- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נאָך פּערו האָב איך געאַרבעט אין אויסערן־מיניסטעריום אין ירושלים אין פֿאַרשיידענע אָפּטיילונגען, און אין 1963 בין איך באַשטימט געוואָרן ווי אַ ראַטגעבער פֿון אונדזער אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע. דאָס איז געווען נאָכן פּראָצעס אין ירושלים איבער אַדאָלף אײַכמאַן, דער הויפּט־תּליון פֿון די ייִדן בעתן חורבן, וועלכער האָט זיך געהאַט אויסגעדריקט, אַז "ער וועט אַרײַנשפּרינגען אין קבֿר מיט אַ געלעכטער, ווײַל דאָס געפֿיל, אַז פֿינף מיליאָן ייִדן ליגן אויף זײַן געוויסן, וועט זײַן פֿאַר אים אַ קוואַל פֿון ספּעציעלער הנאה". ווי באַקאַנט, האָט דאָס ישׂראלדיקע געהיים־דינסט פֿאַרכאַפּט אײַכמאַנען אין אַרגענטינע, אין יאָר 1960. קיין אַרגענטינע זײַנען, נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, אַנטלאָפֿן — מיט דער הילף פֿון וואַטיקאַן — פֿיל דײַטשע נאַציסטן. אַז מיר זענען אָנגעקומען קיין בוענאָס־אײַרעס אין נאָוועמבער 1963, האָט זיך באַלד געוואָרפֿן אין די אויגן דער אויפֿשריפֿט אויף אַ וואַנט פֿון דעם הויז, וווּ מיר האָבן געדאַרפֿט לעבן: "טויט פֿאַר ישׂראל און לעבן פֿאַר אײַכמאַן".
ווען קיין בוענאָס־אײַרעס איז געקומען אויף אַ באַזוך אַנטעק צוקערמאַן, איינער פֿון די העלדן פֿון וואַרשעווער געטאָ, האָט די ייִדישע קהילה אָרגאַניזירט אַ מאַסן־פֿאַרזאַמלונג אָפּצומערקן דעם 21סטן יאָרטאָג פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. אין פֿאַרלויף פֿון די פֿיר יאָר אין בוענאָס־אײַרעס האָב איך אַקטויִרט, צוזאַמען מיט דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער אַרגענטינער קהילה, קעגן דער ראַסיסטישער פּראָ־נאַציסטישער טעראָריסטישער גרופּע "טאַקואַראַ", וועלכע האָט פֿאַרשטאַרקט איר טעטיקייט נאָך אײַכמאַנס פּראָצעס. איך און מײַן פֿרוי האָבן געאַרבעט אין בוענאָס־אײַרעס פֿיר יאָר און דעם 5טן יוני 1967 האָט אויסגעבראָכן די זעקס־טאָגיקע מלחמה, וואָס אונדזער עלטערע טאָכטער, רוחמה, האָט דורכגעמאַכט ווי אַ סאָלדאַט אין ים־מיליטער. נאָך דער מלחמה האָט זיך ישׂראל געפֿונען אין איר פּראַכט; דאָס איז געווען איר שענסטע שעה — מיט אַ זיגרײַכער אַרמיי, מיט אַ גוטן שם אין דער וועלט, מיט ליבשאַפֿט, אָפּשײַ און שטאָלץ מצד די ייִדן אין די תּפֿוצות. עס איז אויך געווען אַ געפֿיל, אַז מיט דעם נצחון אין דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, האָט ישׂראל פֿאַרזיכערט איר עקזיסטענץ. אין דער דאָזיקער מלחמה זײַנען די ייִדן איבער דער גאָרער וועלט געווען אַ ווערטיקער שותּף, און דער נצחון האָט אויך פֿאַר זיי פֿאַרשאַפֿן אַ געוואַלדיקן כּבֿוד און שטאָלץ.
אין די פֿיר יאָר פֿון אונדזער זײַן אין אַרגענטינע האָט אונדזער אַמבאַסאַדע מצליח געווען צוריקצוברענגען די באַציִונגען צווישן ישׂראל און אַרגענטינע צו דער מדרגה ווי זיי זענען געווען פֿאַר אײַכמאַנס פֿאַרכאַפּונג. פֿון בוענאָס־אײַרעס האָט מען מיך איבערגעפֿירט קיין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, ווי אַ גענעראַל־קאָנסול. די קהילה אין טאָראָנטאָ האָט בײַגעטראָגן בעת דער געלט־זאַמלונג פֿאַר דער זעקס־טאָגיקער מלחמה 10 מיליאָן דאָלאַר, און דאָס האָט זיך גערעכנט ווי איינער פֿון די שענסטע בײַטראָגן. אויך אין טאָראָנטאָ האָב איך געמוזט קעמפֿן קעגן אַנטי־ישׂראלדיקע אַקטיוויטעטן, מיט וועלכע עס האָט אָנגעפֿירט די "פֿאַראייניקטע קירכע פֿון קאַנאַדע". איר צײַטונגס־אָרגאַן האָט געשיקט קאָרעספּאָנדענטן אין די פּאַלעסטינער פּליטים־לאַגערן אין לבֿנון און געפֿירט אַ העצע קעגן ישׂראל. בעת אַ פֿאָרטראַג אין דער שיל "בית־צדק", האָב איך באַשולדיקט די "פֿאַראייניקטע קירכע פֿון קאַנאַדע" ווי אַ טייל פֿון אַ נישט־הייליקן בונד קעגן ישׂראל און די ייִדן. די וויכטיקסטע צײַטונג פֿון טאָראָנטאָ "גלאָב ענד מייל" האָט פּובליקירט אַ לייט־אַרטיקל, וואָס האָט געפֿאָדערט פֿונעם קאַנאַדישן אויסערן־מיניסטער צו דערקלערן מיך פֿאַר אַ "פּערסאָנאַ נאָן גראַטאַ", צוליב מײַן אַטאַק אויף דער קירך. אין דעם טאָג וואָס דער לייט־אַרטיקל איז דערשינען, איז אָנגעקומען קיין אָטאַוואַ, די הויפּט־שטאָט פֿון קאַנאַדע, דער דעמאָלטיקער דערציִונג־מיניסטער פֿון ישׂראל יגאל אַלון און אונדזער אַמבאַסאַדאָר דאָרט האָט אים געוויזן דעם אַרטיקל. פֿון אָטאַוואַ איז אַלון געקומען קיין טאָראָנטאָ, און גלײַך, אַראָפּגייענדיק פֿון עראָפּלאַן, האָט ער מיר געוויזן דעם אַרטיקל און געזאָגט: "אַבא, אַמאָל מעג מען זאָגן די גויים וואָס מען קלערט וועגן זיי". איך האָב זייער אָפּגעשאַצט יגאל אַלונס פּאָזיציע וועגן דעם ענין און זיך צוגעזאָגט, אַז נאָכן קומען צוריק פֿון טאָראָנטאָ קיין ישׂראל, וועל איך פּובליקירן אַ בוך מיטן טיטל "אַ נישט־הייליקער בונד". און איך האָב עס טאַקע געטאָן. אין 1973 איז דערשינען מײַן בוך אין ענגליש — UNHOLY ALLIANCE.
איך בין געבליבן אין טאָראָנטאָ פֿיר יאָר, און אין פֿאַרלויף פֿון דער צײַט האָבן די שטאָט באַזוכט, ווי שליחים פֿאַר געלט־זאַמלונגען און באָנדס־פֿאַרקויף, די צענטראַלע ישׂראלדיקע פּערזענלעכקייטן: פּרעמיער לוי אשכּול און גאָלדע מאיר, אויסערן־מיניסטער אַבא אבן, פֿינאַנץ־מיניסטער פּינחס ספּיר, דערציִונג־מיניסטער יגאל אלון, אינערן־מיניסטער יוסף בורג, אַרבעט־מיניסטער יוסף אַלמוגי, און אַנדערע. איך האָב אַלעמען באַגלייט בײַ זייערע אַקטיוויטעטן. אין 1972 בין איך מיט מײַן פֿרוי צוריקגעקומען קיין ישׂראל, וווּ איך האָב געאַרבעט איבער זעקס יאָר ווי דירעקטאָר פֿון דער אָפּטיילונג פֿאַר קולטורעלע און וויסנשאַפֿטלעכע באַציִונגען. אין פֿאַרלויף פֿון דער צײַט האָב איך באַזוכט 22 לענדער אין אייראָפּע און אין לאַטײַן־אַמעריקע און אונטערגעשריבן אָפּמאַכן פֿאַר קולטור־ און וויסנשאַפֿט־אויסטויש. אין אָקטאָבער 1973 האָט אויסגעבראָכן די יום־כּיפּור־מלחמה און דעם 26סטן יוני 1976 האָבן זיבן טעראָריסטן פֿאַרכאַפּט דעם עראָפּלאַן קיין ענטעבע, אוגאַנדע, וווּ עס זענען געווען 258 פּאַסאַזשירן, צווישן זיי מער ווי 100 ישׂראלים, און 12 — פֿון דער פֿלי־מאַנשאַפֿט. ישׂראל האָט דורכגעלעבט אַ זייער שפּאַנענדיקע, שווערע וואָך און אין דעם ביוראָ פֿון אויסערן־מיניסטעריום בײַם גענעראַל־דירעקטאָר איז פֿאָרגעקומען אַ טעגלעכער דיזשור פֿון העכערע באַאַמטע. מײַן דיזשור איז אויסגעפֿאַלן אויף דעם 3טן צום 4טן יולי בײַנאַכט, פּונקט ווען די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט באַשלאָסן צו באַפֿרײַען די פֿאַרכאַפּטע אין ענטעבע. איך האָב געהאַט דעם זכות צו פֿאַרשפּרייטן צווישן אַלע דיפּלאָמאַטישע פֿאָרשטייערשאַפֿטן אין ישׂראל די ידיעה וועגן דער באַפֿרײַונג פֿון די פֿאַרכאַפּטע. דעמאָלט האָב איך טאַקע אַ טראַכט געטאָן: ווי אַנדערש וואָלט געווען דער גורל פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום אין דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען די ייִדישע מדינה וואָלט שוין געווען עקזיסטירט דעמאָלט. און ווידער, ווי נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, איז אויך נאָך דער ענטעבע־אָפּעראַציע, ישׂראל פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט ברכות און אויסדרוקן פֿון אָפּשאַצונג, צוליב דער גרויסער הצלחה. אין 1977 איז פֿאָרגעקומען אַ פּאָליטישע איבערקערעניש אין ישׂראל: מנחם בעגין איז אויסגעוויילט געוואָרן פֿאַרן פּרעמיער־מיניסטער, און משה דיין האָט מסכּים געווען צו זײַן דער אויסערן־מיניסטער אין זײַן רעגירונג. פֿינף חדשים שפּעטער האָט פּאַסירט דאָס, וואָס קיינער האָט נישט דערוואַרט: דעם 19טן נאָוועמבער 1977 איז קיין ישׂראל געקומען דער פּרעזידענט פֿון עגיפּטן, אַנוואַר סאַדאַט. דעמאָלט האָט ער געמאָלדן: "נישט מער מלחמה, נישט מער בלוט־פֿאַרגיסונג". ליידער, אַ חוץ דעם שלום מיט עגיפּטן און יאָרדאַניע, האָבן מיר געהאַט צוויי "אינטיפֿאַדעס" און צוויי מלחמות אין לבֿנון. דערווײַל זעט מען נישט קיין סוף צו דער בלוט־פֿאַרגיסונג. מנחם בעגין און משה דיין האָבן באַשלאָסן מיך צו באַשטימען ווי דער אַמבאַסאַדאָר אין בוקאַרעסט, רומעניע. בײַם געזעגענען זיך מיט מיר, האָבן זיי ביידע אונטערגעשטראָכן די וויכטיקייט פֿון מײַן שליחות, ווײַל רומעניע איז געווען דאָס איינציקע קאָמוניסטישע לאַנד וואָס האָט אָנגעהאַלטן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל. זיי האָבן צוגעגעבן, אַז בוקאַרעסט איז פֿאַר ישׂראל אויך אַ "פֿענצטער אינעם אײַזערנעם פֿאָרהאַנג", אַ מין מעגלעך בריקל צו באַנײַען די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט אַלע אַנדערע קאָמוניסטישע לענדער; און מיך געבעטן לייגן אויפֿמערק אויף דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אַרום רומעניע. דעם 25סטן יאַנואַר 1978 בין איך אָנגעקומען מיט מײַן פֿרוי קיין בוקאַרעסט. מיר האָבן אין ישׂראל איבערגעלאָזט צוויי זין, וואָס האָבן געדינט אין אַוויאַציע: מאיר, אין אַן אַנטי־עראָפּלאַן איינהייט, און יהודה — ווי אַ פּילאָט. דעם 31סטן יאַנואַר האָב איך דערלאַנגט דעם פּרעזידענט ניקאָלײַ טשאַוּשעסקו מײַנע קרעדענציאַלן ווי אַ ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר, און דער פּרעזידענט האָט מיר דערציילט, ווי אַזוי אַנוואַר סאַדאַט איז געקומען קיין ישׂראל. אין 1972 האָט ער, טשאַוּשעסקו, געפּרוּווט אָרגאַניזירן אַ צוזאַמענטרעף צווישן סאַדאַטן און גאָלדע מאיר. אָבער גאָלדע מאיר איז, לויט זײַן מיינונג, נישט געווען גענוג בייגעוודיק און דאָס איז פֿאַר אים געווען אַן אַנטוישונג. אַז בעגין איז אויסגעקליבן געוואָרן פֿאַרן פּרעמיער־מיניסטער, האָט טשאַוּשעסקו באַשלאָסן צו טאָן דאָס זעלבע מיט אים, און האָט אים אײַנגעלאַדן אין אויגוסט קיין בוקאַרעסט. די באַגעגעניש האָט אָנגעהאַלטן 7 שעה, און אין דער צײַט האָט זיך צווישן זיי געשאַפֿן אַ "כעמיע", ווי מען זאָגט אין ישׂראל. נאָך בעגינס אַוועקפֿאָרן אַהיים, האָט טשאַוּשעסקו אײַנגעלאַדן אַנוואַר סאַדאַטן קיין בוקאַרעסט אין אָקטאָבער.
זיי זײַנען געזעסן שעהען לאַנג און סאַדאַט האָט אים געשטעלט צוויי קאָנקרעטע פֿראַגעס: 1) צי וויל, לויט זײַן מיינונג, בעגין מאַכן שלום? און 2) צי איז בעגין פֿעיִק צו מאַכן שלום? טשאַוּשעסקו האָט געענטפֿערט סאַדאַטן אויף ביידע פֿראַגעס פּאָזיטיוו. אויפֿן וועג פֿון בוקאַרעסט קיין טעהעראַן האָט סאַדאַט באַשלאָסן צו קומען קיין ירושלים. מיטן קומען פֿון סאַדאַטן קיין ירושלים האָט זיך אָנגעהויבן דער שלום־פּראָצעס אין מיטעלן מיזרח, וועלכער שלעפּט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג. אין פֿאַרלויף פֿון מײַנע פֿינף יאָר אין בוקאַרעסט, האָט ישׂראל פֿאַרניכטעט, דעם 7טן יוני 1981, דעם איראַקישן אַטאָמישן רעאַקטאָר, און דעם 6טן יוני 1982 איז אויסגעבראָכן די מלחמה אין לבֿנון. במשך פֿון די אַלע פֿינף יאָר האָב איך אָנגעהאַלטן קאָנטאַקטן און געשפּרעכן מיט די אַמבאַסאַדאָרן און מיליטער־אַטאַשעען פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער, אָבער צו קיין שום תּכלית וועגן באַנײַען די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען איז נישט געקומען. אַ וויכטיקער טייל פֿון מײַן מיסיע אין רומעניע איז געווען אָנצוהאַלטן קאָנטאַקטן מיט די ייִדישע קהילות. פֿאַר דער מלחמה זענען געווען אין רומעניע 800,000 ייִדן, און אַ העלפֿט פֿון זיי איז אומגעבראַכט געוואָרן אין די יאָרן פֿונעם חורבן. טשאַוּשעסקוס קאָמוניסטישער רעזשים האָט פֿאַרבאָטן מיר צו באַזוכן אַ הויז פֿון אַ ייִדן, און אַ ייִד האָט נישט געטאָרט קומען צו מיר, אַ חוץ דעם הויפּט־ראַבינער משה־דוד ראָזען. אָבער די ייִדן האָבן געמעגט באַזוכן די אַמבאַסאַדע אויף די אָפֿיציעלע אויפֿנאַמעס, און מײַן פֿרוי און איך האָבן געהאַט די מעגלעכקייט צו באַזוכן די פֿאַרשיידענע בתּי־מדרשים אין בוקאַרעסט אויף אַלע ימים־טובֿים און זיך באַטייליקן אין די אָפֿיציעלע פֿײַערונגען אינעם קלוב פֿון דער קהילה. מײַן פֿרוי און איך האָבן באַזוכט 63 ייִדישע קהילות אין רומעניע, דאָס הייסט, וווּ עס איז נאָר געווען אַ פּאָר ייִדן, אַ בית־מדרש און אַ ביוראָ פֿון דער קהילה. אַז מיר פֿלעגן אָנקומען אין אַ קהילה, האָבן זיך די ייִדן פֿאַרזאַמלט אינעם בית־מדרש. אַזוי ווי איך בין תּמיד אָנגעקומען מיט מײַן אָפֿיציעלער מאַשין, מיט אַ ווײַס־בלוי פֿענדל, האָבן די ייִדן געגלעט די פֿאָן און געמורמלט: "ווען מיר זעען די דאָזיקע פֿאָן, ווערט אונדז וואַרעם אויפֿן האַרצן". מיט טרערן אין די אויגן האָבן זיי געמאַכט אַ "מי שברך" פֿאַר דעם וואָס זיי האָבן זוכה געווען זיך צו טרעפֿן מיטן ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר. אַ ספּעציעל רירנדיקע איבערלעבעניש איז געווען פֿאַר אונדז דער באַזוך אין דער שטאָט יאַס, וואָס מען האָט גערופֿן "ירושלים פֿון די רומענישע ייִדן". פֿאַר דער מלחמה זענען דאָרט געווען 55,000 ייִדן פֿון אַן אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג פֿון 100,000 נפֿשות. מיר האָבן דאָרט געפֿונען נאָר 3,000 ייִדן פֿון אַ באַפֿעלקערונג פֿון 320,000 מענטשן. פֿאַר דער מלחמה זענען געווען אין יאַס 117 שילן, און געבליבן זײַנען בלויז דרײַ, און פֿון זיי, האָט מען געדאַוונט נאָר אין איינער. דעם 28סטן יוני 1941 איז פֿאָרגעקומען אַ פּאָגראָם אין יאַס, אין וועלכן עס זענען דערמאָרדעט געוואָרן 11,000 ייִדן.
דעם 13טן נאָוועמבער 1982 האָב איך זיך געזעגנט מיט טשאַוּשעסקון נאָך אַ מיסיע פֿון פֿינף יאָר. ער האָט מיר באַדאַנקט פֿאַר אַלץ וואָס איך האָב געטאָן, כּדי צו שטאַרקן די פֿרײַנדלעכע באַציִונגען צווישן רומעניע און ישׂראל און געבעטן איבערצוגעבן מנחם בעגינען, שמעון פּערעסן און יצחק שמירן, אַז זײַן געפֿיל איז, אַז ירושלים רעכנט זיך נישט גענוג מיט זײַנע מיינונגען, קומט נישט אַנטקעגן זײַנע אָפּשאַצונגען; אַז ישׂראל איז פֿאַרגלייבט נאָר אין איר אייגענער אילוזיע און פֿאַרגליווערטע געדאַנקען־פֿאָרמעס, און דעריבער פֿאַרזעט זי גוטע געלעגנהייטן. צוריקקומענדיק קיין ירושלים, האָב איך טשאַוּשעסקוס ווערטער איבערגעגעבן די אַלע דרײַ מנהיגים. זיי האָבן זיך פֿון דעם נישט צופֿיל איבערגענומען. בעת שמיר איז געוואָרן פּרעמיער־מיניסטער, און דער אויסערן־מיניסטער, האָט ער מיך באַשטימט ווי זײַן ראַטגעבער, און דאָס איז געווען מײַן לעצטע פּאָזיציע אויף דער דיפּלאָמאַטישער אַרבעט. נאָך צוויי און אַ האַלב יאָר אויף דער דאָזיקער שטעלע, בין איך אַרויס אויף פּענסיע. אָבער איך האָב נאָך געאַרבעט אינעם אויסערן־מיניסטעריום 10 יאָר. מײַן אַרבעט איז געווען צו זײַן דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם "יאָרבוך פֿון אָפֿיציעלע דאָקומענטן". |