אַ נײַע בילדער־אויסשטעלונג — "יצחק־באַשעוויס זינגער און די איסט־סײַד: פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ברוס דייווידזאָן", האָט זיך געעפֿנט אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי און וועט בלײַבן דאָרט ביזן 3טן פֿעברואַר 2008. די קליינע אויסשטעלונג נעמט אַרײַן צענדליקער בילדער פֿון די 1970ער יאָרן. אויף אַ טעלעוויזאָר אין דער גאַלעריע שפּילט כּסדר דייווידזאָנס 25־מינוטיקער פֿילם "דער קאָשמאַר און פֿרוי פּופּקאָס באָרד", געבויט אויף באַשעוויסעס אַ דערציילונג.
דער פֿאָטאָגראַף ברוס דייווידזאָן (געבוירן אין 1933), איז געווען אַן אַסימילירטער ייִד פֿונעם אַמעריקאַנער "מידוועסט", ווען ער האָט אָנגעהויבן צו פֿאָטאָגראַפֿירן די איסט־סײַד פֿון ניו־יאָרק אין די 1950ער יאָרן. שוין דעמאָלט האָט דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די עלטערע ייִדן אין דער געגנט אים צוגעצויגן; אַ געגנט, וואָס האָט געהאַלטן אין צעפֿאַלן זיך, אָבער, פֿון דעסטוועגן, מיט זיך פֿאָרגעשטעלט נאָך אַלץ אַ וויכטיקע פֿאַרבינדונג מיטן ייִדישן עבֿר פֿון דער שטאָט.
ווען דייווידזאָן האָט זיך באַזעצט אין גרענעטש־ווילעדזש אין די 1960ער יאָרן, האָט ער זיך באַפֿרײַנדעט מיט יצחק באַשעוויס־זינגער און דער סבֿיבֿה לעבן דעם אַלטן "פֿאָרווערטס"־בנין. דערנאָך האָט דייווידזאָן געפֿונען אַ דירה אויף דער 86סטער גאַס אינעם זעלביקן בנין, וווּ באַשעוויס האָט געוווינט און זיך אַהין אַרײַנגעצויגן, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי. דייווידזאָן האָט אָנגעהויבן צו לייענען באַשעוויסעס ראָמאַנען און דערציילונגען און האָט געוווּנען אַ סטיפּענדיע צו מאַכן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דעם שרײַבער. ער האָט באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ פֿילם, וואָס פֿלעכט צונויף פֿיקטיווע עלעמענטן פֿון באַשעוויסעס דערציילונג "די באָרד" מיט אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן באַשעוויסן. אַזוי באַווײַזט זיך באַשעוויס אינעם פֿילם סײַ ווי אַן אַקטיאָר אין דער הויפּט־ראָלע, סײַ ווי די הויפּט־טעמע פֿון אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן אים. דער סוזשעט פֿון דער דערציילונג אַנטוויקלט זיך אין דער "גאַרדען־קאַפֿעטעריע", דאָס באַליבטע אָרט פֿון ייִדישע שרײַבער און פֿון סתּם ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה אויף דער דעמאָלטיקער איסט־סײַד. דייווידזאָן האָט פֿילמירט אין דער קאַפֿעטעריע און אין באַשעוויסעס דירה — אַ שטוב פֿול מיט פּאַפּירן, אַ פּאָפּוגײַ און מאָדנע געסט, וועלכע קומען אַרײַן און אַרויס. דעם פֿילם האָט דייווידזאָן פֿאַרענדיקט אין 1973 און ער האָט געוווּנען דעם ערשטן פּריז פֿונעם "אַמעריקאַנער פֿילם־פֿעסטיוואַל".
|
באַשעוויס מיטן פֿאָטאָגראַף ברוס דייווידזאָן און זײַן פֿרוי עמילי האַס, 1972 |
|
אין דער זעלביקער צײַט וואָס ער האָט פֿילמירט, האָט ברוס דייווידזאָן כּסדר פֿאָטאָגראַפירט באַשעוויסן און זײַנע פֿרײַנד — אין דער היים, אויף דער גאַס און אויף דער איסט־סײַד. די "גאַרדען־קאַפֿעטעריע" און אירע קונים האָבן אים באַזונדערס אינספּירירט. "יעדן טאָג, וואָכן לאַנג, בין איך געגאַנגען צום ׳גאַרדען׳, גענומען אַ בילעט, געקויפֿט אַ קאַווע און זיך אַוועקגעזעצט מיט די מענטשן בײַ די טישלעך לעבן דער וואַנט", שרײַבט ער. זייערע פּנימער און געשיכטעס האָבן אים נישט געלאָזט רוען. די זעלביקע מענטשן האָט באַשעוויס יאָרן לאַנג באַשריבן אין זײַנע אַמעריקאַנער דערציילונגען.
אין די בילדער פֿון די עלטערע לײַט, ווי, למשל, אינעם בילד פֿון דער פֿרוי וואָס שטייט פֿאַר דער "גאַרדען־קאַפֿעטעריע", האָט דער פֿאָטאָגראַף געוואָלט אַרויסהייבן דעם אינערלעכן כּוח צו באַקעמפֿן די שטאַרקע היסטאָרישע שטראָמען, וואָס האָבן זיי געפֿירט צו עלנטקייט און אָרעמקייט. דער קינסטלער האָט זיי באַשריבן ווי "אַ זכר פֿונעם עבֿר" און אינעם אַרײַנפֿיר צום קאַטאַלאָג פֿון דער אויסשטעלונג שרײַבט באַשעוויס, אַז זיי זענען "מענטשלעכע רעשטלעך". באַשעוויס שרײַבט ווײַטער וועגן די עלטערע ייִדן פֿון דער קאַפֿעטעריע — "כאָטש זיי זענען געווען אָרעם און געטראָגן אַלטע קליידער, זענען זיי געווען רײַך מיט זייער אינדיווידועלקייט. יעדער איינער האָט זיך באַקלאָגט אויף זײַן אייגענעם אופֿן וועגן דעם טרויער פֿון לעבן אין ניו־יאָרק ...איך בין געווען פּונקט אַזוי אָרעם ווי זיי; אַ מאָל איז אויך דאָס לעבן בײַ מיר געווען אַזוי דערעסן ווי בײַ זיי."
אויף ברוס דייווידזאָנס פֿאָטאָגראַפֿיעס, אַגבֿ, כּמעט אַלע שוואַרץ־ווײַסע בילדער, זעט מען ווי די צרות און ליידן פֿונעם לעבן האָבן געלאָזט זייער חותם אויף די פּנימער. זיכער האָט מען אַ מיטגעפֿיל ווען מע קוקט אויף די ייִדן, אָבער, מע האָט אויך דעם אײַנדרוק, אַז זיי לעבן אין אַ מאָדנער אומרויִקער וועלט, וווּ דער עבֿר, די גליקלעכע יאָרן פֿון דער ייִדישער יונגט, לאָזן נישט רוען ביזן קבֿר אַרײַן. אין דעם פּרט, האָט דייווידזאָן גוט אויפֿגעכאַפּט איינע פֿון די הויפּט־טעמעס אין באַשעוויסעס שאַפֿונג.