|
אַ ייִדישער סגולה-סימבאָל, וואָס זעט אויס ווי אַ מין סוואַסטיקע, פֿון הרבֿ אליעזר פֿישל סטריזשאָווער, געדרוקט אין דער נײַער ירושלימער אויסגאַבע פֿון "ספֿר קרנים" |
|
צווישן דעם ייִנגערן דור רוסיש-רעדנדיקע בעל-תּשובֿות טרעפֿן זיך נישט זעלטן גוטע קענער פֿון קעלטישער און סקאַנדינאַווישער מיטאָלאָגיע, ווי אויך טאָלקיעניסטן — ליבהאָבער פֿון דזשאָן ראָנאַלד רועל טאָלקיענס ווערק. אַ טייל פֿון אַזעלכע בעל-תּשובֿות זענען זיך מודה, אַז זייער אינטערעס צו ייִדישקייט, בפֿרט צו קבלה און חסידות, האָט זיך אָנגעהויבן דווקא פֿונעם שטודירן די מיטאָלאָגיע פֿון צפֿון-אייראָפּעיִשע פֿעלקער.
פּראָפֿעסאָר טאָלקיען, דער מחבר פֿון דער באַרימטער טרילאָגיע "דער האַר פֿון די רינגען" און אַנדערע קינסטלערישע און אַקאַדעמישע ווערק, איז געווען אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאָלקלאָריסט, אַ פּראָמינענטער פֿאָרשער פֿון די מיטל-עלטערישע ענגלישע לעגענדעס, און אַ טיף-גלייביקער קאַטויליקער; דערפֿאַר קאָן מען אין זײַנע ביכער טאַקע געפֿינען אַ סך סוזשעטן, נאָענט צום פֿאָלקסטימלעכן גײַסט און מאָראַלישע ווערטן פֿון די מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן.
די אוראַלטע נאָרדישע געצנדינערישע מיטאָלאָגיע איז, אָבער, פּאָפּולער אין געוויסע אַנטיסעמיטישע קרײַזן. דער דײַטשישער קאָמפּאָזיטאָר ריכאַרד וואַגנער, וועלכער האָט אויסגענוצט די אַלט-גערמאַנישע לעגענדעס אין זײַן מוזיק, פֿלעגט כּסדר באַשולדיקן די ייִדן אין אַרײַנברענגען אַ "פֿרעמדן גײַסט" אין זײַן לאַנד. די אַלט-סקאַנדינאַווישע און קעלטישע סימבאָלן ווערן אויך באַזונדערס באַליבט צווישן די הײַנטיקע נעאָ-נאַציס און נאַציאָנאַליסטיש-געשטימטע ווײַסע נעאָ-פּאַגאַניסטן.
בײַ די רוסלענדישע ייִדן, וואָס אינטערעסירן זיך מיט דער צפֿון-אייראָפּעיִשער מיטאָלאָגיע, ווערט זי אָבער אַסאָציִיִרט מיט גאָר אַנדערע זאַכן: נאָענטקייט צו דער נאַטור, ליבשאַפֿט צו אוראַלטע טראַדיציעס און זוכענישן פֿון אַ רוחניותדיק, מער באַדײַטפֿול לעבן. אַ טייל מיטאָלאָגיע-ליבהאָבער אין סקאַנדינאַוויע, בפֿרט אין איסלאַנד, זענען געשטימט דווקא אַנטיפֿאַשיסטיש און אָפֿטמאָל ראַדיקאַל-לינק, נאָענט צו די אַמעריקאַנער היפּיס פֿון די 1960ער יאָרן. די טאָלקיעניסטן אין רוסלאַנד זענען אויך פֿאַרבונדן מיט פּאַציפֿיסיטישע און "גרינע" גרופּעס, און ווערן אָפֿט באַטראַכט ווי אַ היפּי-באַוועגונג; די רוסישע נעאָ-נאַציס האָבן פֿײַנט און צומאָל אַטאַקירן די טאָלקיעניסטן פֿאַר זייערע פֿרידלעכע שטימונגען.
די טאָלקיעניסטן פֿאַרזאַמלען זיך כּסדר אין פּאַרקן און וועלדער; אַ וויכטיקע ראָלע אין די טאָלקיעניסטישע "טוסאָווקעס" (אומפֿאָרמעלע פֿאַרזאַמלונגען) פֿאַרנעמען די ראָלע-שפּילערײַען, באַגרינדעט אויף פֿאַרשיידענע סוזשעטן פֿון טאָלקיענס ביכער, ווי אויך גערמאַנישע און קעלטישע לעגענדעס. כּדי אָפּצושאַצן די שפּילערײַ ווי געהעריק, מוז אַן עכטער טאָלקיעניסט קענען — אויסער די ווערק פֿון זייער באַליבטן מחבר — אויך דעם צפֿון-אייראָפּעיִשן פֿאָלקלאָר. צו דערפֿילן בעסער דעם סוזשעט, טוען זיך די באַטייליקטע אָן אין מלבושים פֿון עלפֿן, אָרקן, גנאָמען און אַנדערע פֿאָלקלאָר-פּערסאָנאַזשן.
די אינטערעסן פֿון אַזעלכע "טוסאָווקעס" מישן זיך אָבער צומאָל מיט די אינטערעסן פֿון די רוסישע נעאָ-פּאַגאַניסטן, וועלכע זענען על-פּי-רובֿ געשטימט בפֿירוש אַנטיסעמיטיש און נאַציסטיש. אונטער דער השפּעה פֿון אַזעלכע קרײַזן, פֿאַרנעמען זיך אַ טייל מיטאָלאָגיע-ליבהאָבער, אַרײַנגערעכנט די ייִדן, מיטן פֿאָרשן דעם מיסטישן באַדײַט פֿונעם האַקנקרייץ און אַנדערע סתּירותדיקע סימבאָלן.
ס׳איז אָבער זייער אינטערעסאַנט, אַז ווען אַזעלכע ייִדן באַקענען זיך מיט ייִדישקייט, ווײַזן זיי אָפֿט אַרויס אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד און חוש צו דער טראַדיציע, ווי די תּלמידים פֿון די "הויפּט-שטראָמיקע" ייִדישע בילדונג-אינסטאַנצן, הגם די "טאָלקיעניסטישע" בעל-תּשובֿות בלײַבן געוויינטלעך פֿאַרביסענע נאָנקאָנפֿאָרמיסטן און פֿרײַדענקער; פֿונדעסטוועגן, דווקא צוליב זייער אינטערעס אין אייראָפּעיִשן פֿאָלקלאָר און געשיכטע, האָבן זיי זייער ליב ייִדיש, חסידישע מעשׂיות און אַשכּנזישע טראַדיציעס. אַ טייל פֿון אַזעלכע בעל-תּשובֿות טענהן אַפֿילו, אַז דער ניט-ייִדישער צפֿון-אייראָפּעיִשער פֿאָלקלאָר און פֿאָלקס-מוזיק, בפֿרט די קעלטישע, איז נעענטער צום גײַסט פֿונעם מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדנטום, ווי דער פֿאַרשפּרייטער "אויסגעטריקנטער" ישׂראלדיק-העברעיִשער נוסח פֿון ייִדישקייט.
צום באַדויערן, האָבן אַ סך פֿאָרמעלע קירובֿ-אָרגאַניזאַציעס מורא פֿאַר מיסטישע זאַכן, האָבן נישט ליב זיך צו גריבלען אין אַלטע טראַדיציעס, און ווײַזן ניט-זעלטן אַרויס אַ בפֿירושע אַנטיפּאַטיע צו דער מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור. אין אַזאַ אַטמאָספֿער איז עס, צום באַדויערן, נישט קיין גרויסער חידוש, אַז אַ טייל גײַסטיק-געשטימטע אַסימילירטע ייִדן זענען מער פֿאַראינטערעסירט אין דער מיטאָלאָגיע פֿון שאָטלענדישע באַרג-לײַט אָדער וויקינגן, ווי אין ייִדישקייט.
אין דער אמתן, ווען מע פֿאָרשט טיף פֿאַרשיידענע טראַדיציעס און לעגענדעס אַרום דער וועלט, קאָן מען געפֿינען אַ סך וווּנדערלעכע פּאַראַלעלן; ס׳זעט אויס, אַז נישט געקוקט אויף די שאַרפֿע חילוקים פֿונעם וועלט-באַנעם אין פֿאַרשיידענע קולטורן, ווערן אַ סך מיסטישע און פֿילאָסאָפֿישע קאָנצעפּציעס אָפּגעשפּיגלט אינעם מענטשלעכן באַוווּסטזײַן כּמעט אויפֿן זעלביקן אופֿן.
למשל, לויט דעם אוראַלטן סקאַנדינאַווישן מיטאָס, איז די וועלט אויפֿגעקומען אין קאָנטאַקט פֿון צוויי קעגנזײַטיקע כּוחות — פֿײַער און אײַז. צוליב דער באַזונדערער אויסדריקלעכקייט פֿונעם דאָזיקן סימבאָל, ווי אויך צוליב דעם, וואָס דאָס לעבן אויף אונדזער פּלאַנעט עקזיסטירט טאַקע צוליב דעם, וואָס זי געפֿינט זיך אויף דער גרענעץ צווישן דער פֿײַער-הייסער זון און דעם אײַז-קאַלטן קאָסמאָס, איז די נאָרדישע טעמע פֿון "פֿײַער און אײַז" זייער פֿאַרשפּרייט אין דער הײַנטיקער פּאָפּולערער קולטור, פֿון פֿאַנטאַסטישע פֿילמען ביז ראָק-לידער.
ווייניק מענטשן ווייסן אָבער, אַז אַן ענלעכער סימבאָל טרעפֿט זיך אויך אין די קבלה-ספֿרים. דער גרויסער מקובל הרבֿ אַבֿרהם אַבולעפֿיא האָט געשריבן אין זײַן ספֿר "אמרי שפֿר", אַז דער אייבערשטער טוט אַלע פּעולות אין דער וועלט, "שרײַבנדיק מיט שוואַרצע פֿײַער-אותיות אויף קרישטאָל-ווײַסע לוחות פֿון אײַז"; פּאַראַדאָקסיש, ווערט די ענערגיע פֿונעם פֿײַער באַטראַכט דווקא ווי "שוואַרצע", אינעם מיסטישן זין, אין פֿאַרגלײַך מיטן פּוסטן רוים, וווּ עס ווערט מער אַנטפּלעקט דאָס ג-טלעכע ליכט. מע זעט קלאָר, אַז דער דאָזיקער סימבאָל, וואָס טרעפֿט זיך אויך אין אַ צאָל אַנדערע עזאָטערישע ספֿרים, איז נישט פֿרעמד דער ייִדישער טראַדיציע; אַדרבה, אין פֿאַרגלײַך מיט דער מער באַקאַנטער נאָרדישער לעגענדע, ווערן אין דער טיפֿערער ייִדישער ווערסיע אויסגעדריקט די קאָנצעפּציעס פֿון ענערגיע, רוים, אינפֿאָרמאַציע און מיסטישער אַנטפּלעקונג.
לויטן אַנדערן פֿאַרשפּרייטן וועלט-מיטאָס, וועלכער ווערט דערמאָנט אין די אוראַלטע עגיפּטישע, גריכישע, אינדישע און כינעזישע לעגענדעס, ווי אויך אינעם באַרימטן פֿינישן עפּאָס "קאַלעוואַלאַ", האָט די וועלט זיך אויסגעפּיקט פֿון אַן איי. אין דער הײַנטיקער אַסטראָפֿיזיק ווערט דער צושטאַנד פֿונעם אוניווערס פֿאַרן "גרויסן אויפֿרײַס" (Big Bang) אויך צומאָל אָנגערופֿן "דאָס קאָסמישע איי"; דערפֿאַר, האַלטן אַ צאָל הינדויִסטישע וויסנשאַפֿטלער, אַז זייער רעליגיע שטימט מער מיט דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט, ווי די מערבֿדיקע "יודעאָ-קריסטלעכע" טראַדיציע.
הגם דער סימבאָל פֿונעם "קאָסמישן איי" איז טאַקע נישט פֿאַרשפּרייט בײַ ייִדן, ווערט ער יאָ געבראַכט אין אַ צאָל ספֿרים — למשל, אינעם ספֿר "הר השם", אַ זאַמלונג פֿון ווייניק באַקאַנטע תּורות פֿונעם גרויסן מקובל הר׳ יצחק לוריא, פֿאַרעפֿנטלעכט מיט 200 יאָר צוריק אינעם אוקראַיִנישן שטעטל פּילענוע (פּאָלאָנע). אינעם ספֿר שטייט, אַז דער פּראָצעס פֿונעם וועלט-באַשאַפֿן ווערט צוגעגליכן, אין אַ סימבאָלישן זין, צום געבוירן ווערן פֿון אַן עופֿעלע, וואָס פּיקט זיך אויס פֿון אַן איי. הגם אינעם קאָנטעקסט רעדן זיך וועגן ריין-רוחניותדיקע ענינים, זעט מען, אַז דער דאָזיקער "אַסטראָפֿיזישער" סימבאָל איז אויך נישט פֿרעמד דעם ייִדישן מיסטיציזם.
אַ טייל פֿאַשיסטיש-געשטימטע אָנהענגער פֿון דער נאָרדישער מיטאָלאָגיע האָבן ליב צו פֿאָרשן די געשיכטע און דעם באַדײַט פֿונעם טרויעריק-באַקאַנטן צייכן — סוואַסטיקע אָדער האַקנקרייץ; די שטיצער פֿונעם דאָזיקן צייכן באַטאָנען, אַז דער האַקנקרייץ איז געווען פֿאַרשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט במשך פֿון אַ סך טויזנטער יאָרן, און באַצייכנט די ליכטיקייט, די זון, דעם אייביקן קרײַז-גאַנג פֿון די סעזאָנען און אַנדערע פּאָזיטיווע ענינים. אַ טייל פּאַציפֿיסטישע מיטאָלאָגיע-ליבהאָבער טענהן פֿאַרקערט, אַז די סוואַסטיקע איז בעצם אַ בייזער סימבאָל, אָדער אַז אַ גוטע סוואַסטיקע איז דווקא אַ "לינקע", וואָס דרייט זיך, אין קאָנטראַסט מיטן נאַצישן האַקנקרייץ, קעגן דער זייגער-ריכטונג.
דער צו-שטאַרקער אינטערעס צו פֿאַרשיידענע מיסטישע ענינים צווישן דער הײַנטיקער ייִדישער יוגנט אין רוסלאַנד ברענגט צומאָל צו טרויעריק-משונהדיקע סיטואַציעס. נישט לאַנג צוריק האָט אַ ייִד זיך געווענדט מיט אַ שאלה צו אַ באַקאַנטן רוסיש-רעדנדיקן רבֿ, וועלכער פֿירט אַ דיסקוסיע-וועבזײַט אויף דער אינטערנעץ; דער ייִד האָט דערציילט, אַז זײַנער אַ חבֿר האָט זיך געמאַכט אַ טאַטויִרונג — אַ "לינקע" סוואַסטיקע, און געפֿרעגט דעם רבֿ, צי די לינקע ריכטונג פֿאַרוואַנדלט זי טאַקע אין אַ פּאָזיטיוון סימבאָל; דער רבֿ האָט געענפֿטערט, אַז אַ ייִד טאָר ניט מאַכן קיין טאַטויִרונגען, און אַז דער האַקנקרייץ איז בעצם אַ געצנדינערישער סימבאָל, וואָס שטאַמט פֿון אינדיע, און האָט גאָרנישט צו טאָן מיט די ייִדן.
דער רבֿ איז געווען קאָרעקט, אָבער נישט אינגאַנצן: די סוואַסטיקע איז צום מערסטן פֿאַרשפּרייט טאַקע אין אינדיע, ווי אַ סימן פֿון מזל און זון-ליכט, און די טאַטויִרונגען זענען זיכער נישט קיין ייִדישע זאַך; פֿונדעסטוועגן, טרעפֿט זיך אַן ענלעכער סימבאָל, הגם זעלטן, אויך אויף דער ייִדישער גאַס.
אין דער פֿאַרקריסטלעכער אייראָפּע, איז דער האַקנקרייץ אָדער "זונען-ראָד" אויסגענוצט געוואָרן אויך ווי אַ סימבאָל פֿון דער זון און ווי אַ גוטער סימן. אַ ייִדישלעכער וואַריאַנט פֿונעם זעלביקן סימבאָל טרעפֿט זיך אָבער אויך אין גאַנץ כּשרע קמיעות (מיסטישע סגולה-אַמולעטן). מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז אין ירושלים איבערגעדרוקט געוואָרן דער קבלהדיקער "ספֿר קרנים" מיט פּירושים; אויף דער לעצטער זײַט ווערט דער ספֿר "געחתמעט" מיט אַן אומגעוויינטלעכן סימבאָל, וואָס שטאַמט פֿון ר׳ אליעזר פֿישל סטריזשאָווער — אַ באַקאַנטער רוסישער מקובל פֿונעם 18טן יאָרהונדערט; ס׳איז אַ מין סוואַסטיקע, געמאַכט פֿון ייִדישע אותיות, אַרומגערינגט מיט אַ פּיוט אויף אַראַמיש, אָנגעשריבן ווי שטראַלן, וואָס פֿאַרשפּרייטן זיך אַרום דער זון. דער זון-סימבאָליזם איז אויך גאַנץ קלאָר אינעם טעקסט פֿונעם פּיוט. אַגבֿ, דער סימבאָל דרייט זיך טאַקע אין דער "רעכטער" זייגער-ריכטונג, ווי ס׳רובֿ אינדישע און אַלט-אייראָפּעיִשע סוואַסטיקעס.
דער גרויסער חסידישער צדיק, רבי נחמן בראַסלעווער, ווי אויך די הײַנטיקע יונגיאַנער פּסיכאָלאָגן, באַטאָנען, אַז אין אַלע פֿאָלקס-מעשׂיות אַרום דער וועלט קאָן מען געפֿינען אַ טיפֿן גײַסטיקן באַדײַט. אויב מע פֿאָרשט ערנסט די אייגענע גײַסטיקע טראַדיציעס אויף אַ מער אומפֿאָרמעלן, לעבעדיקן אופֿן, קאָן מען אויך בעסער אָפּשאַצן דעם באַדײַט פֿונעם פֿרעמדן פֿאָלקלאָר, און געפֿינען דאָרטן אַ סך דערשטוינענדיקע פּאַראַלעלן, וואָס ווײַזן אָן אויפֿן אוניווערסאַלן כאַראַקטער פֿון פֿאַרשיידענע מעטאַפֿיזישע סימבאָלן אַרום דער וועלט — אַבי מע זאָל זיי נישט פֿאַרוואַנדלען, חלילה, אין עבֿודה-זרות און נאַציאָנאַליסטישע עבמלעמען; דאָס וווּנדערלעכע "געוועב" פֿון די וועלט-סימבאָלן בינדט זיך צומאָל צונויף אויף אַן אומגעריכטן, איבערראַשנדיקן אופֿן.