דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, מיט 14 יאָר צוריק, זענען אונטערגעשריבן געוואָרן די אָסלאָ־אָפּמאַכן. אין מײַן אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" פֿון 20סטן יולי, הײַיאָר, האָב איך באַשריבן די טעג פֿון דערהייבונג, וואָס האָבן עקזיסטירט אין ישׂראל נאָכן אונטערשרײַבן די אָפּמאַכן. די דאָזיקע טעג פֿון דערהייבונג האָבן געדויערט איבער דרײַ חדשים, ביז ראַבין, פּערעס און אַראַפֿאַט האָבן באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז; דאַן האָט זיך די שׂימחה געענדיקט, ווײַל די אָסלאָ־אָפּמאַכן האָבן קריסטאַליזירט אַ געפֿערלעכע פּאָלאַריזירונג פֿון רעכטס און לינקס אין ישׂראל, און פֿון טאָג צו טאָג איז געוואָקסן די העצע קעגן דער רעגירונג, און בעיקר — קעגן יצחק ראַבינען.
ספּעציעל איז דער כּעס געוואָקסן נאָכן אינטערים־אָפּמאַך, וואָס איז אונטערגעשריבן געוואָרן אין וואַשינגטאָן צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער דעם 28סטן סעפּטעמבער 1995, לויט וועלכן ישׂראל האָט געדאַרפֿט אָנהייבן צו פֿאַרלאָזן די שטחים.
צענדליקער טויזנטער ישׂראלים האָבן דעמאָנסטרירט אין פֿאַרשיידענע ישׂראלדיקע שטעט קעגן דעם אָפּמאַך, אַנטקעגן יצחק ראַבינס הויז און נעבן דעם כּותל־המערבֿי. דער אָפּמאַך איז אונטערגעשריבן געוואָרן נישט געקוקט אויף דעם, וואָס עס זײַנען ווײַטער אָנגעגאַנגען די טעראָר־אַקטן מצד די פּאַלעסטינער אויף די שטחים און אין ישׂראל גופֿא. טויזנטער ייִדן האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן אין חבֿרון צו פּראָטעסטירן קעגן דעם אָפּמאַך. אַלע ייִשובֿים אין ירדן־טאָל האָבן געשטרײַקט ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם, וואָס דער אָפּמאַך פֿאַרברייטערט דעם שטח פֿון דער יריחו־אויטאָנאָמיע. זיי האָבן דערמאָנט יצחק ראַבינס צוזאָג צו היטן דעם ירדן־טאָל ווי אַ מיזרחדיקן זיכערהייט־פּאַס פֿון דער מדינה. 100,000 מענטשן האָבן דעמאָנסטרירט אין ירושלים קעגן אַראַפֿאַטס באַזוך אין עזה. דעמאָנסטראַציעס זענען פֿאָרגעקומען אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאַרן און קעגן אָפּמאַך. דעמאָנסטראַציעס קעגן דעם הסכּם זענען אויך פֿאָרגעקומען אין די פּאַלעסטינער פּליטים־לאַגערן אין לבֿנון און פֿון ייִדן אין וואַשינגטאָן.
רבנים האָבן פּובליקירט אַן הלכהדיקן פּסק־דין, אַז סאָלדאַטן דאַרפֿן נישט אויספֿירן קיין באַפֿעלן צו עוואַקויִרן די ייִדישע ייִשובֿים אין יהודה און שומרון. אויף דעמאָנסטראַציעס אַנטקעגן ראַבינס הויז אין תּל־אָבֿיבֿ האָט מען געהערט די געשרייען — "ראַבין איז אַ רוצח". דער הויכפּונקט פֿון די דעמאָנסטראַציעס איז פֿאָרגעקומען אויפֿן ציון־סקווער אין ירושלים, וווּ עס האָט געפֿלאַטערט אַ פּלאַקאַט מיט ראַבינען אין אַ נאַצי־אוניפֿאָרם, באַגלייט מיט געשרייען: "ראַבין איז אַ נאַצי! ראַבין איז אַ פֿאַררעטער!"
יצחק ראַבין האָט געוווּסט וועגן דער העצע קעגן אים און געהערט די דראָונגען, אָבער ער האָט זיך נישט דערשראָקן. ער איז געווען גרייט צו באַצאָלן יעדן פּרײַז, כּדי בײַצוטראָגן צו דער דערגרייכונג פֿון אַן אמתן שלום מיט די פּאַלעסטינער. די אומבאַגרענעצטע העצע קעגן ראַבינען האָט געהאַט דעם ציל צו פֿאַרקריפּלען זײַן געשטאַלט, פֿאַרדאָרבן זײַן כאַראַקטער און מיט דעם — דערלויבן צו פֿאַרגיסן זײַן בלוט, ווי עס האָט עס געטאָן דער רבֿ משה בנטובֿ, דער אַזוי גערופֿענער "מזוזות לייענער". דער דאָזיקער רבֿ האָט דערקלערט, אַז "פּרעה" — זענען די ראשי־תּיבֿות פֿון פּערעס, ראַבין, עראַפֿאַט, היטלער. דער רבֿ האָט געוווּנטשן, אַז ראַבין, פּערעס און אַראַפֿאַט זאָלן שטאַרבן אַזוי, ווי ס׳זענען געשטאָרבן פּרעה און היטלער.
נישט צום גלויבן, אַז עס קאָנען זײַן אַזוינע משוגענע רבנים. און דאָך האָט דעם 4טן נאָוועמבער 1995, אַ ייִדישער מנוול, אַ רעליגיעזער פּאַרשוין, יגאל עמיר, אַ 25־יאָריקער סטודענט פֿון יוריספּרודענץ, דערשאָסן יצחק ראַבינען, בעת 120,000 ישׂראלים האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן אין תּל־אָבֿיבֿ צו באַגריסן און באַוווּנדערן ראַבינס טעטיקייט. זיי האָבן געזונגען דאָס "ליד פֿון שלום". אַ טיפֿער טרויער האָט באַהערשט ישׂראל מיטן מאָרד פֿון יצחק ראַבין. דאָס גאַנצע פֿאָלק איז געווען צעטומלט, בייז, צעווייטיקט, דערשיטערט און נישט אויפֿגעהערט צו וויינען.
איך בין געווען בײַ דער לוויה פֿון יצחק ראַבינען אין ירושלים דעם 6טן נאָוועמבער 1995. עס זענען געקומען צו דער לוויה 101 דעלעגאַציעס פֿון אויסלאַנד, אַלע דיפּלאָמאַטישע פֿאָרשטייער אין ישׂראל און פֿאָרשטייער פֿון ייִדישע קהילות און אָרגאַניזאַציעס פֿון דער גאַנצער וועלט — מלכים, פֿירשטן, פּרעזידענטן, מיניסטאָרן — אַלע זענען געקומען אָפּגעבן דעם לעצטן כּבֿוד דעם וווּנדערלעכן זון פֿון ייִדישן פֿאָלק — דעם פֿירער, פּאָליטיקער, קאָמאַנדיר, קעמפֿער און פֿרײַנד. בײַם פֿרישן קבֿר האָבן אים מספּיד געווען די פֿירער פֿון אַמעריקע און אייראָפּע, אַזיע און אַפֿריקע, אויסטראַליע און דעם מיטעלן מיזרח. דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, ביל קלינטאָן, האָט זיך געזעגנט מיט ראַבינען מיט די ווערטער "שלום, חבֿר!" און די דאָזיקע צוויי ווערטער האָבן אָפּגעהילכט אין די מײַלער פֿון אַלעמען אויף דער גאָרער וועלט.
אין ישׂראל האָט זיך געשאַפֿן אַ נײַע ווירקלעכקייט: דער געפֿיל פֿון בטחון האָט דערגרייכט דעם נידעריקסטן פּונקט.די וואַלן זענען פֿאָרגעקומען דעם 29סטן מײַ 1996, פֿאַר דער באַשטימטער צײַט. דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס די וואַלן זענען געווען באַזונדער פֿאַרן פּרעמיער־מיניסטער און פֿאַר דער כּנסת. די צוויי קאַנדידאַטן פֿאַרן פּרעמיער־מיניסטער זענען געווען שמעון פּערעס פֿון דער אַרבעט־פּאַרטיי און בנימין נתניהו פֿאַרן "ליכּוד".
נתניהו האָט געוווּנען די וואַלן, אָבער אויב בעת דער וואַל־קאַמפּאַניע האָט נתניהו קריטיקירט די פּאָליטיק פֿון ראַבין־פּערעס, האָט ער נאָך די וואַלן ממשיך געווען זייער פּאָליטיק. ווען נתניהו איז אין יאַנואַר 1994 אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער פֿירער פֿונען "ליכּוד", האָט ער דערקלערט, אַז אויב דער "ליכּוד" וועט קומען צו דער מאַכט, וועט ער נישט מכבד זײַן דעם הסכּם מיט אַראַפֿאַטן. אָבער דער אמת איז, אַז נתניהו איז געווען דער ערשטער רעכטער פֿירער וואָס האָט געדריקט אַראַפֿאַטס האַנט, אָנערקענט זײַן עקזיסטענץ און אונטערגעשריבן דעם חבֿרונער הסכּם וועגן זיך צוריקצוציִען פֿון דער דאָזיקער שטאָט, די שטאָט פֿון די אָבֿות, און האָט ממשיך געווען די פּאָליטיק פֿון "שטחים פֿאַר שלום".
צוליב דעם, וואָס ער האָט אינגאַנצן נישט מקיים געווען די צוגעזאָגטע אַנטי־אָסלאָ פּאָליטיק, האָט נתניהו פֿאַרלוירן די וואַלן דעם 17טן מײַ 1999, וועלכע זענען אויך פֿאָרגעקומען פֿאַר דער צײַט. אהוד ברק איז געוואָרן ישׂראלס פּרעמיער־מיניסטער, און דרײַ מיט אַ האַלב חדשים נאָכדעם, דעם 4טן סעפּטעמבער 1999, האָט ער אונטערגעשריבן מיט אַראַפֿאַטן דעם מעמאָראַנדום פֿון שאַרם אַ־שייך, אין וועלכן ביידע צדדים האָבן זיך פֿאַרפֿליכטעט צו דערגרייכן, ביזן 13טן פֿעברואַר 2000, אַ סכעמע־אָפּמאַך וועגן אַלע פּראָבלעמען פֿון פּערמאַנענטן סטאַטוס, און ביזן 13טן סעפּטעמבער 2000 — אַ פֿולן שלום־אָפּמאַך.
עס איז קיין צווייפֿל נישט, אַז ברק האָט געמאַכט אַ גרויסן פֿעלער מיט דעם, וואָס ער האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט צו אַ פֿולן שלום־אָפּמאַך דעם 13טן סעפּטעמבער 2000. אויפֿן סמך פֿון דער דאָזיקער פֿאַרפֿליכטונג, האָט דער צענטראַלער ראַט פֿון דער "פּל״אָ" באַשלאָסן צו פּראָקלאַמירן דעם 13טן סעפּטעמבער זייער אומאָפּהענגיקע מדינה. דעמאָלט האָט קלינטאָן אײַנגעלאַדן ברקן און אַראַפֿאַטן אין קעמפּ־דייוויד צו אַ שפּיצן-קאָנפערענץ דעם 11טן יולי.
דרײַ פּאַרטייען פֿון ברקס רעגירונג — ש״ס, "ישׂראל בעליה" (די רוסישע אימיגראַנטן־פּאַרטיי) און מפֿד״ל (די נאַציאָנאַלע רעליגיעזע פּאַרטיי) — האָבן חושד געווען ברקן, אַז ער קלײַבט זיך צו מאַכן קאָנצעסיעס צו אַראַפֿאַטן, וואָס וועלן שעדיקן די אינטערעסן פֿון ישׂראל. האָבן ביידע מיניסטאָרן דעמיסיאָנירט.
ברקס אויסערן־מיניסטער, דוד לוי, איז נישט מסכּים געווען צו באַגלייטן ברקן אין קעמפּ־דייוויד, צוליב דעם, וואָס — לויט זײַן מיינונג — האָבן די פּאַלעסטינער נישט אויסגעפֿירט זייערע פֿאַרפֿליכטונגען, אונטערגעשריבן אונטער די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ, חבֿרון, "ווײַ־פּלאַנטיישאָן" און שאַרם אַ־שייך. 150,000 מענטשן האָבן דעמאָנסטרירט אויף ראַבינס סקווער אין תּל־אָבֿיבֿ און פּראָטעסטירט קעגן ברקס כּוונה צו מאַכן אין קעמפּ־דייוויד עקסטרעמע קאָנצעסיעס צו די פּאַלעסטינער. דער ראַט פֿון די ייִדישע ייִשובֿים אויף די שטחים האָט באַשלאָסן, אַז אַלע ייִשובֿים אין יהודה, שומרון און עזה וועלן פֿאַרבלײַבן דאָרט, וווּ זיי זענען און אַז די דאָרטיקע באַזעצער וועלן קיינמאָל נישט פֿאַרלאָזן זייערע הײַזער.
די כּנסת האָט באַשלאָסן — מיט אַ מערהייט פֿון 51 קעגן 40 — אַז די רעגירונג איז מחויבֿ צו אַנעקסירן גלײַך יהודה, שומרון און עזה, אויב די פּאַלעסטינער וועלן פּראָקלאַמירן זייער אייגענע מדינה. עס איז אויך באַשלאָסן געוואָרן — מיט אַ מערהייט פֿון 64 קעגן 40 — אַז אין אַזאַ פֿאַל וועט די רעגירונג מחויבֿ זײַן צו אַנולירן די אָסלאָ־אָפּמאַכן מיט די פּאַלעסטינער. מיט אַ מערהייט פֿון 50 שטימען קעגן 38 איז אָנגענומען געוואָרן אַ באַשלוס, אַז אַ פֿולער שלום מיט די פּאַלעסטינער דאַרף באַשטעטיקט ווערן אין דער כּנסת דורך אַ מערהייט פֿון 61 דעפּוטאַטן, און ערשט נאָכדעם דורך אַ מערהייט בײַ אַ ספּעציעלן רעפֿערענדום.
נישט געקוקט אויף דעם, איז ברק אַרויסגעפֿאָרן צו דער שפּיצן־קאָנפֿערענץ מיט אַראַפֿאַטן און קלינטאָנען און דאָרט געמאַכט אַלע מעגלעכע קאָנצעסיעס. ער איז געווען גרייט זיך צוריקצוציִען צו די גרענעצן פֿון 1967 און האָט פֿאָרגעשלאָגן אַראַפֿאַטן 97% פֿון די שטחים, ווי אַן אויסטויש פֿון טעריטאָריע פֿאַר די איבערגעבליבענע 3%, סוּווערעניטעט פֿאַר די קוואַרטאַלן אין דער אַלטער שטאָט פֿון ירושלים און שותּפֿות אויפֿן הר־הבית, וווּ ס׳איז געשטאַנען דער בית־המקדש.
נישט געקוקט אויף די דאָזיקע ווײַטגייענדיקע קאָנצעסיעס, האָט אַראַפֿאַט פֿאַרלאַנגט מער און איז נישט געווען גרייט צו דערקלערן אַ סוף צום ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. די שפּיצן־קאָנפֿערענץ איז פֿולשטענדיק דורכגעפֿאַלן, און ברק האָט אָנגעשריבן צו פּרעזידענט קלינטאָן: "איך בין געקומען צום אויספֿיר, אַז עס עקזיסטירט נישט קיין פּאַלעסטינער פּאַרטנער צו די אונטערהאַנדלונגען, ווײַל זיי פֿאַרהאַנדלען נישט ערלעך און נישט ערנסט".
עס איז נישט געווען נויטווענדיק צו וואַרטן ביז יולי 2000, כּדי צו קומען צו דעם אויספֿיר. דאָס איז שוין געווען קלאָר דעם 10טן מײַ 1994, ווען אַראַפֿאַט האָט דערקלערט אין אַ מעטשעט אין יאָהאַנעסבורג די באַדײַטונג פֿון די אָסלאָ־אַפּמאַכן. ער האָט זיי פֿאַרגליכן צו די אַל־כודאַיִביאַ־אָפּמאַכן צווישן מוכאַמעד און דעם שבֿט קוראַיִש, מיט דער כּוונה זיי אויסצוקוילען אין מאָמענט, ווען ער וועט זײַן בכּוח עס צו טאָן.
נאָך אַ חטא פֿון די חסידים פֿון אָסלאָ: זיי האָבן באַטראַכט די 1,080 טעראָר־קרבנות — פֿון 13טן סעפּטעמבער 1993 ביז יולי 2000 — ווי "שלום־קרבנות, וואָס עס איז געווען אוממעגלעך אויסצומײַדן". דער אויסערן־מיניסטער דוד לוי האָט דעמיסיאָנירט פֿון זײַן פּאָסטן און באַשולדיקט ברקן, אַז "זײַנע קאָנצעסיעס אין קעמפּ־דייוויד זענען קעגן דער עצם נשמה פֿון פֿאָלק".
ווען ברק האָט געטענהט, אַז זײַנע קאָנצעסיעס אין קעמפּ־דייוויד האָבן קיין שום ווערט נישט, ווײַל דער פּאַלעסטינער צד האָט זיי נישט אָנגענומען, האָט דוד לוי אָפּגעוואָרפֿן די דאָזיקע טענה און אונטערגעשטראָכן, אַז ברק האָט שוין דעם גרויסן שאָדן געבראַכט. "אויב די אונטערהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער וועלן זיך ווען נישט איז באַנײַען" — האָט לוי אונטערגעשטראָכן — "וועלן די פּאַלעסטינער פֿאַרלאַנגען זיי זאָלן זיך באַנײַען פֿונעם פּונקט, וווּ מען האָט זיי איבערגעריסן אין קעמפּ־דייוויד".
צוויי יאָר האָט רעגירט בנימין נתניהו ביז זײַן רעגירונג איז זיך צעפֿאַלן. בײַ ברקן האָט עס גענומען ווייניקער ווי אַ יאָר, ווען 11 מיניסטאָרן האָבן פֿאַרלאָזט זײַן רעגירונג, און אין די וואַלן פֿון 6טן פֿעברואַר 2001 האָט די וואַלן געוווּנען אַריאל שרון. דער אמת איז, אַז שרון האָט ממשיך געווען צו רעספּעקטירן די אָסלאָ־אַפּמאַכן און האָט דורכגעפֿירט די "התנתקות", דאָס צוריקציִען זיך פֿון עזה און 4 באַזעצטע געביטן אין צפֿון־שומרון. אהוד אָלמערט האָט זיך אַרומגעטראָגן מיטן געדאַנק ממשיך צו זײַן דעם דאָזיקן וועג מיט דער "התכּנסות", אָבער די אומגעלומפּערטע צווייטע לבֿנונישע מלחמה האָט געמאַכט אַ סוף צו דעם.
און ווי גרויס עס איז געווען די התלהבֿות, די דערהייבונג, דער ענטוזיאַזם פֿון די אָסלאָ־אַפּמאַכן, אַזוי שטאַרק איז געוואָקסן די אַנטוישונג פֿון זיי. און ווען עס איז קלאָר געוואָרן, אַז פֿון די אָסלאָ־אַפּמאַכן האָט זיך אויסגעלאָזט אַ טײַך, האָבן זיך באַוויזן אַ ריי איניציאַטיוון, וועלכע שטרעבן צו באַנײַען דעם וועג צו שלום: ערשטנס, די איניציאַטיוו פֿון געוועזענעם ענגלישן פּרעמיער־מיניסטער טאָני בלער, ווי דער שליח פֿון "קוואַרטעט" צו לייזן דעם פּאַלעסטינער־ישׂראלדיקן קאָנפֿליקט. ער האָט שוין באַזוכט צוויי מאָל ישׂראל און זיך געטראָפֿן מיט שמעון פּערעס, אהוד אָלמערט, ציפּי ליבֿני, אַבו מאַזען און סאַלאַם פֿאַיאַד, און האָט אויסגעדריקט אָפּטימיזם. שמעון פּערעס, פֿון זײַן זײַט, האָט דערקלערט, אין פֿאַרלויף פֿון זײַן לעצטן באַזוך אין רוים, אַז מיר זענען קיינמאָל נישט געווען נענטער צו אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער ווי איצט. הלוואי!
צווייטנס, האָבן די אויסערן־מיניסטאָרן פֿון עגיפּטן און יאָרדאַניע — אַכמאַד אַבו געיט און אַבדעל אַל־כאַטיב, ווי שליחים פֿון דער אַראַבישער ליגע, באַזוכט די כּנסת און זיך אויסגעדריקט, אַז דאָס איז געווען אַ היסטאָרישער באַזוך. אָלמערט, פֿון זײַן זײַט, האָט דערקלערט, אַז ישׂראל איז גרייט אונטערצוהאַנדלען אויפֿן סמך פֿון דער אַראַבישער שלום־איניציאַטיוו און אַז עס איז דאָ וועגן וואָס צו רעדן.
און דאָס וויכטיקסטע — די באַנײַטע איניציאַטיוו פֿון דזשאָרדזש בוש וועגן אַ קאָנפֿערענץ אין האַרבסט צו שאַפֿן די צוויי אומאָפּהענדיקע מדינות. לויט אַבו מאַזען, האָט אים בוש צוגעזאָגט, אַז דאָס וועט פּאַסירן אין פֿאַרלויף פֿון אַ יאָר. פֿאַר ישׂראל איז עס זייער שווער — אַפֿילו אוממעגלעך — נישט אָננעמען פּרעזידענט בושס אײַנלאַדונג זיך צו באַטייליקן אין דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ, כּדי צו לייזן דעם פּאַלעסטינער־ישׂראלדיקן קאָנפֿליקט. אָבער אַלע וואָס וועלן זיך באַטייליקן אויף דער קאָנפֿערענץ, אַ חוץ די פֿאַראייניקטע שטאַטן, שטיצן די פּאָזיציע, אַז ישׂראל זאָל זיך צוריקציִען צו אירע גרענעצן פֿון 4טן יוני 1967. וואָס זשע וועט זײַן מיט פּרעזידענט בושס צוזאָג, געגעבן צו אַריאל שרונען, אַז די גרויסע באַזעצטע ייִשובֿים אין יהודה און שומרון וועלן בלײַבן אויף שטענדיק אין ישׂראלס הענט?
די מערסטע אָנטיילנעמער אויף דער קאָנפֿערענץ שטיצן אויך די פּאָזיציע פֿון די פּאַלעסטינער וועגן דעם צוריקקער פֿון זייערע פּליטים אַהיים און די צעטיילונג פֿון ירושלים. צי האָט באַקומען ישׂראל גאַראַנטיעס פֿון פּרעזידענט בוש, אַז ער וועט נישט דערלויבן דער קאָנפֿערענץ אַרויפֿצוצווינגען באַשלוסן אויף ישׂראל קעגן אירע לעבנס־אינטערעסן? ווי עס שרײַבן די צײַטונגען, פּרובירן אָלמערט און אַבו מאַזען צוגרייטן ביז דער קאָנפֿערענץ אין נאָוועמבער פֿאָרשלאַגן צו לייזן די דרײַ פּראָבלעמען פֿון דעם פּאַלעסטינער־ישׂראלדיקן קאָנפֿליקט: די גרענעצן, די צעטיילונג פֿון ירושלים און די פּאַלעסטינער פּליטים־פּראָבלעם.
אָבער עס גלייבט זיך נישט, אַז די אַלע איניציאַטיוון וועלן דערגרייכן קאָנקרעטע לייזונגען אויף דער קאָנפֿערענץ, וואָס פּרעזידענט בוש פּלאַנירט. מיר ווייסן גוט, וואָס ס׳איז אַרויס פֿון די פֿריִערדיקע אַמעריקאַנער פּלענער: דער ראַדזשערס־פּלאַן, קלינטאָנס סקיצע, בושס "וועגן־מאַפּע". אין אַזאַ פֿאַל וועט, ווײַזט אויס, נישט זײַן קיין אַנדער ברירה ווי פֿאַרלאָזן אויף דערווײַל דעם פּראָיעקט פֿון אַן ענדגילטיקן שלום און זיך באַנוגענען מיט פּראָקלאַמירן דעם אינטערים־אָפּמאַך צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, ווי אַ צײַטווײַליקן, לאַנג־יאָריקן, שטיגנאַרטיקן און פֿיל שטאַפּלדיקן; מוותּר זײַן דערווײַל אויפֿן לייזן די צענטראַלע פּרינציפּן און זיך אָפּגעבן מיטן דערגיין צו אַ געמיינזאַמער דעקלאַראַציע וועגן אַ גוטער שכנהשאַפֿט אָן אַ שלום. דאָס מיינט, לאָזן די לאַגע אָן אַ פֿאָרמעלער לייזונג און פֿאַקטיש ממשיך זײַן די טעריטאָריעלע פּאָזיציע ווי זי איז; אָנגיין פּאַלעמעך ווײַטער צו אַן ענדגילטיקן שלום מיטן אויסטויש פֿון טעריטאָריע און באַפֿעלקערונג: די גרויסע ייִדישע באַזעצטע ייִשובֿ־בלאָקן אין יהודה און שומרון — 13% פֿון די שטחים — וועלן אַנעקסירט ווערן דורך ישׂראל, און די מוסולמענישע ייִשובֿים אויף דער גרינער ליניע — דורך די פּאַלעסטינער.