווען אַ פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿון דער אַמבאַסאַדע. אין די שבתים און אויף ימים־טובֿים האָבן הונדערטער ייִדן אַרומגערינגלט די פֿאָרשטייער פֿון דער אַמבאַסאַדע. אַז גאָלדע מאיר איז אָנגעקומען ווי דער ישׂראל־מיניסטער אין מאָסקווע, אין יאָר 1948, האָבן 50,000 ייִדן זיך צוזאַמענגעקליבן בײַ דער גרויסער שיל, ווען זי איז געקומען צו די ראָש־השנה תּפֿילות. ווי דיפּלאָמאַטן, האָבן זיך די "נתּיבֿ"־פֿאָרשטייער אַרומגעדרייט אין די שטעט פֿון גאַנץ רוסלאַנד און רומעניע און זיך געטראָפֿן מיט יונגע מענטשן, וועלכע האָבן אָנגעהויבן זיך צו אָרגאַניזירן אין געהיימע צעלן.

מיט דער צײַט, האָבן די אַמבאַסאַדע־מענטשן פֿאַרשפּרייט צווישן די ייִדן קאָפּיעס פֿונעם תּנ״ך, סידורים, מחזורים, עבֿרית־רוסישע ווערטער־ביכער, קאַלענדאַרן, היסטאָ­ריע־ביכער און "סוּווענירן": גראַמאָפֿאָן־פּלאַ­טעס, פּאָסט־מאַרקעס, מטבעות און אַנדערע זאַכן. די פֿאָרשטייער פֿון "נתּיבֿ" האָבן אויך געהאָלפֿן די קהילות מיט געלט, כּדי צו שטאַרקן זייערע אינסטיטוציעס, וואָס האָבן געהאַלטן בײַם צעפֿאַלן זיך. "בר" האָט געהאַט ספּעציעלע פֿאָרשטייער אין ניו־יאָרק, לאָנדאָן, פּאַריז און בוענאָס־אײַרעס. אין אַנדערע פּלעצער זענען די אויפֿגאַבעס פֿון "בר" אַרויפֿגעלייגט געוואָרן אויף איינעם פֿון די פּשוטע דיפּלאָמאַטן.

צום בײַשפּיל, איך האָב זיך פֿאַרנומען מיט די "בר"־אַקטיוויטעטן ווי דער ערשטער סעקרעטאַר אין לימאַ און ווי דער גענעראַל־קאָנסול אין טאָראָנטאָ. אין בוענאָס־אײַרעס האָב איך געהאָלפֿן דעם פֿאָרשטייער פֿון "בר". ווי אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע, זענען אַלע מײַנע באַזוכן אין די ייִדישע קהילות קאָאָרדינירט געווען מיט די פֿאָרשטייער פֿון "נתּיבֿ" און זייערע באַזוכן. די "נתּיבֿ"־אַקטי­וויטעטן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן געבראַכט דאָרט צו אַ באַנײַטער ייִדישער און ציוניס­טישער אויפֿוואַכונג; ישׂראלס נצחון אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה האָט נאָך מער געשטאַרקט די ייִדן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד.

נתן שטשעראַנסקי, דער אַמבעסטן באַקאַנ­טער סירובֿניק, וואָס איז געווען באַשולדיקט אין שפּיאָנאַזש און פֿאַרראַט, און פֿאַרמישפּט געוואָרן צו 13 יאָר, איז אין יאָר 1986, נאָכן אָפּזיצן 7 יאָר אין טורמע, באַפֿרײַט געוואָרן און אויסגעטוישט געוואָרן אויף 5 סאָוועטישע שפּיאָנען, שרײַבט אין זײַנע זכרונות: "די זעקס־טאָגיקע מלחמה האָט געמאַכט אויף מיר, ווי אויף אַ סך אַנדערע סאָוועטישע ייִדן, אַן אומפֿאַרגעסלעכן אײַנדרוק, ווײַל צוזאַמען מיטן קאַמף פֿאַר איר לעבן, האָט ישׂראל אויך פֿאַרטיידיקט אונדזער כּבֿוד. פֿאַר דער מלחמה, ווען די פֿאַרניכטונג פֿון מדינת־ישׂראל איז כּמעט געווען אַ זיכערע, האָבן די סאָוועטישע אַנטיסעמיטן עס געפֿײַערט. אָבער אַ פּאָר טעג שפּעטער, האָבן זיך אַפֿילו די אַנטי־ייִדישע וויצן גענומען ענדערן, און אין גאַנץ ראַטן־פֿאַרבאַנד, ניט געקוקט אויף דער אַראַבישער פּראָפּאַגאַנדע, האָט מען געקאָנט פֿילן כּבֿוד און אָפּשאַצונג פֿאַר ישׂראל און פֿאַר די ייִדן, באַגלייט אַפֿילו פֿון קנאה".

די ייִדן, און ספּעציעל די יוגנט, האָבן אָנגעהויבן פֿאָדערן זייער רעכט צו פֿאַרלאָזן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און עולה זײַן קיין ישׂראל. דער פֿאַרלאַנג איז געווען זיך צו פֿאַראייניקן מיט זייערע משפּחות און ווי רעפּאַטריאַנטן, זיך אומצוקערן צו זייער נאַציאָנאַלער היסטאָרישער היים. עס ווערט אָפֿט באַטאָנט, אַז דאָס אויפֿשטעלן די ייִדישע מדינה האָט געהעכערט מיט צענדליקער מעטער די הויכקייט פֿון יעדן ייִדן אויף דער גאָרער וועלט.

די ייִדישע יוגנט פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס איז געוואָקסן און דערצויגן געוואָרן אָן אַ ייִדישער דערציִונג — טראַדיציאָנעלער אָדער נאַציאָנאַלער — האָט אַרויסגעוויזן קאָלאָסאַלע דרייסטקייט. די דאָזיקע דרייסטקייט און די אַקטיוויטעטן פֿון "בר" און פֿון אַלע ישׂראל־פֿאָרשטייער אויף אַלע קאָנטינענטן, אין דער "יו־ען" און אין אַנדערע אינטערנאַציאָנאַלע פֿאָרומס; ווי אויך די אַקטיוויטעטן פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אינטעלעקטואַלן פֿון אַלע פֿעלקער, פּאַרלאַמענטן — דאָס אַלץ האָט געשטופּט די סאָוועטישע מאַכט צו אַ פּאָזיציע פֿון זעלבסט־פֿאַרטיידיקונג און פֿאַרענטפֿערונג.

ענדלעך, נישט געקוקט אויפֿן דרוק פֿון די אַראַבער, האָט מאָסקווע אָנגעהויבן אַנטקעגנצוקומען דעם וועלטלעכן רוף צו לאָזן די ייִדן אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל. פֿאַראַיאָרן האָט אַ קאָמיטעט בראָש מיט נתן שטשעראַנסקי אָרגאַניזירט אַ ריי אונטערנעמונגען, צו באַצייכענען 40 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון דעם אָרגאַניזירטן קאַמף פֿאַר עליה קיין ישׂראל נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. מיטן פֿאַלן פֿונעם אײַזערנעם פֿאָרהאַנג, איז געקומען אַ גרויסער שטראָם — אַ קנאַפּער מיליאָן רוסישע ייִדן האָבן עמיגרירט קיין מדינת־ישׂראל.