דער שלום־פּראָצעס צווישן ישׂראל און די אַראַבער האָט זיך אָנגעהויבן נאָך פֿאַר דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקייט. דער ערשטער צוזאַמענטרעף צווישן אַ ישׂראלדיקער אָפֿיציעלער פּערזענלעכקייט און אַן אַראַבישן פֿירער איז פֿאָרגעקומען 12 טעג פֿאַרן באַשלוס פֿון דער "יו־ען" צו צעטיילן ארץ־ישׂראל אויף צוויי מדינות: אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע.
אין נהריים, וואָס האָט זיך געפֿונען אין יאָרדאַנישן קעניגרײַך — האָט זיך געפֿונען די עלעקטרישע אונטערנעמונג "חבֿרת החשמל" (די עלעקטרישע געזעלשאַפֿט) געשאַפֿן אין די יאָרן 1926—1932 דורכן אינזשיניער פּינחס רוטענבערג אויף די ברעגן פֿון צוויי טײַכן: דעם ירדן און דעם יאַרמוך — האָבן זיך, דעם 17טן נאָוועמבער 1947, געטראָפֿן קעניג אַבדאַלאַ פֿון יאָרדאַניע און גאָלדע מאיר, פֿון דער פּאָליטישער אָפּטיילונג בײַ דער ייִדישער אַגענץ פֿאַר ארץ־ישׂראל. גאָלדע מאיר איז געווען באַגלייט פֿון איר ראַטגעבער עזרא דאַנין. בײַם דאָזיקן צוזאַמענטרעף זײַנען ביידע צדדים געקומען צו אַ הסכּם, אַז עס וועט נישט פֿאָרקומען קיין מלחמה צווישן די ייִדן און די יאָרדאַניער. די ייִדן וועלן אויפֿשטעלן זייער מדינה און אַבדאַלאַ וועט אָקופּירן דעם אַראַבישן טייל פֿון מערבֿ ארץ־ישׂראל.
דעם 11טן מײַ 1948, האָט גאָלדע מאיר זיך ווידער געטראָפֿן מיטן קעניג אַבדאַלאַ, דאָס מאָל — אין אַמאַן, און אין דעם צוזאַמענטרעף האָט אַבדאַלאַ זיך צוריקגעצויגן פֿון זײַן פֿריִער־צוגעשטימטן הסכּם און געבעטן, אַז די ייִדן זאָלן אָפּלייגן די דאַטע פֿון פּראָקלאַמירן די ייִדישע מדינה דעם 14טן מײַ 1948. "וואָס איז די אײַלעניש?" — האָט אַבדאַלאַ געפֿרעגט. אויף דעם האָט גאָלדע מאיר געענטפֿערט: "2000 יאָר איז קיין אײַלעניש נישט". אַבדאַלאַ האָט געמאַכט קלאָר, אַז ער וועט זיך אָנשליסן אין דער מלחמה קעגן דער ייִדישער מדינה. "וועלן מיר האַלטן מלחמה", האָט גאָלדע מאיר געענטפֿערט. "אײַער חובֿ איז צו האַלטן מלחמה" — האָט אַבדאַלאַ צוגעשטימט. ווען עזרא דאַנין האָט געוואָרנט אַבדאַלאַן מכּוח דעם רעזולטאַט פֿון דער מלחמה, האָט אַבדאַלאַ געזאָגט: "איך ווייס, אַז איר וועט אונדז שלאָגן". גאָלדע מאיר האָט זיך געזעגנט מיטן קעניג מיט די ווערטער: "וועלן מיר זיך טרעפֿן נאָך דער מלחמה?"
אַבדאַלאַ האָט אין דער מלחמה געוווּנען דעם גאַנצן אַראַבישן טייל פֿון מערבֿ ארץ־ישׂראל, באַקאַנט מיטן נאָמען פֿון "הגדה המערבֿית", דער מערבֿדיקער ברעג, ווי אויך מיזרח־ירושלים — די אַלטע שטאָט פֿון ירושלים און די מעטשעטן אויפֿן הר־הבית, וווּ דער בית־המקדש איז געשטאַנען. קעניג אַבדאַלאַ איז דערמאָרדעט געוואָרן דעם 20סטן יולי 1951 אין דער אַלטער שטאָט פֿון ירושלים דורך אַ פּאַלעסטינער, און דער ישׂראל־יאָרדאַנישער דיאַלאָג האָט זיך באַנײַט ערשט אין סעפּטעמבער 1963 מיט אַבדאַלאַס אייניקל, קעניג כוסיין.
דרײַ חדשים נאָכדעם ווי אשכּול איז געוואָרן פּרעמיער־מיניסטער, נאָך בן־גוריונס דעמיסיע, האָט קעניג כוסיין זיך געטראָפֿן אין לאָנדאָן מיט אשכּולס פּאָליטישן ראַטגעבער, אַמבאַסאַדאָר יעקבֿ הערצאָג. צווישן דעם צוזאַמענטרעף און דעם 26סטן אָקטאָבער 1994, ווען עס איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער ישׂראל־יאָרדאַנישער שלום, האָט זיך קעניג כוסיין געטראָפֿן געהיים מיט 16 ישׂראלדיקע פּערזענלעכקייטן. אין די צוזאַמענטרעפֿן זענען באַהאַנדלט געוואָרן די שלום־מעגלעכקייטן; אָבער דער פּראָצעס איז געווען אַ לאַנגער און אַ שווערער. דער שלום מיט יאָרדאַניע האָט געקאָנט רעאַליזירט ווערן בלויז נאָכדעם ווי עס איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער שלום מיט עגיפּטן דעם 26סטן מערץ 1979, נאָכן היסטאָרישן באַזוך פֿון אַנוואַר סאַדאַט אין ירושלים אין נאָוועמבער 1977, און די אָסלאָ־אָפּמאַכן צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער דעם 13טן סעפּטעמבער 1993.
דער שלום מיט יאָרדאַניע האָט אָבער געקאָנט אונטערגעשריבן ווערן מיט 29 יאָר פֿריִער — אין סעפּטעמבער, 1965 — ווען קעניג כוסיין האָט זיך געטראָפֿן אין פּאַריז מיט גאָלדע מאיר און כוסיין האָט דאָרט געמאַכט זײַן גורלדיקן טעות. גאָלדע מאיר האָט פֿאָרגעשלאָגן כוסיינען אונטערצושרײַבן אַ שלום אין די דעמאָלטיקע גרענעצן פֿון ישׂראל, ווען דער גאַנצער מערבֿדיקער ברעג פֿון ארץ־ישׂראל איז געווען אין יאָרדאַניעס הענט. דאָס מיינט — אַ שלום אין די בעסטע באַדינגונגען פֿאַר יאָרדאַניע און אויב כוסיין וואָלט עס דעמאָלט אָנגעומען, וואָלט ישׂראל טאַקע געבליבן מיט אַ קלענערער טעריטאָריע, אָבער מע וואָלט געווען אויסגעמיטן מלחמות און דעם טויט פֿון טויזנטער מענטשן. דרײַ וואָכן נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, איז געקומען ישׂראלס ריי צו מאַכן אַ גורלדיקן פֿעלער, פֿון וועלכן די פּועל־יוצאס פֿילן מיר ביזן הײַנטיקן טאָג.
דעם 2טן יולי 1967 האָט זיך אין לאָנדאָן געטראָפֿן קעניג כוסיין מיטן אַמבאַסאַדאָר יעקבֿ הערצאָג, און כוסיין איז געווען גרייט אונטערצושרײַבן אַ שלום־אָפּמאַך מיט ישׂראל אין די גרענעצן פֿון 1967 מיט בײַטונגען. כוסיין איז אויך מסכּים געווען צו לייזן די פּראָבלעם פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים אויפֿן יסוד פֿון זייער עמיגרירן אין ווײַטע לענדער. וואָס שייך ירושלים, האָט כוסיין אײַנגעשטימט עס זאָל געשאַפֿן ווערן אַ צוגאַנג צו די הייליקע פּלעצער פֿאַר די גלויביקע פֿון אַלע רעליגיעס און ירושלים זאָל בלײַבן אַ פֿאַראייניקטע שטאָט. אָבער כוסיין האָט געפֿאָדערט, אַז דער שלום זאָל זײַן אַ "בכּבֿודיקער און קעגנזײַטיקער", און געבעטן זיך טרעפֿן מיט פּרעמיער לוי אשכּול אָדער דעם זיכערהייט־מיניסטער, משה דיין. משה דיין איז געווען בײַ דער מיינונג, אַז עס איז מעגלעך צו דערגרייכן אַ "בכּבֿודיקן און קעגנזײַטיקן שלום" און ער איז געווען גרייט זיך צו טרעפֿן מיט כוסיינען; אָבער אשכּול האָט נישט געוואָלט זיך טרעפֿן מיטן קעניג און נישט געלאָזט דיינען זיך טרעפֿן מיט אים. פֿאַר וואָס?
ווײַל די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט נאָך נישט געהאַט באַשלאָסן וואָס ס׳דאַרף זײַן דער גורל פֿון די אָקופּירטע שטחים, און אין דער רעגירונג זענען געווען די מיניסטאָרן פֿון "ליכּוד" — מנחם בעגין און יוסף ספּיר. אשכּול האָט מורא געהאַט פֿאַר אינערלעכע קאָמפּליקאַציעס. די געשיכטע חזרט זיך הײַנט איבער; אויך נאָך דעם אַנאַפּאָליס־צוזאַענטרעף האָט די ישׂראל־רעגירונג נאָך נישט באַשלאָסן, וואָס צו טאָן מיט די אָקופּירטע שטחים, די פּליטים־פּראָבלעם און ירושלים.
נאָך אַ געלעגנהייט פֿאַר שלום האָט קעניג כוסיין פֿאַרזען אין 1970. כוסיין האָט באַטראַכט ישׂראל ווי אַ גאַראַנטיע פֿאַר יאָרדאַניעס סוּווערעניטעט און זײַן טראָן. דער ישׂראלדיקער "מוסד" האָט אייניקע מאָל געבראַכט צו זײַן אויפֿמערק פּרוּוון פֿון אַן אַטענטאַט קעגן אים. ווען די סיריער האָבן פּרובירט אַראָפּצושיסן כוסיינס עראָפּלאַן, האָט ישׂראלס לופֿט־פֿלאָט אַרויסגעשיקט אירע עראָפּלאַנען און פֿאַרטריבן די סירישע. ווען די פּאַלעסטינער האָבן פּרובירט דורכצופֿירן אַן איבערקערעניש און פּראָקלאַמירט אַ פֿרײַע רעגירונג, מיט יאַסיר אַראַפאַט בראָש, אין שטאַט אירביד, האָט ישׂראל קאָנצענטרירט אירע מיליטערישע איינהייטן נעבן דער גרענעץ מיט סיריע, וואָס האָט אָפּגעשראָקן די סיריער אַרײַנצודרינגען אין יאָרדאַניע, כּדי צו שטיצן די אויפֿשטענדלער. כוסיין האָט דעמאָלט דורכגעפֿירט אַ שחיטה קעגן די פּאַלעסטינער, און בײַ דעם צוזאַמענטרעף מיט יגאל אַלון אים זייער באַדאַנקט פֿאַר דער הילף קעגן די אויפֿשטענדלער.
אָבער כוסיין האָט נישט אָנגענומען יגאל אַלונס פֿאָרשלאַג וואָס האָט געזאָלט לאָזן אין די הענט פֿון יאָרדאַניע 73% פֿונעם מערבֿדיקן ברעג און וואָלט געווען אויסגעמיטן די מעגלעכקייט פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה. אין אַפּריל 1987 האָבן זיך אין לאָנדאָן געטראָפֿן קעניג כוסיין און פּרעמיער־מיניסטער ריפֿאַי מיט ישׂראלס אויסערן־מיניסטער שמעון פּערעס, וויצע־מיניסטער יוסי ביילין און הויפּט פֿון "מוסד", אפֿרים הלוי. זיי זענען געקומען צו אַ הסכּם, וואָס האָט געזאָלט פֿירן צו אַ שלום צווישן ישׂראל, יאָרדאַניע און די פּאַלעסטינער. אָבער דער לאָנדאָנער הסכּם איז קיינמאָל נישט רעאַליזירט געוואָרן און 8 חדשים נאָכדעם איז אויסגעבראָכן די "אינטיפֿאַדע". כוסיין האָט מוותּר געווען אויף זײַן פֿאַרלאַנג, אַז דער מערבֿדיקער ברעג זאָל געהערן צו אים, און די פּאַלעסטינער זענען אַרויף אויפֿן וועג פֿון אַן אייגענער מדינה.
זינט דער שלום־אָפּמאַך מיט יאָרדאַניע איז געחתמעט געוואָרן, זענען די באַציִונגען צווישן ביידע מדינות צופֿרידנשטעלנדיקע, און דער שלום צווישן זיי ווערט באַטראַכט ווי אַ נאָרמאַלער. דער שלום מיט עגיפּטן — פֿאַרקערט, איז גאַנץ אַ קאַלטער. אָבער ס׳איז אַ שלום, וואָס האָט איבערגעלעבט אין די לעצטע 29 יאָר אַ סך אויספּרוּוון. נישט איינמאָל האָט אויסגעזען, אַז דער שלום צעפֿאַלט זיך, אָבער ס׳האָט נישט פּאַסירט. די ערשטע פּראָבע איז געווען דעם 7טן יוני 1981, ווען ישׂראל האָט פֿאַרניכטעט דעם איראַקישן אַטאָמישן רעאַקטאָר. סאַדאַט האָט זיך באַנוגנט מיטן אויסדריקן זײַן טיפֿע זאָרג אין באַציִונג צום אַקט פֿון ישׂראלס אַגרעסיע קעגן איראַק. דאָס צווייטע מאָל איז געווען דעם 6סטן אָקטאָבער 1981, נאָכן מאָרד פֿון אַנוואַר סאַדאַט. עס זענען געווען השערות, אַז מיט דעם אַטענטאַט איז געקומען אַ סוף צום ישׂראל־עגיפּטישן שלום. אָבער כאָסני מובאַראַק האָט צוגעזאָגט, אַז עגיפּטן וועט ממשיך זײַן דעם וועג פֿון שלום און אויספֿירן אַלע אינטערנאַציאָנאַלע פֿאַרפֿליכטונגען פֿון עגיפּטן, ספּעציעל די קעמפּ־דייוויד אָפּמאַכן. די דריטע פּראָבע איז געווען די ערשטע לבֿנון־מלחמה, און די באַציִונגען צווישן ביידע מדינות זענען ממשיך צו זײַן נאָרמאַלע, זאָל אַפֿילו זײַן — קאַלטע. הלוואַי אַזאַ שלום מיט אַנדערע אַראַבישע לענדער.
ווען ישׂראלס פּרעזידענט, יצחק נבֿון, האָט באַזוכט עגיפּטן אין יאָר 1981 האָט מען אים אײַנגעלאַדן צו רעדן פֿאַר די אַקטיוויסטן פֿון דער הערשנדיקער פּאַרטיי. נבֿון האָט, צווישן אַנדערן, גערעדט וועגן די היסטאָרישע רעכט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אויף ארץ־ישׂראל. נאָך נבֿונס רעדע, האָט גערעדט דער וויצע־פּרעזידענט פֿון דער עגיפּטישער הערשנדיקער פּאַרטיי, ד״ר מוסטאַפֿאַ כאַליל, וועלכער איז געווען אין דער צײַט פֿון די קעמפּ־דייוויד אָפּמאַכן דער פּרעמיער פֿון עגיפּטן. ד״ר כאַליל האָט געזאָגט צו נבֿונען: "איר זענט אַ פֿרעמד פֿאָלק אין אונדזער ראַיאָן און איר האָט קיין שום היסטאָרישע רעכט. אָבער מיר האָבן קיין אַנדער ברירה נישט ווי אײַך אָנצונעמען אין דעם ראַיאָן — וואָס איז אינגאַנצן אַן אַראַבישער — צו לעבן מיט אײַך אין שלום און אַפֿילו אָנהאַלטן גוטע שכנותדיקע באַציִונגען; אָבער נישט מער ווי דאָס". כאָסני מובאַראַק האָט אין אַ רעדע אין אָקטאָבער 1998, אָפּצייכענענדיק 25 יאָר זינט דער יום־כּיפּורדיקער מלחמה, זיך אויסגעדריקט: "ישׂראל איז ווערט די ראָלע און דעם סטאַטוס, וואָס עס פּאַסן אירע דימענסיעס אויף דער מאַפּע און איר אמתן פֿיזישן שטח — אָבער נישט מער ווי דאָס".
נישט איין מאָל האָבן די עגיפּטישע וואָרטזאָגער אויסגעדריקט זייער וווּנטש צוריקצוקערן ישׂראל צו אירע נאַטורעלע דימענסיעס און זיי האָבן נישט באַהאַלטן זייער אומצופֿרידנקייט פֿון ישׂראלס נישט נאַטורעלע דימענסיעס, וואָס קומען צום אויסדרוק — לויט זייער מיינונג — אין איר קאָנווענציאָנעלן, ווי אויך נישט קאָנווענציאָנעלן כּוח. ווען ישׂראל איז אַרויס מיט איר וויזיע וועגן "נײַעם מיטעלן מיזרח", איז עגיפּטן געוואָרן זייער באַזאָרגט פֿון דעם, ווײַל זי האָט געזען אין דעם אַ סכּנה צו איר פֿירערשאַפֿט און דאָמינאַנטן סטאַטוס אינעם מיטעלן מיזרח.
ישׂראל וואָלט געוואָלט איר שלום מיט עגיפּטן זאָל זײַן אַ וואַרעמערער און אַן אינטימערער. אָבער עגיפּטן באַציט זיך צום שלום מיט ישׂראל אַזוי ווי דאָס וואָלט געווען אַן אַרויפֿגעצוווּנגענע זאַך אויף איר דורך די היסטאָרישע אומשטענדן. עגיפּטן רעדט וועגן אַ "סטראַטעגישן שלום", און זעט אין דעם אַ סטראַטעגישן אינסטרומענט צו דערגרייכן געוויסע צילן, וועלכע זי האָט נישט דערגרייכט דורך אַ מלחמה. דער המשך פֿון שלום הענגט אָפּ פֿונעם נוץ, וואָס עגיפּטן האָט פֿון דעם שלום. דער ערשטער לוין איז געווען דער צוריקקער פֿון סיני. דער צווייטער — די סטראַטעגישע דערנענטערונג צו די פֿאַראייניקטע שטאַטן. עגיפּטן האָט גלײַך אָנגעהויבן באַקומע מיליטערישע הילף אין געלט און געווער. די הכנסות פֿון עפֿענען דעם סועץ־קאַנאַל זענען געוואַקסן טעגלעך; די הכנסות פֿון נאַפֿט אין סיני און מערקווירדיקע הכנסות פֿון טוריזם. עקאָנאָמיסטן שאַצן אָפּ דעם יערלעכן ווערט פֿון די עגיפּטישע הכנסות בײַ 10 מיליאַרד דאָלאַר.