(דאָס צווייטע אַרטיקל)
יעדעס מאָל וואָס איך לייען איבער די אַרבעטן פֿון די נײַע סטודענטן איז נישט נאָר באַקען איך זיך מיט יעדן איינעם באַזונדער, נאָר איך שטוין אַ סך מאָל פֿון זייערע אינטערעסאַנטע און אינטעליגענטע, און ייִדישלעכע אַרײַנבליקן אין זיך, אין זייערע משפּחות און אין זייער וועלט. סטודענטן וואָס רעגיסטרירן זיך צו נעמען ייִדיש און אָבליגירן זיך צו פֿאַרבלײַבן אַ יאָר אָדער צוויי, אָדער אַפֿילו דרײַ דערמיט. בעת זיי רעגיסטרירן זיך צו טאָן גראַדויִר־אַרבעט אויף אַ געוויסער ייִדישער טעמע פֿון זייער אינטערעס, ווערט פֿאַר מיר בולט די טראַנספֿאָרמאַציע וואָס קומט אין זיי פֿאָר. גלײַך אין אָנהייב זאָג איך זיי:
"נעמטס! כאַפּטס! ס'איז אײַערס! די שפּראַך געהערט אײַך. איר האָט זי ערגעץ אָנגעוווירן אונטערוועגנס. און אויב נישט איר, איז אײַערער עלטערן. און אויב נישט זיי, איז אײַערע באָבעס און זיידעס. איז לאָמיר אַנאַליזירן וואָס דאָ איז פֿאָרגעקומען, וואָס איז געווען די סיבה פֿונעם פֿאַרלוסט וואָס איר לײַדט איצט דערפֿון?"
דער אָנהייבער־קלאַס גאַפֿט. ער האָט נאָך נישט געהערט אַזעלכע רייד. זיי האָבן עפּעס פֿאַרלוירן? זיי פֿעלט דאָך גאָרנישט. זיי האָבן אַלץ. און דאָ האָב איך אויפֿגעדעקט פֿאַר זיי אַ שטיקל נײַעס. לויפֿן זיי אַהיים צו זיך, און עפֿענען די שופֿלאָדן פֿון די זכרונות וואָס געהערן זייערע נאָענטע. און ווען זיי דערוויסן זיך עפּעס, פֿאַרשרײַבן זיי עס און ברענגען מיר די נעקסטע וואָך, איך זאָל וויסן וואָס ס'איז מיט זיי געשען זינט זיי האָבן אָנגעוווירן אַ שטיק פֿון זייערע געשיכטע.
מלך ברעסמאַן
אויסוואַקסנדיק נישט אין קיין פֿרומער היים אין די פֿריִע נײַנציקער יאָרן, האָט מיר קיינער אָפֿיציעל נישט געלאָזט וויסן וואָס אַזוינס איז ייִדיש, קיינער האָט מיר נישט אויסגעזאָגט וואָס פֿאַר אַ געשיכטע ייִדיש האָט אונטער זיך. נישט געקוקט אויף דעם, אין אַ געוויסן זינען האָט זיך אַ שטילער פֿאָדעם אַרײַנגעפֿלאָכטן אין מיר דורכן געוועב פֿון מײַן לעבן. פֿון אירע פּשוטע פֿראַזעס ביז די שערבלעך פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, וועלכע זײַנען אַרײַנגדרונגען אַפֿילו צו די וועלטלעכסטע צווישן אונדז פֿון אַ ייִדנס לעבנס־שטייגער, און אויסגעאיבט די טיפֿסטע השפּעה אַפֿילו אויף מײַן לעבן. ווען איך בין געוואָרן עלטער, האָב איך צו ביסלעך אָנערקענט דאָס עשירות פֿון דער ייִדיש־מסורה. און ווען איך האָב גענומען אַ בליק אויף צוריק צו מײַן פּערזענלעכער געשיכטע, און גענומען צו דערשפּירן וועלכע פֿון מײַנע דערפֿאַרונגען מען קען צושרײַבן צו ייִדיש, האָט עס מיר נישט גענומען לאַנג צו פֿאַרשטיין אַז ס'רובֿ פֿון מײַנע זכרונות וואָס האָבן אַרויסגערופֿן געפֿילן פֿון וואַרעמקייט און משפּחהדיקער נאָענטקייט, זײַנען אין אַ געוויסן זין געווען אַ טייל פֿון דער טראַדיציע, צי דאָס איז געווען בײַם אויפֿוועקן זיך ערבֿ שבת צום געשמאַק פֿון דער יויך מיט קניידלעך, אָדער זיצנדיק אַרום דעם טיש מיט דער גאַנצער משפּחה בײַם עסן די געפֿילט פֿיש. איז עס געוואָרן קלאָר פֿאַר מיר אַז ייִדיש איז נישט גלאַט אַ שפּראַך אָדער אַ קאָך־בוך, ווי איך האָב עס אַמאָל געטראַכט, נאָר אַ לעבנס־שטייגער.
און ווען עס איז מיר קלאָר געוואָרן אַז עס האָט נישט צו טאָן נאָר מיט עסן, האָב איך באַשלאָסן צו נעמען ייִדיש ווי אַ שפּראַך, און דאָס איז נישט געקוקט אויף דעם וואָס מײַנע באָבעס און זיידעס רעדן אַפֿילו נישט די שפּראַך, האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז ייִדיש איז אַ טייל פֿון דעם וואָס איך בין, אויב דאָס איז נישט געווען גענוג פֿאַר אַ סיבה. דער פֿאַקט וואָס איך קען העלפֿן שלעפּן ווײַטער פֿאָרויס אַ שטיק פֿון מײַן געשיכטע, וואָס אַנדערע האָבן געוואָלט פֿאַרטיליקן, איז אויך אַ מקור פֿון אינספּיראַציע. איז עס קלאָר געוואָרן פֿאַר מיר אַז נישט נאָר האָב איך אַ ווילן דערצו, נאָר איך טראָג אויך אַן אַחריות צו לערנען און קענען ייִדיש. נישט געקוקט אויף די אַלע אַנדערע שפּראַכן וואָס איך האָב אויף דעם אָרט געקענט נעמען, איז יעדעס ייִדישע וואָרט אַ טייל פֿון אַ גרעסערן נאַראַטיוו, עס איז סײַ מײַן אַחריות און מײַן פּריווילעגיע צונויפֿבינדן אָט די געשיכטע וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדיש.
אַליענאַ שאָשניק
איך בין כּמעט אַכצן און איך קען אײַך פֿאַרזיכערן אַז אַ סך מענטשן זײַנען דערשטוינט ווען זיי הערן אַז איך לערן זיך ייִדיש. אָפֿט קריג איך אָפּרופֿן ווי "צו וואָס ייִדיש? ווער רעדט הײַנט ייִדיש?" אָדער מײַן באַליבטער ענטפֿער: "דו נעמסט ייִדיש? דאָס איז 'cool'." אַזוי אַז אַ סך מענטשן הײַנט צו טאָג פֿאַרשטייען נישט פֿאַרוואָס איז מיר אײַנגעפֿאַלן צו לערנען זיך ייִדיש? איז לאָמיר עס אײַך אויפֿקלערן. מײַן גאַנץ לעבן האָב איך אַלע מאָל געוואָלט זײַן פֿאַרבונדן מיט מײַן ייִדישער ירושה. נישט ווײַל איך האָב געוווינט אין אַ געביט וווּ איך בין געווען דער איינציקער ייִד. וואָס אַן אמת איז מײַן קינדהייט געווען פֿאַרקערט. צו מײַן מזל בין איך אויסגעוואַקסן אין אַ שטעטל וווּ עס האָבן געלעבט אַ סך יידן, געגאַנגען אין שיל שבת, געגאַנגען אין אַ ישיבֿה פֿינף יאָר צײַט, און נישט געקוקט אויף דעם וואָס איך האָב געקענט העברעיִש, האָב איך זיך אַלע מאָל געוווּנדערט וואָס האָבן מײַנע באָבעס און זיידעס און עלטער־באָבעס און עלטער־זיידעס גערעדט צווישן זיך. שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט אַז עס איז געווען ייִדיש. ווען איך בין אויסגעוואַקסן האָב איך נישט איין מאָל געבעטן מײַן מאַמען זי זאָל מיך לערנען ייִדיש. זי אַליין איז אויך געגאַנגען אין אַ ישיבֿה, האָט זי זיך געמוזט פֿאַרענטפֿערן פֿאַר מיר אַז זי אַליין האָט נישט געהאַט דאָס מזל צו לערנען זיך די שפּראַך. איך האָב געוואָלט און וויל נאָך אַלץ פֿאַרשטיין נישט בלויז די שפּראַך אַליין. דאָס קען איך מסתּמא זיך אויסלערנען פֿון אַ בוך. איך וויל אָבער וויסן עפּעס וועגן דער ייִדישער געשיכטע און דער געשיכטע פֿון מײַנע אייגענע וואָס האָבן גערעדט ייִדיש. ווען איך האָב אויסגעפֿונען אַז קאָלומביע־אוניווערסיטעט גיט ייִדיש־קורסן בין איך נישט נאָר געווען איבערראַשט, נאָר אויך פֿול מיט ענטוזיאַזם, און איך פֿאַרשטיי אַז אַנדערע סטודענטן האָבן געהאַט דאָס זעלבע געפֿיל. און כאָטש ייִדישע ווערטער און פֿראַזעס האָבן זיך באַזעצט אין דער ענגלישער קולטור, זײַנען אָבער פֿאַראַן אַנדער וואָס זוכן די פֿאַרבינדונג צו דער שפּראַך און קולטור ווי איך. נישט נאָר האָט עס מיך צוגעצויגן צו לערנען אין קאָלומביע, איך בין שטאָלץ אַז ייִדישקייט איז גענוג וויכטיק פֿאַר די סטודענטן און פֿאַקולטעט פֿון דעם אוניווערסיטעט וואָס נישט נאָר גיבן זיי העברעיִשע קורסן, וואָס ס'רובֿ אַמעריקאַנער טײַטשן אויס ווי "דזשויִש," נאָר זיי גיבן אַ קורס וואָס ברעכט אַלע גרענעצן פֿון לאַנד און צײַט. איז זאָלן מענטשן זײַן שאָקירט און נישט וועלן פֿאַרשטיין מײַן נייטיקייט פֿאַר דער שפּראַך, איך וואָלט זיך קיין מאָל נישט דערלויבט איבערצוהיפּערן אַזאַ געלעגנהייט.
רפֿאל כּהן
ייִדיש איז וויכטיק צוליב צוויי טעמים. קודם, ווי אַן אַמאָליקער ישיבֿה־תּלמיד, דערקען איך און אָנערקען די וויכטיקייט פֿון די ייִדיש־ריידער אַרום זיך. דעריבער איז וויכטיק צו פֿאַרשטיין די וויכטיקייט פֿונעם לשון כּדי צו קענען זיך פֿאַרשטענדיקן מיטן פֿרומען ייִדישן אַרום. צווייטנס איז דאָך ייִדיש די שפּראַך פֿון די דורות וואָס האָבן געלעבט פֿאַר אונדז. נישט נאָר ווײַל די ייִדישע ליטעראַטור איז געשריבן אויף ייִדיש, נאָר ווײַל די ידישע געשיכטע איז דורכגעדרונגען צווישן די שורות פֿון ייִדיש.
מײַן אייגענע משפּחה רעדט נישט קיין ייִדיש ווײַל ביידע טאַטע־מאַמע זײַנען אויסגעוואַקסן אין משפּחות וועלכע האָבן געוואָלט זייער ווייניק האָבן צו טאָן מיט דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט, און אַנשטאָט דעם אויסגעקליבן דעם אַמעריקאַנעם אופֿן פֿון לעבן. כאָטש ביידע עלטערן, ווען זיי זײַנען עלטער געוואָרן האָבן אָנגעהויבן אַרויסצוּווײַזן אַ גרעסערן אינטערעס און אָפּשאַצונג פֿאַר זייער גײַסטיקער ירושה, זײַנען זיי ביידע קיין מאָל נישט געווען נאָענט צו זייערע קרובֿים וואָס האָבן גערעדט די שפּראַך, און האָבן זיך ביידע געפֿילט נישט באַקוועם מיט אַ מאָל אָנצוהייבן רעדן ייִדיש. ווען מענטשן דערהערן אַז איך לערן זיך ייִדיש אין קאָלומביע, ווערן זיי אויף אַ מינוט דערשטוינט. אַ פּאָר פֿון זיי האָבן אַפֿילו וואָס צו זאָגן, נעמלעך, דער קורס האָט נישט קיין גרויסן ווערט און איז אַ פֿאַרלוסט פֿון מײַן צײַט. איך אָבער, פֿיל זיך באַקוועם אין מײַן אָפּקלײַב, און זיכער אַז ייִדיש לערנען וועט מיך באַרײַכערן און וועט זײַן די פֿאָרשפּיל צו מײַנע צוקונפֿטיקע אַקאַדעמישע שטרעבונגען. ווי אַן אָרטאָדאָקסישער ייִד, וואָס איז אויסגעוואַקסן אין ענגליש און העברעיִש האָב איך נישט קיין שוועריקייטן צו טראַכטן אין ביידע שפּראַכן.
אַ סך אָרטאָדאָקסישע ייִדן רעדן ייִדיש און אַ סך רעדן נישט. די סיבות וואָס די אָרטאָדאָקסן מאַכן דעם אָפּקלײַב זײַנען פֿאַרשיידענע. אַ סך פֿון זיי רעדן ייִדיש ווײַל זיי זײַנען אויסגעוואַקסן אין אַ געגנט וווּ מאַמע־לשון איז געווען די ערשטע שפּראַך זייערע, אָדער זיי זײַנען אויסגעכאָוועט געוואָרן בײַ עלטערן וואָס האָבן דער עיקר גערעדט ייִדיש. אַ סך פֿון די פֿרומע ייִדן גלייבן אַז מען דאַרף פּרעזערווירן דעם אַלטן אופֿן פֿון לעבן אויף וויפֿל מעגלעך, צוזאַמען מיט קליידן זיך ווי די חסידים פֿון אַמאָל און אויך זייער שפּראַך — ייִדיש. אַנדערע ווידער, דער עיקר יענע וואָס לערנען זיך אין די ישיבֿות, רעדן ייִדיש ווי די שפּראַך פֿון תּלמוד־לערנען, אָבער ווען עס קומט צום רעדן — רעדן זיי נישט. אַ טייל ישיבֿה־בחורים פֿילן אַז עס איז אַ סך גרינגער צו פֿאַרשטענדיקן זיך אין תּלמודישע געדאַנקען אויף ייִדיש אַנשטאָט אויף ענגליש. ווידער אַנדערע מאָדערנע אָרטרדאָקסן רעדן בכלל נישט קיין ייִדיש, אָדער צוליב דעם וואָס זיי זײַנען אידעאָלאָגיש קעגן דער שפּראַך פֿונעם שטעטל אָדער צוליב דעם וואָס עס קומט זיי אָן אַ סך גרינגער צו רעדן ענגליש, ווײַל דאָס איז די שפּראַך אין וועלכער זיי פֿאַרשטענדיקן זיך מיט דער דרויסנדיקער וועלט.