דעם 2טן דעצעמבער קומען אין רוסלאַנד פֿאָר די פּאַרלאַמענט־וואַלן. אין שײַכות מיט דעם שרײַבט די באַקאַנטע ניו־יאָרקער צײַטונג The Wall Street Journal: "די וואַלן אין רוסלאַנד קומען פֿאָר לויט אַזאַ מין קלאָרן סצענאַר, און דער פּוטיניזם האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַזאַ פֿעסטער אינסטיטוציע, אַז עס האָט שוין נישט קיין זין צו פֿאַלסיפֿיצירן די וואַל־רעזולטאַטן, כּדי צו גאַראַנטירן גאָר קאָנקרעטע רעזולטאַטן". מעגלעך, אַז נעמענדיק אין באַטראַכט די שפּיל פֿון קרעמל, האָט די אינטערנאַציאָנאַלע ביוראָ פֿון מענטשן־רעכט זיך אָפּגעזאָגט צו קומען קיין רוסלאַנד צו קאָנטראָלירן די "דורכזיכטיקייט" פֿון די דאָזיקע וואַלן.
אַ תּירוץ האָט זיך שוין אָפּגעזוכט — צי די פֿאַרבעטונגען האָט רוסלאַנד נישט צוגעשיקט צו דער צײַט, צי דאָס אַרויסגעבן די וויזעס האָט מען פֿאַרשלעפּט — דער עיקר איז, אַז קיינער פֿון די מערבֿ־לענדער וועט קיין אויג אויף די וואַלן נישט האַלטן. ניין איז ניין! אין מאָסקווע נעמט מען זיך דערפֿון נישט איבער.
נאָך מער: מאָסקווע ווײַזט דעמאָנסטראַטיוו אַרויס איר ביטול סײַ צום מערבֿ אַליין און סײַ צו די אַזוי גערופֿענע "מערבֿדיקע ווערטן", בתוכם מיטן באַגריף "פֿרײַע וואַלן". די איצטיקע וואַלן זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מין נאַציאָנאַלער היסטעריע קעגן דעם מערבֿ בכלל און אַמעריקע בפֿרט. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז נישט הײַנט, נישט מאָרגן וועלן אויף רוסלאַנד זיך אַ רוק טאָן מחנות שׂונאים, כּדי צו פֿאַרניכטן דאָס רוסישע פֿאָלק, און נאָר ער, דער נאַציאָנאַלער העלד, וולאַדימיר פּוטין, קאָן אין אַזאַ שרעקלעכער שעה ראַטעווען דאָס פֿאָטערלאַנד.
יעדן דינסטיק און דאָנערשטיק באַווײַזט זיך אַ נײַע באַוועגונג, פֿאַראייניקונג, גרופּע וכּדומה, כּדי צוצורעדן דעם פּרעזידענט נישט צו פֿאַרלאָזן זײַן הויכן פּאָסטן און ממשיך זײַן ווײַטער זײַן רעגירן. דאָס פֿאָלק, וואָס האָט אַליין געשטימט פֿאַר דער איצטיקער קאָנסטיטוציע, וווּ ס׳איז שוואַרץ אויף ווײַס באַגרענעצט דער פּרעזידענטישער טערמין ביז אַכט יאָר, דאָס הייסט, צוויי קאַדענצן, איז גרייט דעם דאָזיקן פּונקט אָפּצושאַפֿן און ווײַזן דערמיט אַ וועג פֿון געזעצלעכער אַנאַרכיע.
פּוטין גופֿא איז אַזוי פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט דעם ענין, אַז ער פֿאָרט אַרום איבערן לאַנד און אַגיטירט צו שטימען פֿאַר דער פּאַרטיי "געאייניקטע רוסלאַנד", וואָס ער האָט זיך געשטעלט בראָש איר. צוריק גערעדט, וואָלט די דאָמינירנדיקע ביז איצט פּאַרטיי אַזוי אויך געוווּנען די מערהייט שטימען. צוליב וואָס זשע דאַרף פּוטין און זײַן קליקע דעם גאַנצן טאַראַראַם?
אייניקע פּאָליטאָלאָגן דערקלערן עס מיטן זעלבן "שרעק־סינדראָם" פֿאַר כּלערליי קאָליר־רעוואָלוציעס, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען ביז אַהער — אין גרוזיע און אוקראַיִנע. אין מאָסקווע דעפֿינירט מען זיי ווי מלוכה־איבערקערענישן, דורכגעפֿירט מיט דער הילף פֿון אַ שמוציקן אַליאַנץ צווישן די אָרטיקע אָפּאָזיציאָנערן און די מערבֿדיקע עצה־ און געלט־געבער, וואָס באַהאַלטן זיך אונטער די שילדלעך פֿון געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס; דיפּלאָמאַטישע און אויסשפּיר־אַגענטורן, ווי אויך די אַרויסגעטריבענע רוסישע אָליגאַרכן, וואָס ווילן זיך אָפּרעכענען מיט זייערע באַעוולער.
די אַנדערע האַלטן, אַז מיט אַזאַ שטורעם און דראַנג וויל די איצטיקע מאַכט זיך באַפֿרײַען פֿון די רעשטלעך אָפּאָזיציאָנעלע פּאַרטייען, וואָס וועלן נישט געווינען אַפֿילו די נייטיקע 7 פּראָצענט שטימען, כּדי איבערצוטרעטן די שוועל פֿון דער "דומאַ".
דער טראַגישער פּאַראַדאָקס באַשטייט אָבער אין דעם, אַז בײַ אַזאַ סיטואַציע קאָן נאָר איין פּאַרטיי באַקומען אַרום 15 פּראָצענט שטימען און דערמיט שאַפֿן די אָפּאָזיציע צו פּוטינס "געאייניקטע רוסלאַנד". די דאָזיקע איינציקע פּאַרטיי, וואָס קאָן "ראַטעווען" די כּמו־דעמאָקראַטישע שיטה פֿון די וואַלן איז די איצטיקע קאָמוניסטישע פּאַרטיי — די אַלטע פֿעסטונג פֿון "פּראָלעטאַרישער דיקטאַטור".
די קאָמוניסטן זײַנען געבליבן דער איינציקער, דערווײַל נאָך ממשותדיקער כּוח, וואָס קאָן פֿאַרנעמען דאָס אָפּאָזיציע־אָרט אינעם קומענדיקן פּאַרלאַמענט. דעריבער וועלן די וויילער, וואָס ווילן פֿאַרהיטן כאָטש וואָסער ניט איז אָפּאָזיציע, גיין שטימען פֿאַר די קאָמוניסטן. ווען וולאַדימיר לענין וואָלט, חלילה, אויפֿגעשטאַנען תּחית־המיתים, וואָלט ער באַלד ווידער געשטאָרבן, אָבער דאָס מאָל — שוין פֿאַר געלעכטער.