פּאָליטיק

דעם 17טן יאַנואַר 2010 וועט ווערן 24 יאָר זינט שפּאַניע האָט באַשלאָסן אָנקניפּן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל נאָך 38 יאָר פֿון קווענקלענישן. אָבער ערשט אינעם לעצטן יאָר, אין 2009, האָבן די באַציִונגען באַקומען אַן ערנסטע אַנטוויקלונג.

דעם 18טן יאַנואַר 2009, 3 וואָכן נאָך ישׂראלס אָפּעראַציע "צעשמאָלצענער בלײַ" אין עזה, זײַנען געקומען מיט אַ באַזוך זעקס אייראָפּעיִשע פֿירער, צווישן זיי דער שפּאַנישער פּרעמיער־מיניסטער, כאָזע לויִס ראָדריגעס סאַפּאַטעראָ, כּדי אויסצודריקן זייער שטיצע פֿאַר ישׂראלס זיכערהייט. די אַנדערע 5 פֿירער זײַנען געווען: דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט ניקאָלאַ סאַרקאָזי, די דײַטשישע קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל, דער ענגלישער פּרעמיער־מיניסטער גאָרדאָן בראַון, דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון איטאַליע סילוויאָ בערלוסקאָני און דער טשעכישער פּרעמיער־מיניסטער מירעק טאָפּאָלאַנעק, ווי דער פּרעזידענט פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. זיי זײַנען געקומען קיין ישׂראל נאָך זייער צוזאַמענטרעף אין שאַרם־אַ־שייך מיטן עגיפּטישן פּרעזידענט כאָסני מובאַראַק. 5 טעג פֿאַר דעם האָט באַזוכט ישׂראל דער שפּאַנישער אויסערן־מיניסטער מיגעל מאַראַטינאַס, וועלכער האָט דערקלערט: "די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿט פֿאַרשטייט די לאַגע און מיר מוזן פֿאַרזיכערן אַזאַ לאַגע, וואָס וועט מער נישט דערלויבן קיין סטאַטוס־קוואָ פֿון ראַקעטן־שיסערײַען און מיליטערישע אָפּעראַציעס, און ברענגען צו אַ לאַנגן וואָפֿנשטילשטאַנד".

דעם 15טן אָקטאָבער 2009 האָט ישׂראל באַזוכט דער שפּאַנישער פּרעמיער־מיניסטער סאַפּאַטעראָ און אין אַ צוזאַמענטרעף מיטן פּרעזידענט שמעון פּערעס האָט ער דערקלערט, אַז דער הויפּט־ציל פֿון זײַן באַזוך איז צו שטאַרקן די סטראַטעגישע באַציִונגען מיט ישׂראל און עפֿענען נײַע געביטן פֿון צוזאַמענאַרבעט בײַם פֿאָרשן און אַנטוויקלען די עקאָנאָמיע.

שפּאַניע אימפּאָרטירט יעדן יאָר פֿון ישׂראל בלומען, רפֿואות, קאָמפּיוטערס, טיילן פֿון עראָפּלאַנען און געווער פֿאַר דער שפּאַנישער אַרמיי אויף אַ סומע פֿון איבער 10 ביליאָן דאָלאַר. ישׂראל אימפּאָרטירט פֿון שפּאַניע אויף דער זעלבער סומע ווײַנען, פֿרוכטן, גרינצײַג און שיך. נאָך אַ זאַך: פֿיל ישׂראלדיקע וויסנשאַפֿטלער אַרבעטן אין שפּאַניע אין אַגריקולטור. אין דער שפּאַנישער אַרמיי זײַנען באַשעפֿטיקט ישׂראלדיקע אינסטרוקטאָרן.

די באַציִונגען צווישן ביידע מדינות פּראָגרעסירן איצט אויף אַ צופֿרידנשטעלנדיקן אופֿן. דאָס איז נישט שטענדיק געווען אַזוי. שפּאַניע, צוזאַמען מיט דײַטשלאַנד און דעם וואַטיקאַן, איז געווען צווישן די מלוכה־סוביעקטן, וואָס האָבן געוואָלט אָנקניפּן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל גלײַך נאָך דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל אין 1948, אָבער ישׂראל האָט נישט געוואָלט. און ווען נאָך אַ פּאָר יאָר, האָט ישׂראל שוין יאָ געוואָלט, האָבן זיי שוין נישט געוואָלט. האָט עס גענומען בײַם וואַטיקאַן 45 יאָר, בײַ דײַטשלאַנד 16 יאָר און בײַ שפּאַניע — 38 יאָר אָנצוקניפּן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען.

איך געדענק גוט, אַז ווען איך האָב געדינט ווי אַ דיפּלאָמאַט אין רוים, גלײַך נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, אין די פֿופֿציקער יאָרן, האָבן די שפּאַנישע דיפּלאָמאַטן געזוכט זיך צו דערנענטערן צו אונדזערע דיפּלאָמאַטן און אָנגערירט די פּראָבלעם פֿון די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, אָבער ישׂראל האָט דאַן נישט געוואָלט הערן וועגן דעם. ישׂראלס רעאַקציע איז געווען אַ קאַלטע. איר נעגאַטיווע באַציִונג צו שפּאַניע האָט זיך דערקלערט דערמיט, וואָס גענעראַל פֿראַנקאָ איז געווען אַן אַליִיִרטער מיט היטלערן, כאָטש ער האָט געהאָלפֿן די ייִדן, ספֿרדישע און אַשכּנזישע, זיך צו ראַטעווען. די שפּאַניער האָבן געטענהט, אַז פֿראַנקאָ האָט געראַטעוועט אַרום 100,000 ייִדן פֿון פֿאַרניכטונג, וועלכע האָבן באַקומען שפּאַנישע פּאַספּאָרטן און דערמיט זיך געראַטעוועט פֿון ווערן פֿאַרשיקט אין די טויטלאַגערן; און אויך די ייִדן, וואָס מען האָט דערלויבט צו בלײַבן אין שפּאַניע, ווען זיי זײַנען אַנטלאָפֿן איבער די פּירענעער־בערג פֿון פֿראַנקרײַך, אָקופּירט פֿון דײַטשלאַנד, אָדער אונטער דעם ווישי־רעזשים.

אַ פֿאָרשונג פֿון דער דאָזיקער פּראָבלעם האָט געוויזן, אַז די שפּאַניער האָבן איבערגעטריבן די צאָל געראַטעוועטע. גלײַך נאָך דעם ווי די "יו־ען" האָט באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה, האָבן די שפּאַנישע דיפּלאָמאַטן אויסגעדריקט זייער גרייטקייט אָנצוקניפּן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט דער ייִדישער מדינה, ווען זי וועט אַנטשטיין. אַז מדינת־ישׂראל איז אַנטשטאַנען אין יאָר 1948, האָט זי געדאַרפֿט זיך ווענדן צו די מדינות, וואָס האָבן שוין עקזיסטירט און בעטן זיי זאָלן זי אָנערקענען. האָט זי זיך צו שפּאַניע ניט געוואָנדן.

ווען אין מײַ 1949 איז אויפֿגעקומען אין דער "יו־ען" די פּראָבלעם פֿון אַנולירן דעם דיפּלאָמאַטישן חרם אויף שפּאַניע, האָט ישׂראל געשטימט קעגן דעם. אין אַ רעדע אין "יו־ען" האָט אַבא אבֿן, דער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל, אויפֿגעקלערט, פֿאַרוואָס ישׂראל האָט געשטימט קעגן און געזאָגט:

"פֿראַנקאָס רעזשים האָט געשטיצט דעם נאַצי־רעזשים, וואָס האָט געמיינט, אַז נאַצי־דײַטשלאַנד זאָל הערשן אין אייראָפּע און איבער דער גאַנצער וועלט".

ווען ישׂראל האָט שוין יאָ געוואָלט אָנקניפּן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען — און אין יאָר 1955 האָט זי געשטימט אין "יו־ען" פֿאַרן אָננעמען שפּאַניע אין דער "יו־ען" — האָבן די שפּאַניער געזאָגט "ניין", צווישן אַנדערס, צוליב דער גרויסער השפּעה פֿון דער קאַטוילישער קירכע אין שפּאַניע און דער מערקווירדיקער דערנענטערונג, וואָס ס’האָט זיך געשאַפֿן צווישן שפּאַניע און די אַראַבער.

ישׂראל האָט געהאָפֿט, אַז נאָך פֿראַנקאָ וועט די שפּאַנישע שטעלונג אין באַצוג צו ישׂראל זיך ענדערן. ווען פֿראַנקאָ איז געשטאָרבן אין יאָר 1975 און שפּאַניע איז געוואָרן אַ דעמאָקראַטיע, און דער קעניג כואַן קאַרלאָס האָט דערקלערט וועגן דער נויטווענדיקייט פֿון אָנקניפּן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט אַלע מדינות פֿון דער וועלט, האָט שפּאַניע עס נישט געטאָן מיט ישׂראל, צוליב אירע נאָענטע באַציִונגען מיט די אַראַבישע לענדער.

אין פֿאַרלויף פֿון די 38 יאָר ביזן אָנקניפּן די באַציִונגען, האָבן ביידע מדינות, וואָס זייערע פֿעלקער האָבן געהאַט אַ געמיינזאַמע פֿאַרגאַנגענהייט, עס פֿאַרלייקנט. דעם 17טן יאַנואַר 1986 איז געקומען צום סוף פֿון דעם איבעררײַס פֿון כּמעט 500 יאָר, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיטן גירוש־ספֿרד. אין מאַדריד איז געשאַפֿן געוואָרן דאָס הויז "שפּאַניע־ישׂראל", וואָס סימבאָליזירט צוויי דימענסיעס: פֿון איין זײַט — אַ לאַנג־יאָריקע היסטאָריע, אַ פּרעכטיקע ווי אויך אַ קאָמפּליצירטע, צווישן דעם שפּאַנישן פֿאָלק און ייִדישן פֿאָלק, מיט אַ פּרעכטיקער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט אין דער שפּאַנישער קולטור, און דעם שפּאַנישן אײַנפֿלוס אויף דער ייִדישער קולטור. פֿון דער אַנדערער זײַט, סימבאָליזירט דאָס "שפּאַניע־ישׂראל"־הויז די באַנײַטע באַציִונגען, נאָך 500 יאָר, אין שטענדיקער אַנטוויקלונג. דעריבער קען געזאָגט ווערן, אַז דאָס "שפּאַניע־ישׂראל"־הויז איז אײַנגעפֿלאַנצט אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, זייגט פֿון דער היסטאָריע, אָבער איז געווענדט צו דער צוקונפֿט.

מען קען נישט אָפּטיילן די פּראָבלעם פֿון די באַציִונגען צווישן ישׂראל און שפּאַניע פֿון ברייטן טראַקטאַט פֿון די באַציִונגען צווישן די ייִדן און שפּאַניער. עס זײַנען דאָ מיינונגען, אַז די דאָזיקע באַציִונגען האָבן זיך אָנגעהויבן נאָך אין די צײַטן פֿונעם ערשטן בית־המיקדש. אַנדערע טענהן, אַז אין דער צײַט פֿון צווייטן בית־המיקדש. די ייִדן אין שפּאַניע, סײַ אין דער מוסולמענישער תּקופֿה און סײַ אין דער קריסטלעכער, האָבן געהאַט צײַטן פֿון דערהייבונג און פֿון ירידה.

די שפּורן, וועלכע די ייִדישע עקזיסטענץ האָט דאָרט געלאָזט, איז געווען אַ געמישטע. פֿון איין זײַט, דער אַנטיסעמיטיזם, וואָס עס האָט איבער אַ סך דורות פֿאַרשפּרייט די קאַטוילישע קירכע, אידענטיפֿיצירנדיק די ייִדן ווי די מערדער פֿון ישו־הנוצרי. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז פֿאַראַן אין שפּאַניע אַ קלאָרע פֿילאָסעמיטישע ריכטונג צווישן הונדערטער טויזנטער שפּאַניער, אויב נישט מיליאָנען, וואָס זענען באַוווּסטזיניק, אַז ייִדיש בלוט רינט אין זייערע אָדערן. היסטאָריקער שאַצן אָפּ, אַז אַ העלפֿט פֿון די 300 טויזנט ייִדן, וואָס האָבן געלעבט אין דער צײַט פֿון גירוש־שפּאַניע, האָבן זיך געשמדט, כּדי צו קענען ממשיך זײַן זייער לעבן דאָרט.

דער אינטערעס צום שפּאַנישן ייִדנטום, זײַן געשיכטע, שפּראַך און קולטור האָט זיך פֿאַרשפּרייט און איז באַזונדערס קולטיווירט געוואָרן דווקא אונטער גענעראַל פֿראַנקאָ, מיט דער שאַפֿונג פֿון אַ ספּעציעלן אינסטיטוט און אַ שטענדיקע פּובליקאַציע "ספֿרד". די ייִדיש־שפּאַנישע שפּראַך, "לאַדינאָ", איז נישט אַנדערש, ווי אַ שפּאַנישער דיאַלעקט און ווערט פֿאַררעכנט ווי אַן אַלט־אַריסטאָקראַטישער שפּאַניש, ענלעך צו דער שפּראַך פֿון סערוואַנטעס. אַ באַדײַטונגספֿולע דערשײַנונג אין שפּאַניע זענען די מערקווירדיקע בודזשעטן, וואָס ווערן באַשטימט פֿאַר די ייִדישע פּלעצער אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿונעם לאַנד. דאָס זענען פּלעצער וווּ עס ווערט באַנײַט זייער ייִדישע פֿאַרגאַנגענהייט און זיי זענען אײַנגעשלאָסן אין די באַזוך־מאַרשרוטן פֿאַר טוריסטן. דאָס איז נאָר איינער פֿון די בײַשפּילן פֿונעם אָפּהיטן דאָרט די ייִדישע ירושה, ווי אַ שריט פֿאַר זיך אַליין, נישט קיין זשעסט כּלפּי ישׂראל אָדער דעם ייִדישן פֿאָלק.

דעם 22סטן יולי 1986 האָט דער שפּאַנישער פּרעמיער־מיניסטער פֿיליפּע גאָנזאַלעס זיך אויסגעדריקט אין פּאַרלאַמענט, אַז שפּאַניע האָט לעבנס־וויכטיקע אינטערעסן אין דער געגנט פֿון מיטלענדישן ים, און דאָס פֿאַרשטאַרקן די באַציִונגען מיט ישׂראל איז איינער פֿון די אינטערעסן. ער האָט צוגעגעבן, אַז דאָס אָנקניפּן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל וועט דערמעגלעכן שפּאַניע צו פֿאַרברייטערן אירע באַציִונגען און איר אָנוועזנהייט אין דעם ראַיאָן.

אין פֿאַרלויף פֿון פּרעזידענט הערצאָגס באַזוך אין שפּאַניע, אין מאַרץ 1992, איז ער געווען צוזאַמען מיט שפּאַנישן קעניג, כואַן קאַרלאָס, אין דער מאַדרידער שיל און דאָרט האָט דער שפּאַנישער קעניג געזאָגט, צווישן אַנדערן: "עס איז אַ פּאַראַדאָקס, אַז מיר האָבן אויסגעקליבן די דאַטע פֿון אונדזער צעשיידונג פֿאַר אַזאַ מערקווירדיקן צוזאַמענטרעף".

דער קעניג האָט צוגעגעבן, אַז "מיטן אָנקניפּן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, האָבן שפּאַניע און ישׂראל געמאַכט אַ סוף צו דער פֿאַרגאַנגענהייט און געעפֿנט די טויערן אין זייער גאַנצער ברייטקייט, אין אַ באַנײַטן גײַסט פֿון יענע אַלטערטימלעכע צײַטן צווישן דעם שפּאַנישן און ייִדישן פֿאָלק, און צווישן דער הײַנטצײַטיקער שפּאַניע און מדינת־ישׂראל". מיטן אַרויסטרײַבן די ייִדן פֿון שפּאַניע אין יאָר 1492 האָט זיך געשאַפֿן אַ טראַגישע צעשיידונג צווישן ייִדן און שפּאַניער, וואָס האָט געדויערט אַ סך דורות. דאָס יאָר 1492 איז אײַנגעקריצט געוואָרן זייער טיף אין ייִדישן באַוווּסטזײַן. אַ שפּאַנישער היסטאָריקער, כאָזע אַמאַדאָר דע לאַס ריִאַס, האָט געשריבן אין 19טן יאָרהונדערט, אַז "עס איז שווער זיך באַציִען צו דער געשיכטע פֿונעם איבערישן האַלבאינדזל, אויף יעדן געביט — פּאָליטיש, סאָציאַל, רעליגיעז, וויסנשאַפֿטלעך אָדער ליטעראַריש — אָן זיך אָנצושטויסן אויף יעדן זײַטל אין אַ וועלכער נישט איז וויכטיקער געשעעניש, אָדער באַקאַנטן נאָמען, וואָס האָט נישט קיין שײַכות צום ייִדישן פֿאָלק".

אַ צווייטער שפּאַנישער היסטאָריקער, אַמעריקאָ קאַסטראָ, האָט געשריבן, אַז "עס איז מעגלעך צו פֿאַרשטיין די געשיכטע פֿון אַלע אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער אָן דעם, אַז מען זאָל באַשטימען אַן אָרט אין דער ערשטער שורה פֿאַר די ייִדן, אָבער דאָס איז אוממגעלעך, ווען עס גייט די רייד וועגן שפּאַניע".