משפּחה
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן מאַן און איך קענען נישט געפֿינען קיין פּשרה ווען מיר זאָלן האָבן קינדער. דער חילוק אין עלטער צווישן אונדז איז אַ גרויסער. ער איז מיט עלעף יאָר עלטער. מיר האָבן חתונה געהאַט בלויז מיט אַ יאָר צוריק. איך וויל מער צײַט בלײַבן אַליין מיט זיך, אָן קינדער. שמואל, פֿאַרקערט, וויל נישט ווערן קיין אַלטער טאַטע. ווי אַזוי זאָלן מיר די פּראָבלעם אויסגלײַכן?

אָן קינדער


טײַערע אָן קינדער,

איר און אײַער מאַן דאַרפֿן זיך אַוועקזעצן און האָבן אַ שמועס מכּוח די קינדער, וואָס איר וואָלט געוואָלט האָבן און דערציִען. וויפֿל קינדער ווילט איר האָבן? ווילט איר, אַז די קינדער זאָלן געבוירן ווערן איינס נאָכן אַנדערן, אָדער מיט עטלעכע יאָר גערוקט? לויט אײַערע אידעאַלע חלומות, ווי אַלט וואָלט איר געוואָלט זײַן, ווען ס‘וועט קומען די צײַט פֿון די וויכטיקע געשעענישן אינעם קינדס לעבן — בר־ אָדער בת־מיצווה, מיטלשול־גראַדויִרונג, אאַ״וו?

אפֿשר ווען איר רעדט וועגן אַזאַ פּלאַן פֿון פֿאָרויס וואָלט עס אײַך געהאָלפֿן צו באַשליסן די "ריכטיקע צײַט" צו האָבן קינדער. אָבער האַלט אויך אין זינען — דער מענטש טראַכט, און גאָט לאַכט.


שלום!

איך וואָלט געוואָלט אײַך פֿרעגן, צי איר קענט מיך פֿאַרבינדן מיט עטלעכע ייִדיש־רעדנדיקע מיידלעך.

יאַנקל


טײַערער יאַנקל,

איר דאַרפֿט האַלטן אַן אויג אויף די ייִדישע געשעענישן אין אײַער שטאָט! גייט אין ייִדישן טעאַטער, אויף קאָנצערטן, סבֿיבֿות און פּראָגראַמען. גייט אין שיל און געפֿינט מענטשן וואָס רעדן ייִדיש. לייענט דעם "פֿאָרווערטס"!


טײַערע חזנטע,

מײַן מאַן און איך האָבן חתונה געהאַט אין אונדזערע שפּעטערע 30ער יאָרן. מער ווי אַלץ ווילן מיר האָבן אַ קינד. מיר האָבן שוין באַזוכט פֿרוכטפּער־ספּעציעליסטן און שוין אויסגעגעבן אַ מאָיאָנטיק אויף דער באַהאַנדלונג, אָבער קיין קינד איז נאָך נישט געבוירן געוואָרן בײַ אונדז.

וואָס זאָל איך ענטפֿערן דער פֿרוי אין אונדזער קהילה, וועלכער פֿרעגט מיך כּסדר, ווען איך וועל האָבן אַ קינד און פֿאַר וואָס טראָג איך נאָך נישט?

אָן קינדער


טײַערע אָן קינדער,

איך שאַץ אָפּ דאָס, וואָס איר ברענגט אַרויס אין דער עפֿנטלעכקייט אײַערע געפֿילן, ווײַל דאָס איז טאַקע אַ פּראָבלעם, מיט וועלכער די קהילה דאַרף זיך פֿאַרנעמען. ווען אַ פּאָרפֿאָלק באַשליסט צו האָבן אַ קינד איז דאָס אַ פּריוואַטער און פּערזענלער ענין. עס איז נישט איידל צו שטעלן אַזעלכע קשיות.

איך לייג פֿאָר, איר זאָלט שמייכלען און ענטפֿערן דער פֿרוי — "פֿאַרשטייט איר נישט, אַז דאָס איז נישט קיין העפֿלעכע פֿראַגע?" איך האָף מע וועט פֿאַרשטיין.


איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024