פֿונעם אייביקן קוואַל

אויפֿן וועג אַהיים, האָט יעקבֿ אָבֿינו געשיקט מלאכים צו עשׂו, מודיע צו זײַן, אַז ער קערט זיך אום פֿון לבֿנס היים, און וויל זיך מיט אים איבערבעטן. ווען די מלאכים האָבן זיך אומגעקערט, האָבן זיי געזאָגט יעקבֿן, אַז זײַן ברודער איז נאָך אַלץ ברוגז אויף אים, און גייט אַנטקעגן אים מיט אַ גאַנצער אַרמיי פֿון פֿיר הונדערט מענטשן.

יעקבֿ האָט מתפּלל געווען, דער אייבערשטער זאָל אים ראַטעווען פֿון עשׂוס כּעס, צונויפֿגעשטעלט עטלעכע קאַראַוואַנען מתּנות פֿאַר זײַן ברודער, און האָט זיך צוגעגרייט צו אַ מעגלעכן צוזאַמענשטויס. נאָך אַלע מתּנות, האָט עשׂו געהאַלדזט און געקושט יעקבֿן, זיך צעוויינט און זיך איבערגעבעטן. דער מדרש זאָגט אָבער, אַז הגם עשׂו האָט דעמאָלט שלום געמאַכט מיט יעקבֿן, איז אין זײַן האַרץ געבליבן אַ שׂינאה קעגן דעם ברודער.

ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין דער פּרשה "תּולדות", זענען ביידע ברידער, יעקבֿ און עשׂו, געבוירן געוואָרן מיט באַזונדערע מעלות; יעקבֿ, מיט זײַן שטילן, שלימותדיקן כאַראַקטער, האָט רעפּרעזענטירט "די וועלט פֿון תּיקון", און עשׂו האָט רעפּרעזענטירט "די וועלט פֿון כאַאָס" — אַ כאַאָטישע, סתּירותדיקע נאַטור, וועלכע האָט געקאָנט, אין פּרינציפּ, דערגרייכן אַ העכערע מדרגה ווי יעקבֿ, אויב עשׂו וואָלט אָנגעווענדט זײַן קעמפֿערישע נאַטור לשם-שמים. דערפֿאַר, האָט יעקבֿ עטלעכע מאָל געפּרוּווט אומקערן זײַן ברודער אויפֿן וועג פֿון עבֿודת-השם.

ווען יעקבֿ האָט זיך געגרייט צום באַגעגעניש מיט עשׂון, האָט ער אויך געהאָפֿט צו "פֿאַרריכטן" עשׂוס סתּירותדיקע נשמה; פֿאַרטאָג, ווען יעקבֿ האָט פּלאַנירט זיך צו טרעפֿן מיטן ברודער, איז עשׂוס מלאך געקומען זיך שלאָגן מיט יעקבֿן. יעקבֿ האָט געוווּנען, הגם ער איז פֿאַרוווּנדעט געוואָרן און געבליבן הינקען, און האָט פֿאַרדינט פֿאַר זײַן נצחון זײַן צווייטן נאָמען — ישׂראל.

דער געראַנגל מיטן מלאך האָט אָבער צעשטערט יעקבֿס פּלאַן צו לייזן די סתּירות צווישן אים און עשׂו; ווען די צוויי ברידער האָבן זיך געטראָפֿן, האָבן זיי ביידע פֿאַרשטאַנען, אַז דער פֿאַרבאָרגענער גײַסטיקער קאָנטאַקט צווישן זייערע "וועלטן" איז שוין געשען, בעתן יעקבֿס געראַנגל מיטן עשׂוס מלאך, און האָט זיך ווידער פֿאַרענדיקט מיט אַ קאַמף, אַנשטאָט שלום.

עשׂוס מלאך האָט געזאָגט יעקבֿן, אַז ער וועט הייסן ישׂראל, "כּי שׂרית עם אלקים ועם אנשים ותּוכל" — "ווײַל דו האָסט געקעמפֿט מיט אַ מלאך און מיט מענטשן — און געוווּנען". דאָס וואָרט "אלקים" קאָן מיינען אַ מעכטיקן גײַסטיקן אָדער פֿיזישן כּוח, ווי אויך ג-ט אַליין. אינעם תּרגום ווערט דער דאָזיקער פּסוק אָפּגעטײַטשט, אַז יעקבֿ איז געווען "גרויס פֿאַרן אייבערשטן"; די חסידישע ספֿרים זענען אָבער מסביר, אַז מע קען אָפּטײַטשן דעם דאָזיקן פּסוק אויך אַנדערש: יעקבֿ האָט באַקומען דעם נאָמען ישׂראל צוליב דעם, וואָס ער האָט "באַקעמפֿט" ג-טס נאָמען "אלקים", און האָט דערגרייכט דעם העכערן נאָמען — שם-השם.

דער שם "אלקים" האָט די זעלבע גימטריא, ווי דאָס וואָרט "הטבֿע", "נאַטור", ווײַל ער באַצייכנט דעם ג-טלעכן כּוח, וואָס ווערט "באַקליידט" אין דער נאַטור. על-פּי חסידות, איז די גאַנצע נאַטור אַ כּסדרדיקער נס; אין דער אמתן, זענען צווישן נאַטירלעכע און ניסימדיקע כּוחות נישטאָ קיין פּרינציפּיעלן חילוק — ביידע זענען מאַניפֿעסטאַציעס פֿונעם אייבערשטן; דער חילוק באַשטייט בלויז אין דעם, ווי אַזוי מע נעמט זיי אויף. אַ צאָל ייִדישע פֿילאָסאָפֿן, אַרײַנגערעכנט דעם רמב״ם, האָבן מסביר געווען אַ צאָל תּנ"כישע ניסים אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן; אַזאַ צוגאַנג קומט נישט אין סתּירה מיט די יסודות-האמונה, אויב מע פֿאַרשטייט קלאָר, אַז די אַזוי-גערופֿענע "נאַטור", מיט אַלע אירע געזעצן, איז גופֿא אַ ג-טלעכע אַנטפּלעקונג.

נאָכן געראַנגל מיט עשׂוס מלאך, האָט יעקבֿ דערגרייכט אַ העכערע מדרגה פֿון השׂגה, אין וועלכער דער גאַנצער חילוק צווישן "נאַטירלעכן" און "איבערנאַטירלעכן" ווערט פֿאַרווישט, און האָט דערזען, אַז די אמתע נאַטור פֿון אַלע זאַכן איז דער אייבערשטער אַליין. דערפֿאַר האָט אים דער מלאך געזאָגט, אַז ער האָט באַקעמפֿט "אלקים", דעם "נאַטירלעכן" אויפֿנעם פֿון דער וועלט, און האָט דערזען, אַז אַפֿילו די סאַמע געוויינטלעכע זאַכן זענען ג-טלעכע וווּנדערס; ווי עס שטייט אינעם פּסוק, האָט יעקבֿ אויך "באַקעמפֿט די מענטשן", ווײַל ער האָט דערגרייכט אַ דערהויבענעם שׂכל-צושטאַנד, העכער פֿון די געוויינטלעכע באַגרענעצונגען פֿונעם מענטשלעכן ראַציאָנעלן אינטעלעקט.

אין פֿאַרגלײַך מיט אַבֿרהם אָבֿינו און שׂרה אמנו, וועלכע האָבן אינגאַנצן פֿאַרלוירן זייערע פֿריִערדיקע נעמען, אַבֿרם און שׂרי, ווערט יעקבֿ אָבינו ווײַטער אָנגערופֿן צומאָל ישׂראל, און צומאָל — יעקבֿ, ווי פֿריִער. הגם יעדער דאַרף שטרעבן צו דערגרייכן אַזאַ דערהויבענעם פּסיכאָלאָגישן צושטאַנד, זענען ס׳רובֿ מענטשן נישט מסוגל צו בלײַבן אין אַזאַ הויכן מצבֿ, און מוזן כּסדר אַראָפּגיין צוריק צום ראַציאָנעלן שׂכל, וואָס נעמט אויף די נאַטור אויף אַ מער "מעכאַנישן" אופֿן.

יעקבֿס מעשׂה ווײַזט אָן דעם דרך פֿאַרן גאַנצן ייִדישע פֿאָלק. ביידע מינים עבֿודת-השם זענען וויכטיק: סײַ די פּשוטע עבֿודה פֿון אַן ערלעכן ייִד, וואָס פֿאַרלאָזט נישט די גרענעצן פֿון דער ראַציאָנעלער השׂגה — די מדרגה פֿון "יעקבֿ", סײַ דאָס עקזאַלטירטע התלהבֿות בײַם דאַוונען און מקיים זײַן מיצוות בשׂימחה — "ישׂראל".