- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 2טן דעצעמבער קומען אין רוסלאַנד פֿאָר די פּאַרלאַמענט־וואַלן. אין שײַכות מיט דעם שרײַבט די באַקאַנטע ניו־יאָרקער צײַטונג The Wall Street Journal: "די וואַלן אין רוסלאַנד קומען פֿאָר לויט אַזאַ מין קלאָרן סצענאַר, און דער פּוטיניזם האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַזאַ פֿעסטער אינסטיטוציע, אַז עס האָט שוין נישט קיין זין צו פֿאַלסיפֿיצירן די וואַל־רעזולטאַטן, כּדי צו גאַראַנטירן גאָר קאָנקרעטע רעזולטאַטן". מעגלעך, אַז נעמענדיק אין באַטראַכט די שפּיל פֿון קרעמל, האָט די אינטערנאַציאָנאַלע ביוראָ פֿון מענטשן־רעכט זיך אָפּגעזאָגט צו קומען קיין רוסלאַנד צו קאָנטראָלירן די "דורכזיכטיקייט" פֿון די דאָזיקע וואַלן. ווי באַקאַנט, האָט פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, דער טאַטע, צוזאַמענגערופֿן די מאַדריד־קאָנפֿערענץ אין אָקטאָבער 1991 צו לייזן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. פּרעזידענט בוש, דער זון, גייט אין זײַן טאַטנס פֿוסטריט און רופֿט צוזאַמען אַן ענלעכע שלום־קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס, לעבן וואַשינגטאָן, סוף נאָוועמבער, און לויט אַבו מאַזען, האָט פּרעזידענט בוש אים צוגעזאָגט צו רעאַליזירן זײַן חלום: צו שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה. אַ נײַע בילדער־אויסשטעלונג — "יצחק־באַשעוויס זינגער און די איסט־סײַד: פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ברוס דייווידזאָן", האָט זיך געעפֿנט אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי און וועט בלײַבן דאָרט ביזן 3טן פֿעברואַר 2008. די קליינע אויסשטעלונג נעמט אַרײַן צענדליקער בילדער פֿון די 1970ער יאָרן. אויף אַ טעלעוויזאָר אין דער גאַלעריע שפּילט כּסדר דייווידזאָנס 25־מינוטיקער פֿילם "דער קאָשמאַר און פֿרוי פּופּקאָס באָרד", געבויט אויף באַשעוויסעס אַ דערציילונג. צווישן דעם ייִנגערן דור רוסיש-רעדנדיקע בעל-תּשובֿות טרעפֿן זיך נישט זעלטן גוטע קענער פֿון קעלטישער און סקאַנדינאַווישער מיטאָלאָגיע, ווי אויך טאָלקיעניסטן — ליבהאָבער פֿון דזשאָן ראָנאַלד רועל טאָלקיענס ווערק. אַ טייל פֿון אַזעלכע בעל-תּשובֿות זענען זיך מודה, אַז זייער אינטערעס צו ייִדישקייט, בפֿרט צו קבלה און חסידות, האָט זיך אָנגעהויבן דווקא פֿונעם שטודירן די מיטאָלאָגיע פֿון צפֿון-אייראָפּעיִשע פֿעלקער. דער אַמעריקאַנער פֿאַרלעגער אַנדרע שיפֿרין האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע פּובליקאַציעס פֿון לינקע און ראַדיקאַלע דענקער, וועלכע האָבן שטאַרק משפּיע געווען די עפֿנטלעכע מיינונג. שיפֿרין איז באַקאַנט ווי אַ קעגנער פֿון דער קאָמערציעלער פֿאַרלעגערישער גרויס־אינדוסטריע. ער האַלט פֿאַרלעגערײַ פֿאַר אַ מלאכה, וואָס ברענגט ניט קיין ריזיקע רווחים. אין 1990 האָט שיפֿרין געשאַפֿן זײַן אייגענעם פֿאַרלאַג, "פֿרי פּרעס", נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרלאָזט די גרויסע פֿאַרלעגערישע פֿירמע "פּאַנטעאָן", וואָס איז איבערגענומען געוואָרן דורך אַ גרויסן קאָנצערן. אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע קוקט שיפֿרין צוריק אויף זײַנע קינדער־יאָרן אין פּאַריז, זײַן יוגנט אין אַמעריקע, און באַטראַכט זײַן רוסיש־ייִדישע ירושה. אויפֿן וועג אַהיים, האָט יעקבֿ אָבֿינו געשיקט מלאכים צו עשׂו, מודיע צו זײַן, אַז ער קערט זיך אום פֿון לבֿנס היים, און וויל זיך מיט אים איבערבעטן. ווען די מלאכים האָבן זיך אומגעקערט, האָבן זיי געזאָגט יעקבֿן, אַז זײַן ברודער איז נאָך אַלץ ברוגז אויף אים, און גייט אַנטקעגן אים מיט אַ גאַנצער אַרמיי פֿון פֿיר הונדערט מענטשן. יעקבֿ האָט מתפּלל געווען, דער אייבערשטער זאָל אים ראַטעווען פֿון עשׂוס כּעס, צונויפֿגעשטעלט עטלעכע קאַראַוואַנען מתּנות פֿאַר זײַן ברודער, און האָט זיך צוגעגרייט צו אַ מעגלעכן צוזאַמענשטויס. נאָך אַלע מתּנות, האָט עשׂו געהאַלדזט און געקושט יעקבֿן, זיך צעוויינט און זיך איבערגעבעטן. דער מדרש זאָגט אָבער, אַז הגם עשׂו האָט דעמאָלט שלום געמאַכט מיט יעקבֿן, איז אין זײַן האַרץ געבליבן אַ שׂינאה קעגן דעם ברודער. (דאָס צווייטע אַרטיקל) יעדעס מאָל וואָס איך לייען איבער די אַרבעטן פֿון די נײַע סטודענטן איז נישט נאָר באַקען איך זיך מיט יעדן איינעם באַזונדער, נאָר איך שטוין אַ סך מאָל פֿון זייערע אינטערעסאַנטע און אינטעליגענטע, און ייִדישלעכע אַרײַנבליקן אין זיך, אין זייערע משפּחות און אין זייער וועלט. סטודענטן וואָס רעגיסטרירן זיך צו נעמען ייִדיש און אָבליגירן זיך צו פֿאַרבלײַבן אַ יאָר אָדער צוויי, אָדער אַפֿילו דרײַ דערמיט. בעת זיי רעגיסטרירן זיך צו טאָן גראַדויִר־אַרבעט אויף אַ געוויסער ייִדישער טעמע פֿון זייער אינטערעס, ווערט פֿאַר מיר בולט די טראַנספֿאָרמאַציע וואָס קומט אין זיי פֿאָר. גלײַך אין אָנהייב זאָג איך זיי: צו זײַן 55סטן יאָרצײַט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט דער פּאָעט פּרץ מאַרקיש גערופֿן דעם ייִדישן סאָלדאַט צו נעמען נקמה אויף די דײַטשן. אין זײַן שטאַרק ליד "דעם ייִדישן שלאַכטמאַן" דערמאָנט ער דעם ייִדנס העלדישקייט, זײַן פּאַטריאָטיזם, און באַשווערט אים, אַז עס זאָל זיך ניט אויסשעפּן בײַ אים דער צאָרן.
איך ווייס: דו האָסט געקושט די ביקס אין יענעם טאָג,
טײַערע חזנטע, מײַן מאַן און איך קענען נישט געפֿינען קיין פּשרה ווען מיר זאָלן האָבן קינדער. דער חילוק אין עלטער צווישן אונדז איז אַ גרויסער. ער איז מיט עלעף יאָר עלטער. מיר האָבן חתונה געהאַט בלויז מיט אַ יאָר צוריק. איך וויל מער צײַט בלײַבן אַליין מיט זיך, אָן קינדער. שמואל, פֿאַרקערט, וויל נישט ווערן קיין אַלטער טאַטע. ווי אַזוי זאָלן מיר די פּראָבלעם אויסגלײַכן? מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט אונדזער לייענער, נח מילער, געבעטן בײַ אונדז אַ רעצעפּט פֿאַר זראַזעס. אַ דאַנק דעם מיטאַרבעטער אין רעדאַקציע, באָריס בודיאַנסקי, וואָס קען רוסיש, האָט זיך טאַקע אָפּגעפֿונען אויף רוסיש אַ צאָל רעצעפּטן פֿאַר זראַזעס מיט פֿאַרשידענע נוסחאָות: איינער, מיט האַרטע אייער און אַשלעך (גרינע ציבעלע); אַ צווייטער, מיט אַ רײַז־פֿילעכץ, און אַ דריטער, מיט זויערע אוגערקעס. מיר רעכענען דאָ אויס אַלע ברירות. |