- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי באַקאַנט, האָט פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, דער טאַטע, צוזאַמענגערופֿן די מאַדריד־קאָנפֿערענץ אין אָקטאָבער 1991 צו לייזן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. פּרעזידענט בוש, דער זון, גייט אין זײַן טאַטנס פֿוסטריט און רופֿט צוזאַמען אַן ענלעכע שלום־קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס, לעבן וואַשינגטאָן, סוף נאָוועמבער, און לויט אַבו מאַזען, האָט פּרעזידענט בוש אים צוגעזאָגט צו רעאַליזירן זײַן חלום: צו שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה. ווי נאָר עס באַווײַזט זיך אַ נײַע איניציאַטיוו צו לייזן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט, צעפֿלאַקערט זיך בײַ אונדז די פּאָלעמיק צווישן אונדזערע פּאָליטיקער: די אַזוי־גערופֿענע "טויבן" און די אַזוי־גערופֿענע "שפּאַרבער". די "שפּאַרבער" באַשולדיקן גלײַך די "טויבן", אַז זיי וועלן אָפּגעבן אַלץ פֿאַר גאָרנישט. די "טויבן" באַשולדיקן די "שפּאַרבער", אַז זיי זענען פֿאַנאַטישע נאַציאָנאַליסטן, וואָס זענען קעגן אַן אַראַביש־ישׂראלדיקער קאָ־עקזיסטענץ. און דאָ ליגט באַגראָבן דער הויפּט־פֿעלער פֿון די "טויבן" — זיי זעען בײַ ייִדן די טענדענץ זיך אַרויסצודרייען פֿון דער קאָ־עקזיסטענץ. דאָס איז ממש אַ מאַזאָכיזם, וואָס איז קעגן דעם היסטאָרישן אמת. מיט וועמען זענען מיר, ייִדן, נישט געווען גרייט צו קאָ־עקזיסטירן? נישט מיר האָבן דערקלערט אַ פֿאַרניכטונגס־מלחמה קעגן קריסטנטום — די קריסטן האָבן עס דערקלערט קעגן אונדז. נישט מיר זענען אַרויס מיט אַ שווערד צו פֿאַרניכטן די גלויביקע פֿון איסלאַם — זיי האָבן עס געטאָן קעגן די לייקענער פֿון איסלאַם, צווישן זיי, די ייִדן. נישט מיר האָבן דערקלערט אַ מלחמה קעגן די נאַציס — זיי האָבן דערקלערט מלחמה קעגן אונדז. אַלע יאָרן פֿון אונדזער עקזיסטענץ זענען מיר, ייִדן, געווען פּאַרטנערס צו עקזיסטענץ. מיר האָבן, ליידער, נישט געפֿונען קיין אַנטקעגן־פּאַרטנער, גרייט אונדז צו לאָזן עקזיסטירן זײַט בײַ זײַט ווי אַן אומאָפּהענגיקע קהילה מיט אַן אויפֿגעהויבענעם קאָפּ. די איבערגעחזרטע ווענדונג צום ייִדישן צד פֿאַר קאָ־עקזיסטענץ איז איינע פֿון די גײַסטיקע פֿאַרפֿעלשונגען, וואָס נעמט, פּאַמעלעך, אָן אַ האַלטונג אין די מוחות בײַ אַ טייל פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ. אויב עס איז פֿאַראַן עפּעס אויסגעקרימטס אויף דער וועלט, איז עס דער פֿאַקט, אַז צווישן דעם אַממערסטן אויסגעהרגעטן פֿאָלק דרייען זיך אַרום מענטשן מיט געפֿילן פֿון זעלבסטשולד. אין די טעג פֿונעם העכסטן הומאַניזם האָט מען דערהרגעט ייִדן, און איצט, טאָג בײַ טאָג, שעה בײַ שעה, דראָען אונדזער פֿאָלק נײַע סכּנות. דער פֿאַל פֿון איראַנישן פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד איז בלויז איינער; ווײַל דער פּרינציפּ אין איסלאַם איז, אַז דער שווערד איז דער דין, און אַז ישׂראל איז אַ פּיקע אין האַרצן פֿון דער אַראַבישער וועלט. די פּראָבלעם איז נישט אונדזער ווילן אָדער שטרעבונג צו קאָ־עקזיסטענץ. אויך איז נישט די פּראָבלעם דאָס ווילן, אַז אונדזערע גרענעצן זאָלן זײַן איין קילאָמעטער אַהער אָדער אַהין. די דורכדרינגלעכע און גורל־דעצידירנדיקע פֿראַגע איז, צי ס׳איז פֿאַראַן אַ סימן, אַ שפּיץ פֿון אַ וווּנק, אַז די אַראַבער זענען אײַנשטימיק מיט אונדזער עצם־עקזיסטענץ. אויב די תּשובֿה אויף דעם איז אַ פּאָזיטיווע, וואָלטן זיך געעפֿנט אַלע ייִדישע הערצער, אַפֿילו בײַ די אַממערסטן "שפּאַרבערישע". ביז "אָסלאָ" האָט מען באַשולדיקט די ישׂראלדיקע רעגירונג, אַז זי איז שולדיק אין דער לאַגע צוליב דעם, וואָס זי אָנערקענט נישט די "פּל״אָ", די פּאַלעסטינער באַפֿרײַונגס־באַוועגונג. אָבער אַז ישׂראל האָט אָנערקענט די "פּל״אָ", האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז זיי זענען נישט פֿאַראינטערעסירט אין זייער אָנערקענונג, נאָר אין גאַנץ פּאַלעסטינע. דאָס איז קלאָר געוואָרן זינט דער "כאַמאַס" האָט געזיגט אין די פּאַלעסטינער וואַלן אין עזה. די אויסערן־מיניסטאָרן פֿון עגיפּטן און יאָרדאַניע האָבן באַזוכט ישׂראל — אין נאָמען פֿון דער אַראַבישער ליגע — צו אונטערהאַנדלען דעם סאַודישן שלום־פּלאַן. זיי האָבן באַזוכט די כּנסת און האָבן זיך אויסגעדריקט, אַז עס איז געווען אַ היסטאָרישער באַזוך. אָלמערט, פֿון זײַן זײַט, האָט דערקלערט, אַז ישׂראל איז גרייט צו אוטערהאַנדלונגען אויפֿן יסוד פֿון דער אַראַבישער איניציאַטיוו און אַז עס איז דאָ וועגן וואָס צו ריידן. ביידע צדדים האָבן מורא, אַז די קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס קען זײַן אַ דורכפֿאַל. די אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטאָרין, קאָנדאָליזאַ רײַס, האָט געוואָרנט, אַז אַזאַ דורכפֿאַל קען ליקווידירן די אָפּציע פֿון צוויי מדינות — ישׂראל און פּאַלעסטינע. אין דעם פֿאַל וועט ווידער דער גאַנצער לאַסט פֿון דער פּאַלעסטינער פּראָבלעם פֿאַלן אויף ישׂראל און דאָס איז באמת אַ מסוכּנדיקע סיטואַציע. דער ענין האָט אַ שײַכות מיט דער פּאָזיציע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין די צײַטן פֿון דער שלום־קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענט בוש, דעם טאַטן, זענען די פֿאַראייניקטע שטאַטן געווען אויפֿן העכסטן פּונקט פֿון זייער כּוח און השפּעה אין מיטעלן מיזרח. הײַנט, אין די צײַטן פֿון בוש, דעם זונס, שלום־קאָנפֿערענץ, געפֿינען זיך די פֿאַראייניקטע שטאַטן אויף אַ נידעריקער מדרגה; שוין פֿיר יאָר פֿאַרפּלאָנטערט אין דער איראַקער בלאָטע און אין פּראָצעס פֿון אָרגאַניזירן זיך קעגן איראַנישן נוקלעאַרן כּוח, אַזוי ווײַט, אַז פּרעזידענט בוש האָט דערקלערט, אַז אַ נוקלעאַרער כּוח אין די הענט פֿון איראַן וועט ברענגען צו אַ דריטער וועלט־מלחמה. דעריבער דענקען סײַ די ישׂראלים און סײַ די פּאַלעסטינער, אַז אין אַנאַפּאָליס וועט זײַן מעגלעך נאָר צו דיסקוטירן ריכטונגען צום לייזן די פּראָבלעמען, און נישט קיין קאָנקרעטע פֿאָרשלאָגן. אָלמערט האָט אויסגעדריקט זײַן האָפֿענונג, אַז אַנאַפּאָליס וועט שאַפֿן די באַזע פֿאַר אונטערהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, וואָס אין זייערע פּאָזיציעס עקזיסטירט אַ באַדײַטנדיקער תּהום פֿון זייער באַציִונג צו די פֿונדאַמענטאַלע פּראָבלעמען פֿונעם קאָנפֿליקט. דאָס ערשטע פֿאַרלאַנגט ישׂראל עס זאָל נעמען אַ סוף צום אַראַבישן טעראָר און עס זאָל פֿאָרקומען אַ קעגנזײַטיקע אָנערקענונג פֿון רעכט צום עקזיסטירן און סוּווערעניטעט פֿון אַלע לענדער אין מיטעלן מיזרח. ישׂראל איז אַפֿילו מסכּים צו טיילווײַזע קאָנצעסיעס מיט דער האָפֿענונג, אַז די אינערלעכע דינאַמיק פֿון די אָפּשוואַך־פּראָצעסן אינעם קאָנפֿליקט קאָן פֿירן דעם מיטעלן מיזרח אין דער ריכטונג פֿון שלום. אַ סך אַראַבער ווילן אָבער נישט אָנערקענען ישׂראל און מסכּים זײַן צו איר עקזיסטענץ און דרייען זיך דעריבער אַרויס פֿון אונטערהאַנדלען מיט ירושלים. ישׂראל פֿאַרלאַנגט, אַז דער ערשטער שטאַפּל פֿאַר אַן אַלגעמיינעם שלום דאַרף זײַן, אַז די צדדים זאָלן דערקלערן אַ סוף צו דעם מלחמה־צושאַנד. אויסער עגיפּטן און יאָרדאַניע, האָבן די אַראַבישע לענדער דאָס נאָך נישט אָנגענומען. די פּאַלעסטינער פֿאַרלאַנגען, אַז זייער מדינה זאָל זײַן אין די גרענעצן פֿון 1967, פֿאַר דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. אַלע ייִשובֿים אויף די שטחים זאָלן עוואַקויִרט ווערן און עס זאָל געשאַפֿן ווערן אַ "זיכערער דורכגאַנג" צווישן עזה און דעם מערבֿ־ברעג. די פּאַלעסטינער האָבן פֿאָרגעשלאָגן, עס זאָל דערקלערט ווערן אינעם הסכּם, אַז זייער מדינה זאָל האָבן דעם שטח פֿון 6,205 קוואַדראַט קילאָמעטער. פֿון איין זײַט, האָט דער דאָזיקער פֿאָרשלאָג אויסגעזען ווי אַן אײַנגעשפּאַרטער, ווײַל 6,205 קוואַדראַט קילאָמעטער איז דער שטח פֿון מערבֿדיקן ברעג (הגדה המערבית), עזה און מיזרח־ירושלים. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דער פֿאָרשלאָג אַ פּשרהדיקער, ווײַל ער דערמעגלעכט דעם אויסטויש פֿון טעריטאָריע וואָס ישׂראל וויל, עס זאָל נישט פֿאָרקומען גלײַך. אַבו מאַזען האָט פֿאָרגעשלאָגן דעם אויסטויש פֿון 2 פּראָצענט טעריטאָריע, ווײַל ישׂראל האָט גערעדט וועגן 6־8 פּראָצענט, כּדי עס זאָלן בלײַבן אין אירע הענט אַלע גרויסע בלאָקן פֿון ייִדישע ייִשובֿים אויף די שטחים. אָבער סײַ אָלמערט און סײַ אַבו מאַזען ווייסן, אַז ביידע האָבן זיי נישט דעם כּוח עס צו רעאַליזירן. וואָס שייך ירושלים, פֿאַרלאַנגען די פּאַלעסטינער, אַז ישׂראל זאָל זיך צוריקציִען פֿון מיזרח־ירושלים. די אַראַבער זענען קעגן דעם, אַז די הייליקע ערטער פֿאַר מוסולמענער זאָלן זײַן אין די הענט פֿון די נישט מוסולמענער. זיי פֿאַרלאַנגען, ירושלים זאָל זײַן צעטיילט אויף צוויי הויפּטשטעט פֿאַר ביידע מדינות, און ישׂראל איז, וואַרשײַנלעך, גרייט דערצו. אָבער די פּראָבלעם איז די אַלטע שטאָט און דער הר־הבית, וווּ ס׳איז געשטאַנען דער בית־המקדש. די פּאַלעסטינער זענען גרייט עס זאָל נישט דעפֿינירט ווערן די סוּווערעניטעט איבערן הר־הבית. נאָך אין יאָר 1967 האָט ישׂראל פּראָקלאַמירט די פֿאַראייניקונג פֿון ביידע טיילן פֿון איר הויפּטשטאָט ירושלים. ישׂראלס שטעלונג קעגן דער צעטיילונג פֿון ירושלים האַלט זיך אויף דער עמאָציאָנעלער וויכטיקייט פֿון דער שטאָט פֿאַר די ייִדן און זייער טויזנט־יאָריקער פֿאַרבינדונג מיט איר. נאָך אַ זאַך, וואָס האָט באַאײַנפֿלוסט ישׂראל אין איר שטעלונג איז געווען דער פֿאַקט, אַז אין פֿאַרלויף פֿון די נײַנצן יאָר וואָס ירושלים איז געווען צעטיילט צווישן ישׂראל און יאָרדאַניע, איז די ייִדן נישט געווען דערלויבט אַ צוגאַנג צו זייערע הייליקע פּלעצער און די יאָרדאַניער האָבן זיי מחלל געווען, אײַנגעשלאָסן דעם הר־הזיתים. נאָר אונטער דער הערשונג פֿון ישׂראל קענען די מיטגלידער פֿון אַלע רעליגיעס פֿרײַ באַזוכן זייערע הייליקע פּלעצער. די שווערסטע פּראָבלעם איז די פּראָבלעם פֿון פּאַלעסטינער פּליטים. ישׂראל טענהט, אַז זי איז גרייט בײַצוטראָגן צו דער רעהאַביליטאַציע פֿון די פּליטים, אָבער זי איז קעגן זייער צוריקקער אין דער ייִדישער מדינה. פֿון די אַראַבישע לענדער האָט מען אַרויסגעטריבן די זעלבע צאָל ייִדישע פּליטים, וויפֿל עס זענען אַנטלאָפֿן פּאַלעסטינער פֿון ישׂראל. אָבער די אַראַבישע פּליטים האָט מען נישט אַרויסגעטריבן. זיי זענען אַנטלאָפֿן אויף דער איניציאַטיוו פֿון די שכותדיקע אַראַבישע לענדער, וועלכע האָבן געוואָלט אויפֿווײַזן, אַז ייִדן און אַראַבער קענען נישט קאָ־עקזיסטירן. זיי האָבן אויך געוואָלט האָבן אַ "ריינעם" שטח בעת זייער אינוואַזיע. מיט דער פּראָקלאַמירונג פֿון דער ייִדישער מדינה, האָט דער פּראָ־נאַציסטישער ירושלימער מופֿטי, כאַדזש אַמין אַל־כוסייני, גערופֿן אַלע אַראַבער צו פֿאַרלאָזן פּאַלעסטינע און אַנטלויפֿן אין די שכנותדיקע אַראַבישע לענדער, כּדי נישט צו שטערן דעם פֿאָרויסגאַנג פֿון די אַרײַנדרינגענדיקע אַראַבישע מיליטערישע כּוחות. דער מופֿטי האָט זיך געטראָפֿן מיט אַדאָלף היטלערן, ימח־שמו, אין בערלין דעם 28סטן נאָוועמבער 1941 און באַקומען פֿון אים דעם צוזאָג, אַז ווען דײַטשלאַנד וועט אָקופּירן דעם מיטעלן מיזרח, וועט איר איינציקער ציל זײַן דאָס פֿאַרניכטן דאָרטן די ייִדן, וואָס לעבן אין די אַראַבישע לענדער אונטערן שוץ פֿון די ענגלענדער. דער מופֿטי האָט דורך ראַדיאָ פֿון בערלין גערופֿן די מוסולמענער פֿון דער וועלט אונטערצושטיצן נאַצי־דײַטשלאַנד, און ווען עס האָט אויסגעבראָכן די אַראַביש־ישׂראלדיקע מלחמה, האָט ער צוגעזאָגט אַז גאָר אינגיכן נאָכן פֿאַרלאָזן פּאַלעסטינע וועלן זיי זיך קענען צוריקקערן צו זייערע הײַזער און רויבן דאָס ייִדישע האָב־און־גוטס ווי נאָר מען וועט די ייִדן אַרײַנוואַרפֿן אין ים אַרײַן. ראַדיאָ־ווענדונגען פֿון קאַיִר, אַמאַן, דמשׂק און ביירוט האָבן געמאָלדן, אַז "יעדער אַראַבער וואָס וועט נישט פֿאַרלאָזן פּאַלעסטינע — וועט ווערן אויפֿגעהאָנגען ווי אַ קאָלאַבאָראַטאָר פֿון די ייִדן". און אַזוי האָבן די אַראַבער געשאַפֿן זייער פּליטים־פּראָבלעם. פּליטים־פּראָבלעמען זענען אויפֿגעקומען גלײַך נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון דער וועלט און עס איז פֿאָרגעקומען אַ טראַנספֿער פֿון זיי. אָבער וואָס ס׳איז גילטיק פֿאַר אַלע אַנדערע פֿעלקער, איז נישט גילטיק פֿאַר די ייִדן. ווען די אַנדערע פֿעלקער זיגן אין אַ מלחמה, דיקטירן די זיגער זייערע באַדינגונגען פֿון אַ שלום־אָפּמאַך. ישׂראל האָט געזיגט אין פֿינף מלחמות און מוז זיך נאָך באַמיִען מען זאָל מאַכן שלום מיט איר. לענדער האָבן אַרויסגעטריבן צענדיקער טויזנטער מענטשן און עס האָט זיך נישט געשאַפֿן קיין אייביקע פּליטים־פּראָבלעם. רוסלאַנד האָט עס געטאָן און אויך פּוילן; 3 מיליאָן סודעטן־דײַטשן זענען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ: 2,068,000 פֿון זיי האָבן זיך באַזעצט אין מערבֿ־דײַטשלאַנד און עסטרײַך, און 916,000 — אין מיזרח־דײַטשלאַנד. 4 מיליאָן מוסולמענער זענען אַריבער פֿון אינדיע קיין פּאַקיסטאַן. די זעלבע צאָל הינדוס זענען אַריבער פֿון פּאַקיסטאַן קיין אינדיע. טערקײַ האָט אַרויסגעטריבן אַ מיליאָן גריכן, און אַלזשיר — מער ווי אַ מיליאָן פֿראַנצויזן און פּראָ־פֿראַנצויזישע אַראַבער. אינדאָנעזיע האָט אַרויסגעטריבן ווער ווייסט וויפֿל כינעזער. אין די יאָרן 1949—1961 זענען פֿאַרשריבן געוואָרן אין מערבֿ־דײַטשלאַנד 2,739,000 פּליטים פֿון מיזרח־דײַטשלאַנד. 6,750,000 דײַטשן האָבן פֿאַרלאָזט פּוילן פֿון די שטחים, וואָס פּוילן האָט אַנעקסירט. אין 1956, ווען וויעטנאַם איז צעטיילט געוואָרן, זענען אַריבער 800,000 צפֿון־וויעטנאַמער קיין דרום־וויעטנאַם. מער ווי אַ מיליאָן פּליטים פֿון צפֿון־קאָרעע זענען אַריבער קיין דרום־קאָרעע. מער ווי אַ מיליאָן פּליטים פֿון כינע זענען אַריבער קיין האָנג־קאָנג. מען האָט באַזעצט מאַסן פֿון פּליטים פֿון ניגעריע, ביאַפֿראַ, עטיאָפּיע, עריטרעע, ציפּערן און קאַמבאָדיע. מער ווי 60 מיליאָן פּערזאָן זענען געוואָרן פּליטים זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה. די מערסטע פֿון זיי זענען באַזעצט געוואָרן אין די לענדער וווּהין זיי זענען אַנטלאָפֿן. די וועלט זעט אין דעם אײַנאָרדענען פּליטים אַ מאָראַלישן חובֿ פֿון ערשטן ראַנג, און דאָס קומט צום אויסדרוק דורך די אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן וועגן פּליטים. דער איינציקער אויסנאַם אויף דעם געביט זענען די אַראַבישע פּליטים. נישט געקוקט אויף דעם וואָס זיי לעבן צווישן זיירע ברידער, אין 20 מדינות פֿון דער אַראַבישער ליגע — אַ טייל פֿון זיי גאָר רײַכע, מיט קאָלאָסאַלע מעגלעכקייטן — אָרדענען זיי נישט אײַן זייערע ברידער־פּליטים, ווען אין דער זעלבער צײַט זענען אַלע ייִדישע פּליטים פֿון די אַראַבישע לענדער אַבסאָרבירט געוואָרן אין מדינת־ישׂראל. ישׂראל פֿאַרלאַנגט דאָס זעלבע פֿון די אַראַבישע לענדער: זיי זאָלן אַבסאָרבירן זייערע ברידער, די פּליטים. אָבער די אַראַבער באַשטייען אויפֿן צוריקקערן די פּאַלעסטינער פּליטים קיין ישׂראל. לויטן סאַודישן פּלאַן, דאַרף די אַראַבישע פּליטים־פּראָבלעם געלייזט ווערן אויף דער באַזע פֿון פּאַראַגראַף 194 (3) פֿון "יו־ען" באַשלוס פֿון 1948, וועלכער פֿארלאַנגט, אַז ישׂראל זאָל דערמעגלעכן יעדן אַראַבישן פּליט, וואָס וויל נאָר, דאָס צוריקקערן זיך קיין ישׂראל. אַבו מאַזען פֿאַרלאַנגט, אַז דער דאָזיקער "יו־ען"־פּאַראַגראַף זאָל אײַנגעשלאָסן ווערן אינעם דאָקומענט, אויף וועלכן מען וועט אײַנשטימען בײַ דער קאָנפֿערענץ, אַפֿילו נישט איבערחזרנדיק די ווערטער, אַז דער צוריקקער פֿון די פּליטים דאַרף זײַן קיין ישׂראל. ישׂראל וואָלט מסכּים געווען עס זאָל געזאָגט ווערן, אַז זי איז פֿאַר דער לייזונג פֿון דער פּאַלעסטינער פּליטים־פּראָבלעם לויטן אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ. און אפֿשר אויך, אַז דער "יו־ען"־פּאַראַגראַף זאָל דערמאָנט ווערן, אָבער מען זאָל צוגעבן, אַז "דער דאָזיקער פּאַראַגראַף קען דורכגעפֿירט ווערן נאָר מיט דער הסכּמה פֿון ישׂראל". דער עגיפּטישער פּרעזידענט אַבדול נאַסער האָט זיך נישט געוואַקלט צו אַנטפּלעקן פֿאַר וואָס ער האָט פֿאַרלאַנגט, אַז די פּאַלעסטינער פּליטים זאָלן זיך צוריקקערן קיין ישׂראל. ער האָט דערקלערט: "אַז ווען די פּליטים וועלן זיך צוריקקערן קיין ישׂראל, וועט ישׂראל אויפֿהערן צו עקזיסטירן". אויף דעם האָט געענטפֿערט אַבא אבֿן אין דער "יו־ען": "אַ נאַציאָנאַלער זעלבסטמאָרד איז נישט קיין מאָראַלישער אָדער אַן אינטערנאַציאָנאַלער פֿליכט". אין אַ צוזאַמענטרעף אין ירושלים, ערבֿ דער אַנאַפּאָליס־קאָנפֿערענץ, האָבן אָלמערט און אַבו מאַזען אײַנגעשטימט, אַז פּרעזידענט בושס "וועגן־מאַפּע" זאָל זײַן אַ טייל פֿון דער אַנאַפּאָליס־דעקלאַראַציע, און אַבו מאַזען האָט איבערגעגעבן אָלמערטן בעת זייערע צוזאַמענטרעפֿן אַ ליסטע פֿון 50 אַראַבישע און מוסולמענישע לענדער, וואָס וועלן אָנערקענען ישׂראל, ווען זי וועט מאַכן שלום מיט די פּאַלעסטינער. נישט געקוקט אויף דעם, איז שווער פֿאָרויסצוזען אַ שנעלן און ענדגילטיקן שלום צווישן אונדז און די פּאַלעסטינער. מען מוז גיין צו דעם דאָזיקן שלום פּאַמעלעך. אַ לויפֿעניש נאָך אים האָט ביז איצט געבראַכט נאָר דעם מאָרד פֿון אַ פּרעמיער־מיניסטער, אינטיפֿאַדעס און קאַסאַמען. אָנהײב פֿון דער פּליטים־פֿראַגעSubmitted by clairseoir on Sun, 2007-11-25 01:06.
דער ישׂראל־היסטאָריקער בעני מאָריס שרײַבט, אַז די 700,000 פּאַלעסטינער װאָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון זײערע הײמען אין 1947, זײַנען אװעקװעפֿאָרן מערסטנס צוליב ישׂראלדיקע מיליטערישע אַטאַקן. אין זײַן בוך געפֿינט זיך אַ מאַפּע פֿון 228 לײדיקע פּאַלעסטינער יִישובֿים. אין 47 פֿון זײ, שרײַבט ער, זײַנען די אײַנװױנערס אַװעקגעטריבן געװאָרן פֿון מיליטערישע כּוחות; דערשראָקן פֿון די אַנפֿאַלן אױף אַנדערע יִישובֿים, זײַנען די אײַנװױנערס פֿון 90 אַנדערע דערפֿער אַנטלאָפֿן. אין נאָר זעקס דערפֿער זײַנען די פּאַלעסטינער אַװעקגעפֿאָרן לױט די אינסטרוקציעס פֿון די אָרטיקע פּאַלעסטינער אױטאָריטעטן. מאָריס באַשרײַבט אױך אַכזריות־אַקטן פֿון די ישׂראלים, בתוכם פֿאַרגװאַלדיקונגען און פּײַניקונג. Di problem fun arabishe flichtlingeSubmitted by leonlab on Sat, 2007-11-24 01:38.
Main foter flegt zogen "men muz zich eilen pamelech" - tzurikgeredet, Isroel zol nisht tzushtimn tzu di arabishe forderungen tzu derloiben millionen fun di plitim tzurik kumen kein Isroel un dermit zi tzu tzershteren. Men ken redn vegen di flichtlinge ober machn nit kein endgiltike leizungen. Men darf nisht kein "raketen vizenshaftler" zain um tzu faroiszeen az ven di arabishe plitim kumn kein Isroel zei velen onfangen a birgerkrig mit di hige idn un dos zol nisht derloibt veren. |