דעם 5טן יולי 1950 האָט די כּנסת באַשטעטיקט דעם "חוק השבֿות" — דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ, לויט וועלכן יעדער ייִד האָט דאָס רעכט עולה צו זײַן קיין ישׂראל. דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ איז דער צענטראַלער יורידישער אויסדרוק, אַז מדינת־ישׂראל איז די מדינה פֿון ייִדישן פֿאָלק. דאָס אָננעמען דעם רעפּאַטריאַציע־געזעץ איז געווען אַ נאַטירלעכע אַנטוויקלונג פֿון דעם, וואָס ס׳איז געשריבן געוואָרן אין דער אומאָפּהענגיקייט־דעקלאַראַציע פֿון 14טן מײַ 1948: "מיר דערקלערן די שאַפֿונג פֿון אַ ייִדישער מדינה אין ארץ־ישׂראל, מיטן נאָמען ׳מדינת־ישׂראל׳, וועלכע וועט זײַן אָפֿן פֿאַר אַ ייִדישער עליה, אימיגראַציע, און פֿאַרן קיבוץ־גלויות, די צונויפֿזאַמלונג פֿון די גלותן".
דאָס דאָזיקע געזעץ איז אויפֿגענמען געוואָרן מיט גרויס פֿרייד, ווײַל מען האָט אין דעם געזען די געזעצלעכע רעאַליזירונג פֿון די ציוניסטישע צוועקן, לויט וועלכע מדינת־ישׂראל דאַרף דינען ווי אַ הויז פֿאַר אַלע ייִדן, וווּ זיי זאָלן זיך נישט געפֿינען. אינעם רעפּאַטריאַציע־געזעץ איז נישט דערמאָנט געוואָרן די פּראָבלעם פֿון בירגערשאַפֿט. דאָס איז באַהאַנדלט געוואָרן אין חוק־האזרחות, געזעץ פֿון בירגערשאַפֿט, פֿון יאָר 1952.
אין דעם בירגערשאַפֿט־געזעץ ווערט געזאָגט, אַז יעדער עולה, אימיגראַנט, לויטן רעפּאַטריאַציע־געזעץ, וועט ווערן אויטאָמאַטיש אַ בירגער אויפֿן יסוד פֿון זײַן צוריקקער. דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ גיט יעדן ייִדן דאָס רעכט עולה צו זײַן קיין ישׂראל און באַקומען אַ דאָקומענט ווי אַ נײַער אימיגראַנט. דער דאָזיקער דאָקומענט גיט דעם מענטשן די פּריווילעגיע, לויטן ישׂראלדיקן בירגערשאַפֿט־געזעץ, צו באַקומען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ געבוירענער אין ישׂראל באַקומט די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט אויטאָמאַטיש.
דאָס ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט־געזעץ דערמעגלעכט יעדן אײַנוווינער פֿון ישׂראל צו ווערן אַ בירגער, אויב ער איז געבוירן געוואָרן אין ישׂראל אָדער נאָך אַ געוויסער צאָל יאָרן פֿון וווינען אינעם לאַנד. כּדי צו באַשטעטיקן אַן אײַנוווינער די פֿאַרבירגערונג, ווערן אַ מאָל אַרויסגעשטעלט געוויסע תּנאָים, ווי צום בײַשפּיל, אַ מינימום פֿון דרײַ יאָר לעבן אָן איבעררײַס אין ישׂראל; דאָס קענען עבֿרית, דאָס מוותּר זײַן אויף דער פֿריִערדיקער בירגערשאַפֿט און פּראָקלאַמירן צוטרוי צו דער אומאָפּהענגיקייט־דעקלאַראַציע. אין דער צײַט וואָס דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ האָט פֿעסטגעשטעלט, אַז יעדער ייִד האָט דאָס רעכט עולה צו זײַן קיין ישׁראל, האָט עס זיך נישט פֿאַרנומען מיט דער פֿראַגע: "ווער ס׳איז אַ ייִד?"
"אַ ייִד" — איז אַ צענטראַלער באַגריף אין דעם דאָזיקן געזעץ. אָבער אין דער אָריגינעלער ווערסיע פֿון געזעץ אין יאָר 1950 איז דער באַגריף "אַ ייִד" דערשינען אָן אַ דעפֿיניציע, וואָס דאָס מיינט. די פּראָבלעם איז באַהאַנדלט געוואָרן אין צוויי געריכטן פֿון "העכסטן געריכט" אין ישׂראל: די פֿאַלן פֿון דוד אָסוואַלד רופּאײַזן און מאַיאָר בנימין שאַליט. דוד אָסוואַלד רופּאײַזן איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן ווי אַ ייִד. ער איז געווען אַ מיטגליד אין אַ ציוניסטישער יוגנט־באַוועגונג. אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער געאַרבעט בײַ די דײַטשן ווי אַן איבערזעצער פֿון דײַטש אויף פּויליש; פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט ער איבערגעגעגעבן די פּאָליאַקן אינפֿאָרמאַציע וועגן די טאַטן פֿון די נאַציס. ווען די דײַטשן האָבן אַנטדעקט זײַן אַנטי־נאַציסטישע אַקטיוויטעט, איז ער אַנטלאָפֿן און האָט זיך אויסבאַהאַלטן אין אַ מאָנאַסטיר וווּ ער האָט אָנגענומען די קריסטלעכע רעליגיע.
נאָך דער מלחמה איז ער געוואָרן אַ גלח מיטן נאָמען "ברודער דניאל" און האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דעם קאַטוילישן קאַרמעליטישן אָרדן, וואָס זײַן צענטער געפֿינט זיך אין מאָנאַסטיר "סטעלאַ מאַריס" אויפֿן כּרמל־באַרג אין חיפֿה. ער האָט אָנגעגעבן אַ ביטע צו קומען קיין ישׂראל. אַ לאַנגע צײַט האָט מען אים נישט דערלויבט, אָבער אין יאָר 1958 האָט ער באַקומען די דערלויבעניש. אָנקומענדיק אין ישׂראל, האָט ער אָנגעגעבן אַ ביטע אים צו אָנערקענען ווי אַ ישׂראל־בירגער, לויטן רעפּאַטריאַציע־געזעץ.
אין יאָר 1962 האָט מען באַשלאָסן אים נישט צוצוטיילן קיין בירגערשאַפֿט לויטן רעפּאַטריאַציע־געזעץ, צוליב זײַן אָנגעהעריקייט צו אַן אַנדער רעליגיע, אָבער מען האָט אים דערמעגלעכט צו באַקומען די בירגערשאַפֿט לויטן ישׂראלדיקן בירגערשאַפֿט־געזעץ. אינעם "הויכן געריכט", וואָס האָט געלייזט רופּאײַזנס ענין, זענען געזעסן 5 ריכטער. פֿיר פֿון זיי האָבן אָנגענומען דעם באַשלוס אים נישט אַרויסגעבן קיין בירגערשאַפֿט לויטן רעפּאַטריאַציע־געזעץ. דער פֿינפֿטער ריכטער, חיים כּהן, האָט אויסגעדריקט אַ מיינונג, אַז די ייִדישקייט פֿון אַ מענטש איז א סוביעקטיווע זאַך, און אַ מענטש דאַרף פֿאַרשריבן ווערן ווי אַ ייִד לויט זײַן דעקלאַראַציע. מיט דער צײַט איז אויסגעדריקט געוואָרן אַ מיינונג דורכן ריכטער אַהרון ברק, אַז די ייִדישקייט פֿון אַ מענטש קען באַשטימט ווערן דורך אַ ריכטער, וואָס נעמט אין באַטראַכט פֿאַרשידנאַרטיקע קאָמפּאָנענטן: די ייִדישקייט לויטן רעליגיעזן ייִדישן דין, דעם סוביעקטיוון געפֿיל, דאָס פֿילן אַ בשותּפֿותדיקן גורל מיטן ייִדישן פֿאָלק (דינען אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי, ראַטעווען ייִדן אין דער צײַט פֿון חורבן און נאָך), אַפֿילו זײַן שפּראַך.
בנימין שאַליט איז געווען אַ ייִד, אַ מאַיאָר אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט אַ נישט ייִדישער פֿרוי; און ער האָט אָנגעגעבן אַ ביטע צום אינערן־מיניסטעריום מען זאָל רעגיסטרירן זײַנע קינדער ווי ייִדן. אין "העכסטן געריכט", וואָס האָט באַטראַכט שאַליטס ענין, זענען געזעסן 9 ריכטער. מיט פֿינף שטימען קעגן פֿיר האָט דאָס "העכסטע געריכט" באַשלאָסן צו דערלויבן דאָס רעגיסטרירן שאַליטס קינדער ווי ייִד. דער דאָזיקער באַשלוס האָט געשאַפֿן אַ גרויסן טומל אין ישׂראל.
אין יאָר 1970 איז אָנגענומען געוואָרן אַן אויסבעסערונג צום רעפּאַטריאַציע־געזעץ, לויט וועלכן אַ ייִד איז אַ מענטש, וואָס איז געבוירן געוואָרן פֿון אַ ייִדישער מוטער, אָדער ער האָט זיך מגייר געווען און געהערט נישט צו קיין אַנדער רעליגיע; קאָן קומען אין לאַנד לויטן אויבן דערמאָנטן געזעץ. די דאָזיקע פֿאַרריכטונג צום רעפּאַטריאַציע־געזעץ דערמעגלעכט די עליה (אימיגראַציע) פֿון קינדער און אייניקלעך פֿון אַ ייִדן און זייערע פֿרויען/מענער ווי אויך אַ נישט יידישער פֿרוי/מאַן פֿון אַ ייִדן — אַ חוץ ווער עס איז געווען אַ ייִד און האָט זיך געשמדט פֿון זײַן אייגענעם ווילן. די נישט ייִדישע פֿאַמיליע־מיטגלידער פֿון ייִדן האָבן דאָס רעכט צו באַקומען בירגערשאַפֿט אויך אין די פֿאַלן, וואָס דער ייִד פֿון דער משפּחה לעבט שוין נישט; און אויך אין אַ פֿאַל, אַז ער לעבט, אָבער איז נישט עולה קיין ישׂראל. אָבער מיט דעם האָט זיך די פּראָבלעם נישט געלייזט, ווײַל עס עקזיסטירט אַ טיפֿע מחלוקות, ווער עס איז באַרעכטיקט צו מגייר זײַן.
די רעליגיעזע פּאַרטייען אין ישׂראל און דער אָרטאָדאָקסישער שטראָם אין אויסלאַנד פֿאַרלאַנגען, עס זאָל געזאָגט ווערן בפֿירוש, אַז דורכצופֿירן דעם גיור מעגן בלויז די אָרטאָדאָקסישע רבנים, וואָס מוז דורכגעפֿירט ווערן לויטן ייִדישן רעליגיעזן דין — דער הלכה. די אַנדערע ייִדישע רעליגיעזע שטראָמען פֿאַרלאַנגען מען זאָל זיי אויך דערלויבן דורכצופֿירן דעם גיור. אַזוי אַרום בלײַבט די פּראָבלעם פֿון "ווער איז אַ ייִד?" נאָך אַלץ נישט געלייזט.
עס זענען פֿאַראַן אין ישׂראל אַזעלכע, וואָס דענקען, אַז מען דאַרף רעדאַגירן פֿון דאָס נײַ דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ, כּדי עס זאָל אין אים בפֿירוש געזאָגט ווערן, אַז ישׂראל וועט פֿאַרזאָרגן מיט אַזיל־רעכט יעדן ייִד, וואָס ווערט וווּ נישט איז גערודפֿט ווי אַ ייִד, אָבער נישט יעדן ייִד וווּ ער געפֿינט זיך. די וואָס שטופּן אָפּ דעם דאָזיקן געדאַנק טענהן, אַז דאָס איז אוממעגלעך: אין דער הײַנטיקער וועלט, וווּ מיר זענען עדות פֿון אַנטיסעמיטיזם און חורבן־אָפּלייקענונג אין פֿאַרשיידענע לענדער, פֿרעגט זיך די פֿראַגע: צי דאַרף דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ גילטן נאָר פֿאַר דעם ייִד, וואָס ווערט גערודפֿט פּערזענלעך, אָדער פֿאַר דער גאַנצער ייִדישער קהילה אינעם אָנגעגעבענעם לאַנד?
בײַם ברענגען אין דער כּנסת דעם רעפּאַטריאַציע־געזעץ, האָט דוד בן־גוריון דערקלערט: "דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ דערפֿילט אַ צענטראַלע אויפֿגאַבע פֿון אונדזער מדינה, די אויפֿגאַבע פֿון קיבוץ־גלויות, די צונויפֿזאַמלונג פֿון די ייִדן אין די גלותן און ברענגען זיי קיין ישׂראל. צי איז מדינת־ישׂראל, וואָס שטייט אין פֿראָנט פֿונעם קאַמף צו פֿאַרזיכערן דאָס ייִדישע פֿאָלק קעגן יעדן אַנטיסעמיטישן אויסדרוק, גרייט מוותּר צו זײַן אויף די דאָזיקע אויפֿגאַבעס אירע?"
דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ האָט דערוועקט נאָך פּראָבלעמען. צום בײַשפּיל, עס איז אַנטשטאַנען די פֿראַגע, צי דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ, וואָס אָנערקענט אַ ספּעציעלע פּריאָריטעט פֿאַר ייִדן, באַשעדיקט נישט דעם גלײַכהייט־פּרינציפּ צווישן אַלע בירגער פֿונעם לאַנד? צי שטעלט מיט זיך נישט פֿאָר דאָס דאָזיקע געזעץ אַ סכּנה פֿאַר די נישט־ייִדישע בירגער? די ענטפֿערס אויף די פֿראַגעס זענען געווען: אמת, די ייִדן זענען הײַנט צו טאָג אַ מערהייט אין מדינת־ישׂראל, אָבער דאָס איז נישט פֿאַרזיכערט אויף אייביק און דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ באַשיצט זיי; און ווײַל די ייִדן זענען אַ מערהייט אין ישׂראל, זענען זיי נישט קיין מערהייט אויף דער וועלט: גלאָבאַל זענען זיי אַ נאַציאָנאַלע מינדערהייט, וואָס האָט געליטן רדיפֿות אין פֿאַרלויף פֿון דער געשיכטע. דעריבער מוז מען פֿאַרזיכערן די ייִדן צו זײַן אַ נאַציאָנאַלע מערהייט אין זייער לאַנד.
אויף די דערוועקטע פֿראַגעס האָט געענטפֿערט דער פּרעזידענט פֿונעם "העכסטן געריכט" אַהרון ברק: "מדינת־ישׂראל איז אַ ייִדישע מדינה, וואָס אין איר לעבן אויך מינדערהייטן, צווישן זיי אַן אַראַבישע מינדערהייט. יעדע איינע פֿון די מינדערהייטן, וואָס לעבן אין ישׂראל, געניסט אַ פֿולע גלײַכבאַרעכטיקונג. אמת, אַ ספּעציעלער שליסל ווערט געגעבן די קינדער פֿון ייִדישן פֿאָלק, כּדי אַרײַנצוקומען אין דער מדינה דורכן רעפּאַטריאַציע־געזעץ, אָבער אין מאָמענט וואָס עמעצער אַנדערש געפֿינט זיך אין דער מדינה ווי אַ בירגער, געניסט ער פֿון אַלע אַנדערע רעכט ווי אַלע אַנדערע בירגער.
"אַ קלאָרער אויסדרוק פֿאַר דעם איז געגעבן געוואָרן אין דער אומאָפּהענגיקייט־דעקלאַראַציע פֿון ישׂראל, אין וועלכער ׳די אַראַבער, די בירגער פֿון ישׂראל, ווערן גערופֿן אָפּצוהיטן דעם שלום און נעמען אָנטייל אין דער בילדונג פֿון דער מדינה אויפֿן יסוד פֿון דער פֿולער, גלײַכער בירגערשאַפֿט׳. עס איז דעריבער נישטאָ קיין שום סתּירה צווישן די ווערטן פֿון ישׂראל ווי אַ ייִדישע דעמאָקראַטישע מדינה און די פֿולע גלײַכקייט פֿון אַלע בירגער. די גלײַכבאַרעכטיקונג צווישן אַלע מענטשן פֿון ישׂראל — זאָל זייער רעליגיע און נאַציאָנאַליטעט זײַן וואָס זי זאָל נאָר נישט זײַן — איז אַ פּראָדוקט פֿון אירע ווערטן ווי אַ ייִדישע דעמאָקראַטישע מדינה".
די אַנדערע, וואָס פֿאַרלאַנגען אַ רעוויזיע אין רעפּאַטריאַציע־געזעץ טענהן, אַז די אימיגראַציע־געזעצן פֿון אַ ליבעראַל־דעמאָקראַטיש לאַנד ווי ישׂראל איז, מוזן זײַן אוניווערסאַלע און נישט דיסקרימינירנדיקע. עס ווערט קריטיקירט דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ אין זײַן הײַנטיקער פֿאָרעם, וואָס דערמעגלעכט נישט די ייִדן, וואָס האָבן געהאַט אַ ייִדישן זיידן, אָדער אַ ייִדישע באָבע, עולה צו זײַן קיין ישׂראל און גלײַך באַקומען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט, ווײַל מיט די יאָרן האָט די פֿאַרריכטונג צום רעפּאַטריאַציע־געזעץ אָנגעהויבן שאַפֿן פּראָבלעמען דער מדינה. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז נישט ווייניק נישט־ייִדישע אימיגראַנטן ווילן נישט ווערן קיין ייִדן און לעבן אין ישׂראל ווי פּראַוואָסלאַוונע.
אין דער ראַם פֿונעם רעפּאַטריאַציע־געזעץ זענען אָנגעקומען קיין ישׂראל אין די אָנהייב 1990ער יאָרן הונדערטער טויזנטער נײַע אימיגראַנטן וואָס, לויט דער הלכה, זענען נישט געווען קיין ייִדן. אַ טייל האָבן אַפֿילו נישט קיין אינטערעס צום ייִדישן לעבן. די דאָזיקע אימיגראַנטן האָבן געזען אין דער אימיגראַציע קיין ישׂראל אַ געלעגנהייט צו פֿאַרבעסערן זייער עקאָנאָמישע לאַגע דורכן באַקומען אַן "אַבסאָרבציע־קאַרט", פֿאַרלײַכטערונגען אין אײַנקונפֿט־שטײַער און צאָל־אַמט, סובסידיעס צו קויפֿן דירות און אויך פּענסיעס.
אַ טייל פֿון זיי האָבן געזען אין דער אימיגראַציע קיין ישׂראל אַ שטאַפּל אויפֿצוזאַמלען דאָס ערשטע געלט, כּדי שפּעטער צו קענען עמיגרירן קיין אַמעריקע אָדער אין אַ מערבֿ־אייראָפּעיִש לאַנד. אָבער מען מוז אויך אָנערקענען, אַז אַ געוויסער טייל פֿון די נישט ייִדישע אימיגראַנטן אין ישׂראל האָבן דעם געפֿיל פֿון האָבן אַ שײַכות צום ייִדישן קאָלעקטיוו און מיטן ייִדישן פֿאָלק. לעצטנס זענען צווישן די סאָוועטישע נישט־ייִדישע אימיגראַנטן אַנטדעקט געוואָרן אַ גרופּע פֿון אַנטיסעמיטן און אַפֿילו נאַציסטן פּראָ־היטלעריסטן, וועלכע מען מוז אויסראָטן מיטן וואָרצל.
וואָס שייך די פּאָזיטיווע עלעמענטן, ווערט געשאַפֿן אַ רעגירונג־אינסטיטוציע פֿאַרן גיור — אַריבערצוגיין צום ייִדישן גלויבן — כּדי עס צו מאַכן לײַכטער פֿאַר די 320,000 עולים פֿון געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס שטרעבן דערצו, אָבער שלאָגן זיך אָן אין ביוראָקראַטישע שוועריקייטן. צווישן זיי קאָן מען טרעפֿן מענטשן, וואָס זענען נישט אָנערקענט געוואָרן ווי ייִדן לויט דער הלכה; און אַנדערע, וואָס זענען געבוירן געוואָרן פֿון ייִדישע מאַמעס, אָבער נישט אָנערקענט געוואָרן ווי ייִדישע פֿרויען לויט דער הלכה. 80% פֿון די קינדער, געבוירענע פֿון נײַע עולים, זענען נישט אָנערקענט ווי ייִדן און יעדעס יאָר קומען צו נאָך 4,000.
די נײַע רעגירונג־אינסטיטוציע פֿאַרן גיור וועט אַדאָפּטירן די "פּאָליטיק פֿון דערעפֿענונג", וואָס מיינט, צו פֿאַרלײַכטערן אויף אַ באַדײַטונגספֿולן אופֿן דעם גיור. דאָס איז אַ מוז־זאַך, ווײַל אין דער צוקונפֿט וועט כּמעט יעדע משפּחה זײַן אַ געמישטע און זיי וועלן נישט וועלן עולה זײַן קיין ישׂראל, אויב די שוועריקייטן פֿון גיור וועלן זײַן די זעלבע ווי הײַנט. וואָס שייך די נעגאַטיווע עלעמענטן איז עס, פֿאַרשטייט זיך, ערשטנס — אַ זאַך פֿאַר דער פּאָליציי.
דער ישׂראלדיקער אינערן־מיניסטער, מאיר שיטרית, האָט זיך שוין אויסגעדריקט, אַז די נײַע עולים דאַרפֿן נישט באַקומען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט "פֿינף מינוט נאָכן אָנקומען אינעם לאַנד". מע דאַרף אפֿשר אײַנפֿירן אַ געוויסע סעלעקציע, וואָס זאָל דערמעגלעכן צו פֿאַרקלענערן צו אַ מינימום די צאָל פֿון געפֿערלעכע עלעמענטן. הײַנט גייט אָן אַ ברייטע פּאָלעמיק אין שײַכות מיט אייניקע פּונקטן פֿונעם רעפּאַטריאַציע־געזעץ. אַזוי, למשל, איז אויפֿגעשוווּמען די פֿראַגע: צי פֿאַרפֿליכטעט נישט דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ ישׂראל צו רעווידירן איר באַציִונג צום פֿאַרלאַנג פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים זיך צוריקצוקערן קיין ארץ־ישׂראל. צוריק גערעדט, פֿאַרלאַנגען די פּאַלעסטינער זייערע רעכטן, נישט אָנערקענענדיק די רעכטן פֿון די ייִדן. זיי פֿאַרלאַנגען, אַז זייערע פּליטים זאָלן צוריקקומען אין גאַנץ ארץ־ישׂראל און דערבײַ אָנערקענען זיי נישט די געזעצן פֿון מדינת־ישׂראל.