מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט אונדזער לייענער, נח מילער, געבעטן בײַ אונדז אַ רעצעפּט פֿאַר זראַזעס. אַ דאַנק דעם מיטאַרבעטער אין רעדאַקציע, באָריס בודיאַנסקי, וואָס קען רוסיש, האָט זיך טאַקע אָפּגעפֿונען אויף רוסיש אַ צאָל רעצעפּטן פֿאַר זראַזעס מיט פֿאַרשידענע נוסחאָות: איינער, מיט האַרטע אייער און אַשלעך (גרינע ציבעלע); אַ צווייטער, מיט אַ רײַז־פֿילעכץ, און אַ דריטער, מיט זויערע אוגערקעס. מיר רעכענען דאָ אויס אַלע ברירות.
3/4 פֿונט געהאַקט רינדערן פֿלייש (ground beef)
1 ציבעלע, צעריבן
1 איי
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
3 האַרטע אייער, צעהאַקט
1/4 טעפּל אַשלעך, צעהאַקט
1 לעפֿעלע בוימל
זאַלץ
1/3 טעפּל ברייזל (ברויט־קרישקעס)
בוימל
מישט צונויף אין אַ שיסל דאָס פֿלייש, ציבעלע, איי, זאַלץ און פֿעפֿער. צעטיילט דאָס פֿלייש־געמיש אויף פֿיר חלקים. וואַלגערט אויס יעדן חלק, ביז ער ווערט פֿלאַך ווי אַ לאַטקע.
אין אַ צווייטער שיסל קאָמבינירט די צעהאַקטע אייער, אַשלעך, בוימל און זאַלץ. לייגט אַרײַן אַ פֿערטל פֿונעם פֿילעכץ אין יעדער פֿלייש־לאַטקע, און וויקלט צונויף דאָס פֿלייש.
הייצט אָן אַ ביסל בוימל אין אַ פּאַטעלניע. וואַלגערט די זראַזעס אינעם ברייזל און פּרעגלט זיי, ביז זיי ברוינען זיך צו אויף אַלע זײַטן.
אויב איר ווילט עס עסן מיט ווייניקער פֿעטס, זידט אויף אַ ביסל וואַסער און קאָכט אין אים די זראַזעס, אָדער באַקט די זראַזעס אין אויוון — אָן בוימל און אָן וואַסער.
אָט זענען עטלעכע אַנדערע נוסחאָות פֿונעם פֿילעכץ. אַנשטאָט דרײַ האַרטע אייער ניצט בלויז צוויי, און גיט צו איינס פֿון די ווײַטערדיקע:
1) 1/4 טעפּל געקאָכטע רײַז, 1 לעפֿל צעהאַקטע ציבעלע און אַ ביסעלע זאַלץ.
2) 1/2 טעפּל געפּרעגלטע צעשניטענע שוועמלעך; נאָכן פּרעגלען, צעמאָלט די האַרטע אייער און שוועמלעך אין אַן עלעקטרישן מישער.
3) 2 לעפֿל געפּרעגלטע ציבעלע און 1 אָפּגעשיילטע צעהאַקטע זויערע אוגערקע.
אָדער לאָזט אין גאַנצן אַרויס די האַרטע אייער און מאַכט אַזאַ פֿילעכץ:
4) הייצט אָן 1 לעפֿל בוימל. פּרעגלט 1/4 טעפּל צעהאַקטע ציבעלע, 1/4 צעהאַקטע מערן, 1 טעפּל קרויט, 1/2 לעפֿעלע זאַלץ און אַ ביסל וואַסער, און דעקט צו די פּאַטעלניע ביז דאָס קרויט ווערט ווייך. מישט אַרײַן אַ לעפֿל פּאָמידאָרן־סאָוס און, אויב איר ווילט, אַ רוי איי.