פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)

אין יאָר 1988 איז דזשאָרדזש בוש, דער פֿאָטער, דערוויילט געוואָרן ווי פּרעזידענט, און בעת זײַן קאַדענץ איז פֿאָרגעקומען די ערשטע איראַקער מלחמה, צווישן דעם 17טן יאַנואַר און דעם 25סטן פֿעברואַר 1991. נאָך דער איראַקער מלחמה איז פּרעזידענט בוש געווען איבערצײַגט, אַז סאַדאַם כוסיינס מפּלה האָט געבראַכט ענדערונגען אין מיטעלן מיזרח און געשאַפֿן נײַע געלעגנהייטן. בוש האָט אַרויפֿגעלייגט אויף זײַן אויסערן־מיניס­טער, דזשיימס בייקער, אַן איבערשפּרונג־דיפּלאָמאַטיע אין די לענדער פֿון מיטעלן מיזרח מיטן ציל צוזאַמענצורופֿן אַן אַראַביש־ישׂראלדיקע קאָנפֿערענץ. די קאָנפֿערענץ — מיט דער באַטייליקונג פֿון ישׂראל, יאָרדאַניע, סיריע, לבֿנון און די פּאַלעסטינער — איז צוזאַ­מענגערופֿן געוואָרן אין מאַדריד, שפּאַניע, דעם 30סטן אָקטאָבער 1991, אונטערן פּראָטעק­טאָראַט פֿון דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש און דעם סאָוועטישן פּרעזידענט מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו. בראָש פֿון דער ישׂראלדיקער דעלעגאַציע איז געשטאַנען פּרעמיער־מיניסטער יצחק שמיר. 7,000 זשור­נאַליסטן זענען געקומען קיין מאַדריד דעקן די קאָנפֿערענץ.

נאָך דרײַ טעג פֿון רעדעס איז געקומען דער מאָמענט, וועגן וועלכן ישׂראל האָט גע­חלומט. דאָס ערשטע מאָל האָבן אירע שכנים, אײַנגעשלאָסן סיריע, מסכּים געווען צו דירעק­טע אונטערהאַנדלונגען מיט מדינת־ישׂראל, אָן שום תּנאָים. יצחק שמיר איז געווען דער ערשטער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, וואָס האָט גערעדט פּנים־אל־פּנים מיט די סיריער. ישׂראל האָט באַטראַכט די מאַדרידער קאָנפֿערענץ ווי אַ ווענדונגס־פּונקט אין דער געשיכטע פֿון מיטל־לענדישן קאָנפֿליקט. ליידער, איז פֿון דער קאָנפֿערענץ קיין תּכלית נישט אַרויס, ווײַל ישׂראל — אונטער יצחק שמיר — האָט נישט געוואָלט אָנערקענען די ראָלע פֿון "פּל״אָ" (די פּאַלעסטינער באַפֿרײַונג־באַוועגונג) אין דעם שלום־פּראָצעס.

אין פֿאַרלויף פֿון דער קאַדענץ פֿון דזשאָרדזש בוש, דעם טאַטן, האָט פּאַסירט דער פּאָלאַרד־עפּיזאָד, וועלכער האָט ביזן הײַנטיקן טאָג — נישט געקוקט אויף די ענגע באַציִונגען צווישן ישׂראל און אַמעריקע — נישט געפֿונען קיין לייזונג. ווען ראַבין איז געוואָרן פּרעמיער־מיניסטער דעם 23סטן יוני 1992, האָט ער יאָ אָנערקענט די ראָלע פֿון "פּל״אָ", און די ערשטע זאַך וואָס ער האָט געטאָן, איז געווען צו אַנולירן דאָס געזעץ, וואָס האָט פֿאַרווערט די קאָנטאַקטן מיטן "פּל״אָ". דעם 20סטן מײַ 1993, האָבן די ישׂראל­דיקע פֿאָרשטייער זיך געטראָפֿן געהיים אין אָסלאָ, נאָרוועגיע, מיט די פֿאָרשטייער פֿון "פּל״אָ", און דעם 20סטן אויגוסט, דעם זעלבן יאָר, אונטערגעשריבן מיט זיי אַן אָפּמאַך. דעם 9טן סעפּטעמבער איז פֿאָרגעקומען אַן אויסטויש פֿון בריוו צווישן ראַבינען און אַראַפֿאַטן וועגן דער קעגנזײַטיקער אָנערקע­נונג פֿון ישׂראל און "פּל״אָ".

דערווײַל האָט זיך אויך געביטן דער פּרעזידענט אין אַמעריקע און דעם 13טן סעפּטעמבער 1993 זײַנען אונטערגעששריבן געוואָרן, אונטער דעם אַפּוטרופּסות פֿון פּרע­זידענט ביל קלינטאָן, די פּרינציפּן פֿון דער דעקלאַראַציע צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטי­נער, און ראַבין און אַראַפֿאַט האָבן זיך געדריקט די הענט.

אונטער דער השגחה פֿון ביל קלינטאָן איז דעם 26סטן אָקטאָבער 1994 אונטערגעשריבן געוואָרן דער ישׂראל־יאָרדאַנישער שלום. אין פֿאַרלויף פֿון קלינטאָנס קאַדענץ זענען אויך אונטערגעשריבן געוואָרן דער חבֿרון־אָפּמאַך, דעם 15טן יאַנואַר 1998; דעם 23סטן אָקטאָבער פֿונעם זעלבן יאָר — דער "וואַי פּלאַנטיישאָן־אָפּמאַך", און דעם 4טן סעפּטעמבער 1999 — דער שאַרם־אַ־שייך אָפּמאַך. צווישן 12טן און 25סטן יולי 2000, האָט קלינטאָן זיך געטראָפֿן אין "קעמפּ־דייוויד" מיט פּרעמיער־מיניסטער אהוד באַראַק און יאַסער אַראַפֿאַטן. אָבער דער דאָזיקער צוזאַמענטרעף איז דורכגעפֿאַלן און עס האָט אויסגעבראָכן די "אַל־אַקסאַ"־אינטיפֿאַדע.

אין 2001 איז דזשאָרדזש בוש, דער זון, געוואָרן פּרעזידענט און דעם 24סטן יוני 2002 האָט ער פּראָקלאַמירט די "וועגן־מאַפּע". ס׳איז געשאַפֿן געוואָרן דער "קוואַרטעט" — אַמעריקע, דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד, רוסלאַנד און די "יו־ען" — צו רעאַליזירן די "וועגן־מאַפּע". אין 2004 איז בוש נאָכאַמאָל אויסגעקליבן געוואָרן פּרעזידענט, און דעם 26סטן נאָוועמבער 2007 איז פֿאָרגעקומען אין אַנאַפּאָליס, לעבן וואַשינגטאָן — מיט דער באַטייליקונג פֿון 44 מדינות, צווישן זיי 15 אַראַבישע לענדער — די קאָנפֿערענץ צו באַנײַען די אונטערהאַנדלונגען, כּדי צו לייזן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. בוש האָט אויסגעדריקט זײַן וווּנטש, אַז ביזן סוף יאָר 2008 זאָל דערגרייכט ווערן אַ פּערמאַנענטע לייזונג פֿון דעם קאָנפֿליקט.

דעם 9טן יאַנואַר 2008 איז פּרעזידענט בוש אָנגעקומען קיין ישׂראל אויף אַ דרײַ־טאָגיקן באַזוך און אין פֿאַרלויף פֿון די טעג האָט ער דערקלערט, אַז ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען שטאַרקע אַליִיִרטע. ער האָט אויך באַטאָנט, אַז איראַן איז געווען און איז געבליבן אַ סכּנה פֿאַרן שלום אין דער וועלט. "איראַן, האָט ער געזאָגט, איז ממשיך איר נוקלעאַרע אַנטוויקלונג, טענהנדיק, אַז דאָס ווערט געטאָן פֿאַר פֿרידלעכע צוועקן; אָבער ווער עס דערגרייכט פֿרידלעכע נוקלעאַרע מעגלעכקייטן, קען זיי אויף מאָרגן באַנוצן אויך פֿאַר מיליטערישע צוועקן — און דאָס טאָר מען איראַן נישט דערלויבן צו טאָן". בוש האָט צוגעגעבן, אַז ער פֿאַרשטייט די זאָרג פֿון ישׂראל און טוט אַלץ מעגלעכס, כּדי צו לייזן די פּראָבלעם דורך דיפּלאָמאַטישע מיטלען. פּרעזידענט בוש האָט עפֿנטלעך עטלעכע מאָל דערקלערט, אַז אויב איראַן וועט אַטאַקירן ישׂראל, וועלן די פֿאַראייניקטע שטאַטן באַשיצן ישׂראל. בײַם געזעגענען זיך אויפֿן פֿלי־פֿעלד האָט ער געמאָלדן, אַז ער נעמט אָן די אײַנלאַדונג פֿון ישׂראל צו קומען ווידער אין מײַ חודש, זיך צו באַטייליקן אין די פֿײַערונגען לטובֿת דעם 60סטן יוביליי פֿון דער מדינה.

צו רעזומירן דעם דאָזיקן אַרטיקל, אין וועלכן איך האָב באַשריבן די באַציִונגען צווישן ישׂראל און אַמעריקע, אונטער אירע פּרעזי­דענטן — פֿון הערי טרומאַן ביז דזשאָרדזש בוש (דעם זון) — וואָלט איך געזאָגט: ס׳איז קיין צווייפֿל נישט, אַז פֿון דעם אַמעריקאַ­נער שטאַנדפּונקט זענען די באַציִונגען מיט ישׂראל אַ וויכטיקער קאָמפּאָנענט אין איר אויסערן־פּאָליטיק, אָבער פֿון ישׂראלס שטאַנד­פּונקט זענען די באַציִונגען אַ וויכטיקער סטראַטעגישער פֿאַרמעגן.