פּובליציסטיק
André Schiffrin. A Political Education: Coming of Age in Paris and New York (Hoboken: Mellville House, 2007)
André Schiffrin. A Political Education: Coming of Age in Paris and New York (Hoboken: Mellville House, 2007)

דער אַמעריקאַנער פֿאַרלעגער אַנדרע שיפֿרין האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע פּובליקאַציעס פֿון לינקע און ראַדיקאַלע דענקער, וועלכע האָבן שטאַרק משפּיע געווען די עפֿנטלעכע מיינונג. שיפֿרין איז באַקאַנט ווי אַ קעגנער פֿון דער קאָמערציעלער פֿאַרלעגערישער גרויס־אינדוסטריע. ער האַלט פֿאַרלעגערײַ פֿאַר אַ מלאכה, וואָס ברענגט ניט קיין ריזיקע רווחים. אין 1990 האָט שיפֿרין געשאַפֿן זײַן אייגענעם פֿאַרלאַג, "פֿרי פּרעס", נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרלאָזט די גרויסע פֿאַרלעגערישע פֿירמע "פּאַנטעאָן", וואָס איז איבערגענומען געוואָרן דורך אַ גרויסן קאָנצערן. אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע קוקט שיפֿרין צוריק אויף זײַנע קינדער־יאָרן אין פּאַריז, זײַן יוגנט אין אַמעריקע, און באַטראַכט זײַן רוסיש־ייִדישע ירושה.

שיפֿרין שטאַמט פֿון אַ משפּחה, וואָס צייכנט זיך אויס דורך פֿאַרשידנאַרטיקע טאַלאַנטן. זײַן פֿאָטער זשאַק איז געבוירן געוואָרן אין באַקו אין אַ משפּחה, וואָס איז רײַך געוואָרן דורך דער אַנטוויקלונג פֿון נאַפֿט־אינדוסטריע בײַם קאַספּישן ים, סוף 19טן יאָרהונדערט. זשאַק שיפֿרין האָט פֿאַרלאָזט רוסלאַנד ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה, כּדי צו שטודירן יוריספּרודענץ אין דער שווייץ. עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן אָפּצוהיטן אַ טייל פֿון זײַנע עלטערנס עשירות נאָך דער רוסישער רעוואָלוציע, האָט ער זיך פֿאַרנומען מיטן באַהערשן די פֿאַרלעגערישע מלאכה. אין פּאַריז האָט ער געשאַפֿן די ביכער־סעריע "פּלעיאַד".

אינטערעסאַנט, וואָס אָנגעהויבן האָט זיך די דאָזיקע סעריע פֿון אַרויסגעבן זשאַק שיפֿרינס אייגענע איבערזעצונגען פֿון דער רוסישער פּאָעזיע אויף פֿראַנצויזיש, ווײַל קיין באַקאַנטער פֿראַנצויזישער ליטעראַט האָט ניט געוואָלט דרוקן זײַנע ווערק בײַ אַן אומבאַקאַנטן רוסישן פֿאַרלעגער. אָבער אין גיכן איז די "ביבליאָטעק דע לאַ פּלעיאַד" געוואָרן אַ מין "מוסטערווערק" פֿון דער פֿראַנצויזישער ליטעראַטור. די סעריע האָט שפּעטער אײַנגעשלאָסן די בעסטע ווערק פֿון דער גאַנצער וועלט־ליטעראַטור. אין 1934 האָט זשאַק שיפֿרין פֿאַרקויפֿט זײַן אונטערנעמונג דער גרויסער פּאַריזער פֿירמע "גאַלימאַר", פֿאַר וועלכער ער האָט געאַרבעט ביז דער דײַטשישער אָקופּאַציע. די משפּחה איז אַנטלאָפֿן פֿון פֿראַנקרײַך מיט דער הילף פֿונעם אַמעריקאַנער זשורנאַליסט וועריאַן פֿרײַ, וועלכער האָט געהאָלפֿן אַ סך באַרימטע קינסטלער און ליטעראַטן צו קומען קיין אַמעריקע פֿונעם אָקופּירטן פֿראַנקרײַך.

אַנדרע שיפֿרינס אויטאָביאָגראַפֿיע איז אַן אינטערעסאַנט קאַפּיטל אין דער קולטור-געשיכטע פֿונעם מלחמה־דור פֿון דער אייראָפּעיִשער ייִדישער אינטעליגענץ אין אַמעריקע. ביכער און מחברים האָבן פֿון קינדווײַז אָן פֿאַרנומען דאָס חשובֿסטע אָרט אין זײַן לעבן. אַנדרע האָט איבערגענומען זײַן פֿאָטערס מלאכה בירושה, צוזאַמען מיט דעם ברייטן נעצווערק פֿון קאָנטאַקטן, און איז געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע פּערזענלעכקייטן אין דער ביכער־וועלט פֿון ניו־יאָרק.

הײַנט־צו־טאָג, אַזוי ווי אַ מאָל, בלײַבט אַנדרע שיפֿרין אַ הייסער חסיד פֿון דער פֿרײַער פּרעסע. אין זײַן לעצטן אַרטיקל אין דער לינקער פּאַריזער צײַטונג "לע מאָנד דיפּלאָמאַטיק" טענהט ער, אַז קליינע אומאָפּהענגיקע פֿאַרלאַגן און צײַטשריפֿטן האָבן גרויסע אויסזיכטן אויף להבא. די ריזיקע קאָמערציעלע קאָנצערנען, וועלכע קאָנטראָלירן דעם גרעסטן חלק פֿונעם ביכער־מאַרק אין אייראָפּע און אַמעריקע זײַנען לעצטנס געוואָרן זייער נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער פּאָליטישער מאַכט און האָבן מורא צו קריטיקירן זייערע רעגירונגען. אָבער אין צווישן איז דער פּובליקום זשעדנע צו אַזעלכע קריטישע מאַטעריאַלן, בפֿרט ווען מען זעט בפֿירוש, אַז די זאַכן גייען ניט אַזוי גלאַטיק ווי די מלוכישע פּראָפּאַגאַנגע וויל זיי פֿאָרשטעלן. און דאָ באַווײַזט זיך אַ פֿענצטערל פֿאַר קליינע אומאָפּהענגיקע פֿאַרלעגער. דער מאַרק פֿאַר אַנטי־בוש ביכער און פּאַמפֿלעטן איז געוואַקסן גוואַלדיק אין משך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר, אָבער די גרויסע פֿאַרלעגערישע פֿירמעס האָבן, צוערשט, מורא געהאַט אָנצורירן די דאָזיקע טעמע. ערשט יעצט פּרוּוון זיי נאָכיאָגן די רווחים, וואָס זיי האָבן פֿאַרפֿעלט, ווען אַ פּאָר קליינע פֿאַרלאַגן האָבן זיך גענומען צו דרוקן נאָאַם כאָמסקי און אַנדערע קריטיקער פֿון בושס רעגירונג אין מיליאָנען עקזעמפּליאַרן.

שיפֿרין האַלט, אַז אַ דעמאָקראַטישע געזעלשאַפֿט קאָן ניט לעבן אָן אומאָפּהענגיקע ניט־קאָמערציעלע פֿאַרלאַגן און צײַטשריפֿטן. אָן זיי וואָלטן מיר ניט געהאַט די ווערק פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ אָדער בערטאָלד ברעכט. הײַנטיקע אוניווערסיטעטישע פֿאַרלאַגן קאָנען שפּילן די דאָזיקע ראָלע נאָר טיילווײַז, ווײַל זייער הויפּט־פֿונקציע איז צו דרוקן אַקאַדעמישע ליטעראַטור, בעת די קליינע פּריוואַטע פֿירמעס זײַנען צו שוואַך און נייטיקן זיך אין אַ פֿינאַנציעלער שטיצע, כּדי צו אונטערצונעמען ריזיקאַלישע פּראָיעקטן. שיפֿרין לייגט פֿאָר אַ קאָמבינירטע פֿאָרם, אַ קליינער אומאָפּהענגיקער פֿאַרלאַג בײַ אַן אוניווערסיטעט. אַזאַ מין פֿאַרלאַג וואָלט געקאָנט נוצן די אינטעלעקטועלע און מאַטעריעלע רעסורסן פֿון זײַן דאַך–אינסטיטוציע, און דערבײַ בלײַבן אומאָפּהענגיק אין דעם אויסקלײַב פֿון טעקסטן.

ווי אַ בײַשפּיל, ברענגט שיפֿרין דעם באַרימטן פֿאַרלאַג "רעזאָן ד׳אַזשער", וואָס דער פֿראַנצויזישער סאָציאָלאָג פּיער בורדיע האָט געשאַפֿן אין זײַן ביוראָ אין "קאָלעזש דע פֿראַנס", וווּ ער איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר. אַן אַנדערער בײַשפּיל וואָלט געווען "אַרדיס", אַ רוסיש־שפּראַכיקער פֿאַרלאַג בײַם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען, וואָס האָט ממש איבערגעקערט די וועלט פֿון דער רוסישער ליטעראַטור אין די 1970ער און 1980ער יאָרן. אַזאַ מין מאָדעל וואָלט געווען גוט צוגעפּאַסט צו ייִדיש, היות ווי הײַנט זײַנען דווקא די אוניווערסיטעטן געוואָרן דער צענטער ניט נאָר פֿאַר ייִדישער פֿאָרשונג, אָבער אויך פֿאַר ייִדישער קולטור. אין דעם זין הינקט אַמעריקע אונטער לגבי אייראָפּע. קיין אַמעריקאַנער פֿאַרלאַג האָט מער ניט קיין ספּעציעלע סעריע געווידמעט ייִדיש. די נאַציאָנאַלע ייִדישע ביכער־צענטראַלע האָט ליידער אַ קנאַפּן אינטערעס אין ייִדיש גופֿא. ווערטפֿולע אויסגאַבן פֿון טעקסטן און פֿאָרשונגען אין געביט פֿון ייִדיש קומען אַרויס יעדעס יאָר אין דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, פּוילן, ענגלאַנד, אָבער זייער ווייניק — אין אַמעריקע. עס איז זיכער פֿאַראַן אַן אָרט פֿאַר אַ קליינעם פֿאַרלעגערישן געשעפֿט, וואָס זאָל זיך קאָנצענטרירן אויף צו דרוקן און פֿאַרשפּרייטן נײַע ליטעראַטור וועגן ייִדיש און אויף ייִדיש אויף אַ הויכן אַקאַדעמישן און קולטורעלן ניוואָ.